Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אבאמא "אינאגורעשאן מאמענט"

דינסטאג ינואר 20, 2009 12:54 am

עס איז שוין באלד דינסטאג יאנואר 20 ווען אין אמעריקע וועט איינגעשוואוירן ווערן באראק ח. אבאמא פון אילינאוי צו דינען אלס דער 44סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

די צערעמאניע איז גאר פייערליך באגלייט מיט קעניגליכע פאראדעס און מוזיק, פולע רייטערס און וואגאנען זעען זיך אן אפצוגעבן דעם כבוד פאר דעם בשר ודם וואס האט א רעלאטיוו קורצע מאכט פון בלויזע פיר יאר.

צום היי יעריגן איינסשווערונג וואס איז היסטאריש צוליב איר ערשטן שווארצן פרעזידענט, ווי אויך פאלט דאס אויס א טאג נאך די געדענקעניש פון ד"ר מארטין לוטער קינג וואס האט געחלומ'ט פון ציוויליזירן די שווארצע באפעלקערונג, ווערן ערווארטעט א געשאצטע צוויי מיליאן מענטשן פון איבערן לאנד וואס גייען וויילן אין די הויפטשטאט וואשינגטאן דע צע מיטצוהאלטן לעבעדיג די מהלך הצערעמאניע. א טייל ווילן דאס באטראכטן ווי א פארווירקליכונג פון די חלום פון ד"ר קינג.

א חוץ פון אלע חשובע אדעל לייט אינערהאלב אלע אפטיילונגען פון די גאווערנמענט קומען אויך צו פארן פולע וועלט פירער און הויכע דיפלאמאטישע באאמטע. נאכפאלגענדיג מיט הונדערטער וואונטשן און גריסן פון פירער איבער די וועלט וואס האבן נישט געקענט אדער געוואלט זיך פערזענליך באטייליגן.

אין וואשינגטאן זעלבסט גרייט מען זיך שוין אחודש צייט צו דעם גרויסן טאג. די פארקער איז אפגעשפארט געווארן אין א שטח פון 6 מייל ארום. אינטענסיווע זיכערהייט פראצעדורן זענען אונטערגענומען געווארן קעגן יעדער סארט מעגליכער אטאקע, און שווערע פראקטיצירינגען זענען פארגעקומען זיכער צו מאכן אז אויב עפעס פאסירט זאל מען וויסן ווי צו האנדלען ריכטיג און גאר גיך.

במשך די לעצטע טעג האט אבאמא אפגעהאלטן א רייע צערעמאניעס מיט צענדליגער טויזענטער באטייליגער. די מאסן שאלן און יובלען אויף א אייראפעאישן סטיל און רייסן זיך צו כאפן א בליק אויף זייער ערשטן שווארצן פירער. עס ווערט געזען ווי א צערעמאניע ווי זעלטן ווען פארגעקומען. (געדענקט די ווערטער פאר פיר יאר ארום..)

אין מאנהעטן קען מען זען די שווארצע ביי די טישלאך אויף קאנאל סטריט און אין דאונטאון מאנהעטן פארקויפן פולערליי שמוטשיקלעך פון אבאמא ווי פיקטשור פרעימס און גלאזירטע קונציגע מאלערייען, ווי אויך טי-שירטס און אנדערע ווערק לקיים מה שנאמר והיו עיניך רואות את שחוריך.
משוגעים לאזן זיך איינקריצן די כתובת קעקע אויסשניצנדיג אבאמא אין די פלייש. עס איז הימל ערד אבאמא. איין שחור האט זיך אויסגעדרוקט אין וואשינגטאן "עס קוקט דא אויס ווי האליוואד, יעדער איז העפי, ענד איטס סא קאאָל".


פאלגענד איז א סדר היום פון דעם 56סטען איינשווערונג פאר דעם 44סטען פרעזידענט, דער גרויסער טאג פאר אמעריקאנער בירגער:
אום צען אזייגער וועט אויפטרעטן א פרעדיגער אנצוהייבן דעם מחמד...
די סעמי-שנעלע מוזיק ווי בעפארן חופה וועט אונטערשפילן
וויצע פרעזידענט יוסף ר. ביידען ווערט איינגעשוואוירן קודם (דעמאלטס ווערט טשעיני אויס..)
פרישע מוזיק שפילט אונטער מיט א סעריע פון אויסדערוועלטע אמעריקאנישע סאנגס
פרעזידענט באראק אבאמא ווערט איינגעשוואוירן האלטנדיג לינקאלנ'ס חפץ של שמצה די בייבל: "איי [דאנט] טעיק דע אוטה..."
רעדנערס וועלן אויפטרעטן
פרעזידענט אבאמא באגלייט זיין פארגייער בוש מיט א ספעציעלע ארויס-באגלייטונג צערעמאניע
א גראמער גראמט אויס דעם רבי'ן צום מצוה טאנץ
א גלח וואונטש ווארימע דברי ברכה
די אמעריקאנע אנטעם; געזינגען דורך הונדערטער מארשירענדע סאלדאטן
די מוצאי באגלייטן פון קעפיטעל צום ווייסן הויז.

