בילדער/אפדעיטס פון נסיעת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהרי"י) לא"י

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג ינואר 31, 2013 11:54 am

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: דער רבי האט דערנאך באזוכט ביים פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א, הרב וואוזנער שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט איבער די געפלאנטע נייע שכונה, און בכלל איבער די קהילה ומוסדות הק' וואס דער רבי שליט"א האט אויפגעשטעלט דארט אין ב"ב די לעצטע צייטן, די רב שליט"א ופוסק הדור האט משבח געווען דעם רבינ'ס מהלך, און געזאג אז דער גאנג פון בויען די נייע מוסדות דארף זיין בדרכי נועם ובנתיבות השלום, און פארבעטן פון רבי'ן שליט"א ער זאל שטיין על המשמר אז דער יגיעה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע זאל חלילה נישט גיין צוגרונד, צום סוף האט דער רב שליט"א זייער שיין אנגעוואונטשען פארן רבי'ן, מיט א קענטליכע הערצה צו די פעולות חובקות זרועות עולם דארט אין בני ברק און איבעראל.


היינט זעה איך אז 'בחדרי חרדים' האט עפעס א נייע מעשה, איבער דעם שמועס צווישען הגאון בעל שבט הלוי און דער סאטמארער רבי (מהרי"י), עס קוקט מיר אבער נישט אויס צו זיין קראנט.

We report, you decide


אחר מחילת כבודך, דיין גירסא שמעקט אויך נישט צו זיין אינגאנצן קראנט.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג ינואר 31, 2013 11:56 am

געזעהן אז די רבי בלייבט ביז איבער שבת מיט א קבוצה חסידים אין צפת

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג ינואר 31, 2013 12:06 pm

נישט אמת.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג ינואר 31, 2013 1:27 pm

שנאפס האט געשריבן:נישט אמת.

גערעכט.
די רבי וועט אוועק פארן פון ארץ ישראל היינט נאכט 1:00 ארץ ישראל'דיגע זיייגער 6:00 נו יארקער זייגער
ערווארטעט אנצוקומען מארגען פארטאגס 6:00 ווי די רבי וועט גלייך צו פארן צו מחנה דברי יואל אויף אפרוה

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דאנארשטאג ינואר 31, 2013 9:06 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: דער רבי האט דערנאך באזוכט ביים פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א, הרב וואוזנער שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט איבער די געפלאנטע נייע שכונה, און בכלל איבער די קהילה ומוסדות הק' וואס דער רבי שליט"א האט אויפגעשטעלט דארט אין ב"ב די לעצטע צייטן, די רב שליט"א ופוסק הדור האט משבח געווען דעם רבינ'ס מהלך, און געזאג אז דער גאנג פון בויען די נייע מוסדות דארף זיין בדרכי נועם ובנתיבות השלום, און פארבעטן פון רבי'ן שליט"א ער זאל שטיין על המשמר אז דער יגיעה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע זאל חלילה נישט גיין צוגרונד, צום סוף האט דער רב שליט"א זייער שיין אנגעוואונטשען פארן רבי'ן, מיט א קענטליכע הערצה צו די פעולות חובקות זרועות עולם דארט אין בני ברק און איבעראל.


היינט זעה איך אז 'בחדרי חרדים' האט עפעס א נייע מעשה, איבער דעם שמועס צווישען הגאון בעל שבט הלוי און דער סאטמארער רבי (מהרי"י), עס קוקט מיר אבער נישט אויס צו זיין קראנט.

We report, you decide


אחר מחילת כבודך, דיין גירסא שמעקט אויך נישט צו זיין אינגאנצן קראנט.


לויט ווי העסקן ר' אייזיק דאסקאל האט געמאלדן אויפ'ן נסיעה ליין, האט זיך הרב וואזנער נאכגעפרעגט אויף די מוסדות פונעם אדמו''ר, און געשטוינט צו הערן אז זיינע מוסדות אין ווימ''ס דעגרייכט קרוב צו עשרת אלפים ילדים קע''ה, און די ישיבה גדולה ביי ארום אלף, כ''י.

דאן האט ער גערעדט פון דעם וואס מרן רביה''ק זצ''ל האט אים געשקיט איבערקוקן ויואל משה און עה''ג ועה''ת, און דערנאך פון די מוסדות און נייע שיכון אין בני ברק, ווי הרב וואוזנער האט שיין אנגעוואונטשען להרחבת גבולי הקדושה, און געזאגט אז ס'איז געוואלדיגע זאך אז מ'בויעט דירות פאר אידן.

