מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 01, 2017 1:40 pm

פ' לך לך האט געשריבן:ווייל אויב האלט ער און פארשטייט ער יא אזוי, דאן האסטו, מיט די שותפים דיינע, אן ערענסטע פראבלעם וויאזוי צו ווייטער פראווענען די ציוניסטישע שטיקעס.

שרייטס ווייטער אז אבאמא מיט קערי זענען פשוטע אנטיסמיטן, און זאלן נאך עטליכע אידן געהרגט ווערן על מזבח הציונות.

איך בין מסכים מיט דיינע פוינטס, חוץ מיט דעם אז קערי און אבאמא זענען צדיקים. אן עגיפטישער צייטונג האט ארויסגעגעבן א טראנסקריפט פון א שמועס צווישן קערי, סוזען רייס און פאלעסטינער פארשטייער, וואו זיי פלאנען אויס דעם יו ען רעזאלוציע, און קערי זאגט בתוך הדברים אז די פאלעסטינער וועלן מוזן מינימיזירן די טעראר במשך די תקופה. ביז היינט האב איך געהאלטן אז אבאמא און קערי זענען אזעלכע לינקע פערדן אז ווען לינקס זאגט טאג שרייען זיי טאג אפי' בשעת'ן זוכן א פלעשלייט. אבער נאך די באריכט ווייזט עס אז עס גייט פשוט נישט אן פאר די צוויי צדיקים אז מ'הרג'עט אומשולדיגע ציווילע אידן אבי צו שטופן זייער אגענדע. (איך האלט נישט אז זיי זענען אנטיסעמיטן, נאר פשוט אזעלכע קראנקע אידעאלאגן אז זיי האלטן אז עס זאל זיך גיסן בלוט אבי צו שטופן די ליבעראלע אגענדע, אזוי ווי זיין ATF האט געוואלט נוצן מארדן פון FAST ַ& FURIOUS צו שטופן גאן קאנטראל אנשטאט פארפאקן פאר בושה און געוויסנביסן.)
לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום זונטאג ינואר 01, 2017 1:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"Figures don't lie, but liars figure"

CLUES פאר די וואס זוכן מיר

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 01, 2017 1:41 pm

טייטל האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:1) דא איז ענדערש דומה צו א טאטע מיט א קינד ווי איידער צו ביזנעס שותפים. שטעל דיר פאר א טאטע ציהט אויף א קינד, ער בויעט איהם און באגילדעט איהם און זעהט עס זאל איהם גארנישט פעהלן. און ""ווען נישט דעם טאטע וואלט דער קינד שוין לאנג נישט דא געווען"", פארשטייט זיך אז דער טאטע וויל אז דאס קינד זאל זיך אויפירן וואויל. איין טאג זאגט דער קינד פארן טאטן "טאטע, דו געב מיר נאר געלט און זאג מיר נישט קיין ווארט וויאזוי זיך אויפצופירן, איך וויל ווילדעווען און פלינדערן וויאזוי איך באגער".

און אויב די קינד איז שוין א טין עיזדשער, זאל זיך די טאטע נאר דערוואגן צו אפזאגן וואס די קינד זאגט איהם. געווענטליך, בפרט אין די היינטיגע וועלט, וועט די טאטע לאזן טון דעם קינד וואס ער וויל ווי א טאטע'לע... און לעניננו, דאס קינד איז שוין אלט כמעט 70 יאר, און דו האסט שוין פראבירט אזוי פיל מאל מיט גוטנס, און דו זעהסט ווי ער פאטשט דיר אין פנים און ער פייפט דיך אן, וואס שטראפסט איהם יעצט און געבסט איהם אזא געזונטע שטעך אין די רוקן? וואס גייסטו אויפטוהן? דו שיסט דיך א קויל אין דיך אליין! ס'איז דאך דיין אייגענע קינד אשר טיפחת וריבית.

