מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מיטוואך מארטש 23, 2011 2:28 pm

די לעצטע וואך ווערט די מצב און מדינת ישראל היבש אנגעצויגען

קוים אדורך א וואך זייט די ברוטאלער שחיטה און וואס פינעף משפחה מיטגלידער זענען אויף אכזריותדיגען אויפען ערמארדעט געווארען,,
און מען הייבט אן אביסעל זיך צוזאמענקלויבען,ווי ווייט עס איז שייך ,אונטער די באוויסטזיין קרענקט נאך אז די מערדער שמעקן נאך די פרייע לופט

היינט הערט מען אז די טעראר אטאקע אויף די פויגעלס איז נישט די אפשטעל,עס הייבט זיך אן צו שפירען די אלטע געפיל פון די אלטע צייטן ווען טעראר איז ליידער געווען א אפטע ערשיינוג און די מדינה
און די זמנים וואס זקא זענען געווען פארנימען אויף א טעגליכער פארנעם,,
די אטאקע אויפן באס היינט ברענגט א שרעק צו די אלטע צייטען קומען צוריק הלי"ת השם ירחם

פון עזה פאס ,ווערט די ראקעטען אטאקעס מער אגרעסיווער אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געזעהן זינט די לעצטע אפענסיווע אויף עזה,,

דאס ווערט אפגענפערט מיט נקמה באמבעדירוגען מצד מדינת ישראל ,און האט נעכטן געקאסט דאס לעבען פון פינעף טעראריסטן און עזה ,ווי אויך צוויי צווילע ,וואס האט צוווילדעוועט כאמאס וואס קאנטערלירן עזה און סטראשענען יעצט מיט קאנטער נקמה

די לינקע לאגער און זייער געצייג די מידיע פארפירען,אז במשך די לעצטע זעכציג יאר האט מען שוין אויספארבירט אלע סארט מיטעלן און טאקטיקן

אן א שיעור מלחמות, אטאקעס, בויען ריזיגע חומות צו האלטען די פאלעסטינע געצוימט,
באשטעטיגען פרישע הייזער און די שטחים נאך א טעראר אטאקע,,,
מען האט זיי דערלאנגט אויף אלע פראנטן

פון די שלום זייט,האט שוין יעדע אמעריקאנע פרעזידענט וואס האט איבער געטרעטן די שוועל פונעם אוועל אפיעס ,צו מיטן רעקל צו אנעם,איינער מער איינער אגרעסיווער

יעדער האט געארבעט פלייסיג צו זיין דער העלד און די היסטאריע ביכער וואס האט ענדגילטיג דערליווערט דעם לאנג געפלאנטן פרידען און מיטל מזרח
עס איז שוין פארגעקומען
,קאנפערענצן,ראוד מאפע,ראבין גיט שוין אפילו די האנט פאר דעם ארכי טעראריסט אראפאט,די היסטארישער ריקצונג פון עזה,, פרירען שטחים ,און וואס נישט
דאס אלעס האט נישט געברענגט קיין אפיצועלע לעזונג ,לויט די לינקע

זיי דינגען זיך אבער אז איין טאקטיק איז נאך נישט אויספארבירט געווארן
נעמליך,
א אפיציעלע פאלעסטינע לאנד איז נאך נישט אויס פארבירט געווארן,,די רעזולטאטן פון א געהעריג א הער געשטעלטן לאנד מיט אלע קלאפ געצייג,וועט לויט זיי זיין די לעזונג

און זיי ווייזען אן אז די יעצטיגע אטאקע איז א דירעקטע רעזולטאט פון די אנטוישונג פון די דורכגעפאלענע שלום געשפרעכן

די רעכטע ווארפען עס גענצליך אפ ,זאגענדיג,אז די פאלעסטינער זענען א פארבלעם און וועלען בלייבען א פראבלעם,זיי ווייזען אן אלץ א איבערצייגונג די רעזולטאטן פון עזה,

און ווי אויך טאהון זיי זיך אויף אז די פאר יאר מנוחה און שטילקייט פון אטאקעס און הארץ פון די מדינה,איז צו פארדאנקען די אגרעסיווע מיטלען וואס מען האט אונטער גענומען,
און דאס איז געווען וואס האט אוועק גענומען די אפיטעט און די מעגליכקייט צו א דורך פירען פרישע אטקעס
לעצט פאראכטן דורך די קאץ ארויס פון זאק אום מיטוואך מארטש 23, 2011 7:08 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 23, 2011 3:08 pm

---
אין אומפארבינדענע נייעס, איז די 'קאמע' ארויס פון זאק,,,

נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 2:44 pm

תגובהדורך נאפאליאן » מיטוואך מארטש 23, 2011 3:18 pm

קרעמער האט געשריבן:---
אין אומפארבינדענע נייעס, איז די 'קאמע' ארויס פון זאק,,,

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » מיטוואך מארטש 23, 2011 3:20 pm

מסתם שרייבט ער פון א ענדרויד ס'האט נישט די קאמע קי אויף די היברא קי באורד
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך מארטש 23, 2011 3:23 pm

און מאמינים בה' זאגן: אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.