דאן האט ער דערמאנט לשבח בנו האב''ד סאטמאר ירושלים, וועלכער ער זעט אים כסדר, און זיין התנהגות איז בדרכי נועם כראוי לת''ח ובנש''ק כמותו.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג פאברואר 01, 2013 3:56 pm

באקומען אויף בב"מ:

דער ספאנטאנער מעמד קבלת פנים פאר רבינו שליט"א אין קרית יואל פרייטאג צופרי

נעכטן נאכט איז געקומען די ידיעה אז דער רבי שליט"א וועט דאווענען שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, די נייעס האט עלעקטרעזירט אנ"ש תושבי קרית יואל וועלכע האבן בשמחה ובחדוה עילאה אויפגענומען די פריידיגע ידיעה אז נאך דעם היסטארישן קידוש שם שמים אין ארצינו הקדושה, די מלכות'דיגע נסיעה וואס האט רומם געווען דעם כבוד פון דעם הייליגן ציבור אין ירושלים, דעם כבוד התורה פון די ערליכע רבנים ובראשם מרן גאב"ד ירושלים שליט"א דעם קרן החינוך הטהור, דעם דעת תורה האמתי, וועט קרית יואל די ערשטע האבן די זכיה צו מקבל זיין דעם רבי'ן שליט"א, תיכף זענען אויסגעהאנגען געווארן פלאקאטן אין ביהמ"ד הגדול איבער די בשורה טובה, און פון מויל צו אויער האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט די נייעס וועלכע איז אויפגענומען געווארן מיט עקסטאז

היינט אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען און פון עירפארט צוגעפארן צו באזוכן הרה"ח רבי עזריאל גליק שליט"א לרפו"ש אין שפיטאל, דערנאך קיין קרית יואל ווי דער רבי איז ערשט געגאנגען צו די מקוה פון הרה"ח ר' שלמה מיכל ראזנער,

אין די זעלבע צייט האט זיך פארזאמעלט א גרויסער ציבור און אפגעווארט דעם רבי'ן פארנט פון ביהמ"ד הגדול, די גאס איז געווארן אפגעשטעלט, בערך 9:10 זעהט מען אז די אויטא פון רבי'ן איז דא! מיט שטורמישע געפילן האט מען אויסגעבראכן אין א געזאנג, ברוך הבא בשם ה', אשרי העם שככה לו, יחי אדונינו מורינו ורבינו צדיק דורינו, אורך ימים אשביעהו, ובשיר וקול תודה האט מען מקבל געווען דעם רבי'ן, ווי איבערראשט איז מען געווען צו זעהן די ליכטיגע צורה וואס האט זוכה געווען צו מקדש זיין שם שמים באופן גדול ונשא, אשרינו מה טוב חלקינו

דער רבי איז תיכף אריין אין ביהמ"ד זיך שטעלן דאווענען תפלת שחרית, און דער ביהמ"ד איז געווען מלא וגדוש מיט אנ"ש מקטן עד גדול, יעדער מיט פרייליכע און געהויבענע געמיטער אז מען האט די זכיה

נאכן דאווענען איז ספאנטאן צוגעגרייט געווארן א מסיבת לחיים וקבלת פני רבינו ראש גולת אריאל מרן אדמו"ר שליט"א, מען האט אויסגעבראכן אין הילכיגע געזאנג בשיר וקול תודה און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה" רבי שלמה יעקב הערמאן מיט פייערדיגע דברי קבלת פנים אויף די זכיה וואס מיר האבן

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נגינה און דער רבי האט טועם געווען מזונות און יי"ש און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור

און דערנאך געזאגט דברות קודש

דער רבי האט אנגעפאנגען, אז ער האט זיך נישט גערישט אז מען וועט זיך צוזאמקומען ער האט נאר גערעכנט צו דאווענען און וויטער פארן, אבער אז משטייט בתוך קהל עם ועדה, וויל ער אפגעבן א שבח והודי' פארן אויבערשטן אז מען איז געעפארן און געקומען בשלום, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער,
דער רבי האט דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט פון טאטן ז"ל אז דער כתב סופר האט חתונה געמאכט אין א פרעמדע מדינה און דער טאטע דער חתם סופר איז נישט מיטגעקומען, האט דער כתב סופר געוויינט, האט דער חתם סופר זיך פארענטפערט אז ער מוז בלייבן מיט די ישיבה און הנהגת הקהלה, האט דער כתב סופר געזאגט אז נישט דאס איז זיין פראבלעם, דער פראבלעם איז אז זייענדיג אין די פרעמד וועט ער דאך דארפן באזוכן רבנים און יעדער וועט זאגן אז דאס איז א זון פון חתם סופר וועט מען זיך רעכענען צו הערן פון אים געוואלדיגע ווערטער, און אויב וועט ער נישט קענען זאגן עפעס ריכטיגע דיבורים וועט עס זיין א בזיון פארן חתם סופר, האט דער חתם סופר אים אנגעוואונטשן אז ער זאל איבעראל מצליח זיין און האבן די ריכטיגע דיבורים, האט דער טאטע אויסגעפירט אז ער אליין האט נישט קיין שום אייגענע כוחות אלעס איז נאר דער פעטער ז"ל, לענינינו האט רבנו שליט"א אויסגעפירט, אז די גאנצע הצלחה איז אלעס נאר בכוחו של אותו זקן דער רבי זי"ע, און נאר זיין זכות איז מגין און אליין האט מען נישט קיין שום כוחות
אויך האט דער רבי געזאגט אז ווי ער זעהט די בחורים וויל ער זאגן אז עס קומט זיך א באזונדערע יישר כח פאר די בחורים וואס האבן זיך אזוי אנגעשטרענגט אריינצוברענגען געלט פארן שקל הטהור פאר די ערליכע מוסדות אין ארה"ק,

נאכדעם האט דער רבי פארטיילט שריים און מען האט געזונגען ניגונים און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן צו די קאר בקול רנה ותודה,

מה יפה ירושתינו!
ימים על ימי מלך תוסיף

אגב איז די מסיבה וואס איז בכלל נישט געווען גערעכנט פון פריער נאר אויפן פלאץ, געווען באשיינט מיט רבנים ודיינים דער דיין שליט"א הרה"ג ר' ישעי' יעקב שטויבער, הרה"ג אב"ד בהוץ, הרה"ג אב"ד טאלטשווא, הרה"ג ר' ברוך לעווי, הרה"ג רבי שמואל יעקב מייזעלס מו"ץ, ועוד רמי"ם ופני הקהלה
kraitchmah עט גימעיל

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » מוצ"ש פאברואר 02, 2013 8:19 pm

מיר ליגט אין קאפ אז דער כתב סופר איז אלט געווען עטליכע און צוואנציג יאר בפטירת אביו.
שוין, א קשיא אויף א מעשה.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מוצ"ש פאברואר 02, 2013 10:59 pm

דער כתב סופר האט חתונה געהאט בשנת תקצ"ג און דער הייליגער חת"ס איז נפטר געווארען בשנת ת"ר. דא די מעטה.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מוצ"ש פאברואר 02, 2013 11:05 pm

שטייט אבער "חתונה געמאכט", און דאס שטימט נישט.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מוצ"ש פאברואר 02, 2013 11:07 pm

dovidal האט געשריבן:באזוכט ביי האדמו"ר מגער

אין א אינטערסאנטע נאטיץ האט די גער'ער רבי אנגעגאסען פאר'ן רבי'ן וויין אין געזאגט אז ס'האט א גוטע הכשר עס האט די הכשר פון די עדה

@מיללער איך האב געהערט אז די שמועס צווישען הרב וואזנער מיטען רבי'ן איז געווען איבער די נייע ווינדאוס 8 צו מ'קען עס פילטערען
בבחינת We report, you decide
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מוצ"ש פאברואר 02, 2013 11:31 pm

לוי יצחק האט געשריבן:שטייט אבער "חתונה געמאכט", און דאס שטימט נישט.

הה"ד "דא די מעטה".

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מוצ"ש פאברואר 02, 2013 11:39 pm

ים רויבער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:באזוכט ביי האדמו"ר מגער

@מיללער איך האב געהערט אז די שמועס צווישען הרב וואזנער מיטען רבי'ן איז געווען איבער די נייע ווינדאוס 8 צו מ'קען עס פילטערען
בבחינת We report, you decide

ייש "כ פארן שמייכל..

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » מוצ"ש פאברואר 02, 2013 11:59 pm

ביקור גומלין פונעם משגיח הרב דן סג"ל ביים רבי'ן שליט"א.

תם ונשלם שבח לקל בורא עולם

חסל סידור פסח...


