אויסער דעם, די אלע זאכן וואס ווערן דיסקוסירט "פון פאליטישן שטאנדפונקט" וויל איך נאכאמאל ציטירן פון וויכטיג מאכער:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דאס איז אלעס ווען מ'זאל רעדן צווישן 2 פרעמדע לענדער, משא"כ מיט די מדינה וועטעס נישט גיין צוליב - ווי דערמאנט - די קללות וואס קומט ליידער נאך אזא ניאוץ בה'.
אין קורצן עס איז נישט שייך דא צו דיסקוסירן "כאילו" עס וואלט געווען צוויי פרעמדע לענדער, ווייל דאס גייט שוין אריין אין עולם הדמיונות, ווי זאגט די וועלט "ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געווען א טראמוויי".
למעשה רעדט מען דא פון א מדינה של גיהנם, אויפגעשטעלט און האלט זיך אויף מרידה בה' און עקירת האמונה, און עס ווערט געפירט דורך זרע ישראל, וואס זענען נישט אונטער קיין שום דרך הטבע. אלעס אין די מדינה גייט שלא ע"פ דרך הטבע, דער אויפהאלטן דערפון איז די כוחות פונם ס"מ וגונדא דיליה וואס קענען טון זאכן שלא ע"פ דרך הטבע אז זיי זאלן מצליח זיין, און ווען עס קומט ח"ו דער רוגז פון בוכ"ע קענען זיי צופלאצט און צוזעצט ווערן שלא ע"פ דרך הטבע, פון איין מינוט צום צווייטן (דער אייבערשטן זאל העלפן עס זאל נישט שאטן פאר כלל ישראל).
ר' אלחנן וואסערמאן שרייט שוין אין זיינע מאמרים, אז פארן אידישן פאלק ארבעט נישט די לעזונגען וואס ארבעטן פאר אנדערע אומות העולם, דער אידישער פאלק קען קיינמאל נישט לעזן זיינע צרות, מיט א פאליטישן צוגאנג, אזוי ווי די אנדערע אומות העולם טוען, ווייל די אידישע צרות ווי אויך זייערע לעזונגען זענען אינגאנצן אנדערש, סיי קומט עס צוליב אנדערע גורמים און סיי עס האט אנדערע תרופות.