שוידערליכע עקסידענט כ"א אדר תשע"ג - משפחת גלויבער ע"ה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5777
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 7:17 pm

WMSBG: Acevedo Driver who killed Gluber Family found guilty on nearly all counts, including manslaughter, Facing life sentence of prior convictions

ווישעווער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 24, 2012 1:52 pm

תגובהדורך ווישעווער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 7:35 pm

איך האב שטארק מיטגעפיל מיט די גלויבערס/זילבערשטיין'ס, אבער איך זעה נישט פארוואס ס'קומט זיך אים א לייף סענטענס. האט מען געקענט אויפווייזן אז ער איז געווען אינטער איינפלוס? צו דעס אז ער האט אפגעפיצט איז געניג גוט?
איך זעה אז ס'קומט אים דא לעבנסלענגליך צוליב זיינע אלטע מעשים, הסבר דערויף?

אגב זעה איך אז דער נייער דיסטריקט אטורני טאמפסאן האט ערשיינט אין קאורט היינט איבער דעם קעיס!

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 8:56 pm

זאג. אלע סענטענסעס פון אונזער הויכגעשעצטע יוסטיץ סיסטעם ביז אהער איז דיר יא אינגאנצן פארשטענדליך אז דו פרעגסט דוקא אויף די יעצטיגע?...

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 9:00 pm

לשמחת לב פונעם טעקסי דרייווער, ניטאמאל געוועהן א צל ספק אז ער זאל האבן עפעס שולד.

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 9:58 pm

ווישעווער האט געשריבן:איך האב שטארק מיטגעפיל מיט די גלויבערס/זילבערשטיין'ס, אבער איך זעה נישט פארוואס ס'קומט זיך אים א לייף סענטענס. האט מען געקענט אויפווייזן אז ער איז געווען אינטער איינפלוס? צו דעס אז ער האט אפגעפיצט איז געניג גוט?
איך זעה אז ס'קומט אים דא לעבנסלענגליך צוליב זיינע אלטע מעשים, הסבר דערויף?

אגב זעה איך אז דער נייער דיסטריקט אטורני טאמפסאן האט ערשיינט אין קאורט היינט איבער דעם קעיס!


אני הקטן בין דארט געווען אפאר מאל, מ'האט נישט גערעדט פון קיין אינטער איינפלוס, אנטלויפען פונם עקסידענט איז נאך ערגער, 2 עדות'ער האבן אויף געטרעטען אז זיי האבן געזען אז ער איז געפארען שנעל און רעקלעס, ס'האט גארנישט מיט די גלויבערס/זילבערשטיין'ס זיי זענען דארט געווען פאר ענטפערס נישט פאר קיין 'ריווענדז ".
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3886
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג פאברואר 20, 2015 2:44 am

מען האט שוין געסענטענסד צו בלויז 'פעיסינג' לייף סענטענס?

פארוואס איז אנטלויפען אזא געפערליכע חטא?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג פאברואר 20, 2015 8:01 am

איך האב פארשטאנען אז די הארבע שטראף וואס ער גייט קריגן איז צוליב זיין רעקארד

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג פאברואר 24, 2015 7:10 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:מען האט שוין געסענטענסד צו בלויז 'פעיסינג' לייף סענטענס?

פארוואס איז אנטלויפען אזא געפערליכע חטא?


אנטלויפן אז זייער א הארבע פארלעצונג, ווייל געווענליך מיינט עס אז דער יעניגער איז געווען אנגעטרינקען און ער וויל נישט מ'זאל אים כאפן ביז ער ווערט אויסגעניכטערט

פאר די זעלבע סיבה, אויב א אפיציר שטעלט אפ און מען וויל נישט מאכן א ברעטהעלייזער טעסט, ווערט מען ארעסטירט און אנגעקלאגט פאר די זעלבע-שווערע קלאגע ווי מען וואלט געכאפט געווארן דרייוון אונטערן איינפלוס
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5329
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך פאברואר 25, 2015 10:38 am

אוי אוי, דאס ברענגט אויף דעם שרעקליכען טראגעדיע, די אלע קבלות טובות פון דענמאלט, רבותי מיר דארפן תשובה טוען אויפ'ן פארגעסן צו שנעל!

וויפיל איז דער שיעור, אזויפיל אידן מאכן נעבעך מיט, מיר ליינען די מעשה ווי אן אלטע אבער פיר עלטערן און נאך משפחה מיטגלידער מאכן נאך נאס קישענעס נאכט נאך נאכט, אוי העלף שוין טאטע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3886
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך פאברואר 25, 2015 11:04 am

שנאפס האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:מען האט שוין געסענטענסד צו בלויז 'פעיסינג' לייף סענטענס?

