מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רוח מצויה
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 4:43 pm

תגובה דורך רוח מצויה »

שאהן הענניטי האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:
איך ווייס האט געשריבן:וואס ווילן זיי יעצט פון דעם שטח ?

זיי ווילן עס פשוט אומקערן פאר די בעלי בתים - אראבערס - פון וועם די איינוואינער האבן עס פארכאפט. דא קען מען אנהייבן דעבאטירן צו מען מעג אזוי פשוט ארויסווארפן א גאנצע שטאט.

וואס האט אבער יעצט פאסירט אז מען האט זיך דערמאנט זיי ארויסצוווארפן? האט עס צוטוהן מיט סייוואספארא שלום געשפרעכן וכדו'?


מ'רעדט שוין דערפון היבש א לאנגע צייט, ביבי און די בענעט און די אנדערע רעכטע האבן פראבירט זייער בעסט עס נישט אויסצופירן, אדער כע"פ עפעס פארהאנדלען אבער די בג"ץ האט בשו"א נישט מסכים געווען און יעצט איז שוין געווען די לעצטע דעד-ליין וואס זיי האבן געגעבן אז מ'מוז עס מפנה זיין.
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובה דורך מאכט סענס? »

עמיצער האט עפעס קליפ'ס דערפון?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דעי צודרייטע חברה קומען אויף מיט איידיעס..... צום לאכן, אבער עס העלפט סיי ווי נישט.
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

תגובה דורך 24/7 »

מאכט סענס? האט געשריבן:עמיצער האט עפעס קליפ'ס דערפון?

jdn.co.il
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

אין די מינוטן איז אדורך געגאנגען אין די כנסת די קאנטערווערסיאלע חוק הסדרה, וואס לעגאלעזירט ישובים וואס זענען געבויט געווארן אויף פרייוואטע פאלעסטינער לאנד.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

געקלערט האט געשריבן:אין די מינוטן איז אדורך געגאנגען אין די כנסת די קאנטערווערסיאלע חוק הסדרה, וואס לעגאלעזירט ישובים וואס זענען געבויט געווארן אויף פרייוואטע פאלעסטינער לאנד.


ס'איז דורך 60 - 52 אין ליגעלייזט 4000 הייזער אין יהודא ושומרון - קול העולם.

אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם אפשטימונג, קוקט אויס אז א 8 קאליציע מעמבערס האבן נישט מיטגעשטימט.

עס איז געווען באריכטעט אז פון די טראמפ אדמיניסטראציע האט מען געבעטן אפצולייגן די ביל ביז נאך וואס ביבי גייט זיך טרעפן מיט טראמפ, האבן זיי זיך סתם אנגעפיפן אדער איז קיינמאל נישט געקומען בכלל אזא מעסעדש?
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

ביבי'ס רעגירונג איינגעשטעלטע ווארפן אפ די באריכטן אז די טראמפ אדמיניטראציע האט זיי געווארנט צו אפלייגן די ביל ביז נאך טראמפ טרעפט זיך מיט ביבי, ביבי האט היינט געזאגט אז ער האט איינגעמאלדן די טראמפ אדמיניסטראציע אז זיי גייען היינט שטימען פאר די חוק הסדרה. אבער זיי נישט געפרעגט רשות עס צו טוהן, ווייל ער דארף טוהן וואס ס'איז גיט פאר זיין לאנד.
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובה דורך א. טראכטער »

מיר קוקט אויס ווי די גאנצע זאך איז א געפלאנטע שפיעל פון נתניהו - טראמפ.

טראמפ גייט הייסען נתניהו צו סטאפען די בוי פלענער און אזוי גייט ער זיין אומפארטייאיש...

אין אנדערע ווערטער... נתניהו טרעט אויס א וועג פאר טראמפ ווי ער זאל שפילען אומפארטייאיש ווען מדנ''י דערלייגט גארנישט..
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

ברעקינג:

עי. פי. באריכטעט פון א ווייסע הויז קוואל אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט נישט שטיצן א צוויי שטאטן שלום פלאן.

דאס קומט בלויז עטליכע טעג בעפאר טראמפ וועט זיך טרעפן מיט מדינ"י פרעמיער מיניסטער נתניהו.
שטראמער
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 4:27 pm

תגובה דורך שטראמער »

כאפצעם האט געשריבן:ברעקינג:

עי. פי. באריכטעט פון א ווייסע הויז קוואל אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט נישט שטיצן א צוויי שטאטן שלום פלאן.

דאס קומט בלויז עטליכע טעג בעפאר טראמפ וועט זיך טרעפן מיט מדינ"י פרעמיער מיניסטער נתניהו.


אויב אזוי איז דא עפעס מער אפדעיטס וואס זיין שלום פלאן איז פאר מדנ״י?
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובה דורך טאנץ 2 »

ברעקונג:

טראמפ האט נישט דערמאנט די צוויי שטאטען פלאן ביי זיין פרעסע קאנפרענץ מיט ביבי.
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובה דורך טאנץ 2 »

א. טראכטער האט געשריבן:מיר קוקט אויס ווי די גאנצע זאך איז א געפלאנטע שפיעל פון נתניהו - טראמפ.

טראמפ גייט הייסען נתניהו צו סטאפען די בוי פלענער און אזוי גייט ער זיין אומפארטייאיש...

אין אנדערע ווערטער... נתניהו טרעט אויס א וועג פאר טראמפ ווי ער זאל שפילען אומפארטייאיש ווען מדנ''י דערלייגט גארנישט..

און אזוי איז טאקע געווען
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובה דורך פערפעקט »

טראמפ האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין נוטראל אין די איזרעיל פאלעסטיין קאנפליקט.
Definition of perfect: as good as it is possible to be
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובה דורך abeg »

זײער א פײנע Press Confrence
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
שטראמער
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 4:27 pm

תגובה דורך שטראמער »

די רעכטע אין מדנ״י זענען זייער צופרודן מזעהט ווי בענעט טוויט נאכן פרעס קאנפרענס אז סקומט נייע גוטע צייטן
balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובה דורך balkishron »

קען איינער זאגען אביסעל וואס דא קומט פאהר?
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...
גאוניש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 7:49 am

פרעס קאנפערענס

תגובה דורך גאוניש »

balkishron האט געשריבן:קען איינער זאגען אביסעל וואס דא קומט פאהר?


דא האסטי בילדער
אטעטשמענטס
Screenshot 2017-02-15 19.41.27.png
Screenshot 2017-02-15 19.33.49.png
Screenshot 2017-02-15 19.25.15.png
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

ביידע זייטן אין מדינת ישראל טייטשן אויס דעם קאנפרענץ וויאזוי זיי ווילן, די רעכטע זענען עקסיידעט אז טראמפ האט נישט גענוצט דעם טערמין "צוויי שטאטן" און די לינקע אז ער האט געזאגט מ'זאל אפשטעלן די סעטלמענטס און קלאר געמאכט ביבי אז ער וועט מוזן נעגאשיעטן.
פרדס הסופר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 2:38 pm

תגובה דורך פרדס הסופר »

קען איינער ברענגען א דראפבאקס די קאנפרענס פון טראמפ/ביבי
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובה דורך וואס א חילוק »

פרדס הסופר האט געשריבן:קען איינער ברענגען א דראפבאקס די קאנפרענס פון טראמפ/ביבי

גא"מ לבקשת הנ"ל
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובה דורך שטאלצער יוד »

עפעס זעהט אויס אז ער האט א פלאן אריינצונעמען נאך לענדער אין די שלום געשפרעכן. עמיר זעהן וואס די פלאן איז.
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

תגובה דורך דע מה שתשיב »

abeg האט געשריבן:זײער א פײנע Press Confrence


איך טראכט צי ס'איז נישט א שפיל פון טראמפ, כדי ער זאל קענען שפעטער דרוקן אויף נתניהו און זיין "דער ערשטער" דורכצופירן א שלום.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

דער איד דעילי

Der Yid:
וואשינגטאן – נעכטן מיטוואך האט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, ביבי נתניהו, אפגעשטאט א באזוך אין ווייסן הויז, דערווארטנדיג א ווארימע אויפנאמע פון אן אדמיניסטראציע וועלכע ווערט באצייכנט אלס גאר שטארק פרא-איזראעל. אבער עס האט אים אפגעווארט א שטארקער און איבערראשנדער פאטש, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט, דאנאלד טראמפ, האט געזאגט פאר ביבי'ן פארנט פון די פארזאמלטע רעפארטערס, אז ער וואלט געוואלט ביבי זאל אביסל נאכלאזן פון בויען פרישע זידלונגען אויף פאלעסטינער שטחים.

אבער ביי קאמענטארן צו דער מידיא האט טראמפ אינאיינעם מיט נתניהו'ן געזאגט, אז ער זוכט נישט דייקא צו עררייכן א "צוויי לענדער" לעזונג, וואס באדייט אז די פאלעסטינער וועלן באקומען א זעלבסטשטענדיגע לאנד. דאס איז אויך געווען א שטארקער טויש פון ביז יעצט, וואס טראמפ און זיינע נאענטע האבן נאכאנאנד געזאגט אז זיי צילן אז סיי די פאלעסטינער און סיי די איזראעליס זאלן מסכים זיין צו א שלום פלאן, וועלכע נעמט אריין דאס אוועקשטעלן אן אייגן לאנד פאר די פאלעסטינער. "מיר איז גוט צוויי לענדער, איין לאנד, וויאזוי עס שמעקט פאר יעדן" – האט טראמפ געזאגט.

ביבי איז חוצפה'דיג געקומען מיט א סעריע פארלאנגען צום ווייסן הויז, אריינגערעכנט אז פרעזידענט טראמפ זאל אנערקענען די גולן–הויכן אלס אפיציעלע מדינת ישראל טעריטאריע – א פארלאנג וואס ער האט אויך געמאכט פאר פרעזידענט אבאמא'ן, וועלכער האט עס אפגעווארפן. ביבי האט באשטעטיגט פאר רעפארטערס אז ער האט פריוואט פאר טראמפ אויפגעברענגט די אישו פון די גולן–הויכן, אבער ער האט בלויז געזאגט אז עס האט אויסגעזען ווי טראמפ האט דאס געהאט דערווארט, נישט זאגנדיג צי טראמפ האט אים פארשפראכן צו געבן די אנערקענונג.

באזונדער איז אויפגענומען געווארן מיט זארג די באריכטן אין דער איזראעלישער מידיא, וועלכע האבן געצייגט אז די מדינת ישראל רעגירונג האט געהאט געשיקט א סעריע ווארענונגען פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע איבער וואס טראמפ מעג אויפברענגען פארנט פון דער מידיא ביי זיין צוזאמטרעף מיט נתניהו. עס איז טאקע אנגעצייגט געווארן אז ווען פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר ביבי'ן אין פנים אריין, אז ער וויל זען ווי ער לאזט נאך פון בויען די זידלונגען, איז נתניהו'ס קאפ ממש אראפגעפאלן אויפ'ן פאדיום פאר שאק.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

אזוי בייעסד צו שרייבן?

פאר א פשוטע ליינער קען זיך דאכטן אז ס'איז געגאנגען שטויסעס דארט
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”