שוידערליכע עקסידענט כ"א אדר תשע"ג - משפחת גלויבער ע"ה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:59 pm

רעדט מען דא פון אים הארגענען? מען רעדט דאך פון אים איינשפארן, פשוט פאר די מענטשהייטס זיכערהייט.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:15 pm

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:לכאורה וועסט פרעגען עני דיין וועט ער דיר זאגען אז איינער הארגעט איינעם דורך פארען אויף זעכציג איז ער נישט קיין שוגג ער איז א פושע
אויף דעם ארויף האב איך צוגעלייגט
איך האב אמאל געהערט - אדער גאר געזעהן - בשם דעם חזו"א אז איינער וואס פארט שנעלער ווי מען מעג האט א דין רודף

נישט גערעדט פון מיסטער "אוואקאדא" ימ"ש, און נישט גערעדט פון א פסק פאר א איד וואס קלאפט איינעם אראפ ח"ו, סתם מוסיף געווען צו אשמרה'ס ווערטער.
קלאר?

-
גראדע איז די דין פון א רודף גאר פשוט... ווי דו שרייבסט בעמבא

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:23 pm

בוידעם האט געשריבן:רעדט מען דא פון אים הארגענען? מען רעדט דאך פון אים איינשפארן

אהא, און אויף וואס פונקטליך גייט ארויף, ביי אונז אידן, דער מצוה פון פדיון שבויים?

אויב איז אמת וואס צייטליך זאגט, אז ער האט באקומען א הארבערן אורטייל וועגן אונזערע מוילמאכערס, האט עס גארנישט מיט ״מענטשהייטס זיכערהייט״ נאר מיט ״ווארטזאגערס קורצזיכטיגקייט״.
אויב דאס וואלט פאסירט דורך א היימישער ח״ו וואס האט געפירט אזא לעבן ווי דער גוי דינן, וואלט מען זיכער גע׳שתד׳לט אז דער מענטש האט שוין געליטן גענוג וכו׳ און ער זאל גאר באקומען א לייכטערן אורטייל.

איך מיין אז ס׳שוין צייט צו טוישן פון ״וואו זענען די עסקנים?״ צו ״וואו איז אונזער שכל?״.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:26 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:רעדט מען דא פון אים הארגענען? מען רעדט דאך פון אים איינשפארן

אהא, און אויף וואס פונקטליך גייט ארויף, ביי אונז אידן, דער מצוה פון פדיון שבויים?

אויף א מענטש וואס איז "געפאנגען"!!! א שבוי וואס מען קען "פודה" זיין, אויסלייזן.

איינער וואס זיצט אין תפיסה איז א אסיר און מען דארף איהם אויפבינדן, ער איז נישט געפאנגען און מען קען איהם נישט אויסלייזן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22890
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:28 pm

מיסטעריעזע חילוקים און אפטייטשן.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:29 pm

סא וואס טוט דרור מיט זייער ליידיגע צייט?

פארוואס האט מען פארפירט ביי רובאשקין וכדו׳?
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:30 pm

ווייל א איד קומט נישט אין תפיסה

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:32 pm

יעצט לייען איבער נאך איין מאל מיין ערשטע תגובה.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:32 pm

farshlufen האט געשריבן:מיסטעריעזע חילוקים און אפטייטשן.

אדרבה, קוקט אריין אין שו"ע

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:33 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:יעצט לייען איבער נאך איין מאל מיין ערשטע תגובה.

זיך באצויגן נאר צו א חלק פון אייער תגובה...

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:35 pm

פארשטענדליך, אבער יעצט וועל איך מעגן קלויבן אין וועלכע חלק שו״ע איך וויל קוקן...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22890
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:42 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מיסטעריעזע חילוקים און אפטייטשן.

אדרבה, קוקט אריין אין שו"ע

בעניי געדענק איך נישט אין שו"ע אזא חילוק.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:44 pm

אודאי שטייט נישט די חילוק אין שו"ע, עס איז קיינעם נישט איינגעפאלן אז מען גייט צאממישן די צוויי.......

געמיינט צו זאגן אז מען זאל קוקן די מדובר אין שו"ע און זעהן צו ער רעדט פון א אסיר אין תפיסה אדער פון א שבוי (וואס די חילוק אין זייער טייטש איז נישט מיין חידוש, עס איז פשוט לשון הקודש, ווי איר ווייסט).

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » דינסטאג אפריל 14, 2015 4:10 pm

מען פארקריכט פונעם ענין, ר' יואל אויסצוקושן א יעדע ווארט אייערס.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג אפריל 14, 2015 4:39 pm

ווי איך פארשטיי אזוי לייענענדיג דא איז די עיקר טענה פון צד האומרים אז מאיז צו שארף אז א איד קען זיך מעגליך טרעפן אין אזא מצב (אויב בין איך נישט גערעכט סטאפ מיר שוין דא).

בעניי וואלט איך געהאלטן אז לא די וואס דאס איז נישט קיין טענה איז דאס גאר פארקערט! מזאל ביים איד נישט שתדל׳ן ווייל אז טאמער דו האלטסט אז דער גוי קומט פאר דעם תפיסה אלס רודף צו אלס למען ישמעו וייראו פארוואס דער איד נישט? די אלע באגריפן שטייט אויף אידן.

לכתחלה זאגט עפעס וועגן לימוד זכות וכדו׳ אבער דאס איז מען דן פרטיות׳דיג יעדעס מאל. רחמנות קענסטו אויך בעטן ווען דו ווילסט און וויזוי דו ווילסט. אבער שורת הדין? זאל מען ביים גוי מאכן גרינג כדי א אידישער עבריין זאל נישט ליידן? ווי איז דא א מקור אויף אזא צוגאנג?