פארוואס איז אנטלויפען אזא געפערליכע חטא?


אנטלויפן אז זייער א הארבע פארלעצונג, ווייל געווענליך מיינט עס אז דער יעניגער איז געווען אנגעטרינקען און ער וויל נישט מ'זאל אים כאפן ביז ער ווערט אויסגעניכטערט

פאר די זעלבע סיבה, אויב א אפיציר שטעלט אפ און מען וויל נישט מאכן א ברעטהעלייזער טעסט, ווערט מען ארעסטירט און אנגעקלאגט פאר די זעלבע-שווערע קלאגע ווי מען וואלט געכאפט געווארן דרייוון אונטערן איינפלוס


עס קען אבער פונקט אזוי מיינען אז מען איז דערשראקען פון וואס מען האט געטוהן. יעדענפאלס דאס אנטלויפען זעלבסט איז נישט אזא חטא.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

נח הערש
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2014 9:45 pm

תגובהדורך נח הערש » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 2:59 pm

היינט די יארצייט
קיינער רעדט נישט?

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

תגובהדורך געב_מיר_כח » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 3:09 pm

נח הערש האט געשריבן:היינט די יארצייט
קיינער רעדט נישט?

די חבירים זיינע פון מאנטריאל האבן נעכטן געמאכט א יארצייט סעודה אין ק"י
היינט צופרי ארויף צום ציון
היינט 2 אזייגער געמאכט א מסיבת לחיים אין שאפראן כולל (ווי ער האט געלערנט)
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 4:05 pm

די בריוו איז ארומגעשיקט געווארן פאר די חברים פון ר' נחמן ע"ה פאריאר אינמיטן די כתיבת ספר תורה קאמפיין וואס איז געשריבן געווארן לע"נ דורך זיינע חברים פון ישיבת תורת משה מאנטריאל

טייערע חשובער חבר שיחי'!
הגם עס שטייט "גזירה על המת שישתכח מן הלב", אבער פאר די תועלת פונעם נפטר, לאמיר אביסל צוריק מישן דאס בלעטעלע פונעם לוח צו א קנאפע 11 חדשים צוריק... לאמיר צוריק מישן די זכרונות צו יענע פארנעפעלטע פארווייטאגטע טעג...


מוצאי שב"ק פרשת ויקהל, כ"א לחודש אדר שנת תשע"ג לפ"ק, 12:00 ביינאכט
אתקינו סעודתא דמהימנותא
א קילן פרילינג ווינטל שניידט דורך דעם האריזאנט, פון הימל לייכטען די שטערנס מיטן פילן פראכט, כלל ישראל זעצט זיך אוועק אין זייערע ווארימע היימען און מען פראוועט מיט די משפחה דעם סעודתא דדוד מלכה משיחא, די רויעך פון די פיינע ווארימע קאווע צושפרייט זיך אין די לופטען, מען זינגט אזוי ווארעם די זמירות פון מוצאי שב"ק, ווי מען דאנקט דעם בורא עולם אויף די וואך וואס איז ב"ה פאראיבער, און מען בעט אויף להבא אז דער קומענדיגער וואך זאל זיין א וואך מיט הצלחה, מיט גוטע בשורות, עס זאל קומען א פרישע לעכטיגע וואך ווי עס זאל זיין נאר קול צהלה ורנה, עס זאל זיין זרעינו וכספינו ירבה כחול, ווי אויך טוען אלע היימישע עלטערן אויסנוצען דעם געלעגנהייט צו פארציילן פאר די משפחה עובדות אין סיפורי קודש פונעם היינט נאכטיגן בעל הילולא הרה"ק ציס"ע הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, אריין צו ברענגען אין די קינדער חשק צו אהבת תורה ויר"ש, דורכן ארויס ברענגן די גדלות און די קדושה פונעם הייליגן צדיק, אין כלל ישראל בעהט אין וואונטש זיך איינער דעם צווייטן אז זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל, און אז אמיץ יעשה בקשתינו, עס זאלן אינעם זכות פונעם צדיק נתקבל ווערן אלע אונזערע תפלות ברחמים וברצון, און עס זאל צוריסן ווערן אלע שלעכטע גזירות פון אידישע קינדער.
אונזער חשובער חבר האברך מוהר"ר נחמן גלויבער ע"ה איז אויך נישט אויסגעשלאסן פונעם כלל אין פראוועט מלוה דמלכא מיט זיין – אונז אלעמענס באקאנטע – גוטמוטיגקייט, נישט חלומ'נדיג וואספארא שווערע גזירה עס שוועבט אין די לופטן..

מוצש"ק בערך 12:30 ביינאכט
אונזער חשובער ר' נחמן ע"ה רופט אן אויטא זאל אים אפנעמען מיט זיין חשובע ב"ב האשה החשובה והצנועה ע"ה, צוצוטראגן צו א וויכטיגן געברויך, דער קאר פייפט, ר' נחמן ע"ה טרעט ארויס דעם שוועל פון זיין הויז, ער קושט די מזוזה, אוי!... נישט וויסענדיג אז דאס איז ליידער זיינע לעצטע טריט פון זיין קורצן יונגען לעבן..., ר' נחמן ע"ה זעצט זיך אריין אינעם קאר נישט טראכטענדיג אז גזרה חכמתו יתברך אז דער קאר וועט אים טראגן אויף א וועג ווי... ער וועט שוין נישט צוריק קומען.. ביז ווען השי"ת וועט שיקן דעם גואל צדק ...

מוצש"ק בערך 12:45 ביינאכט
די קאר ווי עס זיצט אונזער נחמן ע"ה מיט זיינע ב"ב ע"ה פארקריפעלט זיך צווישן די וויליאמסבורג'ער שאסייען, דער דרייווער פירט אים פאמעליך איבער די גאסן, און מאכענדיג א לינקס ביים קארנער אויף קענט עוו., אין די טונקעלקייט פון די נאכט קומט א שנעל פארענדע אויטא קומענדיג מיט א גרויס בארבארישקייט, און זעצט אריין אינעם קאר וואס טראגט די חשובע יונגע משפחת גלויבער, און האט רח"ל צודריקט אונזער טייערע נחמן, און זיין ב"ב ע"ה אריין געשליידערט אונטער א דערנעבענדיגע טראק.

מוצש"ק בערך 12:48 ביינאכט
אין די וויליאמסבורגער גאסן הערן זיך א אן א צאל סירענעס פון די שנעל פארענדע – אלע ערליי – עמערדזשענסי גרופעס אלע קומען צו פארן מיט א געשיקטע שנעלקייט צום פלאץ, און עס געדויערט געציילטע שווערע מינוטן ביז עס אנדעקט זיך פאר די אויגן די שוידערליכע סצענע וואס דא האט פאסירט, צענדליגער און הונדערטער וואלאנטירן, קומען צו לויפן זעהן וואס מען קען צוהעלפן פאר די באטראפענע פונעם שוידערליכן עקסידענט, די געטרייע וואלאנטירן האבן אפגעטראגן די פאציענטן מיט גרויס איילעניש אין שפיטאל.

מוצש"ק בערך 12:55 ביינאכט
עס איז שוין קרוב צו חצות הלילה, מען האט שוין אפגעגעסן מלוה מלכה, אפגעטרונקן די ווארימע קאווע, און שוין אפילו צוזאם געלייגט די טלית, מען גרייט זיך צו ליינען קרי"ש שעל המטה זיך צו צוגרייטן אויפן מארגענדיגן טאג, צום אנהייב פונעם פרישן וואך, אבער... מ'הערט אן אויפטרייסעלענדע שמועה איבער א גאר שווערע עקסידענט ווי עס איז פארמישט א היימישע יונג פארפאלק, אידן כאפן דעם תהלימ'ל אין לאזן הייסע טרערן אויפן וואוילזיין פונעם חשוב'ן פארפאלק וועלכע האט זיי אזוי פלוצים באטראפן, אזא שרעקליכע צרה האפענדיג גאנץ בקרוב צו הערן אויפן מצב אז עס איז נישט אזוי שרעקעדיג ווי עס האט אויסגעקוקט ביי די שרעקליכע סצענע ..., אבער...
דער שפראך איז צו ארעם, די טינט איז פארגליווערט, די הארץ צאפעלט, רפו כל ידים וכהתה כל רוח, אוי! אוי! די הארץ וויינט אין איז ביטער פארקלעמט, די מח קען זיך נישט קאנצעטרירן ווען מען דערמאנט זיך צוריק יענע ביטערע שוידערליכע ווייטאגליכע מינוטן, ווען עס איז אנגעקומען די שוידעליכע ביטערע בשורה אז עס איז שוין סתם תפילתי, די פתילי החיים פון האברך החשוב והיקר, המו"מ בתורה וביר"ש, ירא וחרד, מו"ה נ4מן גלויבער ז"ל, וזוגתו החשובה והצנועה, אשת חיל מי ימצא, מרת רייזל ע"ה, זענען רח"ל אפגעהאקט געווארן, אזוי שוידערליך, אזוי ביטער אין טראגיש, אזא אסון נורא ואיום, אוי באשעפער!...

זונטאג פרשת פקודי אינדערפרי
עס גייען אידן אין די בתי מדרשים מיט די טלית ותפילין אונטערן ארעם, עפענען דעם טיר פון ביהמ"ד אוי! געוואלד! די ווענט שרייען ארויס דעם ביטערן שוידערליכן אומגליק אין מעלדט איבער די דאפעלטע לוי', אלעס קרעכצט, אלעס איז צובראכן, די הערצער צוריסן, כל ראש לחלי וכל לב דוי, אידן זאגן ארויס דעם "ברוך דיין האמת", אבער באשעפער וויפיל קען מען נאך פארנעמען, עס גלויבט זיך נישט אז אזאנס האט פאסירט, אזא יונג ביימעלע, א דאפעלטער אומבאגרייפליכער אבידה שאין לה תמורה, איז נעקר געווארן, באשעפער, נאר די קענסט אונז טרייסטן.
אבער אויב האט כלל ישראל אזוי געפילט און אזוי געטראכט, וואס האבן געטראכט די חברים פונעם חשובען נפטר ע"ה יוצאי ישיבתינו הק' תורת משה דסאטמאר מאנטריאל, ווי דער נפטר איז גאנצע 3 יאר געזיצן בין כותליה און געהארעוועט על התורה ועל העבודה, טאקע די חברים וואס זענען קוים געזעצן מיט אים אויף די זעלבע ישיבה באנק, קוים עטליכע טעג צוריק געזעצן אינאיינעם צווישן די פיר ווענט אין כולל, קוים נעכטן שבת קודש געדאווענט אין איין בית המדרש, און יעצט... אוי ואבוי! נישטא ווער עס זאל אונז טרייסטן, נישטא ווער עס זאל לינדערן אונזער צער, נישטא ווער עס זאל אפווישן אונזערע טרערן, טראכטענדיג איבער די ביטערע טראגעדיע, אז אונזער חשובער חבר וואס האט זיך געדרייט און געלעבט מיט אונז אין ישיבה, אין ביהמ"ד, אין כולל, אין ער האט געצילט די זעלבע ציהל פון אונז אלע, צו אויפשטעלן דורות ישרים ומבורכים פאר השי"ת, און פלוצלינג איז דאס געווארן אזוי טראגיש אנגעוואוירן און פארלוירן, הוי, מי ירפא לך! כי אין לנו מנחם!

זונטאג פרשת פקודי 2:00 נאכמיטאג
פארצער'ט... דערשיטערט... פארקלעמט... מיט צוריסענע הערצער..., מיר אלע חברים קומען זיך צוזאם פארענט פון ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סט., ווי מיר שטייען צווישן אנדערע טויזענטער אידן, מיר זעען די חורבן פאר אונזערע אויגן, עס ווילט זיך נישט גלייבן, צוויי ארונות איבערגעדעקט מיט שווארצע לייליכער, אוי! די טרערן פליסן, די דרי מעלה וויינען מיט אינאיינעם מיט די דרי מטה, אויפן ביטערן חורבן פון א הייליגן מקדש מעט, מען הייבט אן די הספדים, עס הערט זיך ווי דער מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו שליט"א וויינט און קלאגט אויפן שווערן בראך און איז אונז אלע מעורר צו תשובה און וואס מיר דארפן פארבעסערן, צווישן אנדערע הספדים הערט זיך די ביטערע בכיות פון הרה"ג דער לימנוב'ער רב שליט"א צו וועלכע דער נפטר איז געווען זייער דבוק און זיך ביי אים שואל עצה געווען, וועלכע ברענגט ארויס די געוואלדיגע מהות פון אונזער חשובער חבר דער נפטר ז"ל, און ווי שוידערליך הערט זיך ווי זיין צובראכענע שווער שרייט אויס די "אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך הוא עושה ויעשה לכל המעשים" און באוויינט דעם ביטערן שקיעת החמה שלא בעונתה, מיר ווישן אלע א טרער נאך א טרער.