המשגיח-הגרד-סגל-בביקור-אצל-כק-האדמור-מסאטמר-צילומים-ינון-קשביץ-1-800x534-470x313.jpg
צוגעלייגטע
biker gomlin.jpg
Im old but i don't kalech yet.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג פאברואר 03, 2013 12:02 am

ווער איז דער איד קעגען איבער?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג פאברואר 03, 2013 12:31 am

ים רויבער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:באזוכט ביי האדמו"ר מגער

אין א אינטערסאנטע נאטיץ האט די גער'ער רבי אנגעגאסען פאר'ן רבי'ן וויין אין געזאגט אז ס'האט א גוטע הכשר עס האט די הכשר פון די עדה


זיין פעטער דער בית ישראל זצ"ל האט עס נאך געטון....

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג פאברואר 03, 2013 11:47 am

ברוך הבא בשם ד'! כ"ק רבינו שליט"א יגיע לביתו נאוה קודש בערך בשעה 1:30-2:00!
עס ווערן ערווארטעט הונדערטער אידן ביים מעמד קבלת פנים פארנט פון בית רבינו! לכו ונלך לקראת רבינו!!!
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג פאברואר 03, 2013 3:10 pm

שוין אנגעקומען!

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג פאברואר 03, 2013 3:24 pm

ווי עס שיינט איז די רבי אפגעשטיגען אין פארנט פון תלמוד תורה עטרת יואל ווי עס האבען אפגעווארט די תלמוד תורה קינדער און פון דארט שפאצירט לביתו נאוה קודש
BCNDu8eCAAE4jFp[1].jpg
די רבי ארויסקומענדיג פון די קאר
BCNDu8eCAAE4jFp[1].jpg (19.31 KiB) געזעהן 1941 מאל
BCNHAXCCUAAZLzN[1].jpg
און פארנט פון תלמוד תורה עטרת יואל
BCNBma9CYAMHstY[1].jpg
אנקומענדיג לביתו נאוה קודש
BCNBma9CYAMHstY[1].jpg (28.21 KiB) געזעהן 1941 מאל

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג פאברואר 03, 2013 4:05 pm

אדאנק פאר די אפעדעיט'ס און בילדער איבער די אנקום פון כ"ק האדמו"ר שליט"א.

בזמן שהצדיק בעיר וגו'
רבינו שאג בקול גדול וגו'

דודל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 31, 2010 2:02 am

אפאר שיינע בילדער

תגובהדורך דודל » מאנטאג פאברואר 04, 2013 12:04 am

די חתונה
צוגעלייגטע
מלך.jpg
מלך ביפיו
רבבות.jpg
חתונה

דודל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 31, 2010 2:02 am

קבלת פנים

תגובהדורך דודל » מאנטאג פאברואר 04, 2013 12:14 am

אין ירושלים
צוגעלייגטע
ילדים.JPG
תשבר
ככר השבת 1.jpg
ככר השבת
ככר השבת 2.jpg
ככר השבת

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג פאברואר 04, 2013 12:17 am


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג פאברואר 04, 2013 7:10 am

הרב שרייבער
אפשר שרייבסטו בקיצור וואס שטייט דארט
ווייל שוין א לאנגע צייט וואס איך גיי דארט נישט אריין....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג פאברואר 04, 2013 9:10 am

msp האט געשריבן:הרב שרייבער
אפשר שרייבסטו בקיצור וואס שטייט דארט
ווייל שוין א לאנגע צייט וואס איך גיי דארט נישט אריין....


המשב"ק' • הביקור שריגש את האדמו"ר מסאטמר
ערב שובו של האדמו"ר מסאטמר לארה"ב, ביקר אצלו מרדכי דוד הולנד, ששימש כמשב"ק אצל אביו ה'ברך משה' • הולנדר סיפר על ימיו כתלמידו מהבחרות ועד שערי אושוויץ
שלמה גרינברג, בחדרי חרדים 01:40 03/02/2013

אחד הביקורים המעניינים שנערכו במעונו של האדמו"ר המהרי"י מסאטמר, יום לפני שחזר לארה"ב, הוא זה של יהודי בן 90, נעדר חתימת זקן, דמות בעלת עבר מפואר, הכולל רקורד בטחוני בשרות הצבא האמריקאי, קצין באונר"א, איש המוסד במשך שנים ואיש עסקים ממולח: ר' מרדכי דוד הולנדר.

