מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

תגובה דורך פטיש »

איך זעה אז די עולם האלט שיין מיט, מ'דארף נאר איינער וואס זאל ארויף ברענגן די ראשי פרקים און די פינקטליכע דיטעילס שווימען שוין אליינס אריין
עמיר זיך נעמען צום נעקסטע נייעסל וואס טוט זיך אפ די לעצטע פאר וואכן אין מדנ"י - דאס איז גאר נישט אזא קליינס - ווען וועלט איז וועלט וואלט די וועלט גערעשט נאך אזא געשיכטע נאר.. די וועלט איז נישט וועלט.
דריי וואכן צוריק האט מען איינגעזעצט א חבר כנסת אין מדנ"י פין די אראבישע פארטיי בל"ד מיט נאמען 'באסל גטאס' נאך וואס מ'האט איהם געכאפט אריינשמוגלען אין טורמע 'קציעות' 12 סעלפאונס פאר א ארכי טעראריסט 'וליד דקה' וואס האט געהארגעט די זעלנער 'משה תמם' אין יאהר 1984 און איז פאראורטיילט געווארן מיט 37 יאהר אין טורמע, אזוי אויכט האט ער איבערגעגעבן צעטלעך געשריבן אויף א באהאלטענע שפראך פאר די טעראריסט 'באסל ביזרה' וואס איז פאראורטיילט געווארן אויף 15 יאהר אין טורמע.
צום שב"כ איז אנגעקומען ידיעות אז דער חבר כנסת שמוגעלט אריין פאר טעראריסטן וואס שמאכטן אפ אין מדנ"י טורמעס דברים אסורים, ווי אזוי גייט דאס צו, די אלע וואס זיצען אין טורמע וועגן טעראר מעג נאר די משפחה זיי באזיכן איינמאל א חודש בערך, אבער די חברי כנסת האבן א אויסנאם ווייל קלאמפיש זארגן זיי זיך זיך פאר די אראבערס אינערהאלב מדנ"י זיכער צו מאכן אז ספעלט זיי גארנישט, און היות אז זיי האבן א חסינות און מ'מעג זיי נישט אפהאלטן אדער אויסטשעקן בשעתן אריין גיין אין טורמע קענען זיי מיט נעמען מיט זיך וואס זיי ווילן למשל אפילו א גאן.
וויסענדיג דאס האט די שב"כ אריינגעלייגט אין די צימער ווי ער טרעפט זיך מיט די טעראריסטן קעמרעס און ריקארדעס אויפצוכאפן אלס וואס ער טוט, וכך הוה ער האט איינגעגעבן אז ער וויל קימען באזיכן און מהאט איהם אריינגעלאזט (אגב, א שטיק צייט האבן זיי מער נישט אריינגעלאזט קיין אראבישע חברי כנסת וויסענדיג אז עפעס טויג נישט און לעצטענס טרעפט מען ביי זיי צופיהל שעדליכע כלים, אבער יעצט וויסענדיג אז ער דארף דאס איבער געבן האט מען איהם אריינגעלאזט, און ווייזט אויס אז ער האט נישט באמערקט אז זיינע חברים לאזט מען שוין נישט אריין קרוב צו א האלבע יאהר) דורכגייענדיג די טשעק פוינט האט געפיפן, האט ער געזאגט אז דאס איז זיין פאסיג, אבער ווען די וועכטער האט איהם עס געהייסן אויסטוהן און נאכאמאל אריינגיין האט ער געוויזן זיין חסינות זייענדיג א חבר כנסת און מקען איהן נישט צווינגען, און מהאט איהם טאקע אריינגעלאזט, זייענדיג אינעווייניג זענען געזעצן אויף א צווייטע פלאץ די טורמע איינגעשטעלע צוזאמען מיט די שב"כ מיטהאלטענדיג לייוו ווי ער נעמט ארויס פין זיין מאנטל פיר גרויסע ענוועלאופס וואס אינעווייניג זענען געווען די סעלפאונס און ער געבט עס איבער, אזוי אויכט האט ער איבער געגעבן פאר די צווייטע טעראריסט באסל ביזרה די באהאלטענע צעטלעך, ארויסגייענדיג האט מען איהם שוין אפגעווארט פרעגנדיג וואס ער האט איבערגעגעבן אבער ער האט אלס געלייקנט שטיין און ביין, און ווידער איהם איינזעצן האט מען איהן נישט געקענט ווייל ער האט געוויזן זיין חסינות און מ'מעג איהם נישט איינזעצן און ער איז אוועק געגאנגען.
פינעם צווייטן זייט, אין טורמע, פארשטייט זיך האט מען גלייך צוגענומען די צעטלעך און סעלפאונס פין די טעראריסטן און מהאט זיי אויסגעפארשט.