זונטאג פרשת פקודי 4:00 נאכמיטאג
דער פלייץ פון טרערן ווערט פריש באנייט, מיר שטייען פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול אין מאנסי, ווי דער חשובער נפטר ז"ל האט אפגעראכטן זיינע לעכטיגע יונגע יארן, די הארץ רייסט אפילו נאר צו זעהן דעם בילד ווי אונזער חשובער באליבטער דיין וראש ישיבה שליט"א – וואס איז געקומען צופארן אפגעבן דעם לעצטע כבוד פאר זיין באליבטע תלמיד – שטייט און וויינט און קלאגט, אויף דעם אחד מן החבורה שמת, באטאנענדיג צווישן זיינע ווערטער אז עס איז ליידער נישט נאר אחד מהחבורה, עס איז א גאנצע משפחה פון די חבורה, די דיין שליט"א רופט נחפשה דרכינו ונחקורה, לכו ונשובה אל ה', און ער איז מעורר צום שומע תפלת כל פה ער זאל מקבל זיין אונזער געוויין עס זאל מער נישט געהערט ווערן קיין שוד ושבר בגבולינו.
דער צובראכענער פאטער טרעט צו צום מייק אבער עס הערט זיך נישט קיין דיבורים... עס הערט זיך בלויז א קול נהי... א קול פון בכי ותמרורים... אויף זיין פערזענליכן קלאפ וועלכע האט אים באטראפן ווי א דינער אין מיטן העלן טאג, אוי! ווי קען מען אפילו דאס צוריק טראכטן.
אין די אלע ביטערע שעות ווען מיר חברים זענען געשטאנען ביי די הארציגע הספדים, איז אונז געקומען אויפן זכרון די פארלאפענע יארן אין ישיבה, די זעלטענע מעלות אין מדות פונעם נפטר ע"ה, זיין פריינטליכקייט צו יעדן וואס איז געקומען מיט אים אין ווארט, זיין לעכטיגע שיינעדיגע צורה, זיין זעלטענע תמימות און ערליכקייט, זיין אויסערגעווענליכע גוט הארץ און איידלקייט, זיין ווארימע דאווענען מיט א התלהבות און א ברען בקול המעורר הכוונה, זיין זיסע שטימע ביים לערנען וואס האט זיך געהערט שטענדיג בהיכל הביהמ"ד לערנענדיג מיט אזא זעלטענע התמדה און עקשנות, און על כולנה זיין יראת שמים ווי ער האט ממש אפגעשפיגלט דעם "התהלך לפני והיה תמים", געדינט דעם אייבערשטן מיט אזא געהויבענע דרגה, זיין חסד פאר א צווייטן מיט אזויפיל געפיהל, זיין קיום המצות בדחילו ורחימו, און פיל פיל נאך.
ווי אויך איז געקומען אין זכרון דעם גליקליכן טאג, געציילטע טעג נאכן חג הפורים תשע"א לפ"ק ווען ער איז בשעטומ"צ נכנס לברית האירוסין עב"ג, זיין געוואלדיגע שמחה אז ער וועט שוין בקרוב זוכה זיין צו גיין אונטער די חופה און זוכה זיין אויפצושטעלן א הייליג אידיש הויז, א בית נאמן בישראל, א מקדש מעט, די שמחה יענע טעג פון אונז אלע – זיינע חברים – ווי מיר האבן זיך מיטגעפרייט מיט זיין געהויבענע שמחה מיט אזוי פיל געפיל.
און אום ווינטער תשע"ב, נחמן גייט ארום צווישן די טישן פון די ישיבה און פארטיילט חתונה איינלאדענונגען, נעמט אפ די ווארימע ברכות פון אונז זיינע חברים, און מיר אלע וואונטשען אים מעומק הלב ער זאל זוכה זיין צו בויען א בית נכון ונשא, א לעכטיג אידיש הויז מיט פיל הרחבת הדעת אן קיין שטער, מיר צוטיילן זיך אויסצוזאגן עטליכע מאל תהלים איעם טאג פון זיין חתונה אינטערן ראם פון "חבורת בעד חבירו".
נאך זיין גליקליכע יום החופה מיר טרעפן אים שבת אין ביהמ"ד אזוי אויפגעלייגט, יעדן טאג אין כולל, זיין שמייכל, זיין התמדה, זיין יראת חטא, וכו'... און איצט שטייען מיר...

זונטאג פרשת פקודי פארנאכטס, נאנט צום שקיעת החמה
די ארונות ווערן געפירט קיין קרית יואל, ווי די נפטרים וועלן קומען למנוחתם הנכונה, זיי גייען ארויף אין הימל אלץ עולה תמימה, זך ומזוכך, ווי עס איז מקיום געווארן אויף זיי אשרי מי שחתם את ימיו במהרה, רוכב בערבות שש ושמח בבוא אליו נפשות נקיים וצדיקים.
מיר גייען אלע אהיים פון די הארצרייסענדיגע לוי', די מחשבות קלויבן זיך אביסעלע צוזאם, מען פרובירט זיך צו אביסעלע קאנצעטרירן איבער וואס דא האט פאסירט, און וואס מען פאדערט פון אונז די בני החבורה, צו טוהן כאטש עפעס א מינימום פארן געדענקעניש פון אונזער חשובער חבר ע"ה, אין יעדער קלערט אז כאטש עפעס מוז געטוהן ווערן איבערצולאזן א אנדענק פון דאס יונג ביימעלע וועלכע איז אזוי פריצייטיג געווארן אוועקגעריסן, אבער די צובראכענקייט לאזט נישט קומען צו א ריכטיגע מסקנא.

