מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 4:03 pm

א שעה נאך דעם באזוך פון פרס, האט די סטעיט דעפארטמענט ארויסגעגעבן א פארדאמונג קעגן דאס באשטעטיגן פרישע 942 דירות אין די אקופירטע שטחים, אין גילה - ירושלים.

דער סטעיטמענט האט געזאגט אז אמעריקא איז טיף באזארגט וועגן די "אומלעגאלע" בוי פראדשעקטס, וועלכע זענען א קלארע "קעגנזאץ צו די פריוון צו ברענגען א שלום".
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » זונטאג אפריל 10, 2011 8:13 pm

ארבישע ליגיע פארלאנגט פון די un צו אינפארסירען א נאו פליי זאון העכער עזה, דאס קומט נאך דעם וואס די אנגעצויגענקייט וואס הערשט צווישען כאמאס מיט מדינת ישראל האט דערגרייכט די העכסטע שטאפלען זייט די מדינת ישראל האט א דורך געפירט די אפענסיווע אין עזה צוויי יאר צוריק.
מדינת ישראל פירט דורך מאסיווע באמבאדיר אקציעס און עזה, און האט שוין אומגעברענגט 9 כאמאס טעראריסטען, דאס קומט אלץ נקמה אויף די באנייטע אין אומאויפהערליכע ראקעטען שיסעריי פון עזה מילאטאנטען אויף דרום שטעט אין מדינת ישראל וואס ווערט באהאגעלט און האט ערענסט פארוואנדערט א בחור.
קריטיק קעגען די ראקעטען שיסעריי מצד די פאלאסטינער איז פארשטייט זיך נישט ערווענט געווארען נישט דורך די ליגיע און נישט דורך טערקיי וואס האט אויך געלאזט פאלען קריטיק קעגען מדינת ישראל.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג אפריל 11, 2011 10:43 am

איך מיין אז די UN זאל יא באשטעטיגן א נאן פליי זאון איבער עזה און אמעריקא זאל עס אינפארסירן און דערווייל אראפשיקן מתנות פאר די פאלעסטינער. א שטייגער וואו אין ליביע...
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » מאנטאג אפריל 11, 2011 3:02 pm

די מדינה גייט אין די טעג אן מיט די אויספארשונגען ארום די איתמר געגנט.

אט איז א בילד פון א הויז נאך וואס די צה"ל האט זיי פארלאזט:
צוגעלייגטע
1wa.jpg
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » מאנטאג אפריל 11, 2011 3:04 pm

איך וועל צוטירן ר' הערשל פר"מ:

... "דער פאלעסטינער קינד וועלכע זעהט דאס צו מיט זיינע אויגן, וואס וואקסט פון אים אויס? איז נאך דא עפעס א שאנס? דער איז גרייט זאפארט זיך אויפצורייסן!" ...
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מאנטאג אפריל 11, 2011 4:53 pm

עס איז שוין היבש שטילער געווארען צווישען די עזה חברה אין די איזרעליס, חאמאס זיכט נישט קיין פרישע קאנפערטאציעס וואס האט צוויי יאר צוריק פארקרופעלט זייער פירערשאפט נאכען אינוואזיע פון די איזרעליס.
אזאוי גערופענע סיס פייער איז אריין אין קראפט,
איזרעלי באמטע לייגען האפאונגען אז עס איז נישט קיין שטילקייט פאר א מלחמה,
די ארכי עקסטרעם ווילדער אויסערן מינסטער אביגדור ליבערמאן פארלאנגט אז די כאמאס פירערשאפט זאל אינטערגעזעצט ווערען דורך מדינת ישראל אין א אגרעסיווע אטאקע.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מאנטאג אפריל 11, 2011 5:15 pm

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:די ארכי עקסטרעם ווילדער אויסערן מינסטער אביגדור ליבערמאן פארלאנגט אז די כאמאס פירערשאפט זאל אינטערגעזעצט ווערען דורך מדינת ישראל אין א אגרעסיווע אטאקע.


עס וואלט געווען א ווילדע נארישקייט, אפי' לשיטת די ציוניסטישע אפיקורסים, ווייל די יעצטיגע פירערשאפט איז שוין גאנץ מעסיג...

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מאנטאג אפריל 11, 2011 5:30 pm

די רעדסט לכאורה פון די פאלאסטינער אויטעריטעט אויף די מערב ברעג וואס דאס איז פאטאך, כאמאס זענען נישט קיין מעסיגע גרופע, כאמאס איז אפיציעל בייצייכענט דורך די גאנצע מערב וועלט אלץ א ארעם פון איראן, און ריקענביין פאר טעראר קעגען די דעמאקראטישע ווירטשאפט, כאמאס האט גראד אנפאנג הערמאטיש פארשטאפט דאס אויערען פאר "בלויז" צו דיסקוסירען שלום.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מאנטאג אפריל 11, 2011 7:30 pm

איך האב פארשטאנען אז מען רעדט פון אראפווארפן די "יעצטיגע" פירערשאפט, און עס זאל דארט ווערן א נייע פירערשאפט.

די שאלה איז "ווער וועט דארט איבערנעמען דעם רעדל, ווען מען שטעלט א נייעם פירערשאפט?"

איך האב געמיינט צו זאגן, אז צווישן די כאמאס מיטגלידער פון עזה פאס, איז די יעצטיגע פירערשאפט שוין מעסיג.

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » מאנטאג אפריל 11, 2011 11:25 pm

איזעי איז זיכער גערעכט אז די יעצטיגע חאמאס פירערשאפט אין עזה זענען שוין היבש מעסיג, און מען קען מיט זיי רעדן, ס'דא מיט וועמען.

די מדינה טענה'ט אבער אז זיי זענען דארט אביסל צוטיילט צווישן די ציווילע רעגירונג און די מיליטער, און לויט זיי איז די מיליטער מער אגרעסיוו.

(כהאב ערגעץ לעצטנס געזעהן אזא אפשאצונג, כגעדענק נישט די מראה מקום.)
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אפריל 12, 2011 7:36 am

איזעי האט געשריבן:איך האב אליינס באקומען פון יודל מענדלזאהן אין אישית, אז די ציונים טשעפענען נישט קיין אראבער, דער בילד איז זיכער פאלש....


פארוואס זאלסטו ארויסשרייבן ברבים וואס דו באקומסט אין אישית? וואו איז דער לֵאמר, די רשות ארויסצוגעבן? הכי יקרא שמו אישית ווייל ס'איז פריוואט, נישט צו ציטירן?

2. דו פארגלייכסטו הוידעם מיט בוידעם. מיר האבן גערעדט פון א זוך אקציע נאך טעראריסטן, אדער צו איזראעל איז אן אפארטהייד שטאט?

3. ווייסטו דען פאר א פאקט אז די בילד איז ריכטיג? ביי דיר איז פאלי-וואוד פערלעסליך? (אזוי ווי מען רופט די פאלעסטינער מידיע וועמען מ'האט שוין געכאפט צענדליגע מאל טוישן, איבערארבעטן, פאטא-שאפן, און מאניפולירן בילדער, בערך ווי אין האלי-וואוד)
--

חאמאס איז זייער מעסיג, אזוי מעסיג אז אין זייער טשארטער רופן זיי אפן פאר די ליקווידאציע פון מדינת ישראל. זיי זענען אבער נישט אזוי מעסיג ווי פאטאח, וועמענס פרעזידענט, מאחמוד אבאס, לייקנט די האלאקאוסט. ריכטיג, געוויסע סאלאפי גרופעס אין עזה זענען נאך מער עקסטרעם, און האלטן אז מען מוז נאכאנאד שיסן ראקעטן אויף מד"י אפגעזען פון די קאנסעקווענצן.

דאס איז זיכער אז מען קען מיט זיי פארהאנדלען אויף א פייער-אפשטעל. זיי האבן דאס זייער ליב. חאמאס פאדערט אלעמאל א פייער-אפשטעל... נאכ'ן שיסן.
אויף אראביש הייסט דאס א "הודנא", אן אפרוה, צווישן איין שלאכט און דער צווייטער. די רווח בין פרשה לפרשה גיבט זיי א מעגליכקייט זיך צו ווידער-גרופירן, שמוגלען בעסערע וואפן, און נאכאמאל שיסן.

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:די ארכי עקסטרעם ווילדער אויסערן מינסטער אביגדור ליבערמאן פארלאנגט אז די כאמאס פירערשאפט זאל אינטערגעזעצט ווערען דורך מדינת ישראל אין א אגרעסיווע אטאקע.

ער איז טאקע ארכי ווילד (וואטעווער דאס מיינט), אבער נאר לויט מערב וועלט באגריפן. ווען דו זאלסט הערן די שפראך פון מיניסטארן אין די מיטל מזרח, די אראבישע לענדער, ווער רעדט נאך פון עזה, וואלסטו געזאגט אז ליבערמאן איז א שטילע לעמעלע...

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » דינסטאג אפריל 12, 2011 8:25 am

יודל דו. ביסט ערנסט דא צו. פארטיידיגן די ציוניסטישע זייט?
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דינסטאג אפריל 12, 2011 9:11 am

ר יודל טייערער, אויב זאל איך איך נאר אראפ ברענגען נאר א טייל קאמעטארען פון דעם פארוקטער ליבערמאן, מיין איך אז דער עולם דא, אפגעזעהן וואספארא קרייז מען איז אנגעהאנגען, וואספארא שטעלונג מען האט כלפי די מדינה, יעדער וועט מודה אז פאר אזאוי גערופענע צוויליזירטע לאנד נאך דערצו א אויסערן מינסטער וואס דארף מכלומערשט אנשטעלען א שיין דיפאלמאטיש פנים, יעדער הייבען ברעמען אויף ווי ווייט ראדיקאל און עקסטרעם ער איז. די מדינה מיט איר רעכטער פרעזידענט ביבי, פאקט בושות פון דעם פארשוין.
די פאלאסטינער זענען נישט קיין לאנד, זיי זענען דערווייל נישט קיין לאנד, זיי זעמען בעוולט און בארויבט געווארען פון אן א שיעור שטחים, זיי אנגעווייטאגט, אוואדי שימפען זיי
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אפריל 12, 2011 10:20 am

prowed jew האט געשריבן:יודל דו. ביסט ערנסט דא צו. פארטיידיגן די ציוניסטישע זייט?

פון וואו נעמסטו דאס?
איך זאג דיר פאקטן. ליבערמאן איז עקסטרעם. ריכטיג. און וואס איז דיין מיינונג אויף, לאמיר זאגן, אחמאדעניזשאד? מאחמוד אבאס? דאס זענען שוין די פירער, ווער רעדט נאך פון סתם מיניסטארן אין מיטל מזרח.
עס איז אפשר נישט ריכטיג אז חאמאס שיסט קודם, און נאכדעם בעטן זיי א פייער-אפשטעל. דו ווייסט אז בלויז אין די לעצטע טעג האבן זיי געשאסן מער פון 130 ראקעטן אויף מד"י?
מעסיג? דו ווייסט וואס איז טייטש מעסיג? פאטאח איז ביי דיר יא מעסיג? איך פארטיידיג איינעם? איך דערצייל די פאקטן ממילא איז וואס? בין איך שוין א ציוני? וואס איז? "דער איד" שרייבט אנדערש?

