בלאט 156 פון 314

געשריבן: פרייטאג יאנואר 06, 2017 3:46 am
דורך טריסקער
כאפצעם האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:כאפסט אבער אויך די חילוק פון א שטיקל און א היבשע, איא?

איך שרייב אין א פארום, נישט א צייטונג. איך ברויך נישט וועגן און מעסטן יעדן ווארט.

ס'הייבט זיך אן... וואו איז ירוחם...?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 1:55 pm
דורך געקלערט
מאחמוד אבאס האט היינט געשיקט א בריוו צו טראמפ אים צו ווארענען נישט צו ריקן די עמבעסי ווייל ס'צושטערט די גאנצע שלום פראסעס.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 3:15 pm
דורך SPUSMN
געקלערט האט געשריבן:מאחמוד אבאס האט היינט געשיקט א בריוו צו טראמפ אים צו ווארענען נישט צו ריקן די עמבעסי ווייל ס'צושטערט די גאנצע שלום פראסעס.

ער וויל א שלום פראסעס אדער שלום?

פאר שלום האט ער געקענט באקומען אינטער אהוד ברק; האלב ארץ ישראל, גאנץ עזה, און נאך א וועג וואס קאנעקט די שטחים צו עזה. פאר א שלום פראסעס (דעט ליעדס טו נאו-וויר) באקומט ער צוריק א שלום פראסעס (דעט ליעדס טו נאו-וויר).

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 3:32 pm
דורך 24/7
געקלערט האט געשריבן:מאחמוד אבאס האט היינט געשיקט א בריוו צו טראמפ אים צו ווארענען נישט צו ריקן די עמבעסי ווייל ס'צושטערט די גאנצע שלום פראסעס.

שלום :mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:27 am
דורך פטיש
אבאמא האט נעכטן אפגעגעבן א אינטערויוו פאר די מדנ"י טעלוויזיע אין די עובדה פראגראם און געזאגט אז ביבי האטו געהאט די לעצטע אכט יאהר אין די ווייסע הויז א גיטע חבר און ער האט נישט געוואלט אנערקענען דערין
נאך האט ער געזאגט אויף די שאלה טאמער ביבי קען שלאפן רואיג ביז ינואר די 20'סטע און ער גייט נישט אנווערטשאפן נאך א פאטש פאר מדנ"י, אז די שאלה דארף זיין צו ביבי ועט קענען שלאפן רואיג נאך די 20'סטע...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:40 am
דורך זאכליך
פטיש האט געשריבן:אבאמא האט נעכטן אפגעגעבן א אינטערויוו פאר די מדנ"י טעלוויזיע אין די עובדה פראגראם און געזאגט אז ביבי האטו געהאט די לעצטע אכט יאהר אין די ווייסע הויז א גיטע חבר און ער האט נישט געוואלט אנערקענען דערין
נאך האט ער געזאגט אויף די שאלה טאמער ביבי קען שלאפן רואיג ביז ינואר די 20'סטע און ער גייט נישט אנווערטשאפן נאך א פאטש פאר מדנ"י, אז די שאלה דארף זיין צו ביבי ועט קענען שלאפן רואיג נאך די 20'סטע...

אזעלכע פריינד אויף מיינע שונאים...

כ'האב נישט געוויסט אז ער איז געווארן א בדחן... מן הסתם האט ער זיך צוגעלערנט פון בדחן ביידען...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:41 am
דורך 24/7
זאכליך האט געשריבן:
פטיש האט געשריבן:אבאמא האט נעכטן אפגעגעבן א אינטערויוו פאר די מדנ"י טעלוויזיע אין די עובדה פראגראם און געזאגט אז ביבי האטו געהאט די לעצטע אכט יאהר אין די ווייסע הויז א גיטע חבר און ער האט נישט געוואלט אנערקענען דערין
נאך האט ער געזאגט אויף די שאלה טאמער ביבי קען שלאפן רואיג ביז ינואר די 20'סטע און ער גייט נישט אנווערטשאפן נאך א פאטש פאר מדנ"י, אז די שאלה דארף זיין צו ביבי ועט קענען שלאפן רואיג נאך די 20'סטע...

אזעלכע פריינד אויף מיינע שונאים...

כ'האב נישט געוויסט אז ער איז געווארן א בדחן... מן הסתם האט ער זיך צוגעלערנט פון בדחן ביידען...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 12:49 pm
דורך געקלערט
געקלערט האט געשריבן:מאחמוד אבאס האט היינט געשיקט א בריוו צו טראמפ אים צו ווארענען נישט צו ריקן די עמבעסי ווייל ס'צושטערט די גאנצע שלום פראסעס.
סי ען ען באריכטעט אז טראץ די בריוו פון אבאס צו טראמפ, גייט טראמפ נאך ווייטער אן מיט די פלענער צו ריקן די אמבעסאדער קיין ירושלים, לויט די באריכט האט שוין די טראמפ טיעם איינגעמאלדן פאר די אלע אמעריקאנע עלייס אין יענע ראיאן איבער די פלענער, די באריכט געט אויך אן פון א אומבאקאנטע הויכע איזראעלי איינגעשטעלטע אז די באשלוס איז ערווארטעט ארויסצוקימען אזוי פרי ווי אין מאי 24 וואס דאמעלס פראוועט מען אין מדנ"י די "יום ירושלים" פייערונג וואס צייכענט אפ די טאג פון די זעקס טאגעדיגע מלחמה וואס מדנ"י האט איינגענימען ירושלים.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 1:10 pm
דורך SPUSMN
פטיש האט געשריבן:אבאמא האט נעכטן אפגעגעבן א אינטערויוו פאר די מדנ"י טעלוויזיע אין די עובדה פראגראם און געזאגט אז ביבי האטו געהאט די לעצטע אכט יאהר אין די ווייסע הויז א גיטע חבר און ער האט נישט געוואלט אנערקענען דערין
נאך האט ער געזאגט אויף די שאלה טאמער ביבי קען שלאפן רואיג ביז ינואר די 20'סטע און ער גייט נישט אנווערטשאפן נאך א פאטש פאר מדנ"י, אז די שאלה דארף זיין צו ביבי ועט קענען שלאפן רואיג נאך די 20'סטע...

ליציור אז ער זאגט אמת, און איז א א אמת'ע אידען פריינט, און געהאט די בעסטע כוונות וואס נאר שייך; און ביבי וואלט דאס אלעס אנערקענט; וואס פינקטליך וואלט היינט געווען אנדערש?

וואלט געווען שלום?

וואלט איראן'ס סכנה געווען קלענער?

וואלט די מלחמה און עזה זיך בעסער גע'ענדיגט, אדער וואלט זיך עס בכלל נישט אנגעהויבען?

ווער עס קלערט אויף איינע פון די קשיות אז "יא"; דרייט זיך איבער אויף דער אנדערע זייט און חלום ווייטער.
--
יעצט אויף דער פליפ זייט פונעם מטבע; וואס וועט דא זיין מיט טראמפ בעסער? איז דער ענטפער ווער ווייסט (קיינער ווייסט נישט)? איך קען זיך נישט פארשטעלען קיין שלום מיט די אראבער, אבער איך קען זיך אויך נישט פארשטעלען אז ס'וואלט געווען בעסער אינטער קלינטאן.

ווי עס זאל נישט זיין, דארפען מיר גרויס רחמי שמים; נישט נתניהו און נישט הערצאג איז דער סאלשוען; זאל דער אייבערשטער האלטען דער רעכטע האנט, ואין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 3:50 pm
דורך אברהם שמואל לעמברגער
איך האב היינט געהערט איינער וואס האט געהאט א טענה אויף דעם יוד וואס געהרגט דעם מחבל...
ער האט געזאגט אז דעם מעשה געווען 'חסר אחריות'...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 4:43 pm
דורך טייטל
ווער האטעס געזאגט? אבאמא? קערי?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 4:53 pm
דורך אברהם שמואל לעמברגער
טייטל האט געשריבן:ווער האטעס געזאגט? אבאמא? קערי?

ניין, עפעס א לינקער ציוני פון תל אביב... ה"י...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:08 pm
דורך אינטערגעציפט
אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:ווער האטעס געזאגט? אבאמא? קערי?

ניין, עפעס א לינקער ציוני פון תל אביב... ה"י...

באק חלות אין דיין באבעס אויוון.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:25 pm
דורך געקלערט
און אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז די טראמפ טראנזישאן טיעם האט געזאגט פאר מדנ"י אז פון זייער זייט זענען זיי גרייט צו ריקן די אמבעסאדע קיין ירושלים, נאר מדנ"י דארף אפמאכן צו זיי ווילן עס, ווייל ווי פארשטענדליך גייט אזא זאך האבן געפערליכע קאסעקווענצן פאר מדנ"י און אויב זיי זענען גרייט צו האבן די נאכווייען דערפון זענען זיי גרייט צו ריקן די אמבעסאדע.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:38 pm
דורך משהזוךמיר
SPUSMN האט געשריבן:יעצט אויף דער פליפ זייט פונעם מטבע; וואס וועט דא זיין מיט טראמפ בעסער? איז דער ענטפער ווער ווייסט (קיינער ווייסט נישט)? איך קען זיך נישט פארשטעלען קיין שלום מיט די אראבער, אבער איך קען זיך אויך נישט פארשטעלען אז ס'וואלט געווען בעסער אינטער קלינטאן.

ווייסן ווייס איך נישט וויאזוי עס וואלט אויסגעזען אונטער קלינטאן, אבער עס איז קלאר אז נען דארף דאנקען דעם באשעפער אז עס גייט נישט אריין אין ווייסן הויז איינע וואס האט נישט קיין פראבלעם "צו אנרייצן די פאלעסטינער צו 'ציווילע' איבערקערענישן" ה"י.
SPUSMN האט געשריבן:ווי עס זאל נישט זיין, דארפען מיר גרויס רחמי שמים; נישט נתניהו און נישט הערצאג איז דער סאלשוען; זאל דער אייבערשטער האלטען דער רעכטע האנט, ואין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:38 pm
דורך יהודי
א פאלעסטינער צייטונג באריכטעט אז די רעגירונג פון קאטאר פירט געהיימע געשפרעכן צווישן כאמאס און מדינת ישראל, פאר נאך אן אויסטויש. לויט'ן פלאן, וועט מדינת ישראל זיך פארפליכטן צו באפרייען א גרופע כאמאס טעראריסטן פון טורמע, און אין אויסטויש וועט כאמאס צוריקגעבן די קערפער פון די צוויי אומגעקומענע זעלנער אורון שאול הי"ד און הדר גאלדין הי"ד, און אויך וועלן זיי צוריקגעבן דעם זעלנער אברהם מאנגיסטו, א פארלוירענער מדינת ישראל מיליטער זעלנער אין עזה וואס מ'גלייבט אז ער לעבט נאך.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:44 pm
דורך טריסקער
שווער צו גלייבן אז אזא אויסטויש וועט טאקע צושטאנד קומען. דער יעצטיגער שר הביטחון, אביגדור ליבערמאן, איז גאר שארף קעגן באפרייען כאמאס טעראריסטן, אפילו פארן אויסטויש מיט די 2 אומגעקומענע זעלנער און דעם עטיאפישן זעלנער מאנגיסטו. ער האט דאס שוין גראדע אפענערהייט געזאגט אז ער וועט נישט צולאזן אזא זאך.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:03 pm
דורך טייטל
ווער איז באלעבאס ביבי אדער ליברמאן?
מנגיסטו איז געווען א זעלנער? איי דאנט טינג סאו

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:15 pm
דורך טריסקער
גערעכט טייטל, מנגיסטו איז טאקע נישט קיין זעלנער.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:27 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
יהודי האט געשריבן:א פאלעסטינער צייטונג באריכטעט אז די רעגירונג פון קאטאר פירט געהיימע געשפרעכן צווישן כאמאס און מדינת ישראל, פאר נאך אן אויסטויש. לויט'ן פלאן, וועט מדינת ישראל זיך פארפליכטן צו באפרייען א גרופע כאמאס טעראריסטן פון טורמע, און אין אויסטויש וועט כאמאס צוריקגעבן די קערפער פון די צוויי אומגעקומענע זעלנער אורון שאול הי"ד און הדר גאלדין הי"ד, און אויך וועלן זיי צוריקגעבן דעם זעלנער אברהם מאנגיסטו, א פארלוירענער מדינת ישראל מיליטער זעלנער אין עזה וואס מ'גלייבט אז ער לעבט נאך.

נאכדעם גייט מען שרייען אז כאמאס שטארקט זיך און זיי באדראען די פאלעסטינער אויטאריטעט.
ווער האט דיר געהייסן באפרייען טעראריסטן?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:26 pm
דורך רצון טוב
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:

כאמאס האט געניג ווי די צפרדעים עס מאכט נישט אויס די פאר טעראריסטען וואס מען לאזט ארויס פין שטייג

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:33 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
איך רעד נישט פון די שאדן וואס די עטליכע טעראריסטן קענען אנמאכן (כאטש ווען מדנ"י באפרייט הונדערטער כאמאס ארעסטאנטן איז דאס דירעקט יא א וויכטיגע פראגע). איך באציה זיך צו די פאליטישע בענעפיט וואס דאס געט פאר כאמאס.
עס איז קלאר אז ווען פאלעסטינער וואס זענען געזיצן לאנגע יארן אין מדנ"י טורמעס ווערן באפרייט אין אן אפמאך מיט כאמאס, שטארקט דאס זייער שטארק, פאליטיש, די טעראר גרופע.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 6:07 pm
דורך משה מאשקאוויטש
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:א פאלעסטינער צייטונג באריכטעט אז די רעגירונג פון קאטאר פירט געהיימע געשפרעכן צווישן כאמאס און מדינת ישראל, פאר נאך אן אויסטויש. לויט'ן פלאן, וועט מדינת ישראל זיך פארפליכטן צו באפרייען א גרופע כאמאס טעראריסטן פון טורמע, און אין אויסטויש וועט כאמאס צוריקגעבן די קערפער פון די צוויי אומגעקומענע זעלנער אורון שאול הי"ד און הדר גאלדין הי"ד, און אויך וועלן זיי צוריקגעבן דעם זעלנער אברהם מאנגיסטו, א פארלוירענער מדינת ישראל מיליטער זעלנער אין עזה וואס מ'גלייבט אז ער לעבט נאך.

נאכדעם גייט מען שרייען אז כאמאס שטארקט זיך און זיי באדראען די פאלעסטינער אויטאריטעט.
ווער האט דיר געהייסן באפרייען טעראריסטן?

זאל ער זיך נאר וואגן אפצוזאגן דעם אפמאך, אלע לינקע (ובתוכם שלמה'לע...) וועלן שוין האבן וואס צו שרייען... פלוצלינג זעהסטו עס פאר א חסרון אז ער באפרייט? מען דארף דאך א שלום...

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 6:46 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
יא, בוי ווייטער אין די שטחים און בוי ווייטער כאמאס' קרעדיביליטי צווישן די פאליטישער.
... ווייל... דו ווייסט דאך ... שלום..

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 8:16 pm
דורך משה כספי
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:א פאלעסטינער צייטונג באריכטעט אז די רעגירונג פון קאטאר פירט געהיימע געשפרעכן צווישן כאמאס און מדינת ישראל, פאר נאך אן אויסטויש. לויט'ן פלאן, וועט מדינת ישראל זיך פארפליכטן צו באפרייען א גרופע כאמאס טעראריסטן פון טורמע, און אין אויסטויש וועט כאמאס צוריקגעבן די קערפער פון די צוויי אומגעקומענע זעלנער אורון שאול הי"ד און הדר גאלדין הי"ד, און אויך וועלן זיי צוריקגעבן דעם זעלנער אברהם מאנגיסטו, א פארלוירענער מדינת ישראל מיליטער זעלנער אין עזה וואס מ'גלייבט אז ער לעבט נאך.

נאכדעם גייט מען שרייען אז כאמאס שטארקט זיך און זיי באדראען די פאלעסטינער אויטאריטעט.
ווער האט דיר געהייסן באפרייען טעראריסטן?

זאל ער זיך נאר וואגן אפצוזאגן דעם אפמאך, אלע לינקע (ובתוכם שלמה'לע...) וועלן שוין האבן וואס צו שרייען... פלוצלינג זעהסטו עס פאר א חסרון אז ער באפרייט? מען דארף דאך א שלום...

די אמעריקאנער געזעץ לויטעט (וואס אבאמא האט געבראכן) אז מען פארהאנדלט נישט מיט טעראריסטן! עס געבט זיי די מוד און פאוער נאכאמאל דאס צו טון אז מען זאל נאכאמאל דארפן פארהאנדלן (להבדיל אלף אלפי הבדלות ע"פ תורה איז אויך אזוי די דין ביי נשבה בין עכו"ם און זיי פארלאנגן א גרויסע מאס אויסלייז געלט)