מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 9:58 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אז דו רעדסט פון פאליטישן שטאנדפונקט איז דערווייל די בעסטע וועג געווען ווען די איזרעיליס האבן באמבאדירט מיט איבערוויגענדע מאכט, און דאן קומט א פארלאנג פאר א פייער אפשטעל, און מ'זיצט ביים פארהאנדלונגס טיש פאר נאך אפאר יאר.


און... נאך אפאר יאר ציען מיט א מכלומר'שטע פייער אפשטעל - וואס געשעהט? וחוזר חלילה ה"י.

ווער זאגט דיר אז פאליטיש וואלט נישט געווען בעסער צו מאכן א פאלעסטינע מדינה און אן ענדגילטיגן שלום פלאן איינמאל פאר אלעמאל?

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 10:20 am

נאפאליאן האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:און אנדערע נייעס
משה קצב וואס איז געווען זיבן יאר פרעזידענט און מדינת ישראל ,איז העכסט ראנגינגע פארזאן צו געפונען ווערען שולדיג און פאורטיילט צו ווערען צו טורמע
זיינע פערזענדליכע קרימענאלע שריט וואס ער איז באגאנגען נאך פארן דינען אלץ פרעזידענט ,האט אים געברינגט זעקס יאר טורמע און נאך צוויי יאר פראבעשיען


איר מיינט אוודאי נישט זיינע פערזענליכע קרימינאלע שריט, איר מיינט זיינע עטישע אוממאראלישע מיסברויכן...

ער לייקנט אבער שטיין און ביין, און טענה'ט אז עס איז אן עקסטארטן קעיס, און אז ער איז א פרענק מילא באגייט מען זיך מיט אים מיט אומרעכט...


היינט האט זיין לויער געזאגט אז ער האט מורא אז דער קצב גייט באגיין זעלבסמארד

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 12:23 pm

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:דעת תורה היפך דעת בעל הבית
אלעס וואס ווערט דא דיסקאסירט איז פין א דעת בעל הבית גלעזער
די דעת תורה איז אין פיל ערטער די היפך אינגאנצען


איך פארשטיי אז דאס דארף דינען ווי א גילוי דעת אויף אלץ וואס דו שרייבסט.

אזוי ווי אסאך צייטונגען שרייבן אז זיי נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון די ארטיקלען און אדווערטייזמענט'ס, און אז די ארטיקלען טוען נישט פארשטעלן די מיינונג פון די רעדאקציע...

איך האלט נישט אז דאס איז גענוג, אבער לאמיר עס נישט דיסקוסירן.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 12:31 pm

אויסער דעם, די אלע זאכן וואס ווערן דיסקוסירט "פון פאליטישן שטאנדפונקט" וויל איך נאכאמאל ציטירן פון וויכטיג מאכער:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דאס איז אלעס ווען מ'זאל רעדן צווישן 2 פרעמדע לענדער, משא"כ מיט די מדינה וועטעס נישט גיין צוליב - ווי דערמאנט - די קללות וואס קומט ליידער נאך אזא ניאוץ בה'.


אין קורצן עס איז נישט שייך דא צו דיסקוסירן "כאילו" עס וואלט געווען צוויי פרעמדע לענדער, ווייל דאס גייט שוין אריין אין עולם הדמיונות, ווי זאגט די וועלט "ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געווען א טראמוויי".
למעשה רעדט מען דא פון א מדינה של גיהנם, אויפגעשטעלט און האלט זיך אויף מרידה בה' און עקירת האמונה, און עס ווערט געפירט דורך זרע ישראל, וואס זענען נישט אונטער קיין שום דרך הטבע. אלעס אין די מדינה גייט שלא ע"פ דרך הטבע, דער אויפהאלטן דערפון איז די כוחות פונם ס"מ וגונדא דיליה וואס קענען טון זאכן שלא ע"פ דרך הטבע אז זיי זאלן מצליח זיין, און ווען עס קומט ח"ו דער רוגז פון בוכ"ע קענען זיי צופלאצט און צוזעצט ווערן שלא ע"פ דרך הטבע, פון איין מינוט צום צווייטן (דער אייבערשטן זאל העלפן עס זאל נישט שאטן פאר כלל ישראל).

ר' אלחנן וואסערמאן שרייט שוין אין זיינע מאמרים, אז פארן אידישן פאלק ארבעט נישט די לעזונגען וואס ארבעטן פאר אנדערע אומות העולם, דער אידישער פאלק קען קיינמאל נישט לעזן זיינע צרות, מיט א פאליטישן צוגאנג, אזוי ווי די אנדערע אומות העולם טוען, ווייל די אידישע צרות ווי אויך זייערע לעזונגען זענען אינגאנצן אנדערש, סיי קומט עס צוליב אנדערע גורמים און סיי עס האט אנדערע תרופות.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 12:51 pm

"פון פאליטישן שטאנדפונקט":
פאר זעכציג - אדער אכציג - יאר צוריק, וואלט א פאלעסטינע מדינה געווען א לעזונג. די אראבער האבן קיינמאל נישט אזוי פיינט געהאט א איד ווי די קריסטן (אודאי איז די כלל עשו שונא ליעקב גילטיג אויך ביי אראבערס, אבער נישט אויף אזא פארנעם ווי די מערב וועלט). ווען די ציונים - ליידער בשם ישראל - האבן אנגעהויבן זיי אונטערצוגראבן, האט זיך געשטארקט זייער שנאה צו אידן.

נאך אזויפיל יארן זיך אנעסן מיט שנאה איז עס שוין ליידער געווארן א דבר בפני עצמו, ס'איז א גרויסע ספק צו - בדרך הטבע, לויט גוי'אישן אויג - ס'איז נאך שייך בכלל עפעס צו טוהן, די שלום פלענער קען נישט צופיל העלפן סיי צוליב די ביטערע עקשנות פון די עזין שבאומות, און סיי פון די אראבער וואס האבן שוין כמעט פארגעסן די ציל פונעם בלוט באד, דאס אליין איז זיי געווארן ליידער א ציל בפני עצמו רח"ל.

סמוכין לדברינו, וואס רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט געזאגט ביי די נשא בהעלותך וכו' תורות, אז אונז קענען נישט אויפקומען מיט א וועג וויאזוי די מדינה זאל בטל ווערן ווייל בדרך הטבע איז נישט דא קיין וועג דערצו אן שפיכת דמים. זעהט אויס אז אפילו די מדינה זאל זיך אינגאנצן אויפלעזן און די אראבער זאלן דארט באקומען קאנטראל, קען דאס אויך נאר צוגיין - פארשטייט זיך עפ"י דרך הטבע - מיט אסאך שפיכת דמים רח"ל.

יה"ר מ'זאל זוכה זיין צו זעהן די ביטול המדינה הטמאה מתוך רחמים וחסדים בקרוב.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 12:57 pm

אזוי ווי דער מציאות האט זיך געטוישט פון זעכציג אכציג יאר צוריק ביז צו די נשא תורה, אזוי האט זיך דער מציאות געטוישט אויך פון היינט ביז דעמאלטס,
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:קען דאס אויך נאר צוגיין - פארשטייט זיך עפ"י דרך הטבע - מיט אסאך שפיכת דמים רח"ל

און אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, זענען אידן למעלה מדרך הטבע, ביי אידן רעכנט נישט דער דרך הטבע, מיר דארפן האפן אויף דעם ביטול המדינה, אז עס זאל זיין מיט רחמי שמים מרובים. און וואס צו טון פרעגט אונז ממילא קיינער נישט, די איינציגסטע שאלה איז נאר וואס מיר זאלן "האלטן" וואס "וואלט געווען" די ריכטיגע זאך צו טון אין דעם פאל, אויף דעם איז דער תירוץ אז דער ריכטיגער זאך, איז צו טון וואס די תורה פארלאנגט און אויפגעבן דעם מרידה אין אייבערשטן און ענדיגן די מרידה באומות, און אויפלעזן דעם אפיקורסישן רעגירונג.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:38 pm

איזעי האט געשריבן:אזוי ווי דער מציאות האט זיך געטוישט פון זעכציג אכציג יאר צוריק ביז צו די נשא תורה, אזוי האט זיך דער מציאות געטוישט אויך פון היינט ביז דעמאלטס,

לרע ולא לטוב.
איזעי האט געשריבן:די איינציגסטע שאלה איז נאר וואס מיר זאלן "האלטן" וואס "וואלט געווען" די ריכטיגע זאך צו טון אין דעם פאל, אויף דעם איז דער תירוץ אז דער ריכטיגער זאך, איז צו טון וואס די תורה פארלאנגט און אויפגעבן דעם מרידה אין אייבערשטן און ענדיגן די מרידה באומות, און אויפלעזן דעם אפיקורסישן רעגירונג.