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דינסטאג אפריל 12, 2011 10:50 am

דערצייל אויך די פאקטען ארום וויקי ליקס וועגען די פארהאנדלונגען צווישען די"מעסיגע" איזריעליס און "עקסטרעמע" פאטאך, ווער איז געווען גרייט מער נאך צו געבן, דערצייל ביטע. ווער?
די איזריעליס וואס האבען פארטריבען מיליאנע אראבערס וואס דאס האט בעיקור געבויעט די אראבערס שנאה קעגען אידן, און וועגען דעם ראגירען זיי ווי א גוי ווען מען בעוולט זיי. אדער די ארבערס וואס זיכען א היים לאנד, א דאך איבערן קאפ.
דער "עקסטרעמער" אבאס איז געווען גרייט אויף גאר ווייט נאכצוגעבן, די מעסיגע מדינה האט עס אפגעווארפען.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אפריל 12, 2011 11:06 am

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:דערצייל אויך די פאקטען ארום וויקי ליקס וועגען די פארהאנדלונגען צווישען די"מעסיגע" איזריעליס און "עקסטרעמע" פאטאך, ווער איז געווען גרייט מער נאך צו געבן, דערצייל ביטע. ווער?
די איזריעליס וואס האבען פארטריבען מיליאנע אראבערס וואס דאס האט בעיקור געבויעט די אראבערס שנאה קעגען אידן, און וועגען דעם ראגירען זיי ווי א גוי ווען מען בעוולט זיי. אדער די ארבערס וואס זיכען א היים לאנד, א דאך איבערן קאפ.
דער "עקסטרעמער" אבאס איז געווען גרייט אויף גאר ווייט נאכצוגעבן, די מעסיגע מדינה האט עס אפגעווארפען.


דערצייל? איך זאל דערציילן, איך זאל דעקן יעדע טעמע וואס קומט דיר אין קאפ אריין. נו וודאי, פארוואס נישט? באצאל ביטע! באשטעל אן ארטיקל וועסטו עס באקומען. טאמער נישט בין איך אליין מחליט וואס און ווען איך וועל שרייבן.

אדרבה, ברענג דו אראפ די פאקטן ארום וויקי ליקס, און אנדערש פון אלעמאל ווען דו שיסט וואס עס קומט דיר אין קאפ אריין, ברענג אויך אראפ די לינקס.

לאמיר דיר גרינגער מאכן, דערצייל נאר איין זאך וואס פאטאח האט נאכגעגעבן. אז זיי וועלן אויפהערן שיסן? מאכן טעראריסטישע אקטן? העצן טאג טעגליך אין זייערע שולעס קעגן מדינת ישראל? אנערקענען די מדינה אלס אידיש לאנד? נישט געבן פאר זייערע סקווערס און גאסן נעמען נאך טעראריסטן, (א טעגליכע ערשיינונג אין די מערב ברעג)? וואס? וואס האבן זיי נאכגעגעבן? אז זיי וועלן מער נישט אויסשעכטן גאנצע פאמיליעס? פיצלעך אין די בעטן? וואס האבן זיי נאכגעגעבן?

באלד וועסטו מיר זאגן אז אראפאט האט אויך געוואלט אלעס נאכגעבן, נאר די מדינה האט נישט געוואלט, בשעת די גאנצע וועלט ווייסט אז די פארקערטע איז ריכטיג און אראפאט האט ארויסשפאצירט ווען מ'האט אים געוואלט געבן א לאנד אויף א גאלדענע טאץ.

