פאנגט זיך נאכאמאל אן...
ווי ברייט באריכטעט דא דענמאלטס, ליצמאן האט זיך אפגעזאגט פון זיין פאזיציע אלץ שר השיכון צוליב די לאקדאון וואס מען האט געמאכט איבער די ימים טובים. למעשה האט ער חרטה געהאט, אבער ער האט נישט געקענט אינגאנצען צוריק גיין. פורים איז ער טאקע שוין פון לאנג, אבער אלעס האט א שיעור... האט מען מחליט געווען אז יצחק כהן פון ש"ס גייט ווערן שר אפיציעל, ליצמאן גייט ווערן סגן, אבער יעדער ווייסט ווער עס איז באמת בעה"ב דארט... דער כהן איז טאקע געווארן שר, אבער נאך א טאג צוויי האט ער גלייך איינגעזעהן אז ער איז א פיפטע ראד און קיינער דארף אים נישט האבן, האט ער זיך אפגעזאגט. אפיציעל האט ער געזאגט אז די סיבה איז ווייל ער קען זיך נישט אפגעבען מיט זיינע אנדערע פאסטענעס געהעריג, אבער יעדער ווייסט די אמת.
יעצט איז ליצמאן אויף ערנסטע צרות, ווייל לפי החוק (דער רשע לפיד האט עס איינגעפירט נאר צו מאכן קאפוויי פאר ליצמאן) קען נישט זיין א סגן שר אן קיין שר העכער אים. ביבי קען אויך נישט זיין שר ווייל עס איז דא תביעות קעגען אים אין געריכט. א ח"כ פון א צווייטע פארטיי גייט שוין אויך נישט וועלן זיין, ווייל ער גייט נישט וועלען אנקומען צו די זעלבע פלאץ ווי כהן איז אנגעקומען.
דגל איז לכאורה אויך שטארק באזארגט ווייל לפי דעם הסכם גייט אגודה זיך קענען וועלען די פאסטענעס ערשט קומעדיגע בחירות, און ליצמאן גייט מן הסתם וועלען צוריק נעמען די וועדת כספים (וואס איז געווען זיינע פאר ער האט עס געגעבן פאר גפני.) די ליטאים האבן קיינמאל נישט מתיר געווען צו זיין א שר אין די רעגירונג, דעריבער גייט גפני בלייבן אינגאנצען אויסגעשפילט, אדער גיין זיי אויך מוזן באקומען א היתר.
דערווייל האבן זיך די אנדערע ח"כ פון אגודה זיך אויפגערעגט אז ליצמאן טוט וואס ער וויל. זיי טענהן אז די פאסטן געהערט פאר אג"י, נישט נאר פאר ליצמאן, און עס קומט זיך זיי אלע א ווארט אויף ווער עס גייט איבערנעמען. מעגליך אז זיי ווילען יא זיין שר, און האבן נישט קיין פראבלעם מיט ליצמאנס "פרומקייט". זיי האבן געשיקט א שארפע בריוו וואו זיי פארלאנגען אז מען זאל זיך זעצען צו א מיטינג געהעריג מחליט זיין וואס צו טוהן, און נישט אז ליצמאן זאל אלעס מחליט זיין אליין.
- פרוש ואייכלר נגד ליצמן.jpg (35.68 KiB) געזען 815 מאל