די מדינה דארף אויפגעלעזט ווערן סתם אזוי אפי' אויב די קיום המדינה וואלט נישט געקאסט קיין נפשות, די מרידה במלכות שמים איז א איסור סיי וויאזוי, ס"ה איז די שאלה צו דאס אויפגעבן וועט איינצוימען די שפ"ד אדער נישט, איך מיין אז נישט כ"ש אז צוריק געבן חלק שטחים זעהט נישט אויס קיין לעזונג פאר די שפ"ד.

אונז דארף מיר ס"ה בעטן אז די מדינה זאל בטל ווערן אן קיין שאדן פאר א נפש אחת מישראל, ס"ה זעהט נישט אויס אז אונז זענען מחולק בהשקפה.

מפי השמועה למדנו, אז ווען ב.ג. האט באזוכט ביים - להבדיל - חזו"א, האט די חזו"א אים אריינגעגעבן אז בלוט וועט זיך אייביג גיסן, האט ער צוריקגעפרעגט וואס ער זאל יעצט טון (בלשונו הטמא: זאל איך געבן שבת גמרות פאר אלע חיילים?), האט די חזו"א געענטפערט אז ער האט געדארפט פרעגן פארן אויפשטעלן די מדינה. ווען רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט דאס געהערט האט ער זיך אויסגעדרוקט מיט די לשון הפסוק ואבדה חכמת חכמיו ובינת נבונים תתסתר, זאגענדיג אז ער וואלט געדארפט ענטפערן אז ער זאל עס געבן פאר די UN.
לעצט פאראכטן דורך יגעתי ומצאתי אום דאנארשטאג מארטש 24, 2011 2:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 2:09 pm

מיסעלס פון עזה הערט נישט אויף צו האמערן די דערפלעך און שטעט נעבען עזה
איינוואונער פון אשדוד ווערט נישט אפגעשוינט ,און זענען שוין געווען אפאר מאל און די בונקערס די לעצטע טעג
הויעכראנגיגע כאמאס פירער פארשטעקען זיך און באהעלטעניש,מורא האבענדיג פון נקמה מצד מדינת ישראל

מלחמה פאולווער שמעקט און די לופט,
די אנגעצויגענקייט שטייגט,,די פחד פון א פרישע מלחמה וואס ביידע זייטען ווילען עס פארמיידען פילט זיך
מדינת ישראל פירעט דורך באמבעדירגען און עזה ,אלץ נקמה
כאמאס טרייסעלט זיך אפ פון די ראקעטן ,און ווארפט די שולד אויף א שפלינטער גרופע ,און וויל פארמיידען א פרישע אינוואזיע

ביז דערווייל גייט נאך די זיך אקציע נאך דעם נעכטיגען טעראריסט וואס האט דורוך געפירט די טעראר אקט און געקאסט דאס לעבען פון א ענגלישע פרוי חוץ די צעדליגער פארוואנדעטע,,און צוגאב צום טעראריסט פון משפחת פויגל
פאלעסיטענער אויטריטעט פון די מערב ברעג ארעסטירען מיטגלידער פון א גרופע וואס ווערען פארדעכטיגט און די טעראר אטקע פון נעכטן

זאל קיין שום איד נישט געשעדיגט ווערן פון די אלע אטוויקלונגען

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 2:18 pm

שיעור פארגעסען
די אמעריקאנע פרעזידענט באראק אבאמא,האט נעכטן און א סטעיטמענט נאכן פארדאמען די טעראר אטאקע
גערופען צו איינגעהאלטענקייט און מיטל מזרח,,און אויפגעפאדערט ביידע זייטען צו לאזען פרידען אינעם געגענט

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 3:32 pm

דאס וואס יגעתי האט געברענגט וועגן א מימרא פון רבי'ן אז ואבדה חכמת חכמיו וכו', איז אביסעלע אינטערעסאנט לפי ראות העין, וווייל ווען דער חזו"א זאגט אים עס ווען יא, וואלט ב"ג גלייך געפאלגט?...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 3:55 pm

דאכט זיך אז זייט די צווייטע וועלט מלחמה איז די וועלט נישט געווען אזוי אומרואיג אנגעהויבן אין ליביע. תימן. סיריע. פאקיסטאן. באכרעין. עגיפטן. טוניזיע. יאפאן. איראן. ירדן. מדינת ישראל. עזה. אין נאך...
איז שוין משיח'ס צייטן ? לאמיר האפן אזוי
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 4:07 pm

מאנסיאנער האט געשריבן:דאכט זיך אז זייט די צווייטע וועלט מלחמה איז די וועלט נישט געווען אזוי אומרואיג אנגעהויבן אין ליביע. תימן. סיריע. פאקיסטאן. באכרעין. עגיפטן. טוניזיע. יאפאן. איראן. ירדן. מדינת ישראל. עזה. אין נאך...
איז שוין משיח'ס צייטן ? לאמיר האפן אזוי

וואס עפעס סגוועהן סאך מער, נאר אייראפעישער מדינות און יעצט איז עס מזרח מדינות

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 4:11 pm

קליקו האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:דאכט זיך אז זייט די צווייטע וועלט מלחמה איז די וועלט נישט געווען אזוי אומרואיג אנגעהויבן אין ליביע. תימן. סיריע. פאקיסטאן. באכרעין. עגיפטן. טוניזיע. יאפאן. איראן. ירדן. מדינת ישראל. עזה. אין נאך...
איז שוין משיח'ס צייטן ? לאמיר האפן אזוי

וואס עפעס סגוועהן סאך מער, נאר אייראפעישער מדינות און יעצט איז עס מזרח מדינות

ווען וואס ווי?
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 4:13 pm

מי חכם האט געשריבן:דאס וואס יגעתי האט געברענגט וועגן א מימרא פון רבי'ן אז ואבדה חכמת חכמיו וכו', איז אביסעלע אינטערעסאנט לפי ראות העין, וווייל ווען דער חזו"א זאגט אים עס ווען יא, וואלט ב"ג גלייך געפאלגט?...

אודאי אז נישט, אבער ווען ער האט געפרעגט וואס צו טוהן האט ער געוואלט הערן א עצה? ער האט געפלאנט צו פאלגן דעם חזו"א? קלאר אז נישט, ער האט פשוט געוואלט צוריק געבן דעם חזו"א אז אויפן עבר קען מען נישט טענה'ן, את הנעשה אין להשיב, סאיז אמת אז סגיסט זיך בלוט און פארן הקמת המדינה וואלט מען דאס געקענט איינשפארן אבער ווען די מדינה איז שוין א פאקט איז שוין נישט דא קיין וועג ארויס. אין גענוי דאס איז ארויסגעקומען פונעם חזו"א'ס ענטפער.
משא"כ ביים תירוץ פון רבי'ן זי"ע, איז דאס א ענין פון א הוה, מ'האלט אויף א מדינה פון שפ"ד אין די צייט וואס מ'קען זיך א עצה געבן.

(ולהוי ידוע אז די אויסדרוק איז בכלל נישט קיין פחיתות הכבוד פארן חזו"א ח"ו אזוי ווי ס'זעהט אויס געוויסע האבן פארשטאנען, דאס איז א לשון פון צער אויף דעם וואס ס'איז אוועקגענומען געווארן די חכמה צייטווייליג אין א קריטישע צייט, די לשון זאגט די גמרא אויף ריב"ז אין גיטין ביי די חורבן גמרות עיי"ש)

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 4:27 pm

באותו הענין:

עס זענען - כפי ידיעתי - פאראן 2 האטליינס וועלכע גיבן טיילווייז איבער די נייעסן פון ארץ ישראל מיט א אויסגעהאלטענעם און תורהדיגן בליק.

1) 212-444-9899, עקסטענשן 220 (קול סאטמאר)

2) 718-873-0055, עקסטענשן 1 (קול נטרונא)
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 4:56 pm

קליקו האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:דאכט זיך אז זייט די צווייטע וועלט מלחמה איז די וועלט נישט געווען אזוי אומרואיג אנגעהויבן אין ליביע. תימן. סיריע. פאקיסטאן. באכרעין. עגיפטן. טוניזיע. יאפאן. איראן. ירדן. מדינת ישראל. עזה. אין נאך...
איז שוין משיח'ס צייטן ? לאמיר האפן אזוי

וואס עפעס סגוועהן סאך מער, נאר אייראפעישער מדינות און יעצט איז עס מזרח מדינות

אויף אזא פארנעם איז נאר געווען אין איירופע תיכף נאכן קריג, און אויך נישט אויף אזא פארנעם אז אין יעדן לאנד זאל זיך טון הריגות, און איבערקערענישן און רעוואלטן, צווישן די צוויי וועלט קריגן איז דער מצב אין אסאך אייראפעאישע לענדער געווען מער אומסטאביל ווי נאכן צווייטן קריג, אבער אויך נישט אזויפיל אויפאמאל, און נישט אויף אזא פארנעם ווי יעצט (אויסער אין רוסלאנד).

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 5:05 pm

מאנסיאנער האט געשריבן:דאכט זיך אז זייט די צווייטע וועלט מלחמה איז די וועלט נישט געווען אזוי אומרואיג אנגעהויבן אין ליביע. תימן. סיריע. פאקיסטאן. באכרעין. עגיפטן. טוניזיע. יאפאן. איראן. ירדן. מדינת ישראל. עזה. אין נאך...
איז שוין משיח'ס צייטן ? לאמיר האפן אזוי


עס איז א פחד צו טראכטן, תימן אליינס האט מען דאך נישט לאנג צוריק געזען ווי ראדיקאל די מענטשהייט איז דארט, זיי זענען גרייט צו אומברענגען די גאנצע מערב וועלט, און עס זעט אויס אז עס איז גאר נאנט אז זיי זאלן אויך בלייבן אן א פירער

oko
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 27, 2011 12:00 am

תגובהדורך oko » דאנארשטאג מארטש 24, 2011 11:10 pm

oko האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:ביטע טויש דעם קעפל, אויף "ארץ ישראל נייעס", און אין דעם ארטיקל ביטע טויש "מדינת ישראל" אויף "די ציוניסטישע רעגירונג".

ייש"כ פון פאראויס אין נאמען פון נאך פיל ליינער'ס.

נ.ב. איך האב דיר עס געוואלט שיקן פערזענליך, אבער דו גיסט נישט די מעגליכקייט דיר צו שיקן א פריוואטן מעסעדזש.


אוודאי - גם אני מצטרף - לבקשה דחופה הזו [חוץ מזה קען מען דא גארנישט נישט שרייבן ס'איז נוגע אין זייער האקעלע אמונה ענינים]


איזעי האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:דעת תורה היפך דעת בעל הבית
אלעס וואס ווערט דא דיסקאסירט איז פין א דעת בעל הבית גלעזער
די דעת תורה איז אין פיל ערטער די היפך אינגאנצען


איך פארשטיי אז דאס דארף דינען ווי א גילוי דעת אויף אלץ וואס דו שרייבסט.

אזוי ווי אסאך צייטונגען שרייבן אז זיי נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון די ארטיקלען און אדווערטייזמענט'ס, און אז די ארטיקלען טוען נישט פארשטעלן די מיינונג פון די רעדאקציע...

איך האלט נישט אז דאס איז גענוג, אבער לאמיר עס נישט דיסקוסירן.


דאס טאקע האב איך סאך הכל געמיינט צו ציטירן נעכטן - אז עס וועט נישט העלפן שרייבן דעת בעל הבית באופן בניגוד דעת תורה- אזוי ווי מ'זאגט ''נישט אין שבת גערעדט'' (וואס באותו זמן זאגט ער בפירוש אקעגן א סעיף בשו''ע - וכן בנידן דידן וואס ער זאגט קען זיין געמאלט איז אקעגן סעיפ'ן בהשקפה ואמונה)

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » מיטוואך מארטש 30, 2011 1:00 pm

יעצט געענדיגט הערן א געוואלדיגע אנאליז פון הערשל פר"מ, פארוואס די ציונים וועלן קיינמאל נישט קענען אונטערדרוקן די אראבער, און די קריג איז ענדלאז.

212-444-9899, עקס. 222.

(כזאג פאראויס: ווער עס האט א מיינונג אין אמעריקאנע פאליטיק און איז נישט גרייט אנצוקוקן א זאך רעאליסטיש "אן קיין פאליטיק", דעם איז דאס נישט אינטערסאנט...)
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מיטוואך מארטש 30, 2011 1:26 pm

עמקות שלמה האט געשריבן:באותו הענין:

עס זענען - כפי ידיעתי - פאראן 2 האטליינס וועלכע גיבן טיילווייז איבער די נייעסן פון ארץ ישראל מיט א אויסגעהאלטענעם און תורהדיגן בליק.

