Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג פבואר 07, 2013 7:38 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איבערגעבן אין פריוואטע הענט וואס וועלן זיין אינטערעסירט צו מאכן געלט

;l;p- ;l;p- ;l;p-

נישט נאר זיי, נאר נאך אסאאאך וואס ווערט געפירט פון גאווערמענט וואלט געווען פראפיטבאר אין פרייווייטע הענט. פונקט יעצט קומט די נייעס, אז ניו יארק שרייט צו די יוניענס, אז מען דארף איבער ארבייטען די קאנטראקטס מיט די באס דרייווער, ווייל דורך די סטרייק, ווען די רעגירונג האט געדארפט פארטיילען מיליאנען אין סאבסעטיס פאר פרייוואטע טרענספאטאציע, צו פארטרעטען די געווענדליכע באסעס, האט די גאווערמענט געשפארט שווערע געלטער!

דאס הייסט א אומרעגולירטע צופלויגענע סאבסעטי סיסטעם, און קיין שום קאנטראל, איז נאך אלס ביליגער ווי די "קאנטראלירטע" שטאטישע ווערטשאפט.

אבאמא ביי די דיבעיט האט זיך באליידיגט אז מען האט געזאגט אז די גאווערמענט איז נישט אזוי efficient ווי פריוואטע קאמפעניס גיי טענה דיך מיט אים

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 07, 2013 10:01 pm

אורייתא האט געשריבן:איז מעיגליך צו עפענען א פריוואטע ביזזנעס פאר ענוולאפס?

ניין.

פרייטאג פבואר 08, 2013 1:19 am

אז מ'רעדט שוין וואספארא גוטע ארבעט די פאסטעל סערוויס טוט לאמיר אייך זאגן וואס איך האב געהאט.
א צייט צוריק האב איך באשטעלט עטליכע נייע איזיפעס טעגס, נאך וואס ס'איז אדורך א וואך צוויי און ס'איז נישט אנגעקומען האב איך אריין געקאלט צו די איזיפעס דיפארטמענט און אנגעפרעגט וואו מיין איזיפעס איז, זאגן זיי אז ס'איז שוין לאנג צוריק ארויסגעשיקט געווארן, אבער אזויווי ס'איז נישט אנגעקומען וועלן זיי ארויסשיקן נייע טעגס און די פריערדיגע טעגס וועלן זיי קענסלען, כך הוה עטליכע טעג דערויף האב איך באקומען די נייע טעגס,
עטליכע טעג צוריק עפן איך די מעילבאקס זעה איך אז ס'איז אנגעשטאפט מיט א דיקע ענוועלאופ, איך נעם עס ארויס און והנה, צוויי פרישע איזיפעס טעגס, הערשט יעצט איז אנגעקומען די אלטע טעגס, פאר נייגער כאפ איך א בליק אויפן דעיט ווען ס'איז געווארן געסטעפט שטייט דארט אקטאובער 17, פון אקטאובער וואלגערט זיך נעבעך דאס פעקל נע ונד אין די ביורא'ן פון די געשעצטע פאוסטעל סערוויס, דריי און אהאלב חדשים האט זיי גענומען צו דעליווערן דאס פעקל פון ניו יארק קיין ניו יארק,
היינט זיך דאס פעקל צוריק געטראפן אינעם מעילבאקס פאר זיין רייד צוריק צום איזיפעס דיפארטמענט.

פרייטאג פבואר 08, 2013 1:48 pm

מיט גרויס פרייד האט די פאסט אפיס געמאלדען אז זיי האבן אינעם 4'טן קווארטל פון יאר 12' פארלוירן אינגאנצען 1.3 ביליאן דאלער !! (יא מיט א "ב" מיט א פינטל).

די פרייד איז ווייל פאריאר אין די זעלבע צייט האבן זיי פארלוירן ...... 3.3 ביליאן! די קלענערע לאך איז צו פארדאנקען פאר די עלעקשאן סעזאן, ווען אלע קאנדידאטען האבן געשיקט אסאך פאסט.

אבי מ'זאגט אז די פאלעטישענס טיען גארנישט אויף!

שבת פבואר 09, 2013 10:09 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מיט גרויס פרייד האט די פאסט אפיס געמאלדען אז זיי האבן אינעם 4'טן קווארטל פון יאר 12' פארלוירן אינגאנצען 1.3 ביליאן דאלער !! (יא מיט א "ב" מיט א פינטל).

די פרייד איז ווייל פאריאר אין די זעלבע צייט האבן זיי פארלוירן ...... 3.3 ביליאן! די קלענערע לאך איז צו פארדאנקען פאר די עלעקשאן סעזאן, ווען אלע קאנדידאטען האבן געשיקט אסאך פאסט.

אבי מ'זאגט אז די פאלעטישענס טיען גארנישט אויף!


ס'שטימט דאך ממש אויף די פעני, ווייל די צוויי קאנדידאטן האבן דאך יעדער אויפגעטריבן א ביליאן דאלאר, מן הסתם האבן זיי די צוויי ביליאן דאלאר געגעבן פאר די פאסט אפיס.....

איך האב נאר געוואלט מאכן די חשבון, ואם שגיתי....

זונטאג פבואר 10, 2013 12:27 pm

בליץ האט געשריבן:
Silent האט געשריבן:וואס וואלט די עולם געראטן זיי זאלן טוהן זיך צו פארבעסערן? (נישט ווייל זיי ליינען דא, נאר מיר האבן אן עצה און זיי נישט)
מער סטעף? בעסערע טרעקינג? בעסערע קאסטומער סערוויס? צושפארן ברענטשעס? וואס נאך?


טשארטשען פער פעקל האלב פון יא פי עס און זיי האבען א סורפלאס!!!

און פאקט יא פי עס וועט נישט אהיים דעליווערן קיין שום מעיל אונטער 7-9 דאללער...

ווידעראום דער פאסט אפפיס וועט מאכען א סטאפ ביי אייך פאר 44 נישטיגע פענגוס!!


פון מיין זייט זאלן זיי גיין באנקראט, אבער נאר טשארדזשען די פאר סענט צו שיקן אן ענוועלאופ,
ס'אמת אז אלעס וואס איז ביוראקאטיע איז ווייט נישט אזוי גוט ווי אין פריוואטע הענט, אבער די ערשטע זאך וואס איינער אין פריוואטע הענט וואלט געטוהן איז הייבן די פרייזן

זונטאג פבואר 10, 2013 12:33 pm

האט זיך עס שוין אנגעהויבן? אדער עס האט געהאט מיטן שניי?

זונטאג פבואר 10, 2013 12:41 pm

ס'הייבט זיך אן הערשט אין עטליכע חדשים ארום.

שבת פבואר 16, 2013 10:09 pm

יעצט צוריקבאקומען א ענוועלאפ וואס כאב ארויסגעשיקט פאר 5 וואכן צוריק, קודם כל דאס אונז צו לערנען אז מען טאר זיך קיינמאל ניש מייאש זיין.
אונעוואדע דערלייגן זיי אז זיי דארפן נאך צאלן סטארידזש פאר 5 וואכן, נאכדערצו דעמאלטס האט עס נאר געקאסט נישטיגע 45 צענט און איצטערט איז עס שוין פיל געשטיגן ביז די אסטראנאמיע סכום פון 46 צענט, האבן זיי שוין דערלייגט פיל מער

אגב האבן זיי עס צוריק געשיקט צו א ראנג עדרעס, איך הייס נישט סענדר

זונטאג פבואר 17, 2013 9:47 am

יוראפ האט געשריבן:......

אגב האבן זיי עס צוריק געשיקט צו א ראנג עדרעס, איך הייס נישט סענדר

;l;p-

זונטאג פבואר 17, 2013 12:15 pm

אינטרעסאנט אנצומערקן אז אין קאנאדא טוען זיי נישט דעליווערען פאסט שבת אבער די פאסט אפיס איז יא אפן סיי שב"ק אין סיי זונטאג

מאנטאג פבואר 18, 2013 6:57 pm

נאך א מזל דאהי איזעס נישט אפן, זיי וואלטן פארלוירן נאך אפאר ביליאן דאלער

שבת מרץ 02, 2013 9:44 pm

אויכמיר א פארגעשריטענע טרעקינג סיסטעם האבן זיי (כנ"ל) כאב ארויסגעשיקט א פעקל און סישוין אנגעקומען באלד א חודש צוריק און זיי זאגן אז די פעקל איז נאכניש ארויסגעשיקט געווארן
זיי מעגן זיך כאטש לערנען פונעם משמש ביי אונז אין שולכל וואס האט א טרעקינג נאמבער אויף יעדן סעלצער פלעשל ביי שאלעסידעס, ס'גייט מיט א פונקטליכע חשון 1 פלעשל פער 8 אהאלב טישן און אך און וויי א יונגל וועט פארשלעפן איין פלעשל אוט אף ארדער וועטעס די טרעקינג סיסטעם גלייך פאררעכטן, ביזדערווייל האט נאך די קאפס ניש קיין געהעריגע טרעקינג סיסטעם, ביזדערווייל גייט נאך איין קאפ פער 2 פלעשער

שבת מרץ 02, 2013 9:53 pm

נישטא קיין קאפס פאר די טונא אין דיין שוהל?

שבת מרץ 02, 2013 9:56 pm

טונא? אפשר מאיענעיז

שבת מרץ 02, 2013 10:28 pm

דאס דעליווערט מען אויך דורך יו.עס.פי.עס.?

שבת מרץ 02, 2013 11:06 pm

יו פי ווייסעך ניש אבער עס און עס איז יש ויש

דאנערשטאג מרץ 21, 2013 7:25 pm

קאנגרעס האט היינט צוריק געוויזען די פארלאנג פון די פאסט אפיס ארויסצולאזען פון די "בודזשעט" די פארלאנג פאר א 6 טאג דעליווערי סיסטעם. און זיי האבן עס דארט געלאזט. דאס מיינט אז די פאסט אפיס מוז דערווייל בלייבען אפען שבת.

אבער געוויסע זאגן אז זיי מוזן "דעליווערען שבת" אבער דאס מוז נישט מיינן אלע סאטר דעליוועריס, סא זיי קענען נאך אלס טעכניש שניידן רוב שבת דעליוועריס.

מיטוואך אפריל 10, 2013 2:35 pm

די פאסט אפיס האט אויפגעגעבן, זיי גייען ווייטער דעליווערען שבת. פארוואס? זעהט אין פריערדיגע תגובה.

מיטוואך אפריל 10, 2013 2:49 pm

לעולם האלטן מיר גוי ששבת חייב מיתה, איז אויב העטען זיי ווען געסטאפט פאסט אין שבת העטן זיי אינגאנצן אינטער געגאנגען, אבער איצטער קענען זיי נאך דזשיפן אביסל.....

דאנערשטאג פבואר 13, 2014 12:12 pm

עליזעבט ווארען די נאסעטוטשעס סענטער האט פארגעשלאגען א געדאנק אז די פאסט אפיס זאל אנהייבען צושטעלן בענקינג סערוויס אין די ארעמע אדער קליינע פארדינער געגענטער, זי זאגט אז די קליינע פארדינער ווערט אויסגעניצט דורוך געלט גייציגע ביזנעסער פאר קעטשען טשעקס צטלען בילס אדער קליינע הלוואת, לויט איר פלאן זאל די פאסט אפיס דאס אלעס צו שטעלן פאר גאר ביליגע ברייזען אדער גענצליך בחנם.

ציניקער פרעגן פון די פאסט אפיס גייט האבן געלט ארויסצוגעבן הלוואת.. די פאסט אפיס איז דאך אין באנקראט.

עס איז אינטערסאנט צו זען אז בשעת ווען א פריוואטע ביזנעס שטייט פינציאל שמאל וועט זי אייבג אויפהערן צו פארקויפען פראדוקטוס אויף וואס זי מאכט נישט קיין געלט, איז אבער די גאווערמענט אנדערש און זי וויל גאר אנהייבען געבן נייעס סערוויסעס אויף וואס מען מאכט נישט קיין געלט.

#אינטערסאנט
שרייב א תגובה

Advertisement