מאנטאג פרשת פקודי פארטאגס
דער עולם ערוועקט זיך, אין מען הערט ליידער די ביטערע ידיעה, אז דאס לעצטע ביסעלע טרייסט אז עס וועט כאטש פארבלייבן א קדיש'ל איז אויך ליידער נישט געבליבן, רחמנא ליצלן... און ר' נחמן ע"ה לאזט נישט איבער נאך זיך קיין שום שם ושארית... יעדער קלערט, יעדער טראכט, וואס קענען מיר טוהן עס זאל פארבלייבן עפעס א זכרון, פון די משפחה פון אונזער חשובער חבר.

מאנטאג פרשת פקודי אויפדערנאכט
מען שטייט שוין קרוב צו 48 שעה זונט דעם ביטערן טראגעדיע, קיינער איז נאכנישט געקומען צו זיך מיר אלע זענען נאך ערשיטערט אין צוקלאפט אין שטארק באטראפן, אויף דעם ביטערן צרה פון כלל ישראל בכלל, און פאר אונז חברים אבל יחיד בפרט, מיר קומען זיך אלע צוזאם בבית מדרשינו תורת משה אויף פלאשינג עוו., דעם ביהמ"ד ווי מיר האבן נאך דעם לעצטן שבת געדאווענט אינאיינעם די תפלות מיט להבחל"ח דער חשובע'ר נפטר, אין דעם ביהמ"ד וואס מיר האבן נאך דעם לעצטן וואך געהארעוועט אויף תורה אינאיינעם, און טאקע באותו מקום וועלן מיר הערן פאסיגע דיבורים פון מורינו ומדריכינו הגה"צ דער דיין שליט"א איבער דעם חובת השעה.
מיט א געשטיקטע שטימע פון טרערן, און מיט א טיפן צער אויסגעגאסן אויפן פנים, האט דער דיין שליט"א א לענגערע צייט געקלאגט אויף דעם חורבן בית מקדש מעט, און גאר שטארק מעורר געווען לתשובה ולתיקון המעשים, צווישן די ווערטער האט ער ארויסגעברענגט אז ווער ווייסט צו ווען מיר וואלטן געדאווענט און געדינט דעם אייבערשטן מיט מער כוונה, מיט מער יגיעה, מיט מער הארץ, מיט מער פנימיות וואלט מען געקענט אפהאלטן די שווערע גזירה.
דער דיין שליט"א האט גאר שטארק ארויסגעברענגט אז א חוץ דער התעוררות פון תשובה ותיקון המעשים דארף אויך געטוהן ווערן א פעולה צו מנציח זיין את שמם פון די נפטרים, וועלכע האבן ליידער נישט איבערגעלאזט נאך זיך, קיין שם ושארית עס זאל בלייבן פון זיי אן אנדענג בין כותלי בי מדרשא.
דער דיין שליט"א האט שטארק ארויסגעהויבן דעם פלאן פון די חשובע עסקנים צו פאראייביגן די זכרון דורכן שרייבן א ספר תורה לעילו נשמתם, וועלכע איז די פאסיגסטע געדענקעניש נאך זיי, און יעדעס מאל וואס מען וועט ליינען דערין וועט די טייערע נשמה פון האברך החשוב ר' נחמן ע"ה, און פון אשתו הצדקנית מרת ריזל ע"ה, גיין העכער און העכער במעלות קדושים וטהורים.
די ווערטער פונעם דיין האבן גאר שטארק אריינגעדרינגן אין די הערצער פון אונז אלע און געשאפן א געוואלדיגע רושם צו תשובה טוהן און מפשפש צו זיין במעשים, און באזונדער טאקע זיך אנצושליסן מיט א ווארעמקייט עס זאל כאטשיג דאס פארבלייבן אלס שם ושארית נאך אונזער חשובער חבר ע"ה, וועלכע האט ביים לעבן געצילט דעם ציל וואס מיר אלע האבן, צו אויפשטעלן דורות נאך זיך, און אז ער האט עפ"י גזירתו יתברך צו דעם נישט זוכה געווען, וועלן מיר טוהן כאטש דעם מינימום צו מקיים זיין דעם ידאגו כל בני החבורה, און מיר האבן אלע א באזונדערע הנאה אז די געציילטע עסקנים זענען נישט געבליבן ביים קלערן נאר געטוהן למעשה און זיך אונטערגענומען דעם שווערן אינטערנעמונג.
עס האט זיך טאקע ביים טישל נאך די דרשה אנגעזעהן די געוואלדיגע ווארימקייט, ווי דער עולם האט זיך אנגעשלאסן מיט א אויסטערלישע ברען, און זיך מתחייב געווען מיט גאר שיינע סכומים, צו קענען נאכקומען דעם גרויסן סכום, וואס עס פעלט זיך אויס לגמרה של תורה, צו דעקן די געוואלדיגע הוצאה, פונעם הייליגן פראיעקט.
אבער טייערער חבר! עס איז טאקע גזירה על המת שתשתכח מן הלב, מיר זענען שוין אלע צוריק געגאנגען צו אונזער לעבנס שטייגער, דאך האבן מיר אביסל צוריקגעמישט די זכרון צו יענע פארוpǚ`O* טעג, דיר צו דערמאנען אז דער נשמה פון אונזער חשובער חבר – וואס האט נישט זוכה צו דעם לעבנס שטייגער צו ממשיך זיין דורות אויף די וועלט – בעט זיך ביי אונז, טוטס פאר מיין נשמה, עס זאל פארבלייבן נאך מיר אין מיין משפחה א שם ושארית.
על כן טייערער חבר! ביטע העלפט צו פאר די געטרייע עסקנים צו פארענדיגען אויספירען בקרוב דעם הייליגען פראיעקט, אין קענען פארענדיגען בקרוב בעזהשי"ת צו שרייבן דעם ספר תורה, און מען זאל קענען בקרוב אנהייבן צו ליינען דערין לטובתו ולזכרו נשמתו פון אונזער חשובער חבר.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 4:17 pm