די איינציגע שמועס איז ארויסלאזנדיג די גאנצע איד גוי חלק. וואס קומט פאר אזא מענטש ווי אסעוועדא?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » דינסטאג אפריל 14, 2015 4:45 pm

בוידעם האט געשריבן:רעדט מען דא פון אים הארגענען? מען רעדט דאך פון אים איינשפארן, פשוט פאר די מענטשהייטס זיכערהייט.


אונזער זיכערהייט איז אסאך מער אין געפאר מיט אזא יוסטיץ סיסטים, ווי פון אזאנע דרייווערס.

דערמאנט אייך נאר אייער מיינונג ביי די פלארדיא פרשה ווען מען האט ע"פ פקודת העסקנים באמבעדירט די גאועונערס אפיס מיט טלפון רופן, צו פריי לאזן די "גענוג געליטענע" יוד פון טויט שטראף!!

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג אפריל 14, 2015 4:46 pm

מילכיגער האט געשריבן:ווי איך פארשטיי אזוי לייענענדיג דא איז די עיקר טענה פון צד האומרים אז מאיז צו שארף אז א איד קען זיך מעגליך טרעפן אין אזא מצב (אויב בין איך נישט גערעכט סטאפ מיר שוין דא).

איך האב אויך אזוי פארשטאנען.

מילכיגער האט געשריבן:זאל מען ביים גוי מאכן גרינג כדי א אידישער עבריין זאל נישט ליידן? ווי איז דא א מקור אויף אזא צוגאנג?

לויט ווי געשמועסט, האט מען שווערער געמאכט פארן גוי. מ׳רעדט בכלל נישט פון בעטן פאר א גרינגערן טערמין.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג אפריל 14, 2015 4:53 pm

אויף דעם איז דאך די לעצטע שורה. וואס האלטסטו קומט אים? פארגעס פון בעסער/ערגער/עסקנים.

למשל טאמער קומט אים 39 יאר און די געזעץ גיט ווייניגער דארף איך פייטן למען הארדענונג ער זאל דאס באקומען, ריגארדלעס פון מעגליכע אידישע רוצחים ליידן. ווען א איד וועט אריינפאלן וועט מען שוין מאכן פעטיציעס...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:02 pm

אז דער געזעץ גיט ווייניגער איז דאך מוכח למפרע אז ס׳קומט אים ווייניגער, ניין?...

איך בין נישט קיין לויער ולא בן שופט, וואלט איך געזאגט אז מ׳זאל קוקן וואס אנדערע האבן באקומען אין ענליכע פעלער.
דוכט זיך אז דא האט ער באקומען הארבער ווי געווענליך.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:08 pm

איך פארשטיי וואס דו זאגסט. איך רעד ווען דו האלטסט אז די געזעץ אין זשענעראל איז צו לייכט מיט די מין פארברעכער. איז נישט ריכטיג צו לאביען פאר שטרענגערע געזעצן?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:15 pm

מילכיגער האט געשריבן:איך פארשטיי וואס דו זאגסט. איך רעד ווען דו האלטסט אז די געזעץ אין זשענעראל איז צו לייכט מיט די מין פארברעכער. איז נישט ריכטיג צו לאביען פאר שטרענגערע געזעצן?

לכאורה נישט, ווייל עס איז בקום ועשה וואס קען גורם זיין פאר א יוד שפעטער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:20 pm

איך האלט נישט גארנישט. ס׳דא געוויסע מענטשן וואס טוען געזעץ, איך האב ב״ה א פול טיים דשאב...

ווען א געוויסע פארברעך וואלט געווען איינגעריסן און דער שטראף דערפאר צו לייכט, וואלט איך פארשטאנען דאס שתד׳לען פאר שטרענגערע מאסנאמען דערקעגן און מעגליך שטילערהייט אויך פאר הארבערע שטראפן. אבער נאר שטילערהייט.
דאס מאכן א פובליק מהפיכה צו באשטראפן א ספעציפישער מענטש הארבער ווי געווענליך, בלויז ווייל ״למען ישמעו״ (און אפשר אויך ״ויראו״, אז דער עולם זאל מיך זען אויפן אויבן אן), דאס איז וואס שטערט מיך.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:30 pm

גליטשעדיג האט געשריבן:
א מענטש וואס קען פליען מיט א ווילדקייט אויף 70 מייל אין א רעזידענשאל געגענט, איז א רוצח במזיד!
יא עס קען אמאל געלונגען אז קיינער איז נישט אויף די גאס, אבער ער איז עלול אויף רציחה.

קוקט נישט אויס אז דו פלעגסט גיין / דרייוון אויף יענעם גאס
פאר מען האט אינסטאלירט די נייע רויט לייט'ס איז דארט געווען א הייוועי ווי 'אלע' קארס זענען געפארן נאך אזוי שנעל ווי אויפן בי.קי.ווי.,
נישט אריינגייענדיג בכלל אין די 'פאקט' אז די טעקסי האט קלאר נישט געסטאפט ביי די סטאפ סיין

אויב איז ער עלול אויף רציחה פארן פליען דארט, דאן קען איך מער נישט גיין אין בית מדרש ווייל האלב מענטשן זענען עלול אויף רציחה....

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:35 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:נישט אריינגייענדיג בכלל אין די 'פאקט' אז די טעקסי האט קלאר נישט געסטאפט ביי די סטאפ סיין

?? מקור?

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:39 pm

'נאר' ער האט געהאט א סטאפ סיין, קענט עוו. האט דאך נישט קיין סטאפ סיין נאר האט ער פרובירט זיך צו דרייען פאר 'יענער' וועט אנקומען,
אנדערש וואלט ער נישט געווען דארט...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zugurnish, פייווישעל און 80 געסט