כאפצעם האט געשריבן:נאכפאלגענדיג די לעצטע אנטוויקלונגען אין די מדינ"י רעגירונג אמפערייען איז די קאאליציע צעפאלן און ס'קומט פרישע עלעקשאנס.
נאכנישט צעפאלען, מען האנדעלט נאך
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
לבלוב האט געשריבן:[
דע פרייע צייטונגען האבן אויסגענוצט דע הזדמנות צו באשמוצן דע פרימע, זיי האבן געשריבן אין ריזיג אז דע פרימע האבן געמאכט טרור, געשלאגן Attendant אין דעסטראשעט צו אויפברעכן דע טיר, אבער "למזלם" איז אויכעט געווען אויפן פלען א פרומע זשורנאַליסט,פון א פרייע צייטונג (יהודה שלינגר פון ישראל היום), אין ער שרייט חי וקים אז פונקט פארקערט, אל על האט זיך זייער נישט שיין אויפגעפירט צו דע מענטשן דארט, ער האט אויכעט אפאר קליפס פון דארט.
לבלוב האט געשריבן:דע פרייע צייטונגען האבן אויסגענוצט דע הזדמנות צו באשמוצן דע פרימע, זיי האבן געשריבן אין ריזיג אז דע פרימע האבן געמאכט טרור, געשלאגן Attendant אין דעסטראשעט צו אויפברעכן דע טיר, אבער "למזלם" איז אויכעט געווען אויפן פלען א פרומע זשורנאַליסט, פון א פרייע צייטונג (יהודה שלינגר פון ישראל היום), אין ער שרייט חי וקים אז פונקט פארקערט, אל על האט זיך זייער נישט שיין אויפגעפירט צו דע מענטשן דארט, ער האט אויכעט אפאר קליפס פון דארט.
קאנסילמאן האט געשריבן:האט ליבערמאן געקאלט ביבי'ס בלאף? עס איז שוין איבער א יאר וואס ביבי סטראשעט די פרומע אז ער איז וויל צו גיין צו בחירות, און דערפאר זאלן זיי איינזיצען בנוגע גיוס ושבת, אבער ווי נאר ליבערמאן האט גענימען די ערשטע שריט פראבירט ביבי צו פארמיידען בחירות, וואס האט פאסירט? ביבי וויל דאך בחירות שוין פון פאריאר?!
לבלוב האט געשריבן:לבלוב האט געשריבן:דע פרייע צייטונגען האבן אויסגענוצט דע הזדמנות צו באשמוצן דע פרימע, זיי האבן געשריבן אין ריזיג אז דע פרימע האבן געמאכט טרור, געשלאגן Attendant אין דעסטראשעט צו אויפברעכן דע טיר, אבער "למזלם" איז אויכעט געווען אויפן פלען א פרומע זשורנאַליסט, פון א פרייע צייטונג (יהודה שלינגר פון ישראל היום), אין ער שרייט חי וקים אז פונקט פארקערט, אל על האט זיך זייער נישט שיין אויפגעפירט צו דע מענטשן דארט, ער האט אויכעט אפאר קליפס פון דארט.
דע פרומע זינגען אויפן פליגער
פאר'מוח'ט האט געשריבן:קאנסילמאן האט געשריבן:האט ליבערמאן געקאלט ביבי'ס בלאף? עס איז שוין איבער א יאר וואס ביבי סטראשעט די פרומע אז ער איז וויל צו גיין צו בחירות, און דערפאר זאלן זיי איינזיצען בנוגע גיוס ושבת, אבער ווי נאר ליבערמאן האט גענימען די ערשטע שריט פראבירט ביבי צו פארמיידען בחירות, וואס האט פאסירט? ביבי וויל דאך בחירות שוין פון פאריאר?!
יעצט אויף די מינוט לויט אים נישט אויף קיין שום פאל קיין בחירות ווייל ער האלט יעצט ידו על התחתונה נאכדעם וואס די מלחמה לעזונג האט נישט גוט געשפילט אויף זיין ריכטונג.
ספעציעלע פראיעקט אהערגעשטעלט דורך די נייעס שטאב פון אידישער ווינקל וועבזייטל, אנגעפירט דורך זונדל שאלאמאן.
עס טוט זיך אן איבערקערניש איבער א פון-פינגער-אויסגעזויגענע געשיכטע וועלכע באשולדיגט די חרדי’שע פאסאזשירן אין זיך אויפפירן ווילד צו א פליה מאנשאפט איינגעשטעלטע אויף די על-אל לופטליניע, אויפן פלייט וועלכע איז געפלויגן פרייטאג פון ניו יארק און געזאלט אנקומען קיין ארץ ישראל.
אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען איינע פון די פרייע פאסאזשירן האט ארויסגעשטעלט אויפן סאציאלן מידיע א באריכט, אז נאך זעקס שעה פארן האט זי געהערט געשרייען, און געזען א פרוי פון די פליה מאנשאפט וויינט, נאכדעם וואס חרדי’שע פאסאזשירן האבן געהויבן אויף איר הענט, און איר געשטופט, דערנאך האט מען איר געסטראשעט אז מען גייט אויפברעכן דעם פילאט קאבינע, כדי זיי זאלן נישט דארפן פליען אין שבת. די פאוסט ענדיגט זיך בייסיג אז “ווי עס שיינט איז שמירת שבת ביי די פרומע, וויכטיגער ווי ואהבת לרעך כמוך”.
צו דעם האט מיטגעשטימט נאך א פאסאזשיר, שמעון שבס, וואס איז געווען דער דירעקטאר פון די יצחק רבין פרעמיער מיניסטאר, אין מדינת ישראל, שרייבנדיג אז די חרדישע האבן זיך אויפגעפירט זייער נישט ארנטליך.
זייערע רייד זענען אבער אפגעווארפן געווארן דורך יהודה שלעזינגער, א שרייבער אינעם “ישראל היום”, וועלכער איז אויך געווען אין דעם רייזע, און געשריבן אז פונקט פארקערט, די חרדי’שע אידן האבן זיך אויפגעפירט גאר איידל און וואונדערבאר.
“איך האב פלאנירט צו שרייבן אן ארטיקל “אויף וועלכע ‘שלעכטע’ חרדים רעדט איר?” אין די ישראל היום” שרייבט שלעזינגער מוצאי שבת, “איך האב מיר געוואלט באציען און אייך דערציילן איבער די חרדים וועלכע איך האב באגעגנט אין מיין רייזע. אבער מוצאי שבת האב איך געעפנט די נייעס זייטלעך, און געזען צעדרייטע קעפלעך איבער ‘שלעכטע חרדים’ וועלכע ‘האבן געשטופט א פליה מאנשאפט מיטגלידערין’ און ‘געסטראשעט זיך איינצוברעכן אין דעם פילאט קאבינע’.
ווי שלעזינגער שרייבט ווייטער, איז די רעדע פון ‘טאנען מיט גיפט און קלארע פאלשע נייעס’. צו די שלעכטע מזל פון די ‘על-אל’ לופטליניע איז געווען א זשורנאליסט אויפן פליגער, און ווען עס איז דא דראמא, עפנט ער אויף זיין קאמערע און נעמט זיך דאס נוצן… אזוי האב איך געזען אז איך האב אלעס אפגעכאפט.
און אט איז וואס שלעזינגער האט צו דערציילן איבער די אויפירונג פון די חרדי’שע פאסאזשירן: “איך האב געזען חרדים, וואס מ’האט זיי ליגענט געזאגט און צומישט, פארט זענען זיי געבליבן שטיל און געשוויגן. כ’האב געזען חרדים וואס ווערן איינגעשפארט אין א פליגער (ממש אזוי) און זיי נעמען זיך זינגען. איך האב געזען און דאקומענטירט פלייט אטענדעס וועלכע האבן באשלאסן צו שטראפן אומשולדיגע פאסאזשירן און זיי נישט געבן קיין סערוויס.
“איך האב געזען חרדים וואס זענען גרייט צו איבערנעכטיגן אין לופטפעלד, כדי די פרייע זאלן נישט מחלל שבת זיין. כ’האב געזען חרדים וואס א בראואלע פאסאזשיר (וועלכע האט געשריבן די פאוסט) האט געשריגן אויף זיי, געשאלטן, און פארט זענען זיי געבליבן שטיל.
“איך האב געזען און דאקומענטירט א פלייט אטענדע וואס האט זיך אויפגעפירט אגרעסיוו, און מיר אוועקגעכאפט מיין קאמערע, איך האב אים געפרעגט זיין נאמען, און נאכן הערן אז איך בין א זשורנאליסט [און אז איך בין נישט?] האט ער זיך אנטשולדיגט פאר מיר, און באשלאסן אז ער וועט לפנים משורת הדין מיר צוריקגעבן די קאמערע אויב איך וועל נישט ארויסלייגן פאר פובליק דעם ווידעא וואס איך האב אפגעכאפט, אן דאס צו פארווישן.
“איך האב געזען חרדים וואס מען לאזט זיי וויסן אז זיי וועלן נישט זען די קינדער און זייערע געפעק אויף שבת, און זיי האבן זיך געזארגט צו זיך אן עצה געבן און צוזאמען זיך צעקוועטשן אין א קליינער שטיבל אין אטענס, און אריבערפירן דעם שבת מיט וואס זיי האבן יא.
“איך האב געזען די שאנדע פון אל-על, די פעיק ניוס, די קוואנטום פון גיפט, און נישט געקענט שווייגן. ווי פאפולער איז אריינצוקוקן אין די חרדים, און ווי ווייט איז דער פאקט פון די געשיכטע”.
ער פירט אויס אז עס איז דא גענוג שנאה צווישן די פרומע און די פרייע, עס פעלט נישט אויס נאך.
דאן פארציילט ער די פאקטן: די פלייט האט געדארפט ארויספליען דאנערשטאג אום 6:30, די שפעטיגונג פון איינס און אהאלב שעה האט נישט צופיל געבאדערט, עס שנייט, מאכט זיך.
אבער אויפן פליגער זענען זיי געוואויר געווארן די עכטע מאטיוון: די פליה מאנשאפט איז אנגעקומען שפעט, און מען האט זיי געדארפט ווארטן. אלע רייזענדע האבן געוויסט אז עס שנייט און מ’דארף ארויספליען פריער, אבער די פליה מאנשאפט נישט? אויב וואלט איך געקומען שפעט, וואלט מען מיר אויך געווארט?
דאן האט מען יעדן אראפגעזעצט אין פליגער און אנגעהויבן צו פיטערן מיט ליגענט: ‘די פליה מאנשאפט איז שוין דא’, ‘מען פארט אט אט ארויס’, ‘מיר זענען די ערשטע אין די רייע’, ‘מען לאזט זיך ארויס אין די עקספרעס ליניע’, ‘מען ווארימט זיך אן און מען פליעט’, אזוי האט זיך עס געצויגן פאר דריי שטונדן, מיט אן ענדלאזער קייט פון ליגענט’ס.
ווען חרדי’שע פאסאזשירן האבן געוואלט אראפגיין פון פליגער, האט מען זיי בשום אופן נישט געלאזט, מען האט קלארגעשטעלט אז ‘מ’וועט אנקומען איינס א האלב שעה בעפאר שבת’.
צוויי שעה בעפארן לאנדן האט מען געלאזט וויסן א נייע פלאן, אז די חרדים וועלן אראפגיין אין אטענס, און די פרייע וועלן פארזעצן דעם וועג. יעדער האט גערודערט, מען האט ליגענט געזאגט פאר די גאס מיט א גראדן שטערן, אן זיך צו צעמישן…
קאנסילמאן האט געשריבן:ניין, זיי האבן ב"ה נישט מחלל שבת געווען,
די פראבלעם איז מען האט זיי דא אין נ"י נישט אראפ געלאזט פונעם פליגער בשעת יעדער האט געזען אז מען וועט עס נישט מאכען אין צייט מען האט זיי לינגענט געזאגט אז זיי גייען אנקומען צייטליך אין אר"י, און די סערוויס און באצואינג צו די חרדים איז געווען רשעות'דיג און שלעכט.
אהער און אהין האט געשריבן:האלטענדיג יעצט ווען די שניי האט זיך שוין צולאזט, קען מען צולייגן א שטויבעלע צום בערקאוויץ-ליאן קריג.
אין מיין מיינונג איז בערקאוויטש נישט געווען אזא געלונגענער קאנדידאט, ער איז געווען עפעס ווילד, משא''כ ליאון איז מער א געלאסענער, קען זיין דאס האט ביישטייערט צו זיין פארלוסט.
קאנסילמאן האט געשריבן:פאר'מוח'ט האט געשריבן:יעצט אויף די מינוט לויט אים נישט אויף קיין שום פאל קיין בחירות ווייל ער האלט יעצט ידו על התחתונה נאכדעם וואס די מלחמה לעזונג האט נישט גוט געשפילט אויף זיין ריכטונג.
בשעת א מלחמה שטייען די רעכטע בעסער,
ביב'ס פחד פון בחירות רעדט ווערטער, איך טראכט אז עס האט מיט זיינע פערזענליכע אינוועסטעגעישנס.
קאנסילמאן האט געשריבן:האט ליבערמאן געקאלט ביבי'ס בלאף? עס איז שוין איבער א יאר וואס ביבי סטראשעט די פרומע אז ער איז וויל צו גיין צו בחירות, און דערפאר זאלן זיי איינזיצען בנוגע גיוס ושבת, אבער ווי נאר ליבערמאן האט גענימען די ערשטע שריט פראבירט ביבי צו פארמיידען בחירות, וואס האט פאסירט? ביבי וויל דאך בחירות שוין פון פאריאר?!
קאנסילמאן האט געשריבן:גראדע האלט איך אויך מיט ביבי אז יעצט צווישען די מלחמה אין עזה און די קריזיס מיט סאודיע אראביע איז זייער נישט גוט צו פאריפען בחירות,
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קאנסילמאן האט געשריבן:גראדע האלט איך אויך מיט ביבי אז יעצט צווישען די מלחמה אין עזה און די קריזיס מיט סאודיע אראביע איז זייער נישט גוט צו פאריפען בחירות,
וואו קומט סאודיע אריין???