מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 7:27 pm

לאמיר נישט פארגעסן.

ער ווארפט ארויס 35 דיפלאמאטן ווייל רוסלאנד (נאכנישט דא קיין קראנטע באווייזן) האט אויפגעדעקט די קארופציע אינערהאלב די DNC און די אמעריקאנע פאלק האט איינגעזעהן וואספארא סכנה זיי זענען.

אנשטאט זיך פארשטעקן פאר בושה, און מעלדן פארן פאלק אז מ'גייט אויסקלינען די קארופציע, שטראפט מען דער וואס האט עס אויפגעדעקט.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 7:35 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קוק, די אלע זענען פלוצלינג געווארן אדוואקאטן פאר די רעכטן פון אומלעגאלע אימיגראנטן. זיי קענען פשוט נישט פארשטיין פארוואס איליגל עיליענס זאלן מוזן פארלאזן פאלעסטינער טעריטאריע...


די קשיא איז פונקט אזוי שווער פארקערט. די אלע פרא אומלעגאלע אימיגראנטן קענען פשוט נישט פארשטיין פארוואס די מערב ברעג דארף האלטן די סעטלערס.

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער פארשטיין געבן פארוואס א פאלעסטינער שטאט, קוים ארויס פון וויגל, זאל מוזן זיך ספראווען מיט הונדערטער טויזנטער עקסטרעמיסטישע ציוניסטישע אידעאליסטן? נישט אז זיי האבן שוין געוואוינט דארט פון פריער, זיי האבן דאך אלע פארלאזט מדנ"י (צי ברוקלין) און זיך אומלעגאל באזעצט אין פיינטליכע טעריטאריע צוליב זייער עקסטרעמיסטישע אידעאלאגיע און טאקע צו שטערן די אַנטשטייאונג פונעם לאנד וואס זיי פאדערן יעצט זאל זיי אקצעפטירן.


כמדומה לי זענען רוב איינוווינער אין מעלה אדומים (די גרעסטע זידלינג און די מערסטע וויכטיג געאגראפיש) פרייע, קארעקט מי איף אייעם ראנג.


שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די אלע פארשטייען אז מדנ"י דארף נישט אקצעפטירן פאלעסטינער פליטים וואס זענען פארטריבן געווארן אין 1948-1949 און אין 1976. די זעלבע פארשטייען אז מדנ"י קען און מעג צוריקהאלטן פאלעסטינער פליטים פון דערנעבנדיגע לענדער פון זיך באזעצן אין די פאלעסטינער טעריטאריעס. די זעלבע פארשטייען אז אנשטאט געבן פאר פאלעסטינער פליטים די רעכט זיך צוריקצוקערן צו זייערע הייזער און שטעט, א רעכט וואס אינטערנאציאנאלע געזעץ גיט פאר יעדער פליט אויפן וועלט, מעג מדנ"י אימפארטירן הונדערטער טויזנטער האלבע אדער דריטל אידן פון רוסלאנד, אינדיע און אפריקע.


כ'בין נישט אזוי באקאנט מיט די פאלעסטינער פליטים אישא, אבער כ'מיין אז די ציונים האבן נאר א פראבלעם מיט די פליטים וואס שטעלן א סעקיוריטי ריסק.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
אויבער-חכם
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 8:25 pm

זאכליך האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן.

ער ווארפט ארויס 35 דיפלאמאטן ווייל רוסלאנד (נאכנישט דא קיין קראנטע באווייזן) האט אויפגעדעקט די קארופציע אינערהאלב די DNC און די אמעריקאנע פאלק האט איינגעזעהן וואספארא סכנה זיי זענען.

אנשטאט זיך פארשטעקן פאר בושה, און מעלדן פארן פאלק אז מ'גייט אויסקלינען די קארופציע, שטראפט מען דער וואס האט עס אויפגעדעקט.

איז זעה נישט די סתירה פין טוען ביידע, אז רוסלאנד האט טאקע געהעקט די עלעקשען קומט זיך זיי רוסישע קלעפ, אין איך האף אז טראמפ וועט דאס אנהאלטן, פוטין איז נישט אונזער פריינד, יא מ׳קען פראבירן זיין גוט מיט אים, אין מיט דעם אלעם דארף ער באצאלן ווען ער הייבט זיך אָן מיט די אמעריקאנע רוגירונג.

אין עני קעיס ווייס איך נישט וויאזוי רוסלאנד האט אריין געקראכן דא אין די אשכול,
דאס וואס ער האט געטוען פאר רוסלאנד איז גוט אויב די באווייזן זענען ריכטיג, אין לדעתי האט אבאמא עס אזוי אויס געשטעלט אז מ׳זאל נישט רעדן מער פין מדינת ישראל, וואס אפילו זיין אייגענע פארטיי האט אים אינטער געריסן (חוץ פארשטייטצעך אפאר הייסע לינקע דא אויפן וועלטל {אדער איז עס עפעס א נגיעה}....)
האיש האשכולות...

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 12:10 am

כ'האב יעצט געהערט די רעדע פון קערי (דא), ער זאגט פיין און רעדט צו דער זאך.

נאכן הערן דעם רעדע איז זיין פוינט זייער פארשטענדליך און ריכטיג. ער ברענגט ארויס די אויסערארענדליכע שטיצע אמעריקע גיבט פאר מדינת ישראל כסדר, אמעריקע באשיצט איר און נעמט זיך אהן כסדר אויף זייער זייט, מער ווי וואס זי טוט פאר סיי וועלכע אנדערע לאנד איבער די וועלט. אבער אמעריקע איז אויך אינטערסירט און פארלאנגט אז עס זאל זיין שלום אינעם ראיאן. דאס קען נאר צושטאנד קומען אויב עס וועלן איינגעשטעלט ווערן 2 לענדער, מדינת ישראל, און פאלאסטינע. אמעריקע איז גרייט ווייטער צו שטיצן מדינת ישראל נאר אויב זי גייט איין אויף דעם פלאן.

אצינד, די מתנחלישן אויפשפרונג אין די שטחים וואס וועט עווענטועל זיין פאלאסטינע, דאס איז א קלארע באווייז אז מדינת ישראל האלט נישט ביים אהערשטעלן א פלאסטינע לאנד. זי זאגט נאר אזוי אפיציעל, אבער האלטן האלט זי נישט דערביי. מיטן לעגאליזירן די שטחים, ווייזט זי פאר אמעריקע דעם גראבן פינגער און שפייעט איר אין פנים אריין. אויף דעם איז אמעריקע נישט גרייט.

אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט די סעטלמענט אישו וואס באדערט אמעריקע, עס איז דאס ווייזן אז זי האלט נישט ביי גארנישט, און איז נישט אינטערסירט אויף קיין שלום.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 12:18 am

פ' לך לך האט געשריבן:כ'האב יעצט געהערט די רעדע פון קערי (דא), ער זאגט פיין און רעדט צו דער זאך.

נאכן הערן דעם רעדע איז זיין פוינט זייער פארשטענדליך און ריכטיג. ער ברענגט ארויס די אויסערארענדליכע שטיצע אמעריקע גיבט פאר מדינת ישראל כסדר, אמעריקע באשיצט איר און נעמט זיך אהן כסדר אויף זייער זייט, מער ווי וואס זי טוט פאר סיי וועלכע אנדערע לאנד איבער די וועלט. אבער אמעריקע איז אויך אינטערסירט און פארלאנגט אז עס זאל זיין שלום אינעם ראיאן. דאס קען נאר צושטאנד קומען אויב עס וועלן איינגעשטעלט ווערן 2 לענדער, מדינת ישראל, און פאלאסטינע. אמעריקע איז גרייט ווייטער צו שטיצן מדינת ישראל נאר אויב זי גייט איין אויף דעם פלאן.

אצינד, די מתנחלישן אויפשפרונג אין די שטחים וואס וועט עווענטועל זיין פאלאסטינע, דאס איז א קלארע באווייז אז מדינת ישראל האלט נישט ביים אהערשטעלן א פלאסטינע לאנד. זי זאגט נאר אזוי אפיציעל, אבער האלטן האלט זי נישט דערביי. מיטן לעגאליזירן די שטחים, ווייזט זי פאר אמעריקע דעם גראבן פינגער און שפייעט איר אין פנים אריין. אויף דעם איז אמעריקע נישט גרייט.

אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט די סעטלמענט אישו וואס באדערט אמעריקע, עס איז דאס ווייזן אז זי האלט נישט ביי גארנישט, און איז נישט אינטערסירט אויף קיין שלום.

אויב האלטסטו טאקע אז קערי האלט און פארשטייט טאקע אזוי דאן בין איך דיר מודיע אז ער איז דירעקט נישט אזוי קליינקעפיג ווי דיר.
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 12:28 am

ווייל אויב האלט ער און פארשטייט ער יא אזוי, דאן האסטו, מיט די שותפים דיינע, אן ערענסטע פראבלעם וויאזוי צו ווייטער פראווענען די ציוניסטישע שטיקעס.

שרייטס ווייטער אז אבאמא מיט קערי זענען פשוטע אנטיסמיטן, און זאלן נאך עטליכע אידן געהרגט ווערן על מזבח הציונות.

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 12:43 am

פ' לך לך האט געשריבן:ווייל אויב האלט ער און פארשטייט ער יא אזוי, דאן האסטו, מיט די שותפים דיינע, אן ערענסטע פראבלעם וויאזוי צו ווייטער פראווענען די ציוניסטישע שטיקעס.

שרייטס ווייטער אז אבאמא מיט קערי זענען פשוטע אנטיסמיטן, און זאלן נאך עטליכע אידן געהרגט ווערן על מזבח הציונות.

יודן זענען געהרגעט געווארן עט עני פוינט ליידער, מען האט צוריקגעגעבן עזה און גארנישט האט זיך נישט געטוישט, מען פרעדיגט שנאה און דזשיהאד קעגען יודן און יעדע צוריקגעגעבענע שטח, ווי לאנג די מדינה שטייט ליידער קאסט דאס בלוט (קען זיין דאס האט ביבי געמיינט אז קערי איז קעגן די עצם עקזיסטענץ) עכ"פ צוויי לענדער פלאן איז הבלים וסימנך עזה, יעצט כלפי די יו ען פארשטיי איך א פליק פאר א פליק אבער די צוויי לענדער פלאן דרשה איז א פארלירער שמועס, סתם בלא בלא בלא נאר די איינציגסטע סיבה איז ווי חילי זאגט ער פארלירט הויעך
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, אנדערע מיינונגן געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבערס און ליינער הנאה צו האבן, און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 1:09 am

צו עס איז מעגליך בכלל א שלום צו נישט, צו די 2 לענדער פלאן איז א פלאן, דאס איז א צווייטע פראגע. אבער אבאמא און קערי, וואס זיי ווילן יא שלום, און גלייבן יא אין דעם, און פייטען פאר דעם די לעצטע יארן, איז יעדע פרואוו און יעדע אקט פון נתניהו קעגן דעם א חוצפה'דיגן שפיי אין פנים.

מען קען אפשר דעבאטירן צו אמעריקע דארף אנגיין צו עס זאל זיין שלום דארט צו נישט, און צו דאס דארף זיין זייער ציהל מיטן שטיצן די מדינה, אפשר גאר דארף אמעריקע שטיצן די מדינה אהן קיין סיי וועלכע באדינגען. אבער ביז היינט איז אלס אמעריקע'ס פאליסי געווען צו שטיצן די מדינה און מיטן ציהל איינצושטעלן שלום.

ובאמת איך פריוואט האלט אז עס וועט קיינמאל קיין שלום נישט זיין, אבער כל זמן מען רעדט און מען פארהאנדלט איבער שלום, העלפט דאס צו מינימזירן די טעראריסטישע אטאקעס קעגן אידן. אך און וויי וועט זיין ווען זאלן די אלע געשפרעכן קומען צו אן ענדע, און מדינת ישראל ווען אפען זאגן אז זי האלט נישט ביים נאכגעבן גארנישט, דאן וועלן די אראבער זיך נעמען צו זייער שווערד מיטן פולן קראפט ה"י.

מיטן בויען אין די שטחים ווייזט נתניהו גאנץ קלאר און גאנץ אפען וואס זיין מיינונג איז און דאס קאסט אונז טייערע נפשות מישראל.

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 1:30 am

שאלה.

פארוואס קען מען נישט מאכן די 2 לענדער פלאן אויב מ'בויעט סעטעלמענטס? גייט נישט קיין איד מעגן וואוינען אין די פאליסטינע לאנד?

אויב יא, טוהט קערי שטיצן אזא ראסיסטישע אנטיסעמיטישע געדאנק?
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 1:41 am

קערי איז דאס שיין מסביר. ער פרעגט דארט, צו גייט דען איינער פון די מתנחלים גרייט זיין צו אקצעפטירן אויף זיך א פאלאסטינע הערשאפט?!

דער גאנצע מתנחלים באוועגונג איז דאך בלויז דא צו פארטרייבן די אראבערס פון גאנץ ארץ ישראל.

און צווישן אונז גערעדט, עס איז מבהיל על הרעיון וויאזוי א איד מיט א הארץ זאל בכלל זיין עטוואס סימפאטיש צו די מתנחלים וואס זייער מעשים טוהן כסדר אויפהעצן, אויפרייצן און אויפקאכן די אראבער'ס און דאס קאסט שפעטער קרבנות. מען וואלט זיך געדארפט צוכאפן צום יו.ען. רעזעלוטשאן, יא גערעכט צו נישט.

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 1:44 am

ווי כ'האב געשריבן אויבן זענען רוב וואס וואוינען אין מעלה אדומים פרייע, כ'מיין ס'איז 80% אפילו.

לויט דעם איז קערי נישט גערעכט, ווייל די פרייע זענען דאך נישט קיין עקסטרעמיסטן.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 1:46 am

לויט וויקיפידיא

In 2004, over seventy percent of the residents were secular. According to the municipal spokesman, the overwhelming majority moved to the city not for ideological reasons but for lower-cost housing and higher living standards.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 5:31 am

פ' לך לך האט געשריבן:צו עס איז מעגליך בכלל א שלום צו נישט, צו די 2 לענדער פלאן איז א פלאן, דאס איז א צווייטע פראגע. אבער אבאמא און קערי, וואס זיי ווילן יא שלום, און גלייבן יא אין דעם, און פייטען פאר דעם די לעצטע יארן, איז יעדע פרואוו און יעדע אקט פון נתניהו קעגן דעם א חוצפה'דיגן שפיי אין פנים.

