מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג יוני 17, 2019 8:36 pm

לעכטיגער האט געשריבן:לייג צו שבת פייפער.. נא, דאס נישט...
פארראכטן.
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום מאנטאג יוני 17, 2019 8:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » מאנטאג יוני 17, 2019 8:40 pm

נאר געוואלט שאר מאכען אז דו מיינסט דאס אויך, אין טאקע דיין זייט אויך..

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג יוני 21, 2019 10:57 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:אנקעטע היינט ארויסגעקומען:

ליכוד/כלנו 35
ימין החדש 5
איחוד הימין 5
שס 7
יהדות התורה 8

סך הכל רעכטע אן ליבערמאן/חרדים 60

ישראל ביתינו 8

כחול לבן 33
מרצ 5
עבודה 4
חדש/תע"ל 6
רע"ם/בל"ד 4

סך הכל צענטער/לינקע/אראבער 52


די זעלבע פירמע האט יעצט א וואך שפעטער ארויסגעגעבן א פרישע אנקעטע. די איינציגסטע טויש איז אז ליכוד/כלנו און ימין החדש זענען ביידע אראפ מיט איינס, איחוד הימין און שס זענען ביידע ארויף מיט איינס.

ימין החדש איז יעצט אין טעריטאריע צו לכאורה אראפפאלן נאכאמאל (אין די אנקעטעס הארט פאר די ווינטער בחירות האבן זיי באקומען א דורכשניט פון זעקס מאנדאטן, אבער צוליב די ערווארטונג אז אסאך פון זיינע וויילער גייען לויפן אין די לעצטע מינוט צו ליכוד זענען געווען וואס געהאלטן אז ער איז נישט פארזיכערט אריינצוקומען בכלל וכך הוה).

אין אנדערע נייעס האבן חדש/תע"ל און רע"ם/בל"ד זיך נעכטן פאראייניגט זיך נאכאמאל צוזאמגעשטעלן אונטער די פאראייניגטע ליסטע.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

גיוס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:14 pm

תגובהדורך גיוס » זונטאג יוני 23, 2019 10:31 pm

ערשטע מאל אין די היסטאריע פון מדינת ישראל:
צוויי פרומע היימישע מיידלעך ארעסטירט אין מיליטערישע טורמע!!

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » זונטאג יוני 23, 2019 11:09 pm

גיוס האט געשריבן:ערשטע מאל אין די היסטאריע פון מדינת ישראל:
צוויי פרומע היימישע מיידלעך ארעסטירט אין מיליטערישע טורמע!!


הייסט ביז היינט איז נישט געווען היימישע ?

גיוס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:14 pm

תגובהדורך גיוס » זונטאג יוני 23, 2019 11:10 pm

בוז היינט איז געווען אדער בעלי תשובה, אדער מזרחי, וכו'
חוץ איינמאל איז יא געווען דאכט זיך פאר צווי יאר צוריק אין בית לפליטת

גיוס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:14 pm

תגובהדורך גיוס » זונטאג יוני 23, 2019 11:14 pm

דאס איז שוין ליידער שבר על שבר,
היינט אינדערפרי איז געווען אין די נייעס:
שלזינגר בפרסום ראשון ב'בחדרי': בחורה חרדית עצורה מזה ארבעה ימים בכלא צבאי למרות שהנפיקה הצהרת דת בבית הדין הרבני. החרדית טוענת: "לא קיבלתי אוכל בכשרות שביקשתי"
גורם רשמי בעדה החרדית אומר ל'בחדרי' לאחר הפרסום על מעצר הבחורה החרדית בכלא הצבאי, כי דייני 'העדה' הורו "לעשות הכל על מנת לשחררה", דבר שכולל גם הפגנות.

און יעצט קומט אריין די פרושע נייעס איבער די צוויי היימישע שוועסטערס
הבו עצה הלם

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג יוני 24, 2019 2:10 am

די צווי שוועסטערס האט מען איינגעזעצט דינסיג יענע וואך ביים כותל המערבי פאר'ן חטא פון שנארן געלט, זיי האבן נישט געוואלט זאגן ווי זיי הייסן אהן זייער טאטע, נעכטן איז נתברר געווארן אז זיי האבן לכאורה קיינמאל נישט געשיקט קיין תצהיר דת און מהאט זיי אריבערגעפירט צו א כלא צבאי, השם ירחם.

