בלאט 1 פון 1

פידל ווערט צופידלט

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 9:54 pm
דורך קרעמער
http://1010wins.com/pages/63135.php

פידל קאסטרא, וועלכער זיצט שוין אויפן פרעזידענט בענקל אין קובא איבער פינעף און דרייסיג יאר, האט ענדליך איבערגעגעבן דעם בענקל פאר זיין יונגערן ברודער פון 75 יאר אלט... צוליב קאמפליקאציעס וואס האבן זיך געמאכט אין זיינע אינערליכע גלידער.

זאל ער זיך בקרוב טרעפן מיט זיינע אבות, כן יאבדו וגו'.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 9:58 pm
דורך 3x0
א מין ברכה?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 10:00 pm
דורך מעסטערמיינד
און מיט וואס איז רעאיאל בעסער ווי זיין ברודער?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 1:43 am
דורך Anonymous
מ'זאגט אז ביז געציילטע טעג וועט פידעל קאסטרא זיין רום טעמפערעטשור :-e;/

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 6:38 pm
דורך קרעמער
תיקון טעות: ער זיצט שוין אויפן זעלבן בענקל 47 יאר! (וויאזוי בריעט ער זיך נישט אפ דערפון?).

בנוגע וואס גרותושב שרייבט, די קובאנער זאגן אז ער וועט איבערלעבן דעם ליובאוויטשער שליט"א.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 11:29 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'האב אקראשט געהערט א טטירי אז עס איז גאר מעגליך אז דער איז שוין גאר א פגר נאר זיי טרייען דאס נאך צו קאווערען

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 12:17 am
דורך Anonymous
קרעמער האט געשריבן:תיקון טעות: ער זיצט שוין אויפן זעלבן בענקל 47 יאר! (וויאזוי בריעט ער זיך נישט אפ דערפון?).

בנוגע וואס גרותושב שרייבט, די קובאנער זאגן אז ער וועט איבערלעבן דעם ליובאוויטשער שליט"א.


בילד

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 7:34 am
דורך טאגליכט
גר, וואטש אוט, באלד פליעט אריין א עראפלעין אין דיין מויל........

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 10:46 am
דורך קרעמער
מעסטערמיינד האט געשריבן:כ'האב אקראשט געהערט א טטירי אז עס איז גאר מעגליך אז דער איז שוין גאר א פגר נאר זיי טרייען דאס נאך צו קאווערען


די ריכטיגע ווארט איז "טעאריע" THEORY

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:21 am
דורך מעסטערמיינד
קרעמער
כ'ווייס דאס און איך האב געוואלט שרייבען "טירי" ווייל אזוי זאגט מען עס אבער ס'איז אויס געקומען טטירי (פליטת הקולמס) און ביטע קאלם דאון

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 10:22 pm
דורך תהוובהו
מעסטערמיינד האט געשריבן:קרעמער
כ'ווייס דאס און איך האב געוואלט שרייבען "טירי" ווייל אזוי זאגט מען עס אבער ס'איז אויס געקומען טטירי (פליטת הקולמס) און ביטע קאלם דאון


אויף ענגליש זאגט מען עס ארויס "טיערי"

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 10:26 pm
דורך cano
איך האב געמיינט אז ער איז געווען ציפידעלט ווען ער האט נאך געוויסט פין זיין לעבען צי זאגען

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 10:25 am
דורך סאכדעס
וואס איז די מצב פון דעם פידעל היינט צוטאג'ס.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 10:33 am
דורך מעסטערמיינד
תהוובהו האט געשריבן:
מעסטערמיינד האט געשריבן:קרעמער
כ'ווייס דאס און איך האב געוואלט שרייבען "טירי" ווייל אזוי זאגט מען עס אבער ס'איז אויס געקומען טטירי (פליטת הקולמס) און ביטע קאלם דאון


אויף ענגליש זאגט מען עס ארויס "טיערי"

נישט אינגאנצען אזוי , ווייל ס'ספעלט זיך מיט א th ביים אנהייב

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 10:48 pm
דורך קרעמער
סאכדעס האט געשריבן:וואס איז די מצב פון דעם פידעל היינט צוטאג'ס.

עס איז שוין אדורך כמעט 2 יאר פון דיין פראגע, אבער דער פידל לעבט און לאכט! צו להכעיס זיינע שונאים.
______________
ס'גארנישט, מוצאי י"ז בתמוז, קיין שום נייע אשכולות, מוז מען אפירנעמען דעם באהאלטענעם אפיקומן.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 10:53 pm
דורך חיים
יא יא ער לעבט און לאכט אבער אויף וואס ער האט אגאנץ לעבן געהארעוועט און געשוויצט האלט אינמיטן שטארבן, די קאמיניזם אין זיין לאנד ווערט צוביסלעך אויפגעלעזט מען רעדט שוין אפילו פון לאזן די בירגער האבן צוטריט צו די אינטערנעט,(פארשטייט זיך אז די קרעטשמע מאכט מאסיווע צוגרייטונגען צום קבלת פנים פון די קובאנע געסט)

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:05 pm
דורך צייטליך
קרעמער, איך מיין אז די ווערטער "ער לעבט און לאכט" איז נישט גענוי וואס עס שפילט זיך דארט אפ. זיין ברודער, דער איצטיגער פירער איז זייער מאדערן קעגן אום, מ'מעג שוין האבן סעל-פאונס, קאמפיוטער'ס, נייע קאר'ס און זאגאר מעגליך אינטערנעט. הגם עס אז נאך נישטא די מענטשן וואס זאלן האבן די געלט עס צו קויפן, אבער עס איז שוין מותר לכתחילה.

דער אלטער פידל עסט זיך אויף דאס ביסל געזינט דערמיט.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:10 pm
דורך קרעמער
נע, די איינציגע זאך וואס ער עסט איז אביסל אטענציע פון זיין רויטן ברודער יוגא שאוועז, עס קימערט אים נישט ראול'ס כלומר'שטע רעפארמען, ווען יא וואלט ער אים שוין קורצער געמאכט מיט א קאפ.