שוידערליכע קידנעפינג אין וויליאמסבורג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

שוידערליכע קידנעפינג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך dell » מוצ"ש נובעמבער 24, 2012 8:11 pm

באקומען פון איינעם

‫‫א אינגערמאן **** ******** ארבייט ביי פריינדס פיש, ער איז איינטאג פאריגע וואך געגאנגן אויפפיקן געלט פון א קאסטימער אין קראון-הייטס, ארויסקומענדיג וואקט צו צו אים א גרויסע גוי 7 פיס הויעך און 450 פונט און זאגט אים "פאלאו מי" דער גוי האט געהאלטן א בעיסבאל בעט און אים געסטראשעט מיטן טויט.‬‬
‫‫****** האט זיך אריינגעזעצט אין קאר. דער גוי האט אים געהייסן פארן צו א הויז, דארטן זענען זיי ארויף און דער גוי האט אים צוגענומען ס'געלט, בערזעל מיט די דרייווערס לייסענס און קרעדיט קארטלעך דערינען. נאכדעם האט אים דער גוי געהייסן אריינגיין אין קאר און מ'איז געפארן צו טשעיס באנק. דער גוי האט געהייסן דעם אינגערמאן ארויסנעמען געלט פונעם קרעדיט קארד. למעשה נאך אפאר מאל פרובירן האט ער ארויסגענומען 500 דאלער. נאך טשעיס האט דער גוי געוואלט פארן צו נאך א באנק. אבער האט צוריקגעגעבן די שליסלעך פאר ********. דער ******** דריקט איינמאל די "אנלאק" קנעפל און זעצט זיך אריין. דער גוי ווארט ער זאל אים עפענען די טיר, אבער ****** כאפט זיך אז ער איז פריי, און ער פיצט אפ.‬‬
‫‫אנקומענדיג קיין וויליאמסבורג האט שוין דער גוי געהאט אהיימגעקאלט און געסטראשעט אז ער גייט אים הרג'נען טאמער ער גייט צו די פאליציי.‬‬
‫‫********* האט גערופן שומרים און שומרים איז מיט אים אראפגעפארן קיין קראונהייטס צו פרעסן טשארדזשעס.‬‬
‫‫ווען ******** איז אנגעקומען האט אים שוין אפגעווארט א אנדערע גוי מיט א יונגע מיידל און געפרעסט טשארדזשעס אז ********** האט איר געוואלט רעיפן.‬‬
‫‫די פאליציי האט ביידע איינגעזעצט אין סענטרעל בוקינג.‬‬
‫‫******** איז דארט געזיצן 24 שעה ביז ווען ער האט געזעהן די דזשאורדזש האט מען שוין אלעס אויסגעקלארט איבערקוקענדיג די קעמרעס און מ'האט געזעהן אז דער גוי איז אים געשטאנען איבערן קאפ עטליכע מאל.‬‬
‫‫דער גוי ווארט יעצט שווערע קלאגעס און דער אינגערמאן האט גומל געבענטש שבת אין ביהמ"ד

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מוצ"ש נובעמבער 24, 2012 9:26 pm

געטראפן שבת דעם בעל המעשה - ער איז ווירקליך נאך אינטערן שאק
די שאלה איז נאר וויאזוי ער קען זיך פארהיטן דער גוי זאל נישט נקמה נעמען ווען ער ווערט באפרייט
(דער גוי האט געהאט זיין לייסענס און האט מעגליך מעמארייזט אלע אינפארמעישאן וועגן אים)
למעשה איז דא פארגעקומען ממש נסי נסים אז דער יונגערמאן האט געקענט אפציען וואס ווען נישט איז שוידערליך נאר צו טראכטן מיט וואס ער וואלט אפגעגענדיגט...

בשורות טובות

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש נובעמבער 24, 2012 9:28 pm

מארקאוויטש, מאן דכר שמיה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » מוצ"ש נובעמבער 24, 2012 9:30 pm

לייסענס פלעיטס קען ער טוישן.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מוצ"ש נובעמבער 24, 2012 10:07 pm

Ron Paul האט געשריבן:לייסענס פלעיטס קען ער טוישן.

איך מיין צו זאגן דרייווערס לייסענס, ער האט געהאט דעם יונגערמאנס בערזל פאר א וויילע, גענוג לאנג אויף צו קענען אראפנעמען אלע זיינע פריוואטע אינפארמעישאן

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש נובעמבער 24, 2012 10:10 pm

איך פארשטיי נישט פונקטליך, דער גוי מיטן מיידל איז דאך געווען א צווייטער גוי, סאו וואס מאכט אויס די גאנצע מעשה? און וויאזוי פאלט אוועק די מיידלס טענה?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מוצ"ש נובעמבער 24, 2012 10:41 pm

מכח "עמנו הייתם", די פאליציי האבן דאך געזען אויף די ווידיאו קעמערעס וואס דער ערשטער גוי האט געטוהן מיטן אינגערמאן אין די זעלבע צייט וואס די אנדערע גוי מיטן מיידל פארקויפן זייערע באבקעס...

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש נובעמבער 24, 2012 11:52 pm

דער אנדערער גוי מוז דאך נישט דערציילן די מעשה אויף פונקט די זעלבע צייט..
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

שפיציג
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 12:24 pm

תגובהדורך שפיציג » זונטאג נובעמבער 25, 2012 12:59 am

אנטשולדיגט פארן אריינהאקן שלא מן הענין.
מי חכם; די סטיל קשיות וואס דו פרעגסט אסאך מאל (למשל אין די א"י אשכול ועוד.) איז ווייל דו פרעסט באמת? אדער שפילסטו דאס

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג נובעמבער 25, 2012 1:53 am

די הגדרה איז ממש קולע אל השערה. און אויב די ענטפערס באפרידיגן מיר, האב איך נישט קיין פראבלעם זיי אנצונעמען, און אויב נישט האב איך נישט קיין פראבלעם אנצונעמען אנדערש.

אויסער דעם, ווען איך הער א מעשה פרוביר איך די פרטים זאלן מיר שטימען. דאס איז א שוואכקייט אזא, און פאר א כראנישן מספר (ביי וועם פאקטן זענען א גאר מינדערוויכטיגע טייל פון די זאפטיגע מעשה וואס ער דערציילט) קען עס שטארק שטערן. צומאל וועל איך - אויך פאר די סעיק אוו די ארגומענט - מוותר זיין אויף די דעטאלן, אבער יוזשועלי וועל איך יא זיך שטעלן דערויף. אויב דו האסט א וויקיפידיע בלאט וואס כאראקטעריזירט דעם אייגנשאפט, קענסט עס אויך אהער ברענגען.

איך כאפ נישט וואס דו מיינסט מיט דעם א"י אשכול.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 25, 2012 2:22 am

איך טראכט אזוי, אויב האט דער גוי נישט געהאט קיין בעסערע וואפן ווי א בעיסבאלל בעט, איז נישטא קיין סאך וואס מורא צו האבן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » זונטאג נובעמבער 25, 2012 8:41 am

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:
Ron Paul האט געשריבן:לייסענס פלעיטס קען ער טוישן.

איך מיין צו זאגן דרייווערס לייסענס, ער האט געהאט דעם יונגערמאנס בערזל פאר א וויילע, גענוג לאנג אויף צו קענען אראפנעמען אלע זיינע פריוואטע אינפארמעישאן


דרייווערס לייסענס קען מען טוישן.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג נובעמבער 25, 2012 10:54 am

און די אדרעס וואס פיגורירט אויפן דרייווערס לייסענס? וועט ער מוזן מופן?
האט דער גוי אויך געוואוסט וואו ער ארבעט?

א פחד פון א מעשה.

