מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

yes yes
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

ביבי איז אויף צרות

תגובהדורך yes yes » מיטוואך יוני 26, 2019 7:09 pm

ערשטע אנקעטע מיטן נייע קאנדידאט ברק

ליכוד מיט כחול לבן יעדער איינער 32 מנדטים.
די אראבערס 12
ישראל ביתנו 7 מנדטים
אהוד ברק 6 מנדטים
ש"ס 6
יהדות התורה 6
מרצ 6 מנדטים
עבודה 5 מנדטים
איחוד מפלגות הימין 4 מנדטים
הימין החדש 4 מנדטים

דאס מיינט ביבי מיט די רעכטע אפילו מיט ליבערמאן האבן נאר ''59'' זיצען

טייטל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:22 am

ברק וועט לויפן אויף פיר צו ביבי'ס ממשלה, והעבר יוכיח

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:35 pm

די אנקעטע איז נאך מער ברוטאל פאר די רעכטע, ווייל ביידע ווייט רעכטע פארטייען זענן אויפ'ן שוועל פונעם אחוז החסימה, אין די צייט וואס קיין איין צענטער/לינקע איז נישט.

דאס הייסט אז לויט די אנקעטע דארפן די צוויי קליינע פארטייען פארלירן בלויז מיט עטליכע שטימען אז די צענטער/לינקע אן ליבערמאן זאלן האבן 65, אדער אז מיט ליבערמאן זאלן זיי האבן 72 וואס דעמאלס האבן זיי 60 אן די אראבער!
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 01, 2019 2:59 pm

אנטי חרידישע קאמפיין ווידעאו געליפטערט דורך ליבערמאן
צוגעלייגטע
IMG_20190701_113638.jpg
IMG_20190701_113638.jpg (21.88 KiB) געזעהן 1353 מאל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11138
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יולי 01, 2019 4:35 pm

ווער זענען די צוויי ווייסע קאפעלעך?

ירוושלמי22
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

תגובהדורך ירוושלמי22 » מאנטאג יולי 01, 2019 5:00 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:ווער זענען די צוויי ווייסע קאפעלעך?

לינקס בצלאל סמוטריץ
רעכטס ווייס איך נישט
האט איינער דעם גאנצן קליפ?

אוראייניקל
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג יולי 01, 2019 5:11 pm

ירוושלמי22 האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:ווער זענען די צוויי ווייסע קאפעלעך?

לינקס בצלאל סמוטריץ
רעכטס ווייס איך נישט
האט איינער דעם גאנצן קליפ?

רעכטס איז איתמר בן גביר פון די עקסטרעם רעכטע עוצמה יהודית

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג יולי 01, 2019 6:43 pm

ירוושלמי22 האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:ווער זענען די צוויי ווייסע קאפעלעך?

לינקס בצלאל סמוטריץ
רעכטס ווייס איך נישט
האט איינער דעם גאנצן קליפ?

ווער עס האט טעלעגראם
https://t.me/NewsInIsrael/118

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 01, 2019 8:54 pm

מארגן דינסטאג וועט פארקומען די פריימערי וואלן פאר די יו"ר פאזיציע פון די לינקע 'העבודה' פארטיי. צווישן עמיר פרץ, איציק שמולי, און סתיו שפיר.

פרץ איז דער זיכערער געווינער, נאר שמולי און פרוי שפיר האפן אז פרץ וועט נישט באקןמען 40 פראצענט און מ'וועט דארפן גיין צו סיבוב שני, וואס דאס האפן ביידע צו געווינען.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יולי 01, 2019 9:27 pm

מרצ האט שוין אויסגעקליבן איר נייע פירער, ניצן הורוביץ.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

ירוושלמי22
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

תגובהדורך ירוושלמי22 » דינסטאג יולי 02, 2019 8:41 am

מים חיים האט געשריבן:
ירוושלמי22 האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:ווער זענען די צוויי ווייסע קאפעלעך?

לינקס בצלאל סמוטריץ
רעכטס ווייס איך נישט
האט איינער דעם גאנצן קליפ?

ווער עס האט טעלעגראם
https://t.me/NewsInIsrael/118

אויב קען איינער מיר עס שיקן אין אימיעל

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג יולי 02, 2019 8:47 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:מרצ האט שוין אויסגעקליבן איר נייע פירער, ניצן הורוביץ.

אינטרעסאנט פון וואנעט עס שטאמט דאס נאמען 'ניצן'
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג יולי 02, 2019 10:14 am

דראמאטישע נייעס:
ברק רופט אויס, אז אין זיין ממשלה [יא יא] וועט ער גענצליך מבטל זיין חוק הגיוס ווי ער רופט דאס "ישראבלוף".