דערצייל ווער ס'האט זיך נישט געוואלט זעצן צו פרידן פארהאנדלונגען די לעצטע מאנאטן און יארן, טראץ די 9 מאנאטיגע פריר אויף די שטחים. דערצייל דו די פאקטן.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג אפריל 12, 2011 11:23 am

לפי הבנתי, איז די פארטיידיגונג וואס יודל שטעלט צו פאר די מדינה, א בחינה פון שלא לשמה, ער מיינט נישט די ציונים. סאיז א פריוואטע סכסוך צווישן די עקסטרעם רעכטע עוואנגעליסטישע אמעריקאנער און אלוועלטליכע קאנסערוואטיוון, און אונזער יודל בתוכם, איך מיין צו זאגן אז ער האט אדאפטירט זייערע שיטות, אקעגן די מוסולמענער. סתם עמך אידן וואס האבן נישט קיין נטי' צו אייינע פון די צוויי זייטן, האבן נישט דא וואס אריין צורעדן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אפריל 12, 2011 11:27 am

איך וועל דיר זאגן נאכמער, פארוואס זאל פאטאח בכלל גיין צום פארהאנדלונגס טיש, ווען זיי האבן א בעסערע סטראטעגיע: גיין צו די יו.ען. וואו די וועלט וועט זיי דערקלערן א מדינה, אזוי ווי עס זעהט יעצט אויס וועט טאקע פאסירן. און דאס אלעס, אן קיין שום קאמפראמיסן.

פארוואס פארהאנדלען ווען דו באקומסט ממילא אלעס וואס דו ווילסט?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אפריל 12, 2011 11:30 am

prowed jew האט געשריבן:יודל דו. ביסט ערנסט דא צו. פארטיידיגן די ציוניסטישע זייט?


מי חכם האט געשריבן:לפי הבנתי, איז די פארטיידיגונג וואס יודל שטעלט צו פאר די מדינה, א בחינה פון שלא לשמה, ער מיינט נישט די ציונים. סאיז א פריוואטע סכסוך צווישן די עקסטרעם רעכטע עוואנגעליסטישע אמעריקאנער און אלוועלטליכע קאנסערוואטיוון, און אונזער יודל בתוכם, איך מיין צו זאגן אז ער האט אדאפטירט זייערע שיטות, אקעגן די מוסולמענער. סתם עמך אידן וואס האבן נישט קיין נטי' צו אייינע פון די צוויי זייטן, האבן נישט דא וואס אריין צורעדן.


ביטע ליינט איבער ס'קעפל פון די אשכול. "מדינת ישראל נייעס און פאליטישער קאך לעפעל" שטייט ביי מיר און איך האף אז ביי אייך אויך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אפריל 12, 2011 11:33 am

מי חכם האט געשריבן:לפי הבנתי, איז די פארטיידיגונג וואס יודל שטעלט צו פאר די מדינה, א בחינה פון שלא לשמה, ער מיינט נישט די ציונים. סאיז א פריוואטע סכסוך צווישן די עקסטרעם רעכטע עוואנגעליסטישע אמעריקאנער און אלוועלטליכע קאנסערוואטיוון, און אונזער יודל בתוכם, איך מיין צו זאגן אז ער האט אדאפטירט זייערע שיטות, אקעגן די מוסולמענער. סתם עמך אידן וואס האבן נישט קיין נטי' צו אייינע פון די צוויי זייטן, האבן נישט דא וואס אריין צורעדן.


זיי מיר מוחל, אבער דו האקסט סתם אין קאפ. איז דאס א השקפה פארום? אדער א פאליטישע? זעמיר דא אין ידיעות התורה? אדער אידישע און וועלטליכע נייעס? דאכט זיך מיר אז די אשכול הייסט "מדינת ישראל נייעס און פאליטישער קאך לעפעל". יעצט וואס? דארף איך ציטירן פון הרב מ. סופר? איך ברענגט דען מיינע פאליטישע מיינונגען? אדער איך ציטיר פאקטן פון טאג טעגליכע נייעס?

זאת ועוד, איך האב דען בארעכטיגט די מדינה'ס עקזיסטענץ? אדער בלויז אנגעוויזן אז די אראבער שיסן נאכאנאנד, און וועלן ווייטער שיסן, נאכדערצו ווען די וועלט געבט זיי גערעכט. איך פארשטיי אז ביי אונז אין וויליאמסבורג קימערט מען זיך גאנץ ווייניג מיט די שיסערייען וואס מאכן א גיהנום פאר אידן אין ארץ ישראל, אבער גראדע האב איך באקאנטע אין אשדוד וואס האבן דעם שבת פארברענגט אין שעלטער צוליב די שיסערייען.

נו שוין, וועמען גייט דען אן פון זיי. ס'דאך נישט קיין היימישע...

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אפריל 12, 2011 11:34 am

צייטליך ;l;p-

איך קלער אז דאס איז אזא באג וואס נאר איך און דו האבן, ממילא לייענט זיך עפעס ביי אונז אזוי דער נאמען פון אשכול...

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דינסטאג אפריל 12, 2011 11:37 am

יודל וואס איז געשעהן!! אלע לינקס טרעפסטו, וואס אבאמא טראכט נאר צו טראכטען, אבער דייקא דעם גוט געדעקטע נייעס וואס האט אנגעמאכט קאפ ווייטאג פאר אבאס דאס טרעפסטו נישט. די זעסט מיר אויס ווי די ביסט נאר וואס ארויס געקומען פון בעט מיט צוקנייטשטע פיאות און גענעצדיגערהייט פרעגסטו..וואס??...הא? וויקייי ליקיס...נאכגעבען..ווער..פארוואס דערציילט מיר קיינער נישט?..
ס גיט מארגען,קום אריין און מקוה , אין לאמיר צוזאמען ליפטערן פאקטען.
צו האסט געהערט אז וויקי ליקס האט געליקט די פארהאנדלונגען צווישען אבאס אין די איזרעליס? און וואס דעקען זיי אויף, אז אבאס איז געווען גרייט נאך צו געבען אויף ירושלים, אויף רוב מערב ברעג איזרעלי באוואינטע געגענטען, און אויסטויש פאר א פאלאסטינער לאנד, געהערט דערפון? לייקענסט עס? אויב יא וועל איך מיך מטריח זיין און סורטשען די וויקי ליקס דוקמענטען.

למשל הדבר דומה, לאמיר זאגען איזעי (נאר א משל) ריקט זיך מארגען אן און באגלייטאונג פון אפאר שחורים צו ר יודל אינדערהיים, און פאקט אים אויס אפאר צימערן און ער איז מודיע פאר ווער עס וויל הערן, אז דאס מיינס מהיום עד עולם, יודל פראטעסטירט אויף די העכסטע טענער, אבער עס העלפט נישט קיין וויינען און שרייען, איך בין דא, און דא בלייב איך.
איז יעצט קען קומען אפאר יאר שפעטער "איזעי" און שרייעט אז "יודל" איז פון די איינציגסטע וואס וויל נישט אנערקענען מיין בעלות,וואס? אנעקענען? גנב איינער.. פיץ פון דא.

די פאלאסטינער זאלען אנערקענען די איזרעליס? גנב איינער, רצחת וגם ירשת..איך זאל דיך נאך אנערקענען נאך אויך הא?
האסט מיר געטאהון א גאנצע טובה, אמעריקע האט ארויסגעקוועטשט א איינפרירונג פאר ניין חדשים, אזא בחינה ווי די משל פון אויבען, אז איזעי זאגט פאר יודל פאר ניין חדשים גיי איך גארנישט צו בויען דא, אבער ווי די ניין חדשים ענדיג זיך אפילו די געשפרעכן האלטען נאך אינדערמיט, פלייוואדס הייבען אן ווייטער אריינצופארען. די הענדימען איז צוריק דא........................
לעצט פאראכטן דורך די קאץ ארויס פון זאק אום דינסטאג אפריל 12, 2011 11:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אפריל 12, 2011 11:40 am

בקיצור, דו ברענגסט נישט קיין לינקס.
נו, מילא. איך קען נישט זאגן אז איך בין סורפרייזד.

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דינסטאג אפריל 12, 2011 1:12 pm

keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מיטוואך אפריל 13, 2011 1:46 pm

ר' יודל, קודם וועל איך מיר אנטשולדיגן, מיט א געבויגענעם קאפ, פארן ארויסליקן פון אישית (מיר האט זיך געדאכט אז דו האסט דאס שוין געשריבן אין פובליק, איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אז עס וועט מער נישט געשען). ביטע נעם אן מיין אנטשולדיגונג.

ועתה, נעם אין אכט אז דו ביזט פארפארן פון דעם נושא (ביי דיין ענפער צו מיין קאמענט).
איך האב געשריבן, אז צווישן די כאמאס פירער און מיטגלידער, איז די יעצטיגע רעגירונג שוין מעסיג, און די שאלה איז אויב מען גייט עס "אראווארפן" וואס עס גייט אויסוואקסן אנשטאט דעם.
דו האסט נישט געענעפערט דערויף, אנשטאט דעם איז געקומען אן אריכות, איך וועל עס ציטירן, און ביטע צייג אן וואס דער נקודה פון דעם אריכות איז געווען:
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:חאמאס איז זייער מעסיג, אזוי מעסיג אז אין זייער טשארטער רופן זיי אפן פאר די ליקווידאציע פון מדינת ישראל. זיי זענען אבער נישט אזוי מעסיג ווי פאטאח, וועמענס פרעזידענט, מאחמוד אבאס, לייקנט די האלאקאוסט. ריכטיג, געוויסע סאלאפי גרופעס אין עזה זענען נאך מער עקסטרעם, און האלטן אז מען מוז נאכאנאד שיסן ראקעטן אויף מד"י אפגעזען פון די קאנסעקווענצן.

דאס איז זיכער אז מען קען מיט זיי פארהאנדלען אויף א פייער-אפשטעל. זיי האבן דאס זייער ליב. חאמאס פאדערט אלעמאל א פייער-אפשטעל... נאכ'ן שיסן.
אויף אראביש הייסט דאס א "הודנא", אן אפרוה, צווישן איין שלאכט און דער צווייטער. די רווח בין פרשה לפרשה גיבט זיי א מעגליכקייט זיך צו ווידער-גרופירן, שמוגלען בעסערע וואפן, און נאכאמאל שיסן.


לגבי די אנדערע זאכן:
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דו פארגלייכסטו הוידעם מיט בוידעם. מיר האבן גערעדט פון א זוך אקציע נאך טעראריסטן, אדער צו איזראעל איז אן אפארטהייד שטאט?
איך ברענג סך הכל ארויס, אז די אראבער ווערן בעולה'ט פון די ציונים, נישט קיין נפק"מ וואס דער תירוץ איז, צוליב וואס האט מען צוגרינד געלייגט דעם הויז? ווייל מען זוכט א פארברעכער?

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:ווייסטו דען פאר א פאקט אז די בילד איז ריכטיג? ביי דיר איז פאלי-וואוד פערלעסליך? (אזוי ווי מען רופט די פאלעסטינער מידיע וועמען מ'האט שוין געכאפט צענדליגע מאל טוישן, איבערארבעטן, פאטא-שאפן, און מאניפולירן בילדער, בערך ווי אין האלי-וואוד)
איך ווייס נישט צו דער בילד איז ריכטיג, איך האב נאר געשריבן, אז לפי דבריך איז דער בילד מן הסתם נישט ריכטיג.
איך האב עס געשריבן, ווייל איך האב געוואלט הערן וואס דו האסט צו זאגן דערויף....

יודל מענדלזאהן האט געשריבן: "דער איד" שרייבט אנדערש?
ווענדט זיך וועלכער שרייבער, בדרך כלל טאקע נישט....

-------------
און וועגן דיין ויכוח מיט דעם קאץ ארויס פון זאק, וועל איך איבער'חזר'ן וואס איך האב שוין אסאך מאל גע'טענה'ט עס ווענדט זיך וועם דו ווילסט גלייבן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 15 געסט