די ריזאן פארוואס קיינער רעדט נישט איז ווייל די פרשה איז ביי יעדעם אן אומפארהיילבארע וואונד וואס ברענגט נאר ארויף אומבאטעמטע, הייס פארטרערטע זכרונות. דער ריכטיגער פלאץ פאר דעם אשכול איז אין די טיפעניש פונעם קעלער ווי נאר איינער וואס איז די גיסטע פון נאס מאכן זיין קישן קען עס אפירקראצן, אפשטויבן און דורכליינען. לענ"ד, דארף/זאל עס נישט ווערן אויפגעברענט בכלל.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 4:48 pm

יואב ביסט הייס גערעכט

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 5:53 pm

אוי האסטו מיר פארפלאנטערט מיינע מחשבות
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 6:20 pm

און אויב איך מעג וועל איך מחולק זיין, עס איז קלאר ווי דער טאג, אז די שוידערליכע ערשיינוג האט א שמייס געגעבן יעדן איד און הארץ אריין, און יעדער מיט א טראפ אידישע געפיל האט געהאט הרהורי תשובה, להלכה און אויך אויף למעשה, ווי עס זאגט עדות די חתימה פון איינע פון די חשובע ניקים דא איך געדענק נישט אויף די מינוט ווער, אבער ער שרייבט ווי פאלגענד: "זינט יענעם ביטערן כ"א אדר תשע"א קוקן מיר מער נישט אויף פאקס ניוס!!!" און אוודאי איז דא נאך אידן וואס האבן זיך פארגענומען קבלות טובות לע"נ.
און ווי אויך האט זיך יעדער צו יענע צייט געוואונטשען, אז די גיטע מחשבות, און קבלות זאלן בלייבן, מאנכע האבן זיך געשוואוירן ביים בארד אז זיי וועלן די מעשה קיינמאל נישט פארגעסן, איז דאס טאקע אזוי ? קלאר אז נישט! גזירה על החי, מען פארגעסט און אלעס גייט צירוק צום אלטן, די איינציגסטע עצה איז, זיך צו פרובירן צו דערמאנען פון צייט צי צייט נישט בלויז אויף נאס צו מאכן די קישן, נאר טאקע אז די קבלות טובות וואס מען האט דעמאלטס מקבל געווען זאלן אנהאלטן ווייטער, און דאס איז די איינציגסטער וועג דורך וואס מיר קענען האפן אז מיר וועלן שוין נישט דארפן באקומען אזאלעכע מעסעדזשעס פון הימל

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:08 pm

(KolHaolam: BROOKLYN: Julio Acevedo, driver in the accident that killed Nachman and Raizel Glauber was sentenced to 25 years to life in prison. (JP@

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:(KolHaolam: BROOKLYN: Julio Acevedo, driver in the accident that killed Nachman and Raizel Glauber was sentenced to 25 years to life in prison. (JP@

א שטיקל טרייסט
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:23 pm

קהלס נאר האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:(KolHaolam: BROOKLYN: Julio Acevedo, driver in the accident that killed Nachman and Raizel Glauber was sentenced to 25 years to life in prison. (JP@

א שטיקל טרייסט

25 יאר - ביז לעבענסלענגליך??!! עס כאפט א ציטער צו זעהן וואס די יוסטיץ סיסטעם האט געטוען מיט א מענטש פארן חטא פון מאכן א עקסידענט. ס'איז קיין שום טרייסט! ס'איז א חורבן! א חורבן פאר יוסטיץ וואס אביסל פרעשור פון אומפאראנטפארטליכע עסקנים האבן געלייגט אויף די פראקורן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:24 pm

