מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אנטשולדיגונג אנגענומען. מוחל געווען.
--

בעצם ביזטו גערעכט מיט דעם אז אראפווארפן חאמאס וועט גארנישט אויפטוהן, לכאורה פארקערט. וואס מיינסטו, פאטאח וועט צוריק איבערנעמען? און אפילו אויב יא? וועלן זיי דען קענען קאנטראלירן די עקסטרעמיסטישע גרופעס אין עזה בעסער פון חאמאס? ווילן זיי דען?
שווער צו גלייבן.

די אראבער ווערן מסתם יא בעוולה'ט דורך די ציונים. קיינער זאגט נישט אז די איזראעילי'ס זענען צדיקים. ווייט דערפון. טאמער זיי טשעפענען נישט קיין אראבער איז עס ווייל זיי האבן מורא פון די וועלט, און דערפאר טשעפענען זיי טאקע להבדיל די פרומע אידן, ווייל דא האבן זיי נישט קיין מורא. אבער אזוי ווי מיר האבן שוין גערעדט, די אראבער וואלטן לכאורה אביסל ווייניגער בעוולה'ט געווארן ווען זיי פראדוצירן נישט קיין מאסן מערדער טאג טעגליך.

די בילד גופא איז אפשר יא ריכטיג, אבער בכלליות זענען די פאלעסטינער נישט זייער פארלעסליך מיט זייערע בילדער, אזוי ווי שוין אויפגעוויזן געווארן כמה וכמה פעמים. און מ'קען זאגן די זעלבע וועגן די MSM ווען עס קומט צו דעקן די מדינה, אזוי ווי די באקאנטע בלוטיגע\אומבלוטיגע בילד וואס רויטערס האט פארעפענטליכט פון די מארמארא שיף.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »


איך זעה נאכנישט די גרויסע זאכן וואס פאלעסטינער האבן געוואלט נאכגעבן.
די ארטיקל רעדט, און רעדט, און זאגט גארנישט. נאר די איינע זאך:

starting with the yielding of those parts of East Jerusalem settled by Israeli Jews.

טאקע א געוואלדיגע וותרנות.
דו ווייסט וואס דאס איז טייטש? טאמער מ'זאל צוריקגיין צו די גרעניצן פון ירדן, מיינט דאס אין איין ווארט: צוריקגעבן די גאנצע שטאט מעלה אדומים, רמות א' ב' ג' ד' ה' ו' וכו', רמת שלמה, גילה, הר חומה, און נאך צענדליגע געגענטער. סך הכל פון הונדערטער טויזענטער נפשות בלי שום גוזמא. נאכגעגעבן? זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט די איזראעילי'ס וועלן דאס קיינמאל נישט אויפגעבן. ס'איז קיינמאל אפילו נישט געווען אויפ'ן טיש. ניטאמאל אולמערט מיט זיינע ווייט'סטע דיעל'ס אונטערן טיש האט נישט געפלאנט אויפצוגעבן די שטחים. רוב פון די ארטיקל רעדט ער בלויז פון די לשונות חנופה פון די אראבער צו די איזראעילי'ס, אז דאס וועט אויפרעגן די פאלעסטינער.
To hear their chief negotiator, Saeb Erekat, tell the Israelis that the Palestinians are ready to concede "the biggest Yerushalayim in Jewish history" – even using the Hebrew word for the city – will strike many as an act of humiliation.


טאמער דו ווילסט פארשטיין בעסער, טראכט פון עזה. דו געדענקסט די איבערקערעניש אין לאנד? אלזא, דאן האט זיך גערעדט פון בערך 10,000 נפשות. נישט הונדערט אדער 300,000. סיי וועלכער פרעמיער מיניסטער וואלט עס נישט געקענט צוריקגעבן אפילו ווען ער וויל. באקען זיך אביסל מיט די מאפעס וועסטו וויסן וואס פונקטליך איז דער טייטש פון די ווערטער: those parts of East Jerusalem settled by Israeli Jews.

קען זיין אז ס'דא אסאך וואס ער זאגט נישט. אדרבה, ברענג א בעסערע לינק.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אגב, די גאנצע שמועס דערמאנט מיר א וויץ פון יעקב משה מאזא: "שמיר (יצחק) וואלט געוואלט צוריקגעבן די שטחים, אבער ער קען נישט. ס'איז פארשריבן אויף זיין ווייב'ס נאמען!"
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובה דורך ohrchodosh »

Sorry די קאץ ארויס פון זאק it looks that u r not informed with history, the UN gave the israeli mandate from the UK, and who came and wanted the push the israelis in to the sea.... So when you go to war, you have to be ready to gain land and "to lose land", maybe the neighboring arabs didn't take this consideration but now you have to deal with this.
(Sorry for english, I'm using the BB)
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

1. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון צפון קוריאה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר מקבל 12 שנות מאסר עם עבודת פרך.

2. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון אירן נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נכלא לזמן בלתי-מוגבל.

3. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון אפגניסטן נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נורה ונהרג.

4. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון סעודיה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נכלא בבית סוהר.

5. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון סין נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נעלם לנצח.

6. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון ונצואלה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נחשב מרגל, וגורלך נחתם.

7. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון קובה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נזרק לכלא ושם תירקב.

8. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון אנגליה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נכלא ומגורש.

9. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון רוסיה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נשלח לסיביר כמרגל.

10. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון ישראל נישט לעגאל דאן טוט מען דיר מקבל :
עבודה, זכויות רווחה, מקום לחיות בו, חינוך חינם, ביטוח בריאות חינם, תמיכה מהלוביסטים של קבוצות של צדק חברתי, זכות מחאה, אהדה מהתקשורת, תעודת הגנת מהגרים מטעם הUN, זכות למחות על כך שאינך מקבל יחס נאות

ואם יש לך ילד אתה מקבל אזרחות.

בסוף,

ישראל מקבלת גינוים בעולם על יחס לא נאות לפליטים,

בתמיכת המדינות המוזכרות בסעיפים 1-9.

הבנת ? פארשטאנען???

העבירו .........

קרעדיט

בילד
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובה דורך prowed jew »

קענסט מיר מסביר וואס ער וויל ארויסברענגן ביטע?
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

תגובה דורך עמקות שלמה »

יודל, איך ווייס נישט צו צוריקגיין צו די אלטע גרעניצן וואלט געווען א 'וותרנות', אבער א 'פשרה' איז עס.

געדענק: אמאל - זייער נישט לאנג צוריק - איז די 'גאנצע' לאנד געווען פאלעסטין, זענען געקומען אפאר הונדערט טויזנט אידעלעך, און ריטנדיג אויף "אומשולדיגע געפילן" האבן זיי זיך געעפנט "טעראר ארגאניזאציעס"(!) שמאל צו מאכן דאס פלאץ פאר די פאלעסטנער, אזוי אז עס זאל ווערן גוט אנגעצויגן, ביז ווען די יוען וועט נאכגעבן א לאנד פאר די רחמנותדיגע שעפעלעך.

20 יאר שפעטער זענען געקומען די יודעלעך און אוועקגערויבט פון זיי נאך ריזיגע שטחים, דאסמאל שוין אן די יוען, והנה, מען האט ווידעראמאל פארטריבן די 'צוריקגעבליבענע' 'טעראריסטן' פון זייערע היימען.

למעשה די פאלעסטינער האבן קיינאמל נישט אנערקענט, דהיינו נאכגעגעבן, אויף זייערע שטחים פון 63 יאר צוריק, אלזא, אויב דו ווילסט זיי זאלן אראפלייגן די געווער פארן אויסטויש פון צוריקגעבן די "הוספה" פון די גניבה, איז עס גאר א שכלדיגער פשרה.

העכסט פשוט.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

עמקות שלמה האט געשריבן:יודל, איך ווייס נישט צו צוריקגיין צו די אלטע גרעניצן וואלט געווען א 'וותרנות', אבער א 'פשרה' איז עס.

למעשה איז אמאל די גאנצע לאנג געווען פאלעטין, זענען געקומען אפאר הונדערט טויזנט אידעלעך, און געעפנט טעראר ארגאניזאציעס שמאל צו מאכן דאס פלאץ פאר די פאלעסטנער, אזוי אז עס זאל ווערן געשלעגן ביז ווען די יוען וועט נאכגעבן א לאנד פאר די רחמנותדיגע שעפעלעך, 20 יאר שפעטער זענען געקומען די יודעלעך און אוועקגערויבט פון זיי נאך ריזיגע שטחים, דאסמאל שוין אן די יוען, והנה מען האט ווידעראמאל פארטריבן די צוריקגעבליבענע 'טעראריסטן' פון זייערע היימען.

למעשה י פאלעסטינער האבן קיינאמל נישט אנעקענט, דהיינו נאכגעגעבן, אויף זייערע שטחים פון 63 יאר צוריק, אלזא, אויב דו ווילסט זיי זאלן אראפלייגן די געווער פארן אויסטויש פון צוריקגעבן די "הוספה" פון די גניבה, איז עס א שכלדיגער סברא.

העכסט פשוט.


הער צו מיין קינד אז אונז האלטן מיר פון די שיטה נישט עובר זיין על ג' שבועות גוט

אבער אז חברה ישראלים האבן יא געבראכן, סאיז שוין א פאקט, יעצט האבן שוין די אוה"ע א חיוב רמיא אויפצו ווייזן אז סגעהערט זיי!

ווי אזוי? אז זיי האבן געוואוינט פארדעם? דאס איז קיין טענה ווייל קוק ווער האט געוואוינט פאר זיי!
איינער האט געפרעגט אן אראבער, אויב איינער ווארפט דיר ארויס פון דיין הויז, און נאך צוואנציג יאר קומט א פארמיטלער און פארהאנדלט איבער דעם און זאגט אפשר ביזטו מוחל דיין פראפערטי פאר דעם גזלן, וועסטו שרייען בלא! דאס איז מיינס ער זיצט דארט בגניבה!, אוקיי נאך הונדערט יאר דו האסט דיר באזעצט און א צווייט לאנד דיינע קינדער קומען צוריק וועלן זיי אויפגעבן דיין פראפערטי? ניין! אוקיי נאך טויזענט יאר דיינע איינקלעך זענען שוין פארזייט איבעראל קומט א שבט פון דיינע אייניקל געבסטו אויף דיינע רעכטן? ניין!! שרייט דער אראבער

יעצט פארוואס זאלן די רעכטן פון די אידן פארגיין נאך 2000 יאר?
סאיז קלארע פאקטן אז אידן וואס האבן געפאלגט די תורה האבן דארטן געלעבט, יעצט ווייל רוימער זענען געקומען און א גרופע [וואס רופט זיך היינט פאלעסטינער, סנישט זייערע נאמען באמת] און זיי באזעצן זיך דארט האבן זיי דען א רעכט????

איך רעד נישט יעצט אז סאיז מרידה באומות דאס איז צווישן אונז, איך רעד צווישן אידן און אומו"הע

ווי איז ענקער שכל???
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

בילד

דא האסטו די אמתע בארדערס פאר 1967!!!!!!!!!!!!

פארוואס שרייט נישט קיינער אז סיריא זאל אוועקגעבן פון זייער לאנד?

די חברה האבן נישט געוועלטיגט קיינמאל אלץ גרופע אין די שטח, און די גאנצע נאמען פאלעסטינע איז נאר קעגן ישראל

אונז האבן זיך נישט צו מישן, אבער צו שרייען דא בפני כל העולם, איז מען מפקיר אידיש בלוט און סנעמט נאר טפשות מיט רשעות!! זיך ארויסצושטעלן אויף האקעלע ענינים אן גענוג ידיעות אין די נושא, סאיז אזוי ווי איינער זאל פסקנען איסורי כריתות אן קיין היתר הוראה
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

די זאלסט ויסען אז פושעי ישראל מלאים מצוות כרמון גייט היינט אויך אן!

נאך אלעמען זענען די ערגסטע פון די אידן בעסער פון אלע פעלקער, און קיינער קען זיך נישט פארגלייכן, [גיס נישט אויס די שמוץ וועש אין פאבליק, איך בין נישט מקנא זייער גיהנם און איך וויל נישט ארינפאלן אין זייער הענט..., אבער ווען סקומט לגבי אנדערע פעלקער, מי גוי אחד בארץ?]
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

קליקו, האט לכאורה א גוטע פוינט פונעם פאליטישן שטאנדפונקט. עס איז דאך זיכער אז אידן האבן געוואוינט אין די אלע געגנטער ביז צוויי טויזנט יאר צוריק. אבער אויב אזוי דארף מען צוריק גיין צו די ז' עממין, ניין? (גראדע נישט ווייל זיