מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

טערקיי איז זייער ברוגז אויף א"י פארן זיך נישט אנטשולדיגן אויף די שיף פרשה וואו א"י האט געהארגעט ניין פרא פאלעסטינע נאכן וועלן אריין קומען אין לאנד אן רשות. טערקיי האט פארארדענט אז די אמבאסאדער זאל הייבן פיס און פיצן פון לאנד. זיי זאגן אויך אז זיי גיייען שטיין צו די רעכטע האנט פון די פאלעסטינע אז זיי זאלן קענען צוזאמנעמען גענוג וואטס אין די יו ען אז מ'זאל זיי אנערקענען פאר א לאנד.

דאס איז גאר שלעכטע נייעס פאר א"י. טערקיי איז אמאל געווען א שטארקע פריינט פאר די מדינה, זיי דערלייגן זייער אסאך פארן נישט זאגן די ווארט "סארי"
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובה דורך שאלת_חכם »

טיפיקעל איזראעלי חוצפה
שאלת חכם חצי נחמה
בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובה דורך בר בי רב »

שארפער ריס צווישן מדינת ישראל און טורקיי

אנקארא - טורקיי האט זיך מאנטאג נאך מער צוקריגט מיט מדינת ישראל. זי האט געשוואוירן צו שתדלען ביי די יו. ען. אז א פאלעסטינער היימלאנד זאל ווערן אנערקענט. אויך האט זי געהייסן אז אלע הויך־ראנגיגע מדינת ישראל דיפלאמאטן זאלן פארלאזן דאס לאנד ביז צוויי טעג.

סוף פאריגע וואך האט טורקיי ארויסגעטריבן פון איר לאנד דעם מדינת ישראל אמבאסאדאר. דאס איז געקומען וויבאלד מדינת ישראל האט זיך נישט געוואלט אנטשולדיגן איבער די געשעענישן אויפ'ן פלאטילע וועלכער האט אומגעברענגט ניין מענטשן פאריגעס יאר. מדינת ישראל, אנשטאט זיך אנטשולדיגן, האט בלויז אויסגעדרוקט מיטלייד פאר די אומגעקומענע.

אין א יו. ען. באריכט וועלכער איז ערשינען פאריגע וואך שטייט אז די מדינת ישראל איבערפאל איז געווען "איבער די מאס", אבער דער באריכט זאגט אויך אז טורקיי און די פלאטילע ארגאניזירער האבן באשטייערט צו די טויטפאלן.

די מחלוקה האט געברענגט אז די נאנטע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער זענען איצט אויפ'ן שוועל צוזאמענצוברעכן. אויך ברענגט דאס אז דער אומסטאבילקייט אינעם ראיאן זאל ערגער ווערן.

טורקיי האט מאנטאג געהייסן אלה אפק, דער מדינת ישראל אמבאסאדאר'ס געהילף, אז זי און אנדערע הויך-ראנגיגע דיפלאמאטן האבן ביז מיטוואך צו פארלאזן טורקיי. ווי טורקיי זאגט האט זי אראפגעברענגט אירע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט מדינת ישראל אויף א נידעריגערן שטאפל.

טורקיי'ס אויסער מיניסטער, דאוואטאלו, האט מאנטאג געזאגט אז טורקיי וועט שתדלען ביי אנדערע לענדער ביז ווילאנג זי וועט ארויפציען די מערסטע צאל שטימען צו דערמעגליכן אז די פאלעסטינער זאלן ווערן אנערקענט אלס אן אייגן לאנד. די יערליכע גענעראל פארזאמלונג פון וועלט פירער אינעם יו. ען. הייבט זיך אן סעפטעמבער 20.

אום שבת האט דער אויסערן מיניסטער געזאגט אז טורקיי וועט זוכן צו שטערן מדינת ישראל'ס עזה בלאקאדע אינעם אינטערנאציאנאלען געריכט אין דעם האג, האלאנד.

אמעריקע האט אנגעדייטעט אז אויב די פראגע פון א פאלעסטינער היימלאנד וועט קומען צו אן אפשטימונג וועט זי עס מיט איר וועטא כח בטל מאכן סיידן אז א שלום אפמאך וועט ווערן אויסגעהאמערט צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער.

די פאלעסטינער האפן אז אן אפשטימונג לטובתם אינעם יו. ען. וועט לייגן א שטארקן דרוק אויף מדינת ישראל זיך ארויסצוציען פון די איינגענומענע שטחים.

אום מאנטאג, אלס תוצאה פון די קריגערישע געשעענישן, זענען אין די לופטפעלדער פון מדינת ישראל און אין טורקיי פארגעקומען קעגנזייטיגע נקמה אקטן. ישראלי'שע פאסאזשירן אין טורקיי'ס לופטפעלדער האבן געזאגט אז זיי זענען געווארן געטשעפעט מאנטאג אינעם איסטאנבול לופטפעלד. טורקישע באזוכער אין מדינת ישראל זאגן אז זיי האבן געהאט צו ליידן ענליכע באהאנדלונגען אינעם תל אביב'ער לופטפעלד.

א באאמטער אין טורקיי האט געזאגט אז טערקן וועלכע זענען צוריקגעפלויגן פון מדינת ישראל קיין טורקיי האבן געלאזט הערן זייערע וויי געשרייען אז זיי ווערן שלעכט באהאנדלט אין לופטפעלד. דאס האט געפירט אז טערקישע לופטפעלד באאמטע זאלן נקמה נעמען אין ישראלי'שע בירגער. ווי ער זאגט איז די נקמה בלויז באשטאנען פון נעמען שטרענגערע זיכערהייט מאסנאמען קעגן ישראלי'שע בירגער.

דער באאמטער זאגט אז די פאליציי האבן שטרענגער באקוקט די ישראלי'שע פאספארטן און צוגאב וואס זיי האבן דאס געטאן זייער לאנגזאם. אויך האט ער געזאגט אז די פאליציי האבן גענומען די שריט אויף די אייגענע האנט אן באקומען פארארדענונגען פון די העכערע פענסטערס.

דער באאמטער האט גערעדט אן ארויסגעבן זיין נאמען. אין טורקיי מוזן די באאמטע באקומען רשות פאר זיי קענען רעדן מיט זשורנאליסטן.

די ערשטע באריכטן זענען קודם געקומען פון טורקיי ווען די נייעס האט באריכטעט אז פאסאזשירן אויף א טערקישן פליגער זענען געווארן אויסגעקליבן דורכצוגיין עקסטערע שווערע אונטערזוכונגען און חקירות אין תל אביב.

א טערקישער טור־גייד וועלכער איז געווען אויפ'ן פליגער דערציילט פאר די אסאשיעיטעד פרעס אז די באריכטן איבער די שווערע באהאנדלונגען זענען איבערגעטריבן.

דער פליגער האט צוליב א נויטפאל – ווען איינע פון די פאסאזשירן האט אנגעהויבן זיך שפירן שלעכט – געדארפט לאנדן אין מיטללאנדישן שטאט, אנטאליע. דארט האט אויסגעבראכן א געפעכט צווישן א טערקישער איד און א טערקישער מוסולמענער. דער טערקישער איד האט פרובירט מסביר זיין פאר'ן מוסולמענער אז די חקירות ודרישות זענען זייער וויכטיג. די פאליציי האט זיך אריינגעמישט צו ענדיגן דעם געפעכט.

שפעטער מאנטאג האבן צענדליגער ישראלים באריכטעט גענוי די זעלבע מיטמאכענישן אין טערקישע לופטפעלדער. מען האט פון זיי אוועקגענומען די פאספארטן, מען האט זיי געהאלטן פארשפארט אין טונקעלע צימערן בשעת באאמטע וועלכע האבן גערעדט בלויז טערקיש האבן זיי אויסגעפרעגט. מינוטן איידער דער פליגער האט זיך געהויבן האט מען זיי געלאזט ארויפגיין אויף איר.

דער דירעקטאר פונעם טערקישן לופטפעלד האט געלייקנט אז די ישראלים זאלן האבן באקומען שלעכטע באהאנדלונגען. ער האט אבער צוגעלייגט אז זיי באגייען זיך מיט ישראלים גענוי די זעלבע ווי די ישראלים באגייען זיך מיט די טערקן. ס'איז אן אויג פאר אן אויג.
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

תגובה דורך א טענצל! »

דאס מיינט ריכטיגע 'בעלי גאה' איין קיין טראפ שכל.

זעהסט דאך אז ביסט איזאלירט כמעט אינעם גאנצן ראיאן! כמעט נישט קיין שום פריינדליך לאנד אין געגענט!, מיטן (כמעט) לעצטן איבערגעבליבענעם פריינט ברויכסטו זיך אויך צוקריגן?... און אלעס פאר די ביסעלע גאוה און חוצפה זיך נישט צו קענען אנטשולדיגן.
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובה דורך שאלת_חכם »

דער טערקישער פרעמיער סטראשעט אז ער וועט גיין באזוכן עזה אויב מדינת ישראל וועט זיך נישט ברעכן
שאלת חכם חצי נחמה
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובה דורך דעפרעסט »

יישר כח מיסטער בי רב פאר דיין הפלא'דיגער סך הכל פון די נייעס, זייער א געלונגענער סך הכל פון אלעס ארום, קיפ אפ יאר גרעיט ווארק!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובה דורך אויפריכטיג »

דעפרעסט האט געשריבן:יישר כח מיסטער בי רב פאר דיין הפלא'דיגער סך הכל פון די נייעס, זייער א געלונגענער סך הכל פון אלעס ארום, קיפ אפ יאר גרעיט ווארק!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

בר בי רב. יישר כח!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובה דורך פעדער »

צייטליך האט געשריבן:בר בי רב. יישר כח!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובה דורך moshele11211 »

צייטליך האט געשריבן:בר בי רב. יישר כח!
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובה דורך משנה מקום »

געלעגער האט געשריבן:זיי דערלייגן זייער אסאך פארן נישט זאגן די ווארט "סארי"

the problem is not the word sorry because if they say the sorry that means that they take the responsibility which is a problem
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ייש"כ בר בי רב פאר דיין הערליכן באריכט.
משנה מקום האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:זיי דערלייגן זייער אסאך פארן נישט זאגן די ווארט "סארי"

the problem is not the word sorry because if they say the sorry that means that they take the responsibility which is a problem

זיך אנטשולדיגן מיינט נעמען די שולד אויף זיך?

מ'דארף אבער זיין משוגע ווי א טערק אזוי זיך צו טוען צו מאכן פון א נארישע שב ואל תעשה, ביזן איבעררייסן אלע דיפלאמאטישע כללים, עפנטליך סטראשען נקמה וכדומה.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:מ'דארף אבער זיין משוגע ווי א טערק אזוי זיך צו טוען צו מאכן פון א נארישע שב ואל תעשה, ביזן איבעררייסן אלע דיפלאמאטישע כללים, עפנטליך סטראשען נקמה וכדומה.

ווען די טערקן וואלט דאס געטאן וואלט איך געזאגט אז זיי דארפן צו זיין "משוגע ווי די איזרעליס" דאס צו טאן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

אוועטאר
פידעלע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 27, 2011 4:40 pm

תגובה דורך פידעלע »

די מצב זעט נישט אויס גיט, אין טבע איז אבאמא שולדיג אויף אלעם, טערקיי ווייסט ער קעו טון וואס ער וויל, אין דעס וואס ער האט זיך פארטראגן מיט אים ביז יעצט איז נישט ווייל ער איז צוגאנגען פאר ליבשאפט פאר מדינת ישראל נאר האט ער געוויסט אז די פאראייניגטע שטאטן מיט איזריעל איז איינס, יו דארף מען רחמים..
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

מדינת ישראל האט היינט עוועקיואירט זייער אמבאסאדע אין ירדן צוליב זארג פאר די איינגעשטעלטע נאך וואס ראדיקאלע גרופעס האבן גערופן פאר פראטעסטן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובה דורך בר בי רב »

דער באב טורנער געווינס און מדינת ישראל -- ניו יארק טיימס עדיטאריעל -- פרייע איבערזעצונג

אסאך האבן געלאזט הערן פארשידענע סברות פארוואס א פארהעלטניסמעסיג-אומבאקאנטער רעפובליקאנער ביזנעסמאן, באב טורנער, האט דינסטאג געוואונען די וואלן אין א געגנט וואס האט על פי רוב געשטימט דעמאקראטיש. איין סברה זאגט אז די סבה איז די שוואכע עקאנאמיע. טייל וויילער זענען אויך געווען אויפגעברויזט אז דער קעגנער דוד וועפרין האט געשטימט אין אלבאני אז די ח"ת זאלן ווערן מותר אין ניו יארק. דאס איז דער היפוך פון די פרינציפן פונעם חרדי'שע אידנטום.

טייל אנאליסטן – אריינגערעכנט רעפובליקאנער וואס זוכן אויסצונוצן די וואלן פאר זייערע אגענדעס – צייגן אן אז דער געווינס ווייזט אז דער פאלק איז נישט צופרידן מיט פרעזידענט אבאמא'ס צוגאנג צו מדינת ישראל. אום מיטוואך האט דער ישראלי'שער צייטונג 'הארץ' געשריבן אין אן ארטיקל אז "אין פאליטיק ווענדט זיך אלעס וויאזוי זאכן זעען אויס אויבערפלעכליך", און אז דער דעמאקראטישער פארלוסט "וועט ווערן באטראכט – ווי דער געוועזענער מעיאר עד קאטש האט געזאגט – 'ווי א מעסעדזש צו פרעזידענט אבאמא אז ער קען נישט ווארפן מדינת ישראל איבער'ן דראנג אן באצאלן דערפאר א טייערן פרייז' ".

אבער אבאמא האט בכלל נישט שלעכטס געטאן פאר מדינת ישראל; זיין שטיצע פאר מדינת ישראל איז כסדר געווען א שטארקע, און מיר האבן מורא אז בנימין נתניהו, דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, וועט אויסטייטשן די וואלן-אויסגאנג ווי נאך א סבה פארוואס נישט צו פאלגן דעם פרעזידענט און וועט זיך אנטזאגן פון קומען צו פשרות מיט די פאלעסטינער, כאטשיג דאס איז זייער וויכטיג פאר מדינת ישראל'ס אייגענער זיכערהייט.

עד קאטש האט חוזק געמאכט פון אבאמא ווען ער האט געמוטיגט די וויילער אז זיי זאלן שטימען פאר'ן רעפובליקאנער קאנדידאט כדי צו באשטראפן דעם פרעזידענט פאר'ן זאגן אז יעדער שלום-אפמאך קען נאר ווערן אויסגעהאמערט אויב מדינת ישראל וועט צוריקגיין צו די גרעניצן פון בעפאר 67'. אבער דער באדינג האבן אלע פרעזידענטן פארלאנגט אין די לעצטע צען יאר. און נתניהו האט אפילו געלאזט פאלן ווערטער אז ער איז מסכים דערצו.

אבאמא האט נישט געהאנדלט זייער מייסטערהאפטיג מיט די פאלעסטינער-מדינת ישראל נושא. די פאלעסטינער האבן געווארט צו לאנג אנצוהייבן זייערע פארהאנדלונגען און אראבישע פירער האבן גארנישט געטאן אויף די אייגענע האנט צו פארזיכערן מדינת ישראל אז זיי מיינען עס אמת'דיג. אבער נתניהו איז דער גרעסטער עקשן. ער האט ווייטער געבויט אין די שטחים און האט אנגעלייגט די שולד – פארוואס זאכן רוקן זיך נישט פאראויס – אויף זיין קאנסערוואטיווע קאאליציע. מיט די שטיצע פון רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האט ער פרובירט צו פארשעמען דעם פרעזידענט – דאס מין אויפפירונג איז א חידוש פון איינעם וואס איז אזא נאנטער פריינט און קען בלויז שאטן זיין לאנד'ס אינטערעסן.

אבאמא האט כסדר באשטעטיגט זיין שטיצע פאר מדינת ישראל. ער האט נישט בלויז גערעדט נאר ער האט אויך מקיים געווען. ער האט ארויפגעלייגט הארבע סאנקציעס קעגן איראן, אסאך מער ווי פרעזידענט בוש. די זיכערהייטס צוזאמענארבעט מיט מדינת ישראל איז שטארק, אריינגערעכנט פארשנעלערן דאס בויען א מדינת ישראל מיסיל דעפענס סיסטעם. די אדמיניסטראציע האט געלייגט דרוק אויף עגיפטן פארגאנגענע וואך אז זי זאל באשיצן ישראלי'שע דיפלאמאטן אין קאירא און זי האט אויך געהאלטן אינמיטן קומען צו א פארהאנדלונג וואס זאלן לייכטער מאכן די אנגעשטרענגטע באציאונגען צווישן מדינת ישראל אין טורקיי. ביים סוף האט אבער מדינת ישראל צוריקגעוויזן די פארהאנדלונגען.

און אצינד לייגט אבאמא אין געפאר זיינע באציאונגען מיט די אראבישע וועלט מיט'ן פארשפרעכן צו בטל מאכן די אפשטימונג פון א פאלעסטינער שטאט אין די יו. ען. דער פרעזידענט האלט אז די פאלעסטינער מעגן האבן אן אייגן לאנד זייט ביי זייט מיט מדינת ישראל אבער דאס קען נאר קומען דורך געמיינזאמע פארהאנדלונגען.

אמעריקאנער דיפלאמאטן פרובירן משפיע זיין אויף זייערע אליאירטע אז אן אפשטימונג אינעם יו. ען. וועט פאר זיי אויך קאסטן טייער איינמאל די יובילירייען וועלן אויסוועפן אינעם וועסט באנק און עס וועט קלאר ווערן אז גארנישט האט זיך געטוישט. אמעריקע האפט אז מען וועט קענען באנייען די פארהאנדלונגען מיט די פאלעסטינער. די פארהאנדלונגען וועלן אבער דארפן גאראנטירן זיכערהייט פאר מדינת ישראל און אן אייגן שטאט פאר די פאלעסטינער.

נתניהו דארף זיין באזארגט אז זיין לאנד ווערט מער און מער איזאלירט. די איזאלירונג וועט נאר שארפער ווערן ביז ביידע וועלן זיך נאכאמאל זעצן צום פארהאנדלונגס טיש.

א שטימע אין ניו יארק וועלכער ווערט אויסגעטייטשט ווי א שטימע קעגן אבאמא איז נישט קיין שום טובה פאר מדינת ישראל.
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

יישר כח!!!!!!!!

שיין און קלאר אז עס איז א געשמאק צו ליינען
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

הערליכע ארבעט מר. בר בי רב, א דאנק
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

א הערצליכן דאנק הרב בר בי רב פאר דיין ארבעט שלא עמלק"פ.

זאל דיר די זכות ביישטיין.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובה דורך ריק פערי »

יש"כ אויף די ארטיקל, און בכלל פאר אלע דיינע באשרייבונגען, הערליך שיין און קלאר, קיפ איט דואינג.

פון די אנדערע זייט רייסט ביים הארץ די חציפות פון די בעלי גאוה, וואס יעדער פארשטייט פארשטייען זיי נישט.

דרך אגב, וואס שרייבן אנדערע צייטונגען?
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובה דורך בר בי רב »

ריק פערי האט געשריבן:דרך אגב, וואס שרייבן אנדערע צייטונגען?


הכל מודים אז דער אויסגאנג איז א קלאפ פאר אבאמא אי פאר'ן אנגעבליך נישט שטיצן מדינת ישראל אי צוליב'ן שוואכן עקאנאמיע.

די דעמאקראטן זענען יעצט גאנץ נערוועז ווי מען קען זען פון די אלע פארעפנטליכע סטעיטמענטס.

דער עדיטאריעל וויל נאר זאגן אז מדינת ישראל האט זיך נישט מיט וואס צו פרייען.
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com
די_אמת
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2011 2:16 pm

מדינת ישראל גרייט זיך צו באמבאדירן איראן!!!

תגובה דורך די_אמת »

תושב בלומינגבורג יצ"ו
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

תגובה דורך ניק ניק »

שלום אליכם "די אמת" מאכט אייך באקוועם נעמט א ווארעמע טיי, און געטס א פיקס צו אביסל דעם לינק, און פארציילט אביסל מער אויב מעגלעך. יישר כח.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

תגובה דורך בחורהזעצער »

פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”