1) 212-444-9899, עקסטענשן 220 (קול סאטמאר)

2) 718-873-0055, עקסטענשן 1 (קול נטרונא)

קול סאטמאר איז בעיקר מאה שערים נייעס, דא האט פאליציי ארעסטירט איינעם,דארט איז געווען א הפגנה,וכדו' .קול נטרונא איז יא אויף א העכערע לעוול,היפש שטארקע באריכטן און אנאליזן אויפן פאליטישן פראנט,מיט א רייכע פליסיגע שפראך.מ'דארף האבן ביידע.

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » מיטוואך מארטש 30, 2011 3:09 pm

דעפרעסט, ס'איז נישטא דארט קיין פארמעסט מיין איך, אבער ביידע האבן אלע סארט נייעס, יעדער מיט זיין שפראך, און ס'איז גוט אלעס צו הערן.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

נייעס פון מדינת ישראל

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 9:19 am

איך מיין סאיז שוין צייט אויפצומאכען א באזונדערע אשכול פאר אלע נייעס פון מדינת ישראל...

---

א אנטי טאנק מיסיל האט יעצט געלאנדעט אויף א סקול באס ערנסט פארוואנדענדיג די דרייווער מיט א 16 יעריגע קינד

---

צוויי באנען האבען זיך היינט צוזאמגעשטויסען און נתניא פארוואנדענדיג 59 לייכט, די צוויי באנען זענען געפארען שטייט א דאנק דעים איז נישט געוועהן א ערנסטע קאטאסטראפע
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:03 am

קהת האט געשריבן:איך מיין סאיז שוין צייט אויפצומאכען א באזונדערע אשכול פאר אלע נייעס פון מדינת ישראל...


צוזאמגעשטעלט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 12:28 pm

די איירון דאם איז היינט צום ערשטע מאל געניצט געווארען און ב"ה אויסגעמיטען אז א מיסיל זאל אנקומען און אשקלון, מענטשן זאגען אז זיי האבען געהערט א הויכע זעץ און זיי האבען געזעהן און די ליפטן ווי א מיסיל קראכט אויף!!
Normal is just a setting on the washing machine

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 1:26 pm

שמעון פערעס די איזרעלי פרעזידענט האט די אנפאנג וואך אפגעשטאטעט א וויזיט אין אמעריקע און זיך געטראפען מיט הויעכראנגיגע אמעריקאנע בעאמטע, אריינגערעכט באראק אבאמא.
פערעס האט ביי די זיצאונג מיט אבאמא פארשפראכען ווייטער אנצוגיין מיט די קאנווערסינאלע בוי פעריעקטן אין די שטחים, טראץ די שארפע אלטוועלטליכע קריטיק.
ווי אויך האט ער געבעטן צו פארדענען פאלראד די איזריעלי שפיאן, א זאך וואס אבאמא האט נישט רעגירט אויפן מאמענט.

נאך די זיצונג האט אבאמא אין א סטעיטמענט צו די פרעסע באטאנט אז יעצט ווען די ערד אין מיטל מזרח וואקעלט זיך, אין פרישע ווינטען בלאזען אויפן געגענט, איז די פאסיגסטע צייט פון פעדערן א דויערהאפטיגע פרידען צווישען די פאלאסטינער אין מדינת ישראל.

ווי אויך וועט זיך פערעס טרעפען מיטן הויפט un באמאטען צו לייגען דרוק ארויסצוווארפען די גאלדסטאן באריכט ווי מדינת ישראל ווערט שטארק אראפגעריסען פאר ציווילע מארדען אין די עזה אפענסיווע, וואס די באריכט האט געדראעט קאנסקווענצען אויף פארשידענע מדינת ישראל באמטע אין די אינטערנאצינאלע געריכט, יעצט אבער ווען די ריכטער גאלדסטאן האט צוריקגעצויגען פון זיין פריעריגע מיינונג, לייגט מדינת ישראל דרוק ארויסצווארפען די החלטה, א זאך וואס ווערט דערווייל אפגעווארפען דורך די un
keep your words tasteful, you may have to eat them later


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Flash light, Haklal, אלי' מקוה יוד, בשבילי נברא, טעם וריח, משגיח, פינחס, קאפ און אקסל און 35 געסט