מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובה דורך לעכטיגער »

ס'איז אלס געווען קענטיג אז זיין אנטי מדנ"י/פרא פאלעסטינער שטעלונג האט קנאפ צוטאן מיט שיטת היהדות החרדית ובראשם מרן מסאטמאר זצוק"ל וכמבואר בספרו הקדוש ויואל משה. נאר כ'האב געמיינט אז ווי מאנכע, מחמת התנגדות למדינה באקומט מען אזא לינקע פרא פאלעסטינע צוגאנג.
דערווייל זעה איך אז ס'איז עפעס אנדערש אינגאנצען. ס'איז פשוט פרא פי. על. או.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך רעד נישט פון די שאדן וואס די עטליכע טעראריסטן קענען אנמאכן (כאטש ווען מדנ"י באפרייט הונדערטער כאמאס ארעסטאנטן איז דאס דירעקט יא א וויכטיגע פראגע). איך באציה זיך צו די פאליטישע בענעפיט וואס דאס געט פאר כאמאס.
עס איז קלאר אז ווען פאלעסטינער וואס זענען געזיצן לאנגע יארן אין מדנ"י טורמעס ווערן באפרייט אין אן אפמאך מיט כאמאס, שטארקט דאס זייער שטארק, פאליטיש, די טעראר גרופע.


זיי זענען גענוג שטארק פאליטיש אזוי אויך.
פאליטיש מאכט זיי ווינציגער קענען טון ווילדע שטיק
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

תגובה דורך פטיש »

די האנדלונג דא איז אויף זעכציג ארעסטירטע וואס מהאט שוין ארויסגעלאזט ביי די 'עסקת שליט' ווען מהאט ארויסגעאזט איבער טויזענט ארעסטאנטן פאר די זעלנער גלעד שליט, אבער די אפמאך איז געווען אז זיי גייען נישט ווייטער טוהן אין טעראר,
און די אלע האט מען נאכאמאל איינגעזעצט קען זיין נאר כדי ארויס צולאזן די טויטע זעלנער מיט אברה מנגיסטו :wink:
(דער מנגיסטו איז נישט קיין זעלנער נאר א יודיש קינד וואס איז נישט אינגאנצן.. און איז אליינס אריבער קיין עזה דורך די ים)
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובה דורך יואב בן צרויה »

א באריכט פון ידיעות אחרונות פארציילט אז אמעריקאנע שפיאנזש באאמטע האבן איבערגעגעבן פאר זייערע קאלעגעס אין מדנ״י נישט מיטצוטיילן סענסיטיווע אינפארמאציע מיט די טראמפ רעגירונג. לויט די באריכט האבן די באאמטע מורא אז פוטין האט סחורה קעגן טראמפ מיט וואס ער קען אים בלעקמעילן און די אינפארמאציע קען זיך דעריבער ענדיגן אין די הענט פון די רוסן וועלכע טיילן שפיאנזש אינפארמאציע מיט איראן.

לינדזי גרעהעם אינאיינעם מיט טעד קרוז גייען היינט פארשטעלן א ביל וואס וועט אוועקנעמען אמעריקאנע פאנדינג פון די יו ען ווילאנג די אנטי מדנ״י רעזאלוציע וואס איז באשטעטיגט געווארן עטליכע וואכן צוריק ווערט נישט צוריקגעצויגן פון.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

מאכט נישט קיין סענס פאר אפאר סיבות חוץ טאמער דער וואס האט געזאגט אז עס איז דא חברה אין די CIA וואס שטעלען אינטער פיסלעך פאר טראמפ
סאו די CIA גייט אים אויך נישט געבען קיין סענסעטיוו אינפאו?
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובה דורך ס'שטימט »

יואב בן צרויה האט געשריבן:לינדזי גרעהעם אינאיינעם מיט טעד קרוז גייען היינט פארשטעלן א ביל וואס וועט אוועקנעמען אמעריקאנע פאנדינג פון די יו ען ווילאנג די אנטי מדנ״י רעזאלוציע וואס איז באשטעטיגט געווארן עטליכע וואכן צוריק ווערט נישט צוריקגעצויגן פון.


אינטערסאנט, וואס האט לינזי גרעם מיט מדנ''י??
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

תגובה דורך יהודי »

א געריכט אין אמעריקע האט געאורטיילט איראן צו באצאהלן$178,000,000 פאר די משפחה פון דאס קינד זיסל ברוין וואס איז געהארגעט געווארן אין א טעראר אטאקע אין ירושלים אין 2014
א פשוטע איד.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

דזעימס מעטיס וואס טראמפ האט אויסגעקליבן פאר די סעקאטערי אףף סטעיט פאזיציע האט היינט ביי די פארהער אין סענאט דערקלערט אז תל אביב איז די הויפט שטאט אין מדנ"י און נישט ירושלים.(שומי שמים).
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובה דורך עקבי הצאן »

געקלערט האט געשריבן:דזעימס מעטיס וואס טראמפ האט אויסגעקליבן פאר די סעקאטערי אףף סטעיט פאזיציע האט היינט ביי די פארהער אין סענאט דערקלערט אז תל אביב איז די הויפט שטאט אין מדנ"י און נישט ירושלים.(שומי שמים).

:?: :?: :?:
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

Capital of Israel is Tel Aviv, says Trump's Pentagon pick Mattis
Retired Marine general James Mattis tells congressional committee he thinks Israel needs improved relations with Arab neighbors to retain qualitative military edge.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך רעד נישט פון די שאדן וואס די עטליכע טעראריסטן קענען אנמאכן (כאטש ווען מדנ"י באפרייט הונדערטער כאמאס ארעסטאנטן איז דאס דירעקט יא א וויכטיגע פראגע). איך באציה זיך צו די פאליטישע בענעפיט וואס דאס געט פאר כאמאס.
עס איז קלאר אז ווען פאלעסטינער וואס זענען געזיצן לאנגע יארן אין מדנ"י טורמעס ווערן באפרייט אין אן אפמאך מיט כאמאס, שטארקט דאס זייער שטארק, פאליטיש, די טעראר גרופע.
די דיעל דארף צו זיין אז אלע ארעסטאנטן וואס מדנ"י גייט באפרייען מעגן מער נישט פארבלייבן אין מדנ"י נאר דארפן גיין צו קאטאר אדער אנדערע אזעלכע לענדער, ס'דארף צו הייסן אז מדנ"י איז נאר מסכום אויפן הסכם נאר מיט די תנאי, אבער ביז דערווייל איז כאמאס נישט גרייט אויף די תנאי.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

להודיע האט געשריבן:Capital of Israel is Tel Aviv, says Trump's Pentagon pick Mattis
Retired Marine general James Mattis tells congressional committee he thinks Israel needs improved relations with Arab neighbors to retain qualitative military edge.

דער דזעימס מעטיס האט זיך שוין אפגערעדט 2013 אויף וואלף בליצער'ס שאו אויף סי ען ען, אז אמעריקא'ס פאליסיס האבן צו סאך איינפלוס פון איין קליינעם לענדל אינעם מיטל מזרח מדנ"י, אויפן זעלבן אינטערוויו האט ער אנגעריפן מדנ"י אן אפאטרהייד.
לעצט פארראכטן דורך געקלערט אום דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 3:10 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

געקלערט האט געשריבן:דזעימס מעטיס וואס טראמפ האט אויסגעקליבן פאר די סעקאטערי אףף סטעיט פאזיציע האט היינט ביי די פארהער אין סענאט דערקלערט אז תל אביב איז די הויפט שטאט אין מדנ"י און נישט ירושלים.(שומי שמים).

נישט אינגאנצן אזוי.

כ'האב פונקט דעמאלטס זיך צוגעהערט צו די הירינג. ער האט געדרייט מיט די צינג, און זיך ארויס געדרייט פון ענטפערן געהעריג.
לעצט פארראכטן דורך זאכליך אום דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 7:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

WASHINGTON — President-elect Donald Trump’s nominee to head the Pentagon said Thursday that the United States should continue treating Tel Aviv as Israel’s capitol, breaking with Republican members of Congress and indications the incoming president could fulfill his campaign pledge to move the US embassy to Jerusalem.