יעצט איז שוין קיין נפק"מ ווער וועט ווערן ראש ממשלה, די באלון פון חוק הגיוס גייט בטל ווערן, במהרה בעגלא דידן

שמחה ונחת
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג יולי 02, 2019 10:24 am

אבן יקרה האט געשריבן:דראמאטישע נייעס:
ברק רופט אויס, אז אין זיין ממשלה [יא יא] וועט ער גענצליך מבטל זיין חוק הגיוס ווי ער רופט דאס "ישראבלוף".

יעצט איז שוין קיין נפק"מ ווער וועט ווערן ראש ממשלה, די באלון פון חוק הגיוס גייט בטל ווערן, במהרה בעגלא דידן


טאקע דראמאטיש!!

אדמקר: ‏חוק הגיוס הוא מהבלופים הגדולים שהיו פה בשנים האחרונות. ליברמן ולפיד נותרו כמעט היחידים שמוכרים לציבור בוחריהם כאילו הוא מביא עוד מתגייסים חרדים לצה"ל. קובי ריכטר, מאנשי המפלגה של ברק אומר בקול רם: "צריכים לבטל את חוק הגיוס".

#ימיםידברו...

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג יולי 02, 2019 10:32 am

שוין

ברק האט געשיסט דאס קויל, ס'טוט זיך שוין לעבעדיג, לאפיד ריאגירט שוין, אז דאס וועט נישט פאסירו, ונזכה ונחיה ונראה

ברק'ס ווערטער, (עברית):
"אני, עבדכם, לפני 20 שנה כראש הממשלה – הקמתי את וועדת טל שעסקה בשאלת גיוס בני הישיבות ודחית השירות בצה״ל.
לכולנו היו כוונות טובות. אבל יש לומר את האמת. יישום חוק טל נכשל. וזה היה גורלם של כל הנסיונות מאז. ולכן, הגיע הזמן לומר אמת! זה לא עבד ולא יעבוד".



בתגובה להצהרה של ברק, לפיד בהתקפה נגדו
"שבע שנים אנחנו נלחמים על חוק הגיוס כדי שנוכל להגיד לילדים שלנו "הדם שלכם לא שווה פחות" אין לנו שום כוונה לעצור".

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג יולי 02, 2019 10:46 am

די פלאן פון מיסטער ברק איז גענצליך מבטל זיין גיוס פאר די חרדים, די צבא זאל זיין קלענער "צבא קטן וחכם" ווי מ'רופט דאס.
אבער מאידך, זאל יעדע פערשוין אין די מדינה, כולל די אראבערס, וועלן מיזן טוהן "שירות לאומי", דאס הייסט עפעס אנדערש יא. גיין אין שפיטעלער צו העלפן אדער גלייכ'ן, אויסער גרופע פון חרדישע "עילויים" וואס וועלן דינן "שירות לאומי" אלס "לומדי תורה"...

דאס אליין אז צום ערשטע מאל אזא הויכע פאליטיקאנט זאגט קלאר הויעך אז די חוק הגיוס וועט גארנישט ברענגן חרדים צום מיליטער און מ'דארף די גאנצע זאך מבטל זיין, איז שוין א ריזיגע מהפכה.

שמחה ונחת
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג יולי 02, 2019 10:50 am

וויאזוי איז געווען אהוד ברק'ס באציאונגען מיט די חרדים ווען ער איז געווען ראה"מ?

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג יולי 02, 2019 11:00 am

שמחה ונחת האט געשריבן:וויאזוי איז געווען אהוד ברק'ס באציאונגען מיט די חרדים ווען ער איז געווען ראה"מ?

ברק האט געלאפן פאר פונקט 20 יאהר צוריק אונטער קאמפיין פון איין סלוגאן: "הכונו לגיוס החרדים"

נאכ'ן וועלן האט ער אוועק געשטעלט די טל קאמיסיע, וואס 2 יאהר שפעטער איז א דורך זייערע געזעץ.

די חרדים האבן נישט געזעצן אין זיין רעגירונג, וועגן חילולי שבת, למעט אפאר וואכן.

אבער אזוי האבן די חרדים נישט צו פול געליטן פון איהם, ער איז געוועהן באשעפטיג צו חרוב מאכן אלעס וואס די רעכטע האבן געוואלט....

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג יולי 02, 2019 11:04 am

שמחה ונחת האט געשריבן:וויאזוי איז געווען אהוד ברק'ס באציאונגען מיט די חרדים ווען ער איז געווען ראה"מ?