מען קען אפשר דעבאטירן צו אמעריקע דארף אנגיין צו עס זאל זיין שלום דארט צו נישט, און צו דאס דארף זיין זייער ציהל מיטן שטיצן די מדינה, אפשר גאר דארף אמעריקע שטיצן די מדינה אהן קיין סיי וועלכע באדינגען. אבער ביז היינט איז אלס אמעריקע'ס פאליסי געווען צו שטיצן די מדינה און מיטן ציהל איינצושטעלן שלום.

ובאמת איך פריוואט האלט אז עס וועט קיינמאל קיין שלום נישט זיין, אבער כל זמן מען רעדט און מען פארהאנדלט איבער שלום, העלפט דאס צו מינימזירן די טעראריסטישע אטאקעס קעגן אידן. אך און וויי וועט זיין ווען זאלן די אלע געשפרעכן קומען צו אן ענדע, און מדינת ישראל ווען אפען זאגן אז זי האלט נישט ביים נאכגעבן גארנישט, דאן וועלן די אראבער זיך נעמען צו זייער שווערד מיטן פולן קראפט ה"י.

מיטן בויען אין די שטחים ווייזט נתניהו גאנץ קלאר און גאנץ אפען וואס זיין מיינונג איז און דאס קאסט אונז טייערע נפשות מישראל.


אבאמא און קערי מעגן וועלן און גלייבן אין שלום, אבער נישט צווינגען, און הערט'ס אויף צו שרייבן וועגן ביבי'ס שפייען אין פנים, שטעל דיך פאר איך שטיץ דיך לאנגע יאהרן אלס גיטע פריינט און אונז האב מיר בשותפותדיגע ביזנעס און ענליכע אינטרעסן קען איך דיר צווינגען עפעס? קען זייער מעגליך זיין אז דו האלסט אז יא, אבער אבאמא שרייט שוין אכט יאהר אז די אמעריקאנע פאליסי איז אז נישט, מ'קען נישט צווינגען!
זיין זיך ארויס שטעלן קעגן אבאמא ביי די איראנער אפמאך איז געקומען פינעם זעלבן פלאץ, אמעריקא, ווילסט מיר העלפן, געזינטערהייט, אבער טאמער שטייט חומעני און שרייט אז די רגע וואס ער האט נוקלערער וואפן ניצט ער עס אויף מיר, דארף איך שטיין שטיל? האסטו געהערט א מעשה?
ביבי האט קיינמאל נישט ארויסגעוויזן אז ער איז נישט גרייט אויף שלום קען זיין וועגן די אויבנדערמאנטע סיבה, פונקט פארקערט ער האט באפרייט הונדערטע טעראריסטן מיט בלוט אויף די הענט כדי שלום צומאכן, בשעת ווען די פאלעסטינער שרייען חי וקיים זיי גייען נישט אנערקענען אין מדנ"י נאר געב מיר א מדינה און טראג דיך אפ, און פארשטייט זיך אז אזוי ווי ביי עזה די רגע וואס זיי וועלן האבן א מדינה וועט עס כאמאס איבערנעמען און עס וועט קאסטן אסאך מער נפשות מישראל.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 5:54 am

1) דא איז ענדערש דומה צו א טאטע מיט א קינד ווי איידער צו ביזנעס שותפים. שטעל דיר פאר א טאטע ציהט אויף א קינד, ער בויעט איהם און באגילדעט איהם און זעהט עס זאל איהם גארנישט פעהלן. און ""ווען נישט דעם טאטע וואלט דער קינד שוין לאנג נישט דא געווען"", פארשטייט זיך אז דער טאטע וויל אז דאס קינד זאל זיך אויפירן וואויל. איין טאג זאגט דער קינד פארן טאטן "טאטע, דו געב מיר נאר געלט און זאג מיר נישט קיין ווארט וויאזוי זיך אויפצופירן, איך וויל ווילדעווען און פלינדערן וויאזוי איך באגער".

2) איבער איראן, אין איין ווארט. קוק וויאזוי עס זעהט אויס די וועלט יעצט מיט איראן היבש איינגעהאלטן און איינגעשטילט. שטעל דיר פאר ווען מען וואלט געפאלגט ביבי און נוצן זיין ווילדע סטראטעגיע, ער וואלט זיכער געמאכט אז איראן זאל טאקע וועלן באמבאדירן אר"י.

3) דאס איז קלאר אז די סעטעלמענטס רייצן אהן די אראבער אויף א אויסערגעווענליכע פארנעם, און זיי נעמען דערפאר נקמה. די שחיטה אין איתמר, די חברון בחורים, אלעס איז אדאנק די מתנחלים. אצינד צווישן אונז גערעדט, אלס אידן שומרי תורה ומצוות וואס האבן אן אחריות פון איינער דעם צווייטן, ענטפער קלאר און דייטליך, מעג איך/וויל איך בכלל אז די סעטלמענטס זאלן ווייטער אנגיין? עס וואלט אונז געדארפט זיין די גרעסטע ישועה אז אמעריקע וויל צווינגען דאס אפצושטעלן.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 6:28 am

לאמיר זיך נישט נערען אויב א מענטש מיט שכל רעדט פון צירוק געבען איז קלאר אז עס גייט אים נישט אן די אידישע לעבענס וואס דאס גייט קאסטען!
חוץ דעם וואס שטילערהייט האבען די אזויגעריפענע פריינד געמאכט זיכער אז טעראר פון די פאליסטינע (וואס אגב ביז אפאר יאר צירוק האט כמעט קיינער זיי נישט גערופען אזוי און דאס איז אויך שילדוג די אזויגעריפענע פריינד) זאל מער נישט הייסען טעראר און מען האלט שוין אינמיטען טוישען די דעת הקהל אז דאס איז לעגעטים
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur
הק' 9863 (נאך א נאומבער דא)

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4978
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 2:55 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:הייבט זיך אן א פאטש פאר א פאטש. וואס גייט רוסלאנד צוריק טוהן?

פוטין קוילערט זיך יעצט פאר געלעכטער אינעם קרעמלין.... עס גייט אים גאנץ ווייניג אן, און וואס עס גייט אים יא אן, וועט ער אויסווארטען 3 וואכן.

#סארע נאנסענס.

מעג מען זיך אליינס געבן א קלאפ אין רוקן??

איך האב פיין פאראויסגעזאגט, ביידע סיי אבאמאס לעכערליכע שטייפע ענטפער, און סיי פוטיןס זיך קוילערן פאר געלעכטער

אוועטאר
ס'שטימט
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » מוצ"ש דעצמבער 31, 2016 1:40 pm

פארטראכטער האט געשריבן: אבער אין מציאות איז עס אוממעגליך, נאכאמאל אוממעגליך, צו האבן צוויי לענדער לעבן בשלום איינס לעבן אנדערע.

האט איין נארמאלע מענטש א ספק צו דאס גייט זיך נישט אויסלאזן ווי עזה, וואס זייט די פאטאלישע טעות פון די רעכטע שרון זיך ארויסצוציען פון דארט, האט דאס פלאץ פאר וואטעווער ריעסאן, שוין געקאסט טויזענטער נפשות, שולדיגע אין אומשולדיגע ? שוין געמאכט אזויפיל פראבלעמען פאר די אינטערנאצינאלע געמיינדע ?

ממה נפשך, גייסטו זיי צוימען זייער זעלבסטשטענדיקייט, אין זיי גייען נישט האבן קיין פולשטענדיגע מיליטערישע רעכטן, א אייגענע עיר פארט, וכדו' האסטו גארנישט אויפגעטון און זיי גייען נאך אלס שרייען די ניגון "מיר זענען אונטערדריקט".
ווידער אויב גייסטו זיי געבן אלע רעכטן איז ווייטער צרות, די האסט א ספק וויאזוי גייט אויסזען א לאנד קאנטראלירט דורך כאמאס, מיט א פולשטענדיגע מיליטער, עיר פורס, עיר פארט וכו' אפגעריקט אפאר פיס פון מדינת ישראל!! דער אייבישטער זאל האלטן זיין רעכטן האנט!

קום מיר נישט יעצט זאגן אז אין איראן לעבן אידן מיט אראבער בשלום, ממילא קען מען אין א.י. אויך. די ווייסט אליין אז די מציאות איז אנדערש.
אין באכרעין האט די קעניג אפילו געמאכט א חנוכה מסיבה פאר די אידן... און כאמאס האט ארויסגעגעבן א סטעיטמעינט עס צו פארדאמען, ווייסט איינער פארוואס?


;l;p- ;l;p- ;l;p-
נישט געקענט בעסער ארויס ברענגען, א ''צוויי מדינות לעזונג'' איז פיסטע נארישקייטן, און ס'האט נישט קיין שכל עס צו שטופען.
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

הרב שלמה'ס א תלמיד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 30, 2016 2:00 am

תגובהדורך הרב שלמה'ס א תלמיד » זונטאג ינואר 01, 2017 2:14 am

לאמיך קלאר שטעלן אפאר פאקטן וואס קיינער איז נישט מחולק דערמיט.
א. עס איז קלאר אז א צוויי שטאטן לעזונג וועט קיינמאל נישט פאסירן, אן עס זאל קאסטן אסאך אידיש בלוט.
ב. עס איז קלאר אז ביבי נתנתיה איז א וויסטע בעל גאווה וואס האט געטוהן אן אויסערארנטליכע זאך מיט'ן אהערקומען "אין אמעריקא" רעדן קעגן אבאמא'ס דיעל מיט איראן, און האט זיך אויך אלץ גערייצט מיט אבאמא.
ג. עס איז קלאר אז אבאמא צאלט יעצט צוריק פאר דעם בעל גאווה, וואס עס קומט זיך אים.
ד. עס איז קלאר אז קערי'ס דרשה איז גאר איינזייטיג און נישט פראקטיש. און ער אליינס ווייסט זייער גוט אז דאס וועט קיינמאל נישט געשען.
ה. עס איז קלאר אז אמעריקא שטיצט נישט מדינת ישראל צוליב דעם וואס זי מיינט אז מדינת ישראל זוכט שלום. נאר צוליב וואס זי איז "די איינציגסטע דעמאקראטישע לאנד אין די גאנצע מיטל מזרח"! און אמעריקא מוז צוקומען צו איר. און אויך צוליב די גרויסע מאס שטיצע וואס די אמעריקאנע קריסטן גיבן פאר מדינת ישראל.
אלזא אבאמא האט יעצט פשוט א געלעגנהייט צוריק צו צאלן פאר נתניה. און מיר קענען נישט שטיצן אזא רעזאולאושען ווייל עס וועט גארנישט אויפטוהן. עס וועט בלויז קאסטן אידיש בלוט!
וגוש קטיף ועזה יוכיחו.
די "נשמה שפראך" - די איינציגסטע שפראך וואס יעדער איינער, אן קיין אויסנאם פארשטייט!

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » זונטאג ינואר 01, 2017 5:34 am

פ' לך לך האט געשריבן:1) דא איז ענדערש דומה צו א טאטע מיט א קינד ווי איידער צו ביזנעס שותפים. שטעל דיר פאר א טאטע ציהט אויף א קינד, ער בויעט איהם און באגילדעט איהם און זעהט עס זאל איהם גארנישט פעהלן. און ""ווען נישט דעם טאטע וואלט דער קינד שוין לאנג נישט דא געווען"", פארשטייט זיך אז דער טאטע וויל אז דאס קינד זאל זיך אויפירן וואויל. איין טאג זאגט דער קינד פארן טאטן "טאטע, דו געב מיר נאר געלט און זאג מיר נישט קיין ווארט וויאזוי זיך אויפצופירן, איך וויל ווילדעווען און פלינדערן וויאזוי איך באגער".

2) איבער איראן, אין איין ווארט. קוק וויאזוי עס זעהט אויס די וועלט יעצט מיט איראן היבש איינגעהאלטן און איינגעשטילט. שטעל דיר פאר ווען מען וואלט געפאלגט ביבי און נוצן זיין ווילדע סטראטעגיע, ער וואלט זיכער געמאכט אז איראן זאל טאקע וועלן באמבאדירן אר"י.

3) דאס איז קלאר אז די סעטעלמענטס רייצן אהן די אראבער אויף א אויסערגעווענליכע פארנעם, און זיי נעמען דערפאר נקמה. די שחיטה אין איתמר, די חברון בחורים, אלעס איז אדאנק די מתנחלים. אצינד צווישן אונז גערעדט, אלס אידן שומרי תורה ומצוות וואס האבן אן אחריות פון איינער דעם צווייטן, ענטפער קלאר און דייטליך, מעג איך/וויל איך בכלל אז די סעטלמענטס זאלן ווייטער אנגיין? עס וואלט אונז געדארפט זיין די גרעסטע ישועה אז אמעריקע וויל צווינגען דאס אפצושטעלן.


אלעדיגט, איז די ווערסט יעצט מיין קינד, ווייל... איך האב אזוי מחליט געווען!,וואס הייסט דומה? ס'האט נישט קיין שום דמיון! מדנ"י איז נישט עפעס א מדינה וואס האט א טאטע דא רעדט זיך פין צוויי מדינות וואס יעדע פאר זיך האט אנדערע אינטערעסן אין געוויסע נושאים און קיינער האט נישט קיין לעגיטימאציע צו צווינגען די אייגענע דעות.

בנוגע איראן האט מען שוין ארומגערעדט, אז ריקען די פראבלעם גייט עס נאר מאכן די פראבלעם גרעסער.

די שחיטות פין די אראבער דארף נישט און האט נישט קיין שום תירוץ. ליתר ביאור מיש אביסל אויף די היסטאריע ביכער, אדער גיי נאר צוריק מיט איין יאהר ווען אפאר אראבער האבן מחליט געווען אהן קיין שום ראיות אז מדנ"י גייט אויפבויען א בית מקדש אויף הר הבית, וואסערע רציחות האבן זיך אפגעטוהן.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג ינואר 01, 2017 10:52 am

abeg האט געשריבן:אװאדע יעדער זאל העלפען ציען די ראבער......װאל אבּאמא גײט כאפן די ציפ נישט ביבי


טראמפ וועט נישט צופיל העלפן ביבי ארויסקריכען פין די מאראסט
ער וועט זעהן ווי צו מאכן נאך אפאר טאלער, און לאזן ביבי הענגן מי די צינג אינדרויסען.

אוועטאר
ס'שטימט
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » זונטאג ינואר 01, 2017 11:00 am

רצון טוב האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:אװאדע יעדער זאל העלפען ציען די ראבער......װאל אבּאמא גײט כאפן די ציפ נישט ביבי


טראמפ וועט נישט צופיל העלפן ביבי ארויסקריכען פין די מאראסט
ער וועט זעהן ווי צו מאכן נאך אפאר טאלער, און לאזן ביבי הענגן מי די צינג אינדרויסען.


פאר א וואך צוריק, האב איך אויך אזוי געהאלטן, אבער נאכן הערן טראמפ'ס רעאקציע צו 'אבאמא'ס ציפ'עס', האב איך געטוישט מיין מיינונג.
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6340
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג ינואר 01, 2017 11:02 am

יו ען סעקרעטער 'באן קי מון' האט באקומען די כבוד צו אראפווארפן די באלי ביים וועלטס גרעסטן נייע יאר פייערונג, אין טיימס סקווער,מאנהעטן....

ער האט דאן געגעבן א צאל נאציאנאלע אינטערוויוס ווי ער האט ארויסגעברענגט די שטארקייט און וויכטיגקייט פונעם אנטי מדינ"י סעטלמענטנס רעזאלוציע.
....Trump: Big SURPRISE on health care coming

אוועטאר
ס'שטימט
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » זונטאג ינואר 01, 2017 11:19 am

וואס איז די פשוט'ע תירוץ אויף די קשיא פון - פארוואס עפעס זאל מען צו לאזן די נייע גרעניצען פון די 1967 מלחמה??

מ'לעבט דאך נישט פאר דריי הונדערט יאר צוריק, מ'קען נישט איינעמען לענדער, אזוי 'נישט מיר נישט דיר'.
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » זונטאג ינואר 01, 2017 11:25 am

פ' לך לך האט געשריבן:1) דא איז ענדערש דומה צו א טאטע מיט א קינד ווי איידער צו ביזנעס שותפים. שטעל דיר פאר א טאטע ציהט אויף א קינד, ער בויעט איהם און באגילדעט איהם און זעהט עס זאל איהם גארנישט פעהלן. און ""ווען נישט דעם טאטע וואלט דער קינד שוין לאנג נישט דא געווען"", פארשטייט זיך אז דער טאטע וויל אז דאס קינד זאל זיך אויפירן וואויל. איין טאג זאגט דער קינד פארן טאטן "טאטע, דו געב מיר נאר געלט און זאג מיר נישט קיין ווארט וויאזוי זיך אויפצופירן, איך וויל ווילדעווען און פלינדערן וויאזוי איך באגער".

און אויב די קינד איז שוין א טין עיזדשער, זאל זיך די טאטע נאר דערוואגן צו אפזאגן וואס די קינד זאגט איהם. געווענטליך, בפרט אין די היינטיגע וועלט, וועט די טאטע לאזן טון דעם קינד וואס ער וויל ווי א טאטע'לע... און לעניננו, דאס קינד איז שוין אלט כמעט 70 יאר, און דו האסט שוין פראבירט אזוי פיל מאל מיט גוטנס, און דו זעהסט ווי ער פאטשט דיר אין פנים און ער פייפט דיך אן, וואס שטראפסט איהם יעצט און געבסט איהם אזא געזונטע שטעך אין די רוקן? וואס גייסטו אויפטוהן? דו שיסט דיך א קויל אין דיך אליין! ס'איז דאך דיין אייגענע קינד אשר טיפחת וריבית.

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » זונטאג ינואר 01, 2017 12:01 pm

פ' לך לך האט געשריבן:אצינד, די מתנחלישן אויפשפרונג אין די שטחים וואס וועט עווענטועל זיין פאלאסטינע, דאס איז א קלארע באווייז אז מדינת ישראל האלט נישט ביים אהערשטעלן א פלאסטינע לאנד. זי זאגט נאר אזוי אפיציעל, אבער האלטן האלט זי נישט דערביי. מיטן לעגאליזירן די שטחים, ווייזט זי פאר אמעריקע דעם גראבן פינגער און שפייעט איר אין פנים אריין. אויף דעם איז אמעריקע נישט גרייט.
אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט די סעטלמענט אישו וואס באדערט אמעריקע, עס איז דאס ווייזן אז זי האלט נישט ביי גארנישט, און איז נישט אינטערסירט אויף קיין שלום.

עס איז דאך דא צוויי צדדים, און פונקט אזויווי די איזרעלישע מתנחלישע אויפפירונג (וואס ברענגט נישט קיין פאטאליטעיטן) שטערט פאר שלום, אזוי אויך די טעראריסטישע פלאסטינע אויפפירונג (וואס ליידער ברענגט יא פאטאליטעיטן) שטערט פאר שלום, האט קערי גערעדט פון דעם מיט די זעלבע קאווערעדזש ווי פון די סעטטלמענטס?
פ' לך לך האט געשריבן:ובאמת איך פריוואט האלט אז עס וועט קיינמאל קיין שלום נישט זיין, אבער כל זמן מען רעדט און מען פארהאנדלט איבער שלום, העלפט דאס צו מינימזירן די טעראריסטישע אטאקעס קעגן אידן. אך און וויי וועט זיין ווען זאלן די אלע געשפרעכן קומען צו אן ענדע, און מדינת ישראל ווען אפען זאגן אז זי האלט נישט ביים נאכגעבן גארנישט, דאן וועלן די אראבער זיך נעמען צו זייער שווערד מיטן פולן קראפט ה"י.

און וואס האט קערי יעצט געטועהן? פארהאנדלט וועגן שלום? טראכט אריין אביסל, מיט זיין רעדע ער האט געברענגט די שלום געשפרעכן צו א ענדע. אפילו אויב ער האלט אז דאס איז די סאלושען, וואס רייסט ער אראפ מדנ"י אזוי שטארק און געבט לעגיטימאציע פאר טעראר? האט ער נישט געוואוסט אז נתניהו וועט עניוועי זיך ארויס שטעלן אקעגן זיין פארשלאג און זיין רעדע וועט נאר דערווייטערן די שלום געשפרעכן? אויב ער האט אמת'דיג ליב מדנ"י דארף ער ארבעטן ווי א דיפלאמאט, און היות אז די שלום געשפרעכן האלט אפ טעראר, און דו זעהסט אז נתניהו עקשנ'ט זיך, דעמאלץ פלעי די געים און פאר ארום אין די ראמאללא-תל אביב-ניו יורק ראוט פאר נאך צען יאר אבי מען זאל מיינען אז עס איז דא שלום געשפרעכן, לאז דעם סטעטוס-קווא! מיט זיין רעדע האט נאר מער אנגערייצט די אראבער אז מיט טעראר גייען זיי אנקומען צו זייער מטרה ר"ל.
פ' לך לך האט געשריבן:מיטן בויען אין די שטחים ווייזט נתניהו גאנץ קלאר און גאנץ אפען וואס זיין מיינונג איז און דאס קאסט אונז טייערע נפשות מישראל.

וואס האט מען פונקטליך געבויעט אין די לעצטע 6 יאר?
פ' לך לך האט געשריבן:און צווישן אונז גערעדט, עס איז מבהיל על הרעיון וויאזוי א איד מיט א הארץ זאל בכלל זיין עטוואס סימפאטיש צו די מתנחלים וואס זייער מעשים טוהן כסדר אויפהעצן, אויפרייצן און אויפקאכן די אראבער'ס און דאס קאסט שפעטער קרבנות. מען וואלט זיך געדארפט צוכאפן צום יו.ען. רעזעלוטשאן, יא גערעכט צו נישט.
3) דאס איז קלאר אז די סעטעלמענטס רייצן אהן די אראבער אויף א אויסערגעווענליכע פארנעם, און זיי נעמען דערפאר נקמה. די שחיטה אין איתמר, די חברון בחורים, אלעס איז אדאנק די מתנחלים. אצינד צווישן אונז גערעדט, אלס אידן שומרי תורה ומצוות וואס האבן אן אחריות פון איינער דעם צווייטן, ענטפער קלאר און דייטליך, מעג איך/וויל איך בכלל אז די סעטלמענטס זאלן ווייטער אנגיין? עס וואלט אונז געדארפט זיין די גרעסטע ישועה אז אמעריקע וויל צווינגען דאס אפצושטעלן.

און עס איז פונקט אזוי מבהיל על הרעיון צו זעהן וויאזוי א איד מיט א הארץ זאל זיין סימפאטיש און פארשטיין זייער גוט קערי'ס רעדע, בשעת ווען זיין רעדע האט אנגערייצט די אראבער צו ממשיך זיין מיט זייער טעראר פונקט די זעלבע ווי די מתנחלים רייצן אן.
און אפשר זאגסטו מיר ווער עס האט אנגערייצט די פלאסטינער טעראריסטן פאר 1967? זיי האבן פיינט די אידען און ווילן זיי הרגענען ר"ל על לא דבר, נאר יעדע תקופה טרעפן זיי א אנדערע תירוץ. אויב דו פראבירסט צו אפהאלטן די "תירוץ" (וואס יעצט איז עס די מתנחלים לשיטתך) דאן דארפסטו די זעלבע (און אפשר נאכמער) טוהן אלע מעגליכקייטן צו אפהאלטן די טעראר. לאזן דעם טעראר אנגיין כאילו לא היה און עס לעגיטימיזירן און זיך צוטשעפען צו די "תירוץ" איז אזוי ווי בויען א שפעטאל אין כעלעם לעבן די בריק וואס די געיט זיינע האט זיך צובראכן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, אזוי וויל איך, קנעטענע קיגעל און 20 געסט