נאך פארשידענע היילייטס וועלן פארקומען שפעטער אין אווענט.

צו קענען מיטהאלטן לעבעדיג, גייט דא http://www.cnn.com/video/flashLive/live ... am=stream1" onclick="window.open(this.href);return false;

Advertisement

דינסטאג ינואר 20, 2009 1:02 am

הערליך שוועמל;

עס דארף אנגעוויזן ווערן דער פאקט, אז דער גאצער צערעמאניע האט און גייט אפקאסטן 170 מיליאן -מיט א ענדע ניען- דאלאר, און עס ווערט באצאהלט און נתנדב דורך דיי ארומע שלעפער'ס וואס שטייען אן קיין פרייוועט דשזעט'ס ביים סענאט און בעטן זיך פאר א בעילט אויט, די וואל סטריט מעגענעטס.

זעהט אויס אז פון די בעילט אויט, איז דא געלט פאר א ווייט אויט...

דינסטאג ינואר 20, 2009 7:21 am

והיו עיניך רואות את שחוריך - דער ווארט פונעם טאג.

דינסטאג ינואר 20, 2009 9:13 am

שוועמל, יישר כח פארן מאכן אביסל לעכטיג אינעם שווארצן טאג.

איך האב נישט קיין צייט צו מיטהאלטן דעם גאנצן צערעמאניע, וועלעכע חלקים אויסער דעם פרעזידענטס געמויזעכטס איז א שאד צו פארפאסן? די פאראדע? טשעיני אינעם ראד שטיל? בוש'ס געזעגענונג? דער איינשווערונגס זעלבט? ווען אבאמא באגלייט ארויס דער געוועזענער פרעזידענט?


גראדע האלט איך אז אויב אבאמא וואלט געווען א רעפובליקאנער וואלט די מידיא נישט געמאכט אזא טראסק.

דינסטאג ינואר 20, 2009 10:40 am

בוש מיט אבאמא מיט טשעיני און ביידען ווערן יעצט אריינגעזעצט אין א קאר צום קעפיטעל קומענדיג פון ווייט הויז.
עטעטשמענטס
oba-1.JPG

דינסטאג ינואר 20, 2009 10:47 am

שוועמעל יש"כ פאר די הערליכע ארבייט.

והיו עיניך רואות את שחוריך, האט געמאכט מיין טאג.

דינסטאג ינואר 20, 2009 11:01 am

די צערעמאניע הייבט זיך אן 11:30ביים קעפיטעל.
עטעטשמענטס
oba-2.JPG
הונדערטער טויזענטער מענטשן לענג אויס פענסילוועניע

דינסטאג ינואר 20, 2009 11:47 am

קען איינער ארויפלייגען א לינק צו fox live?

דינסטאג ינואר 20, 2009 11:51 am

דא קענט איר הערן אין מיטהאלטן לייוו דא אויך

דינסטאג ינואר 20, 2009 11:55 am

שלשה הקב"ה מוחל להן עוונותיהן... והעולה לגדולה.

יוסל ביידען איז שוין וויצע........ אפגעמל'עט.
עטעטשמענטס
oba-5.JPG
ביידען איינגעשוואוירן אלץ וויצע

דינסטאג ינואר 20, 2009 11:56 am

מז"ט מז"ט, איך האף ער קען זיך אביסל איינהאלטן פון רעדן צופיל.

דינסטאג ינואר 20, 2009 11:58 am

מז"ט באראק כויסעין אבאמא! שוועמעל א בילד.

דינסטאג ינואר 20, 2009 12:00 pm

געוואלד סשווארץ

דינסטאג ינואר 20, 2009 12:09 pm

אבאמא כאפט יעצט אריין, בבחינת חתן ביום חופתו, ווען אלעס איז נאך ווייס, און יעדער טאנצט מיט אים,
אבער! א טאג נאכדעם הייבט זיך אן די שווערע ארבייט.

דינסטאג ינואר 20, 2009 12:40 pm

די צערעמאניע איז פארטיג, באלד וועט פארקומען די ארויסבאגלייטונג פון פארמער פרעזידענט בוש.

אבאמא האט געהאלטן א באמבאסטישע רעדע פול מיט נאציאנאליזם, און פארשראכן צו מאכן דעם נעשאן נאך בעסער ספעציעל אין די וואקלדיגע עקאנאמיע.
עטעטשמענטס
oba-8.JPG
די פולקעפיגער מאסן פארנט פון קעפיטעל געביידע
oba-6.JPG
פון די וועלטס גרעסטע שפילער
oba-6.JPG (25.96 KiB) געזעהן געווארן 1300 מאל
oba-7.JPG
אבאמא גיי זיין רעדע
oba-4.JPG
אבאמא ווערט איינגעשוואוירן

דינסטאג ינואר 20, 2009 1:44 pm

און... קיינער האט איהם נישט אראפגעשאסן..... אזוי וועט מען ציילן יעדן טאג וואס איז דורך, און ער לעבט..

דינסטאג ינואר 20, 2009 1:49 pm

דער פידלער איז יצחק פערלמאן.

שנה אחת למלך אבאמא

דינסטאג ינואר 20, 2009 2:01 pm

אוי עס בענקט זיך די בוש יארן...ווער געדענקט נאך די גיטע צייטן...

דינסטאג ינואר 20, 2009 2:06 pm

אוי וועט מען זיך נאך בענקן. אין מיין אויגן איז דער ארויסגאנג פון פרעזידענט בוש א גרעסערע היסטאריע ווי דער איינשווערונג פון אבאמא.

דינסטאג ינואר 20, 2009 2:29 pm

פאר א גוט יאר, וואס וועט מען זיך אזוי בענקען נאך דעם בוש'ן און וואס איז אזוי שלעכט מיט דעם אבאמא'ן. היינט אינדערפרי ביי אונז אין דער מקוה הער איך ווי מענטשן בעדויערן נעבעך דעם מצב, כאילו ווייס איך וואס גוט ס'איז געווען און כאילו ווייס איך וואס שלעכטס עס ערווארטעט. בין איך מעשוגע, אדער וואס? באשעפער איינציגער, עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ. די ריינע אידישע ראסע פון דעם אמעריקאנער ארטאדאקסישער אידנטום האבן זיך ערקלערט ווי עליטע לויטע, און רופן אויס אפשיי פון יעדן סארט דעמאקראטישן פארשטייער אין ווייסן הויז און ווער רעדט נאך ווען ס'איז א שווארצער. פע פע פע (מיט א פינטל אין די פ"א) מ'קען מיינען...

דינסטאג ינואר 20, 2009 2:38 pm

צוביילטער האט געשריבן:אוי וועט מען זיך נאך בענקן. אין מיין אויגן איז דער ארויסגאנג פון פרעזידענט בוש א גרעסערע היסטאריע ווי דער איינשווערונג פון אבאמא.


עס איז וויט פון א ווערטל... ימים ידברו,ווען מען וועט זיך אוועקבענקן נאך די יארן ווען בוש האט רעגירט און געפירט מיט א שטייפע האנט די מלחמה קעגן די בורדערס און האט זיך ווייניג וואס צוטון געמאכט פון די היפאקריטישע מענטשן רעכט (לינק) גרופעס און פון די אנדערע חברה. עס פעלט זיך נאך אויס א ברייטן אנאליז איבער די בוש יארן אין די ווייסע הויז, איבער די אלע מעכטיגע לאנגטערמינינדע אויפטואונגען און זיינע פעסטע יסודות וואס ער האט אוועקגעשטעלט, ווי אויך דארף מען אויסשמועסן זיין מלחמה קעגן די מידיא וואס פארמאגט נישט אין זיך קיין שום פרייהייט און דעמאקראטיע נאר עס איז געבינדען צו עטליכע פערזענליכע מיינונגען וכו' וכו' מען וואלט אפשר געדארפט מאכן אן עקסטערע אשכול פאר דעם, אויסצושמועסן זיינע אלע יארן אין די ווייסע הויז וואס ער האט פון דארט געפירט אמעריקע אין די גאנצע וועלט מיט געשמאק און מיט יושר אזוי ווי עס דארף צו זיין. אין די קומענדיגע יארן וועט מען נאך זיכער אסאך אנאליזירן זיינע פאליסיס, זיינע אויפטואינגען, זיינע דורכפעלער, און זיין פערזענליכקייט.

דינסטאג ינואר 20, 2009 2:46 pm

א סענעטאר איז נעבעך יעצט צאמגעפאלן אינמוטן די לאונטש.
CNN זאגט אז ס'קען זיין אז ס'איז טעד קענעדי

דינסטאג ינואר 20, 2009 2:52 pm

הערשי קניהויז האט געשריבן:א סענעטאר איז נעבעך יעצט צאמגעפאלן אינמוטן די לאונטש.
CNN זאגט אז ס'קען זיין אז ס'איז טעד קענעדי

ס'איז שוין דרייע אזייגער, קען דאס עמיציר קאנפערעמן?

דינסטאג ינואר 20, 2009 2:53 pm

אלעס איבער בוש גייט אריבער צו דעם אשכול

דינסטאג ינואר 20, 2009 3:14 pm

סאכדעס האט געשריבן:
הערשי קניהויז האט געשריבן:א סענעטאר איז נעבעך יעצט צאמגעפאלן אינמוטן די לאונטש.
CNN זאגט אז ס'קען זיין אז ס'איז טעד קענעדי

ס'איז שוין דרייע אזייגער, קען דאס עמיציר קאנפערעמן?

קענעדי. און אאויך ראבערט בוירד דער עלטסטער סענעטער. זענען צאמגעפאלן.
שרייב א תגובה

Advertisement