צייטליך האט געשריבן:
קהלס נאר האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:(KolHaolam: BROOKLYN: Julio Acevedo, driver in the accident that killed Nachman and Raizel Glauber was sentenced to 25 years to life in prison. (JP@

א שטיקל טרייסט

25 יאר - ביז לעבענסלענגליך??!! עס כאפט א ציטער צו זעהן וואס די יוסטיץ סיסטעם האט געטוען מיט א מענטש פארן חטא פון מאכן א עקסידענט. ס'איז קיין שום טרייסט! ס'איז א חורבן! א חורבן פאר יוסטיץ וואס אביסל פרעשור פון אומפאראנטפארטליכע עסקנים האבן געלייגט אויף די פראקורן.

rt

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5217
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:25 pm

ס'איז נישט אזוי פשוט ווי "מאכן אן עקסידענט" ער האט געהאט מערערע קלאגעס
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:29 pm

ווישוואש האט געשריבן:ס'איז נישט אזוי פשוט ווי "מאכן אן עקסידענט" ער האט געהאט מערערע קלאגעס

מערערע קלאגעס איז די היט-ענד-ראן. חוץ דאס איז עס געווען א פשוטער עקסידענט (אויף וואס מ'קען שטארק דן זיין אויב דער טעקסי האט נישט געטראגן קיין גרעסערע שילד) דא נעמט מען אריין די פרעשור פון די קומיונעטי און זיין אלטן קרימינאלן רעקארד צוליב וועלעכע ער איז שוין געזיצן 10 יאר דערוועגן. פראבירט צו טראכטן אויב א אינגערמאן מאכט אזא עקסידענט אין הארלעם. (ל"ע)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:37 pm

צייטליך האט געשריבן:
קהלס נאר האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:(KolHaolam: BROOKLYN: Julio Acevedo, driver in the accident that killed Nachman and Raizel Glauber was sentenced to 25 years to life in prison. (JP@

א שטיקל טרייסט

25 יאר - ביז לעבענסלענגליך??!! עס כאפט א ציטער צו זעהן וואס די יוסטיץ סיסטעם האט געטוען מיט א מענטש פארן חטא פון מאכן א עקסידענט. ס'איז קיין שום טרייסט! ס'איז א חורבן! א חורבן פאר יוסטיץ וואס אביסל פרעשור פון אומפאראנטפארטליכע עסקנים האבן געלייגט אויף די פראקורן.


צייטליך, מאך דיך גראד די אויגנברעמען, און אטעם אריין און ארויס טיעף דריי מאל.

אן קיין פשעטליך האט ער געמאכט א היט ענד ראן, בשעת א קאר האט זיך איבערגעטאמבעלט פון זיין "גאר שנעלע" ספיד (נישט 70? אקעי, וויפיל? 60?), און עס איז געווען קלאר אז עס איז דא "גאר ערנסטע" פאראוואונדערטע, אויב נישט טויטע. אבער ער איז אנטלאפן פון דארט! און ער האט געוואלט אנטרינען ווערן. זאלן זיך די פאליציי מוטשען אויפצורוימען די בלוט.

א היט און ראן איז א געפערליכע געפערליכע פארברעכן! און רוב מאל צייגט עס אז "עס איז געווען פארוואס" צו אנטלויפן. דא קומט אריין דער שיקול הדעת פון די יוסטיץ סיסטעם וואס דארף טאקע מאכן זיכער אז ער האט נישט געהאט קיין שום אנדערע תירוץ פאר'ן אנטלויפן. צו איך האב די פולע טראסט אין די יוסטיץ סיסטעם? נישט אייביג. אבער א מענטש מיט א גרויסן פעקל פון פארברעכען פון דערינטער, און ער אנטלויפט פון אזא שרעקליכע סצענע, איז פשוט א סכנה פאר די געזעלשאפט.

ציה דיך נישט ארויף דעם מאסקע אויפן געזיכט אז ער גייט זיצן פאר'ן חטא פון "מאכן אן עקסידענט"... קאם אן...

נישט מער געדאכט ווען א היימיש אינגעלע איז אראפגעקלאפט געווארן אויף בעדפארד וואלאבאוט, איז דער דרייווער נישט געגאנגען זיצן. יעדער פארשטייט אז עקסידענטס געשעהן, ווי שרעקליך און ווייטאגליך עס זאל נאר זיין. אבער דא איז עס בכלל נישט געווען קיין רוטינע עקסידענט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:55 pm

אזוי צו אזוי, א טרייסט??? וואספארא טרייסט זעהט איינער פון דאס זיצן פונעם רוצח??


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ציפקע און 62 געסט