ווען דער טינעידזשער קען נישט עקזיסטירן קיין איין טאג אן דעם טאטנ'ס הילף, איז ער נישט בלויז א מחוצף נאר אויך גאר א גרויסער שוטה.
"Figures don't lie, but liars figure"

CLUES פאר די וואס זוכן מיר

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 01, 2017 1:45 pm

זאכליך האט געשריבן:ווי כ'האב געשריבן אויבן זענען רוב וואס וואוינען אין מעלה אדומים פרייע, כ'מיין ס'איז 80% אפילו.

לויט דעם איז קערי נישט גערעכט, ווייל די פרייע זענען דאך נישט קיין עקסטרעמיסטן.

אין סילוואן (כפר השילוח אויף לשה"ק), א שטעטל פון בלויז אראבער הארט נעבן אלטשטאט (אין א שטח וואס איז געווען ירושלים בזמן הבית) וואוינען א גאנצע באנדע פרומע מתנחלים וואס רייצן זיך כסדר מיט די אראבער, אויף אזוי ווייט אז שבת טרעטן זיי נישט ארויס פון שטוב ווייל זיי קענען נישט טראגן קיין געווער.
אין אלטשטאט, אין דעם רובע המוסלמי, איז דא א "ישיבה" וואס הייסט שובו בנים. די בחורים פון די ישיבה טשעפענען די אראבער ביי יעדע געלעגנהייט (און איינער פון זיי [אדער מער] איז שוין דער'הרג'עט געווארן רח"ל).
דארפסט נאך?
"Figures don't lie, but liars figure"

CLUES פאר די וואס זוכן מיר

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5221
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג ינואר 01, 2017 1:48 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:

האסט אפגעפרעגט זאכליך? האסט נאר באשטעטיגט זיינע ווערטער.
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6497
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 01, 2017 2:37 pm

שכוח טריסקער פארן זיך אננעמען.

איך וואוין דאך נישט דארט איך שרייב נאר וויפל איך ווייס איך האב געהערט, קענסט באשטעטיגן וויפל פראצענט בערך פון מעלה אדומים זענען פרייע?
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5221
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג ינואר 01, 2017 2:44 pm

מסתמא מער פראצענט פון וויפיל דו שרייבסט... די עקסטרעמיסטן וואוינען כמעט נישט אין קיין געהעריגע באזעסענע זידלונגען (חוץ חברון), זיי וואוינען אין אומדעוועלאפטע סעטלמענטס.
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אשלג
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:04 pm

תגובהדורך אשלג » זונטאג ינואר 01, 2017 2:52 pm

זאכליך האט געשריבן:שכוח טריסקער פארן זיך אננעמען.

איך וואוין דאך נישט דארט איך שרייב נאר וויפל איך ווייס איך האב געהערט, קענסט באשטעטיגן וויפל פראצענט בערך פון מעלה אדומים זענען פרייע?

כ'קען נישט באשטעטיגן פראצענטן אבער איך האב שוין ארום שפאצירט אין דעם שטאט און נישט געזעהן א קאפל פאר די אויגן. ערגעץ פארשטיפט האביך געטראפן א פארשפארטע קליינע תימנישע בית הכנסת.
מער טיפער און שומרון איז דא די שטאט אריאל מיט איבער 20,000 אינוואוינער מערסטנס פרייע, 10-15 מינוט צו פארן פון תל אביב, דאס ברענגט ארויס נאכאמאל אז רוב איינוואונער און די שטחים זענען פרומע (ביתר-מודעין) מיט פרייע(מעלה אדומים-אריאל) און נישט מיזרחיסטן.

הרב שלמה'ס א תלמיד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 30, 2016 2:00 am

תגובהדורך הרב שלמה'ס א תלמיד » זונטאג ינואר 01, 2017 2:56 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:1) דא איז ענדערש דומה צו א טאטע מיט א קינד ווי איידער צו ביזנעס שותפים. שטעל דיר פאר א טאטע ציהט אויף א קינד, ער בויעט איהם און באגילדעט איהם און זעהט עס זאל איהם גארנישט פעהלן. און ""ווען נישט דעם טאטע וואלט דער קינד שוין לאנג נישט דא געווען"", פארשטייט זיך אז דער טאטע וויל אז דאס קינד זאל זיך אויפירן וואויל. איין טאג זאגט דער קינד פארן טאטן "טאטע, דו געב מיר נאר געלט און זאג מיר נישט קיין ווארט וויאזוי זיך אויפצופירן, איך וויל ווילדעווען און פלינדערן וויאזוי איך באגער".

און אויב די קינד איז שוין א טין עיזדשער, זאל זיך די טאטע נאר דערוואגן צו אפזאגן וואס די קינד זאגט איהם. געווענטליך, בפרט אין די היינטיגע וועלט, וועט די טאטע לאזן טון דעם קינד וואס ער וויל ווי א טאטע'לע... און לעניננו, דאס קינד איז שוין אלט כמעט 70 יאר, און דו האסט שוין פראבירט אזוי פיל מאל מיט גוטנס, און דו זעהסט ווי ער פאטשט דיר אין פנים און ער פייפט דיך אן, וואס שטראפסט איהם יעצט און געבסט איהם אזא געזונטע שטעך אין די רוקן? וואס גייסטו אויפטוהן? דו שיסט דיך א קויל אין דיך אליין! ס'איז דאך דיין אייגענע קינד אשר טיפחת וריבית.

ווען דער טינעידזשער קען נישט עקזיסטירן קיין איין טאג אן דעם טאטנ'ס הילף, איז ער נישט בלויז א מחוצף נאר אויך גאר א גרויסער שוטה.

אבער אויב דער טאטע דארף צוקומען צו דער טיניעדזשער דאן דארף ער טראכטן צוויי מאל פאר ער זאגט אים אריין. בפרט אויב ער ווייסט אז דער טיניעדזער וועט זיך בלויז אויפרעגן און עס וועט סייוויי גארנישט אויפטוהן.
די "נשמה שפראך" - די איינציגסטע שפראך וואס יעדער איינער, אן קיין אויסנאם פארשטייט!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 01, 2017 3:01 pm

זיכער. וויסט וויאזוי אמעריקע וואלט אויסגעזעהן אן מד"י? די גרוזיאנער מיליטער וואלט איינגענומען אמעריקע ביז א פאר שעה.
הער אויף האקן אין טשייניק.
"Figures don't lie, but liars figure"

CLUES פאר די וואס זוכן מיר

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » זונטאג ינואר 01, 2017 3:08 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:1) דא איז ענדערש דומה צו א טאטע מיט א קינד ווי איידער צו ביזנעס שותפים. שטעל דיר פאר א טאטע ציהט אויף א קינד, ער בויעט איהם און באגילדעט איהם און זעהט עס זאל איהם גארנישט פעהלן. און ""ווען נישט דעם טאטע וואלט דער קינד שוין לאנג נישט דא געווען"", פארשטייט זיך אז דער טאטע וויל אז דאס קינד זאל זיך אויפירן וואויל. איין טאג זאגט דער קינד פארן טאטן "טאטע, דו געב מיר נאר געלט און זאג מיר נישט קיין ווארט וויאזוי זיך אויפצופירן, איך וויל ווילדעווען און פלינדערן וויאזוי איך באגער".

און אויב די קינד איז שוין א טין עיזדשער, זאל זיך די טאטע נאר דערוואגן צו אפזאגן וואס די קינד זאגט איהם. געווענטליך, בפרט אין די היינטיגע וועלט, וועט די טאטע לאזן טון דעם קינד וואס ער וויל ווי א טאטע'לע... און לעניננו, דאס קינד איז שוין אלט כמעט 70 יאר, און דו האסט שוין פראבירט אזוי פיל מאל מיט גוטנס, און דו זעהסט ווי ער פאטשט דיר אין פנים און ער פייפט דיך אן, וואס שטראפסט איהם יעצט און געבסט איהם אזא געזונטע שטעך אין די רוקן? וואס גייסטו אויפטוהן? דו שיסט דיך א קויל אין דיך אליין! ס'איז דאך דיין אייגענע קינד אשר טיפחת וריבית.

ווען דער טינעידזשער קען נישט עקזיסטירן קיין איין טאג אן דעם טאטנ'ס הילף, איז ער נישט בלויז א מחוצף נאר אויך גאר א גרויסער שוטה.

אויב דו לאסט מיר האקן אין טשייניק:
די גאנצע נושא דא איז נישט צו די קינד איז א שוטה/מחוצף/וואוילער/ווילדער/פייפער צו נישט, די נושא איז כלפי די טאטע'ס אויפפירונג, און יא, אויב די טאטע רעאגירט אזוי צו זיין קינד'ס מחוצף'דיגע התנהגות, איז ער א גרעסערע שוטה ווי דעם קינד

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 01, 2017 3:18 pm

איז וויאזוי ביזטו מחנך א חוצפה'דיג קינד? מיט אים אלעס נאכגעבן?
"Figures don't lie, but liars figure"

CLUES פאר די וואס זוכן מיר

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » זונטאג ינואר 01, 2017 3:22 pm

אפשר מיט גיין צו זיין (אדער ביידע'מס) שונא און מאכן מיט איהם א יד אחת צו 'מסדר' זיין (איידל גערעדט) דעם קינד, נישט איינגעפאלן, עה?

אוועטאר
ס'שטימט
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » זונטאג ינואר 01, 2017 3:28 pm

מ'קען נישט אינגאנצען מדמה זיין, אמעריקא צו מדנ''י, ווי א טאטע מיט א קינד,

ווייל אבאמא איז נישט אינגאנצען בעה''ב, ווי א טאטע אויף זיין קינד וואס נאר די טאטע געט די געלט און די ספארט, ער (אבאמא) איז דא מיט שותפים, וואס דאס איז קאנגערס און סענעט,
און זיי זענען די וואס געבן די געלט, און ער ס''ה באשטעיטיגט דאס.
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

הרב שלמה'ס א תלמיד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 30, 2016 2:00 am

תגובהדורך הרב שלמה'ס א תלמיד » זונטאג ינואר 01, 2017 3:31 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:זיכער. וויסט וויאזוי אמעריקע וואלט אויסגעזעהן אן מד"י? די גרוזיאנער מיליטער וואלט איינגענומען אמעריקע ביז א פאר שעה.
הער אויף האקן אין טשייניק.

אנטשולדיגט אבער דו האסט מיך זייער נישט גוט פארשטאנען. אבער לאמיך דיך פרעגן ווער איז אמעריקע'ס נענסטע פריינט אין די מיטל מזרח? אפשר איראן?
דאס איז חוץ מזה וואס צוליב די גרויסע מאס שטיצע וואס די קריסטן גיבן פאר מדינת ישראל דארף די אבאמא אדמינאסטראציע טראכטן צוויי מאל פאר זיי טוען אזעלכע שריט.
די "נשמה שפראך" - די איינציגסטע שפראך וואס יעדער איינער, אן קיין אויסנאם פארשטייט!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 01, 2017 3:33 pm

טייטל האט געשריבן:אפשר מיט גיין צו זיין (אדער ביידע'מס) שונא און מאכן מיט איהם א יד אחת צו 'מסדר' זיין (איידל גערעדט) דעם קינד, נישט איינגעפאלן, עה?

ניין. איך בין נישט מסכים מיט אלעס וואס אבאמא האט געטוען בנוגע מד"י, פאקטיש האלט איך אז 99% פון וואס ער האט געטוען אין אפיס, אויף סיי וואספארא טעמע האט ער נאר געמאכט חורבנות און כאאס. אבער מיט די זאך איז ער יא גערעכט - כאטש וואס ער האט עס נישט געטוען פאר די סיבה נאר ווייל ער איז א קראנקער אידעאלאג און א מעגעלאמעניאק און ער וויל שטויסן טראמפ ווייל ער קען נישט פעיסן דאס אפווארפן זיין "לעגעסי" (אגב, סאדאם כוסעין האט אויך אלעמאל געטראכט פון און געטוען פאר זיין לעגעסי, זעהט אויס אז שמא קגרים.)
וואספארא שאדן קען ארויסקומען פאר מד"י פון אזא רעזאלוציע? (איך רעד לאנג טערם שאדן, און אריינגערעכנט די פאקט אז טראמפ נעמט איבער [ווייל דאס איז די מציאות ביי דעם שטויס, אז יעדער ווייסט אז טראמפ נעמט איבער ביז געציילטע וואכן])
איז עס טאקע אזא קלאפ? איז עס טאקע נישט א פעטשל, אדער אפשר א פראסק? איז עס טאקע ממש אונטערגעגראבן די עקזיסטענץ פון מד"י? (איך רעד פון די ספעציפישע פאל.)
"Figures don't lie, but liars figure"

CLUES פאר די וואס זוכן מיר

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 01, 2017 3:35 pm

הרב שלמה'ס א תלמיד האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:זיכער. וויסט וויאזוי אמעריקע וואלט אויסגעזעהן אן מד"י? די גרוזיאנער מיליטער וואלט איינגענומען אמעריקע ביז א פאר שעה.
הער אויף האקן אין טשייניק.

אנטשולדיגט אבער דו האסט מיך זייער נישט גוט פארשטאנען. אבער לאמיך דיך פרעגן ווער איז אמעריקע'ס נענסטע פריינט אין די מיטל מזרח? אפשר איראן?
דאס איז חוץ מזה וואס צוליב די גרויסע מאס שטיצע וואס די קריסטן גיבן פאר מדינת ישראל דארף די אבאמא אדמינאסטראציע טראכטן צוויי מאל פאר זיי טוען אזעלכע שריט.

מסכים. אבער פארדעם דארף אמעריקע צוקומען צו מד"י? און נאך א קאנטערבאלאנס צום פאקט אז אן אמעריקע איז מד"י אין חורבות ביז געציילטע שעה ה"י?
"Figures don't lie, but liars figure"

CLUES פאר די וואס זוכן מיר

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » זונטאג ינואר 01, 2017 3:40 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:אפשר מיט גיין צו זיין (אדער ביידע'מס) שונא און מאכן מיט איהם א יד אחת צו 'מסדר' זיין (איידל גערעדט) דעם קינד, נישט איינגעפאלן, עה?

ניין. איך בין נישט מסכים מיט אלעס וואס אבאמא האט געטוען בנוגע מד"י, פאקטיש האלט איך אז 99% פון וואס ער האט געטוען אין אפיס, אויף סיי וואספארא טעמע האט ער נאר געמאכט חורבנות און כאאס. אבער מיט די זאך איז ער יא גערעכט - כאטש וואס ער האט עס נישט געטוען פאר די סיבה נאר ווייל ער איז א קראנקער אידעאלאג און א מעגעלאמעניאק און ער וויל שטויסן טראמפ ווייל ער קען נישט פעיסן דאס אפווארפן זיין "לעגעסי" (אגב, סאדאם כוסעין האט אויך אלעמאל געטראכט פון און געטוען פאר זיין לעגעסי, זעהט אויס אז שמא קגרים.)
וואספארא שאדן קען ארויסקומען פאר מד"י פון אזא רעזאלוציע? (איך רעד לאנג טערם שאדן, און אריינגערעכנט די פאקט אז טראמפ נעמט איבער [ווייל דאס איז די מציאות ביי דעם שטויס, אז יעדער ווייסט אז טראמפ נעמט איבער ביז געציילטע וואכן])
איז עס טאקע אזא קלאפ? איז עס טאקע נישט א פעטשל, אדער אפשר א פראסק? איז עס טאקע ממש אונטערגעגראבן די עקזיסטענץ פון מד"י? (איך רעד פון די ספעציפישע פאל.)

איך רעד פון קערי'ס רעדע, וואס האט געגעבן לעגיטימאציע פאר טעראר און רציחות ה"י קוק אין מיין תגובה אויבן.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 01, 2017 3:41 pm

אנטשולדיגט. איך האב געמיינט אז דו רעדסט ון דעם רעזאלוציע. אויף די רעדע בין איך 100% מיט דיר.
"Figures don't lie, but liars figure"

CLUES פאר די וואס זוכן מיר

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » זונטאג ינואר 01, 2017 3:50 pm

שאלה 1) קען מיר איינער סתם אזוי מסביר זיין פאר וואס מען רייסט אראפ נתניהו פאר אזא מחוצף, ער האט דאך נאכגעגעבן ווי א וואוילע אינגעלע צוויי אדער דריי טעראריסטן באפרייאונגען כדי צו פאלגן זיין 'טאטע' און כדי צו ברענגען צו א שלום אפמאך, און די פאלאסטינער האבן גארנישט געוויזן קיין פינטעלע ויתור פון זייער זייט (כ'רעד נישט פון ויתור אין שטח, כ'רעד פון אנערקענען אין מדנ"י), און אז נתניהו האט דאס געזעהן האט ער מחליט געווען: "עד כאן העירוב", איך דארף אזויפיל מוותר זיין? האט ער געסטאפט און אפגעשטעלט די פערדע באפרייאונג, און ווען ער האט געזעהן אז מען רודפ'ט איהם א גאנצע צייט אן פאדערן קיין ניקל פון די צווייטע זייט, האט ער 'דאן' אנגעהויבן צו זיך חוצפענען, נו איז וואס וואלסטו געטועהן?
איך פרעג נישט אפ קיינעם מיט דעם, איך וויל באמת'דיג וויסן איך קען מיך נישט אזוי אויס אין די דיטעילס, איך פארשטיי באמת נישט פארוואס נתניהו ליגט אין די מעמארי פון די עולם נאר זינט ער האט אנגעהויבן צו שטויסן.
שאלה 2) וויאזוי קען מען אינקלודען מזרח ירושלים אין די רעזולאציע און זאגן אז עס דארף עווענטואלי זיין א חלק פון 'פלסטינע', דער קערי וויל דארט מאכן בידים א ברלין נאמבער טו?

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג ינואר 01, 2017 4:48 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:ווייל אויב האלט ער און פארשטייט ער יא אזוי, דאן האסטו, מיט די שותפים דיינע, אן ערענסטע פראבלעם וויאזוי צו ווייטער פראווענען די ציוניסטישע שטיקעס.

שרייטס ווייטער אז אבאמא מיט קערי זענען פשוטע אנטיסמיטן, און זאלן נאך עטליכע אידן געהרגט ווערן על מזבח הציונות.

איך בין מסכים מיט דיינע פוינטס, חוץ מיט דעם אז קערי און אבאמא זענען צדיקים. אן עגיפטישער צייטונג האט ארויסגעגעבן א טראנסקריפט פון א שמועס צווישן קערי, סוזען רייס און פאלעסטינער פארשטייער, וואו זיי פלאנען אויס דעם יו ען רעזאלוציע, און קערי זאגט בתוך הדברים אז די פאלעסטינער וועלן מוזן מינימיזירן די טעראר במשך די תקופה. ביז היינט האב איך געהאלטן אז אבאמא און קערי זענען אזעלכע לינקע פערדן אז ווען לינקס זאגט טאג שרייען זיי טאג אפי' בשעת'ן זוכן א פלעשלייט. אבער נאך די באריכט ווייזט עס אז עס גייט פשוט נישט אן פאר די צוויי צדיקים אז מ'הרג'עט אומשולדיגע ציווילע אידן אבי צו שטופן זייער אגענדע. (איך האלט נישט אז זיי זענען אנטיסעמיטן, נאר פשוט אזעלכע קראנקע אידעאלאגן אז זיי האלטן אז עס זאל זיך גיסן בלוט אבי צו שטופן די ליבעראלע אגענדע, אזוי ווי זיין ATF האט געוואלט נוצן מארדן פון FAST ַ& FURIOUS צו שטופן גאן קאנטראל אנשטאט פארפאקן פאר בושה און געוויסנביסן.)