רבותה"ק זי"ע משך כמה דורות האבן געזאגט אז בלוט וועט זיך רח"ל שטענדיג גיסן אדאנק די מדינה של גיהנם.
(כידוע מהגה"ק מ'נאסויד, בריסק ועוד)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מארטש 23, 2011 3:24 pm

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:די לינקע לאגער און זייער געצייג די מידיע פארפירען,,אז במשך די לעצטע זעכציג יאר ,האט מען שוין אויספארבירט אלע סארט מיטעלן ,אויסער איינס
נעמליך!!
אן א שיעור מלחמות,,,אטאקעס,,בויען ריזיגע חומות צו האלטען די פאלעסטינע געצוימט,,,באשטעטיגען פרישע הייזער און די שטחים נאך א טעראר אטאקע,,,

דעם פאראגראף האב איך עפעס נישט געכאפט.

וואס האט מען נאכנישט פראבירט? :shock:
נאכנישט געווען קיין מלחמה? :shock:
מען האט זיי נאכנישט פארטריבן צו געצוימטע געגענטער? :shock:
מען האט נאך קיינמאל באשטעטיגט פרישע הייזער? :shock:

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מיטוואך מארטש 23, 2011 3:25 pm

ביטע טויש דעם קעפל, אויף "ארץ ישראל נייעס", און אין דעם ארטיקל ביטע טויש "מדינת ישראל" אויף "די ציוניסטישע רעגירונג".

ייש"כ פון פאראויס אין נאמען פון נאך פיל ליינער'ס.

נ.ב. איך האב דיר עס געוואלט שיקן פערזענליך, אבער דו גיסט נישט די מעגליכקייט דיר צו שיקן א פריוואטן מעסעדזש.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מיטוואך מארטש 23, 2011 3:26 pm

ווינקל, דו האסט נישט פארשטאנען, דאס האט ער אויסגערעכנט אלעס וואס מען האט יא פרובירט, און צום סוף פירט ער אויס, אז זיי לאזן אויפשטעלן א אייגענע אפיציעלע רעגירונג, דאס איז די איין זאך וואס מען האט נאכנישט פרובירט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מארטש 23, 2011 3:26 pm

איזעי האט געשריבן:ביטע טויש דעם קעפל, אויף "ארץ ישראל נייעס", און אין דעם ארטיקל ביטע טויש "מדינת ישראל" אויף "די ציוניסטישע רעגירונג".

ייש"כ פון פאראויס אין נאמען פון נאך פיל ליינער'ס.

נ.ב. איך האב דיר עס געוואלט שיקן פערזענליך, אבער דו גיסט נישט די מעגליכקייט דיר צו שיקן א פריוואטן מעסעדזש.

און נישט אין מיין נאמען.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך מארטש 23, 2011 3:28 pm

ווינקל האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:די לינקע לאגער און זייער געצייג די מידיע פארפירען,,אז במשך די לעצטע זעכציג יאר ,האט מען שוין אויספארבירט אלע סארט מיטעלן ,אויסער איינס
נעמליך!!
אן א שיעור מלחמות,,,אטאקעס,,בויען ריזיגע חומות צו האלטען די פאלעסטינע געצוימט,,,באשטעטיגען פרישע הייזער און די שטחים נאך א טעראר אטאקע,,,

דעם פאראגראף האב איך עפעס נישט געכאפט.

וואס האט מען נאכנישט פראבירט? :shock:
נאכנישט געווען קיין מלחמה? :shock:
מען האט זיי נאכנישט פארטריבן צו געצוימטע געגענטער? :shock:
מען האט נאך קיינמאל באשטעטיגט פרישע הייזער? :shock:


שפיל לסיפא דקרא:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן: זיי טאהנען אבער אז ,א אפיציעלע פאלעסטינע לאנד איז נאך נישט אויס פארבירט געווארן,,די רעזולטאטן פון א געהעריג א הער געשטעלטן לאנד,וועט לויט זיי זיין די לעזונג

און זיי ווייזען אן אז די יעצטיגע אטאקע איז א דירעקטע רעזולטאט פון די אנטוישונג,,פון די דורכגעפאלענע שלום געשפרעכן

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מיטוואך מארטש 23, 2011 3:29 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:און מאמינים בה' זאגן: אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.