אייך האב נאר מורא אז דער גוי מיט די "שווערע קלאגעס" ווארט א מאקסימום פון... 6 חדשים תפיסה (כדרכם בחושך) און וועט קענען ווייטער אנגיין מיט זיינע מעשי רציחה.
לאמיר האפן אז ביז דאן וועט שוין משיח זיין דא. אמן.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » זונטאג נובעמבער 25, 2012 10:56 am

מיין לייסענס האט נישט מיין ריכטיגן אדרעסע וואו איך וואוין. סוי לכאורה איז דאס נישט קיין פראבלעם.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג נובעמבער 25, 2012 10:57 am

אבער ער האט דאך יא געהאט!
זעהסט דאך אז ווען ער איז אהיימגעקומען האט שוין דער גוי מקדים געווען די מכה צו די רפואה (נישט קיין טעות) און אהיימגעקאלט!
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » זונטאג נובעמבער 25, 2012 10:58 am

אהא, פון וואו האט ער געהאט די פאון נומבער?
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג נובעמבער 25, 2012 11:23 am

פון זיין סעלפאון וואס ער האט אים אויך בארויבט

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » זונטאג נובעמבער 25, 2012 11:26 am

אהה.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » זונטאג נובעמבער 25, 2012 12:18 pm

מי חכם האט געשריבן:דער אנדערער גוי מוז דאך נישט דערציילן די מעשה אויף פונקט די זעלבע צייט..

דעריבער זאל מען אים גלייבן במיגו?...

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » זונטאג נובעמבער 25, 2012 12:24 pm

אדער בקם ליה בדרבה מיניה? עה נעווער מיינד
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
זיי קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 17, 2012 1:34 am

תגובהדורך זיי קלוגער » זונטאג נובעמבער 25, 2012 1:46 pm

Ron Paul האט געשריבן:אדער בקם ליה בדרבה מיניה? עה נעווער מיינד

;l;p-

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג נובעמבער 25, 2012 1:58 pm

מיין הארץ באכעט מיר פון די מעשה. איך טראכט אזוי צי ווען אב זקן אדער לאקשן ברעט ריקט ארויף זיינע סחורה ציטער איך אויך אזוי, איך מיין נישט ממש.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג נובעמבער 25, 2012 2:41 pm

ס'איז א פחד פון א מעשה, און נישט קיין חילוק צו ער האט א בעיסבאלל בעט צו נישט, איז עס מסוכן אן קיין גדרים!!! וויכי, וואס פאלט דיר ביי צו זאגן אז ווען מ'האט נאר א בעיסבאלל בעט איז נישטא וואס מורא צו האבן? האסט שוין פארזוכט איינס אמאל?

די איינציגע זאך וואס ער קען טון זיך צו פארהיטן פונם גוי, אזי טוישן זיין ניק! אוי! מ'רעדט פון זיין געהעריגע נאמען? ווייס איך שוין נישט!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג נובעמבער 25, 2012 4:18 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך טראכט אזוי, אויב האט דער גוי נישט געהאט קיין בעסערע וואפן ווי א בעיסבאלל בעט, איז נישטא קיין סאך וואס מורא צו האבן...

ווען דער גוי האט זיך אריינגעזעצט אין קאר האט ער אים געווארנט אז אויב וויל ער איבערלעבן זאל ער נישט פראבירן צו מאכן פראבלעמען און בשעת מעשה האט ער געפענט זיין דזשעקעט אין אים געזאגט אז ער האט א גאן, נאר דער אינגערמאן האט זיך נישט דערוואגט אויסצודרייען קוקן צו ער האט טאקע א גאן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » זונטאג נובעמבער 25, 2012 6:45 pm

dell האט געשריבן:באקומען פון איינעם
‫‫דער גוי ווארט יעצט שווערע קלאגעס און דער אינגערמאן האט גומל געבענטש שבת אין ביהמ"ד


און וואס טוט זיך מיט די אנדערע צוויי, דער גוי מיט'ן מיידל, וועלכע האבן מיטגעשפילט מיט די מעשי רציחה, און געוואלט מאכן א בלבול????
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: mini van, Of course, rogers, שמחהלע קאפשטיק און 36 געסט