ירוושלמי22
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

תגובהדורך ירוושלמי22 » מאנטאג יוני 24, 2019 8:11 am

גיוס האט געשריבן:
און יעצט קומט אריין די פרושע נייעס איבער די צוויי היימישע שוועסטערס
הבו עצה הלם

ווער זענען די 2 שוועסטערס מ'ממעג מגלה זיין א נאמען?

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג יוני 24, 2019 8:18 am

און פארוואס האבן זיי נישט אריינגעשיקט קיין תצהיר דת ווי פארלאנגט?!

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מאנטאג יוני 24, 2019 8:27 am

איך ווייס נישט פארוואס זיי האבן נישט אריינגעשיקט.
אבער ווען ממאכט א קאמפיין פאר פדיון שבויים אין אמעריקע פריזן רעפארם ביל, צו די וואלן אין מאנסי אין דעי טעג, וועט קיינער נישט זאגן אז די מענטשן זענען זיך אליין שולדיג, כאטש זייער אסאך מענטשן וואס זיצן זענען באמת אליין שולדיג, אבער ווען סקומט צו פדיון שבויים קוקט מען נישט אויף דעם!!
נאר דא איז מען אגאצן טאג פארנומען אז זיי זענען אליין שולדיג, זיי האבן זיך נישט געשטעלט (אין צייט...), זיי האבן נישט אריינגעשיקט די פאפירן וכו' וכו'

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יוני 24, 2019 10:45 am

א פרישע רעזיגנאציע. שר התקשורת איוב קרא האט זיך אפגעזאגט, מיט א שארפע בריוו קעגן נתניהו און הליכוד.
צוגעלייגטע
IMG_20190624_103448.jpg
IMG_20190624_103448.jpg (77.24 KiB) געזעהן 2195 מאל
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » מאנטאג יוני 24, 2019 12:24 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:א פרישע רעזיגנאציע. שר התקשורת איוב קרא האט זיך אפגעזאגט, מיט א שארפע בריוו קעגן נתניהו און הליכוד.

אין אידיש גערעדט וואס איז דאס שר התקשורת?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג יוני 24, 2019 1:05 pm

קאממיוניקאציע מיניסטער?

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יוני 24, 2019 2:14 pm

בטיש בטישין האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א פרישע רעזיגנאציע. שר התקשורת איוב קרא האט זיך אפגעזאגט, מיט א שארפע בריוו קעגן נתניהו און הליכוד.

אין אידיש גערעדט וואס איז דאס שר התקשורת?

דאס:
חלב ישראל האט געשריבן:קאממיוניקאציע מיניסטער

אחראי אויף די קאמוניקאציע מיטלן אין לאנד, ווי טלפאון, פאסט, אינטערנעט וכו'.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מאנטאג יוני 24, 2019 8:53 pm

ירוושלמי22 האט געשריבן:
גיוס האט געשריבן:
און יעצט קומט אריין די פרושע נייעס איבער די צוויי היימישע שוועסטערס
הבו עצה הלם

ווער זענען די 2 שוועסטערס מ'ממעג מגלה זיין א נאמען?


מוריה בת ברוריה, און אורה בת ברוריה

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך יוני 26, 2019 8:11 am

סאיז דא ערנסטע פלאן אפצוריפען די בחירות

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך יוני 26, 2019 8:12 am

לויטן פלאן וועט זיין א ממשלת אחדות אין א רוטאציע אלץ ראש ממשלה אבער לפיד איז דערווייל נישט מסכים

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך יוני 26, 2019 10:37 am


אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יוני 26, 2019 10:39 am

דער יו"ר הכנסת יולי אדלשטיין פון הליכוד האט ארויפגעברענגט דעם פלאן צו וואס נתניהו האט טיילווייז מסכים געווען. נתניהו האט לכאורה געטראפן נאך איינס אדער צוויי חכים פון כחול לבן אדער איז העבודה גרייט צו גיין מיט אים.