רבותה"ק זי"ע משך כמה דורות האבן געזאגט אז בלוט וועט זיך רח"ל שטענדיג גיסן אדאנק די מדינה של גיהנם.
(כידוע מהגה"ק מ'נאסויד, בריסק ועוד)

און דער אייבערשטער זאגט:
אין שלום אמר ה' לרשעים. (ישעי' מ"ח, כ"ב)
און נאך זאגט דער אייבערשטער:
חי אני נאם ה' אלקים אם לא ביד חזקה ובזרוע נטויה ובחמה שפוכה אמלוך עליכם. (יחזקא' כ', ל"ג)

און דער אייבערשטער זאגט נאך אסאך זאכן, וואס מען געדענקט כמעט נישט, אינמיטן דעם גרויסן פאליטישן פאלעמיק.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך מארטש 23, 2011 3:49 pm

if they do it there will be no way to undo the damage and today if they have problems they go into gasa they arrest or bomb if they will have a own state then it will be a lot harder to go in to arrest someone etc.

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » מיטוואך מארטש 23, 2011 4:07 pm

משנה, זאגסט א נקודה, קען זיין. אבער זאג נאר, וועלכע חלק אינעם פאקטישן מציאות איז היינט בעסער ווי עס גייט דעמאלס זיין?
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מארטש 23, 2011 4:09 pm

ואס האט מען היינט דערפון אז מען באמבעדירט דארט, אדער אז מען ארעסטירט אפאר שרצים ימ"ש פון דארט?

---
עמקות פרעגט ענליך.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מיטוואך מארטש 23, 2011 4:13 pm

כאילו ווען עס איז דא דארט א רעגירונג איז שווערער צו ארעסטירן אדער צו באמבאדירן. אז מען קען אין לבנון קען מען דארט אויך.

סיי ווי די אלע באמבאדירונגען און ארעסטן צינדן נאר מער אן דעם פייער, און יעדע אזא אקציע שאפט פרישע גואלי הדם וואס שווערן זיך נקמה ביי ג-ט און להבדיל ביי זייער נביא שקר. דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל שוין אויסגעלייזט ווערן פון די ציוניסטישע "באשיצער" און פייער צינדער.

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » מיטוואך מארטש 23, 2011 5:01 pm

איך האלט אז מען זאל אדורך לערנען ספה''ק ויואל משה פאר מען איז מגיב דא
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מיטוואך מארטש 23, 2011 7:15 pm

ווינקל האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:די לינקע לאגער און זייער געצייג די מידיע פארפירען,,אז במשך די לעצטע זעכציג יאר ,האט מען שוין אויספארבירט אלע סארט מיטעלן ,אויסער איינס
נעמליך!!
אן א שיעור מלחמות,,,אטאקעס,,בויען ריזיגע חומות צו האלטען די פאלעסטינע געצוימט,,,באשטעטיגען פרישע הייזער און די שטחים נאך א טעראר אטאקע,,,

דעם פאראגראף האב איך עפעס נישט געכאפט.

וואס האט מען נאכנישט פראבירט? :shock:
נאכנישט געווען קיין מלחמה? :shock:
מען האט זיי נאכנישט פארטריבן צו געצוימטע געגענטער? :shock:
מען האט נאך קיינמאל באשטעטיגט פרישע הייזער? :shock:

גערעכט ,שכוח פאר מיר אנצייגען
די טעות איז פאראכטן
איך גלייך הערות ,אלץ פרישער טייפער בין נאך פרעמד און די חכמות הכתיבה
במשך הזמן האף איך זיך מער אויסצורייבען
סארי פאר די וועלעכע מיין וועג פון שרייבען מאכט זיי צומישט

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מיטוואך מארטש 23, 2011 7:27 pm

דעת תורה היפך דעת בעל הבית
אלעס וואס ווערט דא דיסקאסירט איז פין א דעת בעל הבית גלעזער
די דעת תורה איז אין פיל ערטער די היפך אינגאנצען

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מיטוואך מארטש 23, 2011 10:13 pm

און אנדערע נייעס
משה קצב וואס איז געווען זיבן יאר פרעזידענט און מדינת ישראל ,איז העכסט ראנגינגע פארזאן צו געפונען ווערען שולדיג און פאורטיילט צו ווערען צו טורמע
זיינע פערזענדליכע קרימענאלע שריט וואס ער איז באגאנגען נאך פארן דינען אלץ פרעזידענט ,האט אים געברינגט זעקס יאר טורמע און נאך צוויי יאר פראבעשיען

רעגירונג איינגעשטעלע אין מדינת ישראל וואס זענען געווען אדער זענען יעצט אינטער אויספארשונג איז א היבשע ערשיינוג ווי שרון ,,אולמורט,,אפאר מאיערן פון ירשלים ,אסאך פאלעמענט מיטגלידער

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך מארטש 23, 2011 11:14 pm

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:רעגירונג איינגעשטעלע אין מדינת ישראל וואס זענען געווען אדער זענען יעצט אינטער אויספארשונג איז א היבשע ערשיינוג ווי שרון ,,אולמורט,,אפאר מאיערן פון ירשלים ,אסאך פאלעמענט מיטגלידער

שרון איז אינטער אויספארשונג? מיינסט מן הסתם זיינע בנים'לעך.

וויאזוי האט אותו רשע - דער "חוזה המדינה" - געזאגט? ער וועט נישט זיין צופרידן ביז ער וועט זעהן אייגענע תפיסות, אייגענע רוצחים, אייגענע גזלנים. מן הסתם קוועלט ער נחת אין קבר אז זיינע נאכפאלגער האבן אים צוגעשטעלט וואס ער האט זיך אליין נישט גע'חלומ'ט.

נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 2:44 pm

תגובהדורך נאפאליאן » מיטוואך מארטש 23, 2011 11:23 pm

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:און אנדערע נייעס
משה קצב וואס איז געווען זיבן יאר פרעזידענט און מדינת ישראל ,איז העכסט ראנגינגע פארזאן צו געפונען ווערען שולדיג און פאורטיילט צו ווערען צו טורמע
זיינע פערזענדליכע קרימענאלע שריט וואס ער איז באגאנגען נאך פארן דינען אלץ פרעזידענט ,האט אים געברינגט זעקס יאר טורמע און נאך צוויי יאר פראבעשיען


איר מיינט אוודאי נישט זיינע פערזענליכע קרימינאלע שריט, איר מיינט זיינע עטישע אוממאראלישע מיסברויכן...

ער לייקנט אבער שטיין און ביין, און טענה'ט אז עס איז אן עקסטארטן קעיס, און אז ער איז א פרענק מילא באגייט מען זיך מיט אים מיט אומרעכט...

oko
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 27, 2011 12:00 am

תגובהדורך oko » מיטוואך מארטש 23, 2011 11:31 pm

איזעי האט געשריבן:ביטע טויש דעם קעפל, אויף "ארץ ישראל נייעס", און אין דעם ארטיקל ביטע טויש "מדינת ישראל" אויף "די ציוניסטישע רעגירונג".

ייש"כ פון פאראויס אין נאמען פון נאך פיל ליינער'ס.

נ.ב. איך האב דיר עס געוואלט שיקן פערזענליך, אבער דו גיסט נישט די מעגליכקייט דיר צו שיקן א פריוואטן מעסעדזש.


אוודאי יא - גם אני מצטרף - לבקשה דחופה הזו [חוץ מזה קען מען דא גארנישט נישט שרייבן ס'איז נוגע אין זייער האקעלע אמונה ענינים]

שוטה
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך מארטש 23, 2011 11:48 pm

oko האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:ביטע טויש דעם קעפל, אויף "ארץ ישראל נייעס", און אין דעם ארטיקל ביטע טויש "מדינת ישראל" אויף "די ציוניסטישע רעגירונג".

ייש"כ פון פאראויס אין נאמען פון נאך פיל ליינער'ס.

נ.ב. איך האב דיר עס געוואלט שיקן פערזענליך, אבער דו גיסט נישט די מעגליכקייט דיר צו שיקן א פריוואטן מעסעדזש.


אוודאי יא - גם אני מצטרף - לבקשה דחופה הזו [חוץ מזה קען מען דא גארנישט נישט שרייבן ס'איז נוגע אין זייער האקעלע אמונה ענינים]


אמונה? פאליטיק.

און איך גלייב אז דאס האט דער מייסד האשכול געמיינט מיט 'דעת בעל הבית'.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 4:48 am

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:און ווי אויך טאהון זיי זיך אויף אז די פאר יאר מנוחה און שטילקייט פון אטאקעס און הארץ פון די מדינה,איז צו פארדאנקען די אגרעסיווע מיטלען וואס מען האט אונטער גענומען,און דאס איז געווען וואס האט אוועק גענומען די אפיטעט און די מעגליכקייט צו א דורך פירען פרישע אטקעס


נארישקייטן!

פון אן אראבער איז נישט שייך אוועקצונעמען דעם אפעטיט, ער איז גרייט דערויף אל דעי וועי בגופו ובנשמת"ו (בלע"ז, לויט זייער נארישן דמיון), און די מציאות האט דאס באוויזן.

נאר אויב וואלט געזיצן אויפן בענקל בראשות מדינת הציונית איינער מיט אביסל שכל, וואלט ער באדארפט פון "פאליטישן שטאנדפונקט" (כ'רעדט נישט פונעם תורה'דיגן) איינזעהן און פארשטיין אז ביי אזא מצב ווען עס פליען ראקעטן איז גארנישט דא וואס צו טוהן! צוריקשיסן און הרג'ענען איז נישט קיין עצה - ווי דערמאנט - אזוי ווי די מציאות האט אויפגעוויזן. ווייטער זיך נישט וויסנדיג מאכן קען ער אויך נישט אלס 'פיהרער' פונעם לאנד, בשעת ווען ס'פליען ראקעטן אויף שטעט אינעם לאנד.

אולי ווען עס וואלט געווען א בעל שכל ביים רודער, לו חכמה ישכילו זאת, וואלט ער פארשטאנען אז מ'ברויך אביסל ברעכן פונעם ציוניסטישן נאציאליסטישן שטאלץ, און זיין גרייט אויף שלום צו מאכן, און פאלגן ווי א טאטעלע וואס דער אמעריקאנער ספאנסער (לייען: רעגירונג) וועט הייסן און באפעלן, אבער - לויט זייער גאוה'דיגע אויפפירונג וועט דאס לכאו' נישט פאסירן. (אגב, רעדנדיג פון זייער חוצפה'דיגע אויפפירונג פאר די אומות העולם איז אינטרעסאנט מעתיק צו זיין וואס מרן רבינו הק' מסאטמאר זי"ע שרייבט אין ספה"ק "ויואל משה" (שלש שבועות סי' קל"ו) אויף וואס די גמ' זאגט אין מס' ביצב "אלמלא ניתנה תורה לישראל, אין כל אומה ולשון יכולין לעמוד בפניהם, והיינו דאמר רשב"ל ג' עזין הן, ישראל באומות וכו'". און דער מהרש"א זאגט אויפן ארט אז די עזות איז צוגעגליכן צו א כלב "שלא ישובו מפני כל, ומעיזין בפניהם". שרייבט דער רבי: "וא"כ שלטון ישראל בלי תורה, יש לו אותו העזות שאמרו חכמינו ז"ל על ישראל כשהוא בלי תורה, כפי' המהרש"א שהוא דומה לכלב, שאין כל אומה ולשון יכולין לעמוד בפניהם, שמעיזין בפני כל, וזה סכנה עצומה ונוראה לכלל ישראל, ה' ירחם".).

תורה'דיג גערעדט ווייסן מיר - אזוי ווי עטליכע האבן שוין דערמאנט - אז כל זמן די מדינה שטייט איז דאס א ניאוץ בה' ובתורתו הק', און עס איז דא די שרעקליכע עונש פון "אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה", ווייסט איין איינציגער באשעפער וואס קען זיך נאך דארט אפשפילן.

גם בשפיכות דמים ידיהם דמים מלאו, והן המה הסיבה להשבר הנורא של הריגת ששת מליונים מישראל. וגם מאז ועד עתה נהרגו הרבה רבבות מישראל בגלל הרעיון הטמא הזה, של הקמת מדינה בחרב ובזרוע בשר טרם שהגיע הזמן מהקדוש ברוך הוא, והמה מופקרין, ומפקירין את כלל ישראל בעבור הגיאות והשררה שלהם. (ויוא"מ שלש שבועות סי' קל"ה)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17392
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 9:20 am

אז דו רעדסט פון פאליטישן שטאנדפונקט איז דערווייל די בעסטע וועג געווען ווען די איזרעיליס האבן באמבאדירט מיט איבערוויגענדע מאכט, און דאן קומט א פארלאנג פאר א פייער אפשטעל, און מ'זיצט ביים פארהאנדלונגס טיש פאר נאך אפאר יאר.

דאס איז אלעס ווען מ'זאל רעדן צווישן 2 פרעמדע לענדער, משא"כ מיט די מדינה וועטעס נישט גיין צוליב - ווי דערמאנט - די קללות וואס קומט ליידער נאך אזא ניאוץ בה'.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט