בלאט 246 פון 268

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:40 pm
דורך אסדר לסעודתא
ליבערמאן איז ערגער אין העצערייען קעגן חרדים ווי לפיד.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:22 pm
דורך נו וואדע
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די משפחה מיט נפטר יבלח"ט

דער פאטער ר' יואב איז א טייערע יוד און א באקאנטע שרייבער

מאך אים ניש פאר אזא פרומע איד
כעל ציטירן פון וויקעפידיע ווער ער איז און ידע הקהל וישפוט
הקיצור קיין ר' קומט זיך אים זיכער ניש

נו שוין..........

קומט אים יא, קומט אים נישט. ווער ביסטו מחליט צו זיין? דער איד האלט אינמיטן א טראגעדיע, לאז זיין פרומקייט ארויס פון בילד ביטע.

טאקע פארגעסן צוצושרייבן אז אודאי האלט ער אינמיטן א טראגעדיע און אונז זייענדיג זיינע אידישע ברודער דארפן מיטפילן און מיטוויינען מיט זיין צער
אבער איבערטרייבן מיט ווי טייער און חשוב ער איז ,דאס אישוין אנאנדערע מעשה
עגעין, ח"ו אוועקצומאכן אזא שרעקליכע טראגעדיע

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:33 pm
דורך אסדר לסעודתא
א גרויסע מצוה געטון. רחמנא ליצלן אויב איינער וואלט פאר א רגע געמיינט אז מען רעדט פון א היימישע איד. מען רעדט פון א פלעינע שומר תורה ומצוות, א מאמין, אבער נישט פון אונזערע און קיינער זאל חס ושלום נישט שרייבן ר'. און טאקע דערפאר איז קריטיש צו ברענגען די גאנצע וויקיפידיע פעידזש, #להסיר מכשול.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 7:12 am
דורך ירוושלמי22
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ידיעות אחרונות פון היינט...

איך מיין אז מ'קען מאכן א פשוט'ע פשרה
נתניהו זאלסט אויפשטעלן א רעגירונג אין תפיסה
און בני גנץ אין כנסת המינים

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 6:45 pm
דורך אסדר לסעודתא
די בגץ האט היינט גע'פסקנ'ט אז א בין הזמנים פארברענג וואס האט געזאלט פארקומען אין די יעצטיגע בין הזמנים טעג קען נישט זיין אפגעטיילט צווישן מענער און פרויען.

יאיר לפיד האט אויסגעדרוקט זיין פרייד אז די מדינה ערלויבט נישט איראנער געזעצן.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 7:58 pm
דורך רואיג!
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די בגץ האט היינט גע'פסקנ'ט אז א בין הזמנים פארברענג וואס האט געזאלט פארקומען אין די יעצטיגע בין הזמנים טעג קען נישט זיין אפגעטיילט צווישן מענער און פרויען.

יאיר לפיד האט אויסגעדרוקט זיין פרייד אז די מדינה ערלויבט נישט איראנער געזעצן.


ווי אזוי איז עס אנגעקומען צו די בגץ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 4:08 am
דורך moishy56
רואיג! האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די בגץ האט היינט גע'פסקנ'ט אז א בין הזמנים פארברענג וואס האט געזאלט פארקומען אין די יעצטיגע בין הזמנים טעג קען נישט זיין אפגעטיילט צווישן מענער און פרויען.

יאיר לפיד האט אויסגעדרוקט זיין פרייד אז די מדינה ערלויבט נישט איראנער געזעצן.


ווי אזוי איז עס אנגעקומען צו די בגץ?

I understand that the local council sponsored the event
so the court says that a council sponsored event
cant be men only

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:13 am
דורך אסדר לסעודתא
גערעכט, ס'איז בית משפט נישט בגץ. ס'איז אנגעקומען אין געריכט דורך אקטיוויסטן פאר 'שדולת הנשים', וועלכע האבן נישט געקענט צוקוקן די צער פון די נשים ווען זיי קענען זיך נישט משתתף זיין און זיצן אינאיינעם מיט זייערע מענער ביים מעמד, היל"ת...

ס'איז נישט אז די עירי' צאלט עס, נאר ווייל ס'איז אין א שטח ציבורי. קיין שום צוזאמקום טאר נישט פארקומען אויף א שטח עיריה אדער אויפן גאס, (אפי' א הפגנה...) וואס איז אפיציעל אפגעטיילט, אפי' אן מחיצות.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:19 am
דורך יהלום
מען זיכט איינער זאל אריין געבען א קלאגע אקעגען דער צאמקום פון דער פרייע (נאר פאר פרויען)!!
1.png
1.png (203.87 KiB) געזעהן 1966 מאל

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:21 am
דורך יהלום
און אנדערע נייעס
זוכט מען איינער זאל אריין געבען א קקלאגע אקעגען דער אקטיוויסטן פאר 'שדולת הנשים' עס איז נאר דא פרויען און דער ארגענזאציע!!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:44 am
דורך גברא רבא
בעקבות ההחלטה הודיע מוטי שטיינמיץ: "לכל השואלים אני לא מבטל את השתתפותי בקומזיץ
בעפולה, אנחנו נלחם בערוצים המקובלים נגד החלטת בית המשפט, שטיינמץ הוסיף, "זוהי שעת השמד וזה הזמן שלנו לקדש שם שמים.
בית המשפט לא יחליט לנו מה לעשות ואיך".
כולנו לקדש שם שמים.....

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:30 am
דורך יהלום
דער חברה האבן אריין געגבען יעצט נאך א תביעה און בית משפט אקגען א קומזיץ פון מוטי שטיינמעץ און מ.ב.ד און חיפה!!
"בחדרי" האט א גאנצע באשרייבונג דער חוליק פון א"י כלומרישע דער יודישע מדינה און נ"י דער גוישע מדינה!!
און א"י לאסט נישט דער בית משפט מאכן בהפרדה און נ"י מאכט מען צו הענגער'ס פון דער ארמי פאר חתונ'ת!!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:41 am
דורך אסדר לסעודתא
אין ארץ ישראל צאלט די מדינה דערפאר, אין אמעריקע לאזט מען זיך קאסטן... א קליינע הפרדה צווישן זיי...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 7:52 am
דורך אסדר לסעודתא
אנקעטע פון חדשות 12 - עמית סגל

נתניהו 30
גנץ 29


גוש השמאל - 54

רשימה המשותפת (אראבערס) 11
העבודה 7
המחנה הדמוקרטי 7

גוש הימין - 56

ימינה (שקד) 11
יהדות התורה 8
שס 7

~~~~~

ליבערמאן 10

לא עוברים

זהות 2.9
עוצמה 2.7


דאס מיינט אז ליבערמאן בלייבט ווייטער אין צענטער פונעם שפיל, אויב זענען די רעזולטאטן אקוראט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:56 am
דורך אסדר לסעודתא
רון קובי האט היינט געליטן א פעסטע נידערלאגע אין בגץ, בשעת'ן אנקלאגן דעם שר הפנים אויפן שפיצל וואס דרעי האט אפגעטון.

די שופטים האבן אים געגעבן אין קאפ אריין און נאך א שטיק צייט האבן זיי אים ממליץ געווען צוריקציען פון זיין אנקלאגע וואס ער האט געטון מיט גרויסע בזיונות...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 3:15 pm
דורך גולם פון וואשינגטאן
תשעה באב איז געווען א שווער טאג פאר סמאטרידזש

זעהט זיך אויס אז ער האט נישט גוט איינגעפאסט...

די מעשה איז געווען אז יאר יערליך זענען ליידער דא עבריינים וואס ל"ע גייען ארויף אויף הר הבית אין ת"ב, דאס יאר איז אבער ת"ב געפאלן אין די מוסלעמענער חגא וואס זיי רופן חג הקורבן, אלס אנדענק וואס זיי פארציילן אז עפעס א זיידע זייערע מיט'ן נאמען אברהם האט געעאלט שחט'ען א זון זיינער וואס איז אויך זייער זיידע מיט'ן נאמען ישמעאל אלס א קרבן, און א-ללה האט אן לעצטע מינוט ציגעשיקט א שעפסל (עפ"ל), דערפאר האט די מדינה נישט ארויף געלאזט אידן אויף הר הבית.

שפעטער איז געווען די געריכט אורטייל אין אין עפולה, וואס זיינע נערווען האט עס שוין נישט אויסגעהלאטן, ער האט זיך געלאזט הערן א נתניהו איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר א גרויסער זערא!

אלס רעזולטאט האט איהם נתניהו נעכטן כמעט געפייערט, אין די לעמצטע מינוט האט ער צוריק געצויגען און איבערגעבעטן נתניהו.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 3:25 pm
דורך אסדר לסעודתא
זיי האבן זיך אראפגעזעצט אינאיינעם און ר' בצלאל יואל האט איבערגעבעטן נתניהו, אזוי איז ער געבליבן מיטן קריטישן אויפגאבע פון 'שר התחבורה'.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 5:03 am
דורך גולם פון וואשינגטאן
די אטוירני דשזענעראל מיט'ן שווארצען קאפל (ער איז שטארק געטריי צי די הוראה פון גדולי ישראל צי אסר'ען ערבי שירה) האט זיך געלאזט הערן אז עס איז נישטא קיין סיבה זיך צי אריין מישען אין די פסק פון לאקאלען געריכט צי פארבאטן מאטי שטיינמעטץ קאנצערט וואס איז אפגעטיילט.

ער האט אבער ציגעלייגט אז ער גייט אין די נאענטע ציקונפט לאזן הערן קלארע הגדרות דערוועגן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:23 pm
דורך milech fried
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:היינט, מיט די ענדגילטיגע ליסטעס צוזאמגעשטעלט, איז ארויסגעקומען אן אנקעטע פון ישראל היום ווי פאלגענד:

ליכוד: 29
הימין המאוחד: 11
יהדות התורה: 7
ש"ס: 7

ס"ה רעכטע/חרדים אן ישראל ביתינו: 54

כחול לבן: 28
הרשימה המשותפת: 12
המחנה הדמוקרטי: 9
עבודה/גשר: 6

ס"ה צענטריסטן/לינקע/אראבער: 55

ישראל ביתינו: 11

ביידע בלאקס האבן האבן אין די אנקעטע פונקט וויפיל זיי האבן יעצט, אבער אזויווי ליבערמאן האט 11 אנשטאט זיין יעצטיגע פינף, האט די רעכטע בלאק אן אים 54 אנשטאט זייער יעצטיגע 60.

קיין איין בלאק האט טאקע נישט קיין רוב וואס קען גיין צוזאמען, אבער ליכוד און כחול לבן וואלטן זיך זיכער צוזאמגעשטעלט (אן ביבי ביים שפיץ) צו פארמיידן פרישע בחירות.

איך מיין אז סמאכט מער סענס אז די חרדים וועלן זיך בוקן צו ליבערמאן און ביבי וועט בלייבן
אויב מיט ליבערמאנס 5 האבן זיי שוין נאכגעגעבן 99.99 פראצענט קענסטו זיין זיכער אז די איבער 01. פראצענט וועט שוין מיטגיין אויב ליבערמאן וועט האבן 11

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:47 pm
דורך בטיש בטישין
איינער קען מסביר זיין וואס האט דער ליבערמאן צו פארקויפן דאסמאל, אז ער זאל האבן 10-11 מאנדאטן? (אנדערA ווי די פאריגע בחירות וואס ער האט באקומען קוים 5)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:21 pm
דורך אבן יקרה
בטיש בטישין האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין וואס האט דער ליבערמאן צו פארקויפן דאסמאל, אז ער זאל האבן 10-11 מאנדאטן? (אנדערA ווי די פאריגע בחירות וואס ער האט באקומען קוים 5)

שנאת הדת

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 6:46 am
דורך אסדר לסעודתא
העפטיגע קאמפיין גייט אריין אין די לעצטע שטאפלן, א חודש בעפאר די וואלן.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 8:54 am
דורך אביונה
די בילבאורד'ס מיט ר' חיים'ן, דערמאנט פונם ליובאוויטשער רבי'ן בשעת משיחיותו.....

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:36 am
דורך אהבת השם
שטעכערייי אטאקע יעצט פארגעקומען און אלט שטאט

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:54 am
דורך אסדר לסעודתא
א פאליציאנט איז געשטאכן געווארן דורך 2 אראבער