א טאג דערנאך האט דער יועץ משפטי פין די ממשלה – וואס ער איז דער וואס געבט רשות חוקר צו זיין אדער איינצוזעצן אדער אראפ צו נעמען חסינות – געלאזט חוקר זיין, אזוי אויכט האט ער ארויס געגעבן פאר די עירפארטס א 'צו עיכוב' אז ער מעג נישט אנטלויפן (אגב זיין קאזין 'עזמי בשארה' דער וואס האט אויפגעשטעלט די פארטיי בל"ד איז אנטלאפן פין מדנ"י נאך ווען מאיז געוואיר געווארן אז ער האט אנטפלעקט סודות מדינה בשעת מלחמת לבנון), אויפן וועג צום חקירה און אזוי אויכט אנפאנג האט ער ווייטער געלייקנט אז ער האט גארנישט איבער געגעבן און מ'רודפט איהם ווייל ער איז פין די אראבישע מפלגה, אבער ווייזענדיג איהם די וידיאו ווי מזעהט אויף טריט אין שריט פונקטליך ווי ער געבט עס איבער האט ער נישט געהאט קיין צוויי ברירות נאר מודה זיין, האלטענדיג זיך מיט די טענה אז ער האט באקומען די ענוועלאופס נישט וויסענדיג וואס איז די אינהאלט.
אזוי אויכט האט ער נישט געוואלט מגלה זיין ווער האט איהם דאס איבערגעגעבן, אבער מ'האט נישט געדארפט צוקומען צו זיינע טובות ווייל די שב"כ האט דאס שוין פאראויס געוויסט ווער דאס איז און מהאט איהם איינגעזעצט דאס איז געווען די ברידער פין די טעראריסט וליד דקה.
אבער די פאליציי האט געבעטן אז מזאל איהם האלטן אינטער ארעסט ביז מפאר'משפט איהם כדי ער זאל נישט קענען שטערן די אויספארשונג, די שופטים האבן צוויי מאהל אנגענומען די בקשות ביז היינט וואס ער איז באפרייט געווארן.
אזוי אויכט האט די יועץ משפטי איבערגעגעבן היינט אז מ'האט שוין צאמגענומען געניג ראיות אויף צו פאראורטיילן און אז בקרוב וועט מען דאס אריינברענגן אין בית משפט.
א אינטרסאנטע זאך וואס איז געווען א גרויסע רעדע איז, אז די גאנצע צייט איז ער נאך אלס א חבר כנסת און מקען איהם נישט צוריק האלטן פין קימען אין די כנסת המינים וועלן אזוי ווי די חוק ערלויבט איהם אזוי איז טאקע געווען אז די תקופה וואס ער איז געווען אין דערהיים ארעסט איז ער געקומען מיט פאליציי ביזן טיר פין די כנסת וואס פין דארט האט ער זיך ארומגעדרייט פראנק און פריי אבער צופיל האט ער נישט געהאט וואס צו טוהן ווייל מהאט איהם אויסגעטשעקט זיין אפיס אין די כנסת און מחרים געווען זיין קאמפיוטער אין פיל צעטלעך.
אזוי אויכט האבן די חברי הכנסת איהם געוואלט ארויסשטעלן פין די כנסת ניצענדיג די געזעץ וואס איז אריבער לעצטענס אז טאמער זיבעציג חברי כנסת חתמנען אז מדארף איינעם ארויסשטעלן קען מען דאס טוהן, הגם ס'איז א שווערע פראצעדור, אבער מאיז נישט צוגעקומען צו דעם ווייל די אלע לינקע פארטייען האבן פארשטייצעך זיך ארויס געשטעלט אנטקעגן דעם און אין די קאליציע איז נישט דא גענוג חברי כנסת דערצו.
נאר אזויפיהל יא, אז די ועדת אטיקה פין די כנסת האט מחליט געווען אז ער קען זיך נישט משתתף זיין משך א האלבע יאהר ביי די אלע זיצינגען און ער מעג נאר אריינקומען צו שטימען, אזוי אויכט האבן זיי געוואלט צו נעמען זיין געהאלט אבער דאס האבן זיי נישט געקענט אויספירן ווייל די אראבישע נציג וואס זיצט דארט אין די וועדה האט נישט מיטגעשטימט און דאס קען מען נאר אויספיהרן ווען אלע שטימען צוזאמען.
א חלק פין די חברי המפלגה פין די אראבערס זענען ארויס מיט א קלארע שטימע אנקעגן זיין אויפפירונג, און אנדערע שטייען איהם גאר צו די האנט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובה דורך יש ברירה »

וואס ס'טועט זיך נישט אלץ אפ אין דעם קליינעם מאדנע מדינה :P

שכח פארן באריכט
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

א פיצאלע (מיט די ירושלימער אקצענט) מדינה מיט ריזיגע נייעס.

וואס איז די טענה פון די וואס נעמען זיך אן פאר אים?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

תגובה דורך פטיש »

ער טענהט אז ער האט גארנישט געוויסט וואס איז דא אינעווייניג
און ער האט עס ארייגענומען פאר הומאנישע סיבות און ממילא איז עס נישט א עבירה אויף בטחון המדינה
און די מדינה טענהט אז מיט דעם טוען די טעראריסטן דורך פירן אטאקעס און איבער געבן אנווייזונגען פאר זייערע נאכפאלגערס
און די חברים זיינע טענהן אז וואס סזאל נאר זיין דארף מען זיך אויפפירן מיט איהם מענטשליך און נישט האלטן אין ארעסט ביזן קאורט
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

תגובה דורך פטיש »

יעצט ארויס א וידיאו ווי אזוי ער געבט עס איבער, מאכט זיכער די טיר איז פארמאכט און קיינער קיקט נישט אריין פין פענסטער
http://www.jdn.co.il/news/israel/787421
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

wow!!

דא, פאר די משומרים.
https://www.dropbox.com/s/n47czegzw9k58hd/
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח פטיש פאר די שיינע לענגערע באריכט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

קיין ווערטער, אומגלויבליך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובה דורך ס'שטימט »

שכח @פטיש, שטארק הנאה געהאט.
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

עיפאק האט געליטן א היבשע פלאפ היינט אין קאנגרעס.

נאכן שטיפן ארויפצוברענגען רעזאלוציעס צו פארדאמען די יו ען רעזאלוציע האט מען עס היינט אויפגעברענגט פאר דעבאטע אין קאנגרעס. למעשה -כאטש די ערווארטעטע מערהייט קריטיקירער פארן יו ען רעזאלוציע- האבן א ריזיגע צאל קאנגרעסלייט שארף ארויסגעטרעטן קעגן די סעטעלמענטס.

די שטיצער פונעם צוויי שטאטן שלום פלאן האבן בעסיקלי באקומען א פלאטפארמע פאר זייערע טענות. ארגאנאזאציעס ווי זשעי סטריט און ס'גלייכן האבן געשאלט פאר נחת...
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

תגובה דורך יהודי »

חגי בן ארי, א מעידשאר אין די איזראעלי מיליטער איז היינט נפטר געווארן נאכן אפליגן אין שפיטאל אין א קאומא פאר איבער צוויי יאר. בן ארי איז געווען א קאמאנדיר אין די טרעינונג אפטיילונג פון די עלית מגן איינהייט. ער איז געכאפט געווארן פון א פליענדע קויל פון א סנייפער בשעת די מלחה אין עזה אום יולי 24 14' בשעת'ן זיין אקטיוו אין די ערד אינוואזיע דורכגעפירט געווארן דורך מדינת ישראל אין עזה. הי''ד
א פשוטע איד.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

תגובה דורך יהודי »

כוואליע פון פראטעסטן אין מדינת ישראל אין ליכט פון שולד אורטייל אויף סאלדאט

די שטורעם איבער דאס באשולדיגן דעם מדינת ישראל מיליטער זעלנער אלאור אזריה האט זיך נישט אפגעשטילט, נאר בוזשעוועט מיט ווילדע ווינטן איבער מדינת ישראל אזש עס טוט באלד צושפליטערן דאס לאנד אין צווייען. אין שטיצע פון שענקן א באגנאדונג האט זיך זיך טראנספארטאציע מיניסטער צוגעשטעלט צו דעם. מיניסטער רגב האט פארשפראכן אז זי וועט פירן א מלחמה און זי וועט נישט איינרוען ביז ווען זי זעט א פארדאנירונג פאר אזריה. פונעם אנדערע זייט מטבע האט דער אראבישע פארלימענט מיטגליד אחמד טיבי זיך אויסגעדרוקט אז ער פארשטייט נישט פארוואס די אנדערע זעלנער וועלכע האבן אומבגעברענט אומשולדיגע פאליסטינער זענען נאכנישט געברענגט געווארן פאר יוסטיץ.
אין דעם טאן האט זיך אהוד באראק דער געוועזענער ראש הממשלה און זיכערהייט מיניסטער זיך געלאזט הערן מיט לויב ווערטער אויף די פסק צו באשולדיגן אזריה אין מארד קלאגעס, זאגענדיג אז דער ריכטער ברויך זיך גארנישט אפשרעקן פון די מהומות וואס קומען פאר אין רעזולטאט פונעם פסק, און אויך נישט פון ליבערמאן. משה פייגלין האט געשריבן אין אן אפ עד היינט אז דאס אומברענגען דעם טעראריסט איז א 'מאראלישע אקט' פון א זעלנער אויף די וואך. און האט אנגערופן די אנקלאגע קעגן אים אלס אוממאראליש. סיניער ריכטער יורם שעפטעל וועלכע איז אין די טיעם זיך אנצונעמען אויף אזריה האט זיך אויסגעדרוקט היינט צופרי אז ''מיר וועלן צורייסן יעדע אנקלאגע אויף קליינע שטיקלעך און ווייזן ווי עס איז פאלש פון אנהויב ביזן סוף''. ער האט אויך געזאגט אז די אורטייל איז א דיקאנעקשען פון ריאלעטעט.
פון די פאלקס פערספעקטיוו ווייזן סורוועיס אז רוב פון מדינת ישראל בירגער זענען זענען נישט צושטימונג צו די אורטייל. אין די פאול דורכגעפיקט דורך די מדגם ריסוירטש אינסטיטוט האט געוויזן אז 51% בירגער זענען קעגן די אורטייל און 36% זענען יא איינשטימונג מיטן אורטייל. אויך האט די פאול געוויזן אז 67% איז אין שטיצע פון א פארדענירונג בשעת ווען בלויז 19% איז דערקעגן.
אין אנדערע נייעס הערט מען אז די פאליציי אין ירושלים האבן ארעסטירט א יוגענטליכער וועלכע האט געפאוסט העצערישע פראזן אויף פעיסבוק וועלכע קען ברענגן ווילדערייען אויף די גאסן
א פשוטע איד.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

כאפצעם האט געשריבן:עיפאק האט געליטן א היבשע פלאפ היינט אין קאנגרעס.

נאכן שטיפן ארויפצוברענגען רעזאלוציעס צו פארדאמען די יו ען רעזאלוציע האט מען עס היינט אויפגעברענגט פאר דעבאטע אין קאנגרעס. למעשה -כאטש די ערווארטעטע מערהייט קריטיקירער פארן יו ען רעזאלוציע- האבן א ריזיגע צאל קאנגרעסלייט שארף ארויסגעטרעטן קעגן די סעטעלמענטס.

די שטיצער פונעם צוויי שטאטן שלום פלאן האבן בעסיקלי באקומען א פלאטפארמע פאר זייערע טענות. ארגאנאזאציעס ווי זשעי סטריט און ס'גלייכן האבן געשאלט פאר נחת...
האסט נישט געהעריג פארשטאנען וואס ס'איז דארט פארגעקימען די ריפאבליקענס און די דעמאקרעטן האבן זיך ארימגעשלאגן צו מ'זאל ארויסברענגן אין די קאנגרעס רעזאלוציע
שטיצע פאר א צוויי שטאטן לעזונג צו נישט, וויבאלד דאנעלד טראמפ האט ארויסגענימען פון די פארטיי פלאטפארמע די צוויי שטאטען לעזונג און די דעמאקראטן שטיצען נאך אלץ א צוויי שטאטן לעזונג, איז די צווי פארטיי'ען האבן זיך דארט ארימגעהארגעט צו די צוויי שטאטן לעזונג איז נאך אלץ א סעלושען, די רעפאבליקענס האבן גע'טענה'ט אז ס'וועט נאר מאכן א גרעסערע חורבן און ממילא איז געקימען צייט צו מאכן א איין שטאטן לעזונג משא"כ די דעמאקראטן האבן נישט געוואלט אינטערשרייבן די רעזאלוציע נאר אויב ס'איז דא שטיצע דעראין פאר א צוויי שטאטן לעזונג.

און ליהוי ידוע עיפאק איז א אומפארטייאישער גרופע און זיי שטיצען יא א צוויי שטאטן לעזונג.
לעצט פארראכטן דורך געקלערט אום דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 9:13 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

Two-State Solution Divides Congress During House Debate

WASHINGTON– The discussion in the House of Representatives on Thursday afternoon regarding the recent United Nations Security Council (UNSC) resolution condemning Israel turned into a lively deliberation about the vitality of a two-state solution.
“I would like to have a debate on the one-state solution versus the two-state solution because I believe that the two-state solution has run its course and we need to pack up our tools and ship those off to the side and start all over again with a new look,” Rep. Steve King (R-IA) said. The Iowa legislator, a passionate supporter of President-elect Donald Trump, believes that the creation of a Palestinian state in the West Bank would serve as a platform for rocket fire into the Jewish state.
“I can’t vote for the resolution when we are advocating what Joel 3 say will bring judgment down upon our nation for trying to partition Israel. Can’t do it.” Rep. Louie Gohmert (R-TX) said in his opposition to House Resolution 11. AIPAC has strongly backed the House measure for strongly criticizing the UNSC in its “one-sided” and “anti-Israel” resolution. “How do the Palestinians deserve the land that was given as the Promised Land 1,600 years before Muhammad even existed?” Gohmert asked while citing the biblical verse of David ruling Hebron.
From the other side of the aisle, David Cicilline (D-RI) told the House floor, “I am extremely fearful that the two-state solution is, if not dead, in critical condition.” Citing Israeli settlement construction and Palestinians pursuing unilateral measures at the UN, “there are those in the Israeli and Palestinian governments who are actively working to ensure its (two state solution) demise,” Cicilline added.
Other Democrats rejected House resolution 11 because the GOP-led Rules Committee refused to allow an amendment to the measure, which would have focused additional attention on the two-state solution instead of assailing the Obama Administration for abstaining at the UNSC vote last month. Rep. David Price (NC) urged his colleagues to vote against the bill and expressed disappointment that Resolution 11 did not include adequate support for a Palestinian state.
In a significant shift, the Republican party removed the two state solution from its platform in July 2016. David Friedman, Trump’s designated Ambassador to Israel emphasized last May, “I don’t think that a two-state solution is a productive way for people to be spending their time in the short term.”
EMET, a pro-Israel organization that backed House Resolution 11, issued a clarification on Thursday that some of the measure’s wording was problematic given its support of the establishment of a Palestinian state. “Our endorsement had nothing, what-so-ever, to do with support of the two state solution,” EMET wrote in an email.
The Thursday debate also included other colorful language. Rep. Jim Mcgovern (D-MA) referred to Israel as “the government of Tel Aviv,” language atypically used by Congressional officials given that the Israeli government sits and legislates in Jerusalem. Freshman Rep. Brian Mast (R-FL) claimed that “Palestinians [are] a group that has been historically defined by their responsibility for terror.”
Slamming the Republicans closed rule on the House Resolution, Rep. Lloyd Doggett (D-TX) critiqued the GOP for “stifling Knesset-style” debate on the Israeli-Palestinian conflict. However, representing the tone of the Republican majority, Rep. Bradley Bryne (R-AL) called the Obama Administration’s abstention at the international body a “dark stain on an already disastrous legacy
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

ירדן האט היינט געווארענט טראמפ ער זאל נישט ריקן די אמעריקאנע אמבעסאדער קיין ירושלים, ווייל דאס איז זייער רויטע ליניע.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

כאפצעם האט געשריבן:עיפאק האט געליטן א היבשע פלאפ היינט אין קאנגרעס.

נאכן שטיפן ארויפצוברענגען רעזאלוציעס צו פארדאמען די יו ען רעזאלוציע האט מען עס היינט אויפגעברענגט פאר דעבאטע אין קאנגרעס. למעשה -כאטש די ערווארטעטע מערהייט קריטיקירער פארן יו ען רעזאלוציע- האבן א ריזיגע צאל קאנגרעסלייט שארף ארויסגעטרעטן קעגן די סעטעלמענטס.

די שטיצער פונעם צוויי שטאטן שלום פלאן האבן בעסיקלי באקומען א פלאטפארמע פאר זייערע טענות. ארגאנאזאציעס ווי זשעי סטריט און ס'גלייכן האבן געשאלט פאר נחת...
גראדע איז די רעזאלוציע אריבער מיט 342 וואוטס אטנקעגן 80 וואס האבן עס נישט געוואלט אינטערשרייבן וואס אין דעים איז אריינגערעכענט ענקער אנטיסעמיט קעיט עליסען, און דאס הייסט א שטוינעדע דערגרייכונג פאר עיפאק.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

כאפצעם, דיין תגובה איז פארפירעריש!

איבער 100 דעמאקראטן האבן זיך צוגעשטעלט צו די רעזאלוציע, דאס הייסט ס'איז אריבער מיט א לענדסלייד.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

פון די WSJ

WASHINGTON—The House of Representatives on Thursday overwhelmingly approved a measure disavowing a United Nations resolution that condemned Israel’s settlement activities, in a rare show of bipartisan force that doubled as a rebuke to President Barack Obama’s approach to the U.S.-Israel relationship.

On a 342 to 80 vote, more than 100 Democrats joined with a nearly unanimous Republican caucus to back the measure — a significant margin that shows the depth of congressional support for the Jewish state.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

זאכליך האט געשריבן:פון די WSJ

WASHINGTON—The House of Representatives on Thursday overwhelmingly approved a measure disavowing a United Nations resolution that condemned Israel’s settlement activities, in a rare show of bipartisan force that doubled as a rebuke to President Barack Obama’s approach to the U.S.-Israel relationship.

On a 342 to 80 vote, more than 100 Democrats joined with a nearly unanimous Republican caucus to back the measure — a significant margin that shows the depth of congressional support for the Jewish state.



wow דאס מיינט אנפעיר דשורנאליזעם אנהייבען מיט א קעפל אז עיפאק האט געליטען א דורעכפאל
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

סארקאזי האט געשריבן:wow דאס מיינט אנפעיר דשורנאליזעם


נאופ, ער איז נישט קיין דזשורנאליסט, און ער האט אלע רעכטן צו ספינען וויאזוי ער וויל.

ס'מיינט יא, אז א געוויסע ניק פרובירט צו ספינען יעדע נייעס לטובת זיין צד, און פון היינט און ווייטער קען מען אים שוין נישט גלייבן אויפן ווארט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

סארי, לייענטס אלע איבער, איך האב נישט גערעדט פון א 'דורכפאל' נאר פון א שטיקל 'פלאפ'. און איך האב קלאר געשריבן אז די רעזאלוציע בעצם האט געהאט א מערהייט שטיצע די פלאפ איז געווען די 'דעבאטעס'.

איך האב נישט עיפאק'ס סטעיטמענט פון היינט צו זעהן אויב זיי האבן ערקלערט 'מיר האבן געהאט א פלאפ' איך האב בלויז געזעהן אויף טוויטער ווי דזשעי סטריט (די קאנטאר גרופע פון עיפאק ) און אסאך לינקע יודישע אקטיוויסטן האבן געשאלט פאר פרייד (אז די צוויי שטאטן פלאן ווערט דיסקוסירט און פארגעשטעלט דורך גאר אסאך קאנגרעסלייט מיט א פעשאן), האבעך פארשטאנען אז ס'איז זיי געגאנגען גוט.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

האסט נישט געשריבן א 'שטיקל' פלאפ, נאר א 'היבשע' פלאפ
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:האסט נישט געשריבן א 'שטיקל' פלאפ, נאר א 'היבשע' פלאפ

דאס מיינט אין מיין שפראך א שטיקל. א גרויסע פלאפ שרייב איך אדער 'מעכטיגע נידערלאגע', אדער 'מיאוסע דורכפאל', אדער 'שרעקליכע בזיונות'. כאפסט?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

כאפסט אבער אויך די חילוק פון א שטיקל און א היבשע, איא?

עניוועיס,ס'הייבט שוין אן גיין אין סירקלס.. הצלחה
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:כאפסט אבער אויך די חילוק פון א שטיקל און א היבשע, איא?

איך שרייב אין א פארום, נישט א צייטונג. איך ברויך נישט וועגן און מעסטן יעדן ווארט.
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”