די חרדים זענען געווען אין ממשלה, אבער האבן זיך אפגעטיילט צוליב פארמערטע חילול שבת. ש"ס איז יא געבליבן.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

שמחה ונחת
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג יולי 02, 2019 11:10 am

א דאנק!

אלזא האט ביבי אביסל וואס מורא צו האבן...

אזויפיל דענק איך אז ער איז ארויס מיט א גאר שוואכן ראעקארד.
אינטערעסאנט ווי ער כאפט זיך צוריק יעצט....

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג יולי 02, 2019 11:17 am

פארקערט

ברק מאכט נאר גוט פאר ביבי. קאנספאראציעס וואלטן געזאגט אז ער שטייט אונטער איהם...

אמת'דיק ער כאפט גארנישט צוריק, אבער אסאך טומען וועט ער זוכער טוהן.

קיין ראש ממשלה וועט ער נישט זיין, דאס איז כמעט 100%, אבער דאס אז א פאליטקאנט ווי ער זאגט עס יעצט קלאר און דייטליך, אז פארטיג מיט די סצענע פון חוק הגיוס, וואס איז די גרעסטע בלוף אין די מדינה, איז דראמאטישע אפקלאנג, וואס וועט מיזן טוישן די גאנצע הלוך ילך ארום דעם.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג יולי 02, 2019 11:20 am

שמחה ונחת האט געשריבן:א דאנק!

אלזא האט ביבי אביסל וואס מורא צו האבן...

אזויפיל דענק איך אז ער איז ארויס מיט א גאר שוואכן ראעקארד.
אינטערעסאנט ווי ער כאפט זיך צוריק יעצט....

בעיקר פון פרויען וויילער ווייל זיי ברענגען אלץ צירוק סטיילס פון 20 יאר צירוק.
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג יולי 02, 2019 11:23 am

שמחה ונחת האט געשריבן:א דאנק!

אלזא האט ביבי אביסל וואס מורא צו האבן...

אזויפיל דענק איך אז ער איז ארויס מיט א גאר שוואכן ראעקארד.
אינטערעסאנט ווי ער כאפט זיך צוריק יעצט....

ער האט גראדע געוואונען מיט 56 פראצענט וואס האבן אים געוואלט אלס ראש ממשלה, אין יענע צייט פלעגט זיין דירעקטע וואלן צום פרעמיער אמט.

ער האט זיך אבער געטראפן מיט אראפאט אין קעמפ דעיוויד וואס האט נאכגעפאלגט מיטן צווייטן אינטעפאדע. ער האט ס"ה געדינט אלס רה"מ פאר בערך 2 יאר ביז זיין קאאליציע איז צופאלן.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

שמחה ונחת
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג יולי 02, 2019 11:27 am

אבן יקרה האט געשריבן:פארקערט

ברק מאכט נאר גוט פאר ביבי. קאנספאראציעס וואלטן געזאגט אז ער שטייט אונטער איהם...

אמת'דיק ער כאפט גארנישט צוריק, אבער אסאך טומען וועט ער זוכער טוהן.

קיין ראש ממשלה וועט ער נישט זיין, דאס איז כמעט 100%, אבער דאס אז א פאליטקאנט ווי ער זאגט עס יעצט קלאר און דייטליך, אז פארטיג מיט די סצענע פון חוק הגיוס, וואס איז די גרעסטע בלוף אין די מדינה, איז דראמאטישע אפקלאנג, וואס וועט מיזן טוישן די גאנצע הלוך ילך ארום דעם.



כ'האב מלכתחילה אזוי פארשטאנען אז ער איז גאר גוט פאר ביבי.
אבער כ'האב נאר מורא אז די חרדים וועלן ווערן עקסיידעט פאר אים.
עניוועי איז צו פרי צו רעדן.
ביזט אבער גאר גערעכט אז דאס איז א דראמאטישע דערגרייכונג פאר די חרדים אז ער זאגט דאס אזוי אפן.
לעצט פאראכטן דורך שמחה ונחת אום דינסטאג יולי 02, 2019 2:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טייטל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דינסטאג יולי 02, 2019 1:20 pm

אין מיינע אויגן איז עס א דערגרייכונג פאר קיינעם נישט נאר פאר איין מענטש, אהוד ברק. עס ברענגט עם ארויף אויף די העדליינס אויף א גרויסן אופן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, טעאריע וואס לעבט, יאנקעל פעדראטשיק, נודניק, קליינקעפיק, ריעל עסטעיט מתחיל, רעסטאראנט, שטארקע חסיד און 54 געסט