אביו של הולנדר, היה תלמידו המובהק של הרה"ק בעל ה'דברי יואל' מסאטמר זצ"ל וקרוב לאבי האדמו"ר ה'ברך משה'. הוא עצמו הכירו מילדותו, השתתף בחתונתו, והיה תלמידו בישיבות 'קערצקי' ו'זענטא', התמנה כמשמשו, עמד לימינו וסייע לרבי להיחלץ מקשיים שונים. ליווה אותו עד לרגע שבו נשלח הרבי לאושוויץ. שם נפרדו דרכיהם.

לאחר המלחמה נפגשו בארצות הברית בשנת תש"ז, וכאשר הולנדר התחתן, שימש הרבי כמסדר הקידושין שלו, והמשיך לשמור על קשר הדוק וקרוב עמו עד אחרית ימיו.

הולנדר שנולד בכפר 'מוז'איי' שבהונגריה בשנת תרפ"ג, סיפר לאדמו"ר על קשריו עם אביו: "ההיכרות הראשונה שלי עם אביכם הייתה, בכפר שלנו בה התגוררו שבעים ושתיים משפחות יהודיות. היא הייתה תחת נשיאות ה'דברי יואל', שכיהן אז כרבה של אורשיווא והגלילות, כולל 'מוזאי'. ולביקורי הרבי במוז'אי, התלווה לעיתים אחיינו הבחורר, ה'ברך משה'".

"כבר אז", תיאר הולנדר, "הבחנתי בבכבוד שרחש ה'דברי יואל' לאחיין הצעיר.

לא אנטוש את הקהילה
הולנדר המשיך וחשף פרטים מעניינים על החתונה של ה'ברך משה' בזיווג ראשון, עם בתו הגה"צ רבי חנוך העניך מאיער זצ"ל רבה של העיירה: "החופה הייתה ביום שישי, והשתתפו בה רבנים, אדמו"רים וכל המי ומי, כשבראשם, זקנו הרה"ק רבי שלום אליעזר זצ"ל מרצפרט-אבי אמו ודודו הרבי בעל ה'דברי יואל'.

"בליל שבת הגיעו כל בני העיירה לשמוח עמו כנהוג. זכורה לי שיחה מאד מעניינת שהתנהלה בסעודה שלישית של אותה שבת, בין הרבי מסאטמר לבין המחותן רבי העניך. בית המדרש חשוך היה במקצת, ואני שהייתי נער בן ארבע עשרה, ישבתי סמוך אליהם. בחסות האפלולית הצלחתי להאזין לתוכנה, אולם הייתה זו שיחה אישית, שחשוב לי גם היום לשמור על הדיסקרטיות שלה".

בהמשך, כאשר למד אצלו, התחזה הולנדר ל'ברך משה', כדי להשיג עבורו תואר מדעי בשפה ההונגרית. האדמו"ר לא שלט בשפה הזו, ולשם המשך כהונתו כרבה הרשמי של זענטא, נאלץ לקבל תואר זה. הולנדר נחלץ לעזרת הרבי ובעזרת השפה ההונגרית בה שלט, קפוטה של הרבי וכובע רחב התיתורא, הצליח להערים על המכללה כאילו והוא הינו 'משה טייטלבוים, הרב מזענטא'. התרגיל הצליח והתואר הנכסף הגיע לידיו.

הולנדר גם תיאר איך הציל את הרבי מספר פעמים מהתייצבות לצבא ההונגרי ובהמשך, כיצד הטיב עמו בשנות השואה, כאשר סיפק לו ולמשפחתו אוכל כשר, תיאור שריגש את האדמו"ר והנוכחים.

לקראת סוף שנות המלחמה, הציע הולנדר לרבי להימלט מציפורני הנאצים עם משפחתו מהגטו בעיירה 'סעגעדין', באמצעות המשאית הצבאית שהייתה ברשותו כחייל בפלוגות העבודה ההונגריות.

"הרבי אמר לי אז", נזכר הולנדר, "אני רב הקהילה ולא אטוש את צאן מרעיתי. באשר ילכו אלך ובאשר יובלו, אובל. אני כאן איתם עד שיתבהר מצבנו ונדע מה יקרה לנו". בסופו של דבר, הרבי ומשפחתו נשלחו לאושוויץ, הרבי ניצל, אך שיכל את רעייתו הרבנית ושלושת ילדיהם, הי"ד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 04, 2013 9:19 am

די מעשה הנ"ל ווערט געברענגט אין ומשה הי' רועה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”