ווידער אדלשטיין פארלאנגט לכה'פ 75 מאנדאטן צו שטימען פאר אזא הצעה, וואס מיינט אז אלע וועלן דינען אלס כחי'ם, ווייל אויב נישט וועט קיינער נישט שטימען בעד.

דאס באדייט אז אויב וועט עס דורכגעפירט ווערן וועט דער ראש הממשלה זיין יולי אדלשטיין אדער גדעון סער וואס קענען באקומען כחול לבן, נישט ביבי וואס קען האבן מאקסימום 65 שטימען...
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

yes yes
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » מיטוואך יוני 26, 2019 11:26 am

געוועזענע פרעמיער מיניסטער אהוד ברק האט יעצט געמאלדן די גרינדונג פין א נייע פארטיי אין ער פלאנט צי לויפן אין די בחירות
ער לייגט נאך שטארק פרעשור אויף ציפי לבני זאל זיך מיט שטעלן מיט אים

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך יוני 26, 2019 11:31 am

די חזו"א האט געזאגט אז משיח וועט נישט איבערנעמען אר"י פון די שלטון הכפירה, און ע"כ א רגע פאר ביאת משיח וועט דאס בטל ווערן.
יעצט איז עכט צייט אז משיח זאל שוין קומען. קיין מדינה איז שוין נישט דא, נאר תוהו ובוהו...

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מיטוואך יוני 26, 2019 5:21 pm

אבן יקרה האט געשריבן:די חזו"א האט געזאגט אז משיח וועט נישט איבערנעמען אר"י פון די שלטון הכפירה, און ע"כ א רגע פאר ביאת משיח וועט דאס בטל ווערן.
יעצט איז עכט צייט אז משיח זאל שוין קומען. קיין מדינה איז שוין נישט דא, נאר תוהו ובוהו...


אה אזוי
שוין נישט דא קיין מדינה ?
א מדינה איז דא א ממשלה איז נישדא

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מיטוואך יוני 26, 2019 5:24 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער יו"ר הכנסת יולי אדלשטיין פון הליכוד האט ארויפגעברענגט דעם פלאן צו וואס נתניהו האט טיילווייז מסכים געווען. נתניהו האט לכאורה געטראפן נאך איינס אדער צוויי חכים פון כחול לבן אדער איז העבודה גרייט צו גיין מיט אים.

ווידער אדלשטיין פארלאנגט לכה'פ 75 מאנדאטן צו שטימען פאר אזא הצעה, וואס מיינט אז אלע וועלן דינען אלס כחי'ם, ווייל אויב נישט וועט קיינער נישט שטימען בעד.

דאס באדייט אז אויב וועט עס דורכגעפירט ווערן וועט דער ראש הממשלה זיין יולי אדלשטיין אדער גדעון סער וואס קענען באקומען כחול לבן, נישט ביבי וואס קען האבן מאקסימום 65 שטימען...


נתניהו מכחיש כי היו מגעים בין הליכוד לכחול לבן להקמת ממשלת אחדות - "עד לרגע זה אין קשר בין הליכוד לכחול לבן"

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך יוני 26, 2019 5:27 pm

פראצעדור האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:די חזו"א האט געזאגט אז משיח וועט נישט איבערנעמען אר"י פון די שלטון הכפירה, און ע"כ א רגע פאר ביאת משיח וועט דאס בטל ווערן.
יעצט איז עכט צייט אז משיח זאל שוין קומען. קיין מדינה איז שוין נישט דא, נאר תוהו ובוהו...


אה אזוי
שוין נישט דא קיין מדינה ?
א מדינה איז דא א ממשלה איז נישדא

וואס הייסט א מדינה אן א ממשלה ? די ווילסט די ערד זאל ווערן אויס ?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, private, יאנקעל פעדראטשיק, נודניק, קליינקעפיק, ריעל עסטעיט מתחיל, רעסטאראנט און 53 געסט