Asked during his confirmation hearing with the Senate Armed Services Committee if he supported the embassy’s relocation, retired Marine Corps general James “Mad Dog” Mattis said, “Right now I stick with the current US policy.”


Facing an hours-long session of questions from senators, he emphasized that “the capital of Israel is Tel Aviv” because, he said, “that’s where all the government peole
are.”
.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

תגובה דורך נו שוין »

און מדנ"י האט באקומען א שטויס פון ארונטער! (קרעדיט: קריאת מגילה אין בודאפעסט)
אטעטשמענטס
IMG_20170112_183524.jpg
#בשיטה נישט
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

א סיריה'שע מיליטערישע באזע אין דמשק איז יעצט העפטיג באמבעדירט געווארן דורך די איזרעילי מיליטער, באריכטן געבן אן אז די אמערדזענסי אגענטורן יאגן זיך צום צענע.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

באריכטן געבן איבער אז מ'האט ביזדערווייל געטראפן אכט אומגעקומענע אריינגערעכנט הויכראנגיגע אפיצירן.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

געוויסע באריכטן(שטענעל 2) אין די איזרעילי מידיע ווייסן צו דערציילן אז די ווייסע הויז גייט מארגן מעלדן אפיציעל אז די אמעריקאנער אמבעסאדער וועט מופן קיין ירושלים, א שריט וואס קען גאר אויפלאקערן די מצב אין מדנ"י ה"י, אפי' אזוי וועט א פאקטישע אריבעציאונג נישט אזוי שנעל געשעהן נאר ס'וועט נאך נעמען צייט.
לעצט פארראכטן דורך געקלערט אום זונטאג יאנואר 22, 2017 11:03 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

די מדנ"י גאווערמענט האט היינט געגעבן פערמיטס צו בויען 566 נייע דירות אין מזרח ירושלים.
לעצט פארראכטן דורך געקלערט אום זונטאג יאנואר 22, 2017 11:01 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

ביבי נתניהו וועט היינט רעדן צו טראמפ דורכ'ן טעלאפון, בעיקר וועגן די איראנער געפאר.
אוועטאר
דער וואוילער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:30 pm

תגובה דורך דער וואוילער »

יעצט געזעהן אז ביבי נתניהו האט יעצט גערעדט צו די איראנער פאלק אין געזאגט אז אינז זענען ענקער פריינד אין אינז האבען א פראבלעם אז די איראנער פאליסיס ווילען אינז אויסמעקן
ווייסט איינער וואס איז פשט
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8636
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובה דורך סראלי »

.
אטעטשמענטס
IMG_2046.JPG
ישראל אשר בך אתפאר
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובה דורך טאנץ 2 »

דער וואוילער האט געשריבן:יעצט געזעהן אז ביבי נתניהו האט יעצט גערעדט צו די איראנער פאלק אין געזאגט אז אינז זענען ענקער פריינד אין אינז האבען א פראבלעם אז די איראנער פאליסיס ווילען אינז אויסמעקן
ווייסט איינער וואס איז פשט


אז מען האלט שוין אינמיטן די פראסעס פון מבטל זיין דער דיעל
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

ווייסע הויז ווארטזאגער שאן ספייסער האט יעצט קלאר געמאכט, אז דאס ריקן די אמבעסאדע פון תל אביב קיין ירושלים איז נאך אין די ערשטע שטאפלען געשפרעכן פון אדורך פירן די שריט, דאס קימט נאכדעם וואס ס'האבן זיך היינט ארימגעדריידט שמיעות אז טראמפ פלאנט מארגן צו מעלדן אז ער וועט ריקן די אמבעסאדע קיין ירושלים.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

ביבי נתניהו האט יעצט געמאלדן אז בקרוב גייט קימען מעלדונג'ן איבער פרישע גערויסע בוי פריעקטן אין די מערב ברעג.
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”