און די זעלבע זאך האט די עולם דא פארגעסען פון דעם אז קלניטאנ'ס מענטשען האבען איר מייעץ געווען צו אינטערצינדען "פרידליכע פראטעסטען" וואס עס איז קלאר וואס די תוצאה וואלט געווען

אבער זיי האבען ליב יודען נאר ביבי איז די פראבעלם
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur
הק' 9863 (נאך א נאומבער דא)

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5221
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג ינואר 01, 2017 5:32 pm

אשלג האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:שכוח טריסקער פארן זיך אננעמען.

איך וואוין דאך נישט דארט איך שרייב נאר וויפל איך ווייס איך האב געהערט, קענסט באשטעטיגן וויפל פראצענט בערך פון מעלה אדומים זענען פרייע?

כ'קען נישט באשטעטיגן פראצענטן אבער איך האב שוין ארום שפאצירט אין דעם שטאט און נישט געזעהן א קאפל פאר די אויגן. ערגעץ פארשטיפט האביך געטראפן א פארשפארטע קליינע תימנישע בית הכנסת.
מער טיפער און שומרון איז דא די שטאט אריאל מיט איבער 20,000 אינוואוינער מערסטנס פרייע, 10-15 מינוט צו פארן פון תל אביב, דאס ברענגט ארויס נאכאמאל אז רוב איינוואונער און די שטחים זענען פרומע (ביתר-מודעין) מיט פרייע(מעלה אדומים-אריאל) און נישט מיזרחיסטן.

דאס האב איך טאקע ארויסגעברענגט, אז אין די אלע דעוועלאפט און געזעצטע שטעט וואוינען כמעט נישט קיינע עקסטרעמיסטן, די סארט שטעט באשטייט אמערסטענס פון פרייע און נאך א גרויס פראצענט חרדישע. די אלע עקסטרעמיסטן וואוינען אין פרימיטיווע סעטלמענטס אינמיטן א מדבר אן קיין נארמאלע אינפראסטראקטשור (אן אויסנאם איז די שטאט חברון וואס באשטייט יא פון א מעדזשאריטי פון עקסטרעמיסטן).
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6497
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 01, 2017 6:10 pm

קומט אויס לפי זעה (אז רוב סעטעלמענטס זענען נישט קיין עקסטרעמיסטן), איז קערי קלאר נישט גערעכט מיטן זאגן אז זיי וועלן זיך נישט אונטערווארפן אינטער א פאלעסטינע רעגירונג.

אויב אזוי איז הדרה קושיא לדוכתי.

פארוואס זאלן זיי נישט מעגן צובויען הייזער צו די עקזעסטירנדע סעטעלמענטס (ווי למשל מעלה אדומים)? פארוואס זאל עס זיין א שטער פאר שלום?
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
Amazing
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג ינואר 01, 2017 6:54 pm

זאכליך האט געשריבן:שכוח טריסקער פארן זיך אננעמען.

איך וואוין דאך נישט דארט איך שרייב נאר וויפל איך ווייס איך האב געהערט, קענסט באשטעטיגן וויפל פראצענט בערך פון מעלה אדומים זענען פרייע?

הרב יצחק שילת (מזרחי) דוכט זיך האט א ישיבה אין מעלה אדומים און ער וואינט אויך דארט

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג ינואר 01, 2017 7:08 pm

לויטער ליכוד און הבית היהודי שטיצער, די גאנצע מערב ברעג.

פון דא https://www.google.com/maps/d/viewer?mi ... Ll7LAOHCuU

איך ווייס נישט ווער עס האט ענק איינגערעדט אז נאר רעליגעזע קענען זיין עקסטרעמיסטן.
צוגעלייגטע
Screenshot_20170101-185410-1.jpg
Screenshot_20170101-185631-1.jpg
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג ינואר 01, 2017 7:37 pm

געזעהן לעצטעס א קליפ פון א גרופע מיט הונדערטע מענטשן, מערסטענס פרייע, אויסשרייענדיג הויך "מוות לערבים" "מוות לערבים".

#איינשטענדיגע באזעצענע פרייע

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גליון, גראסערי מאן, דוקטור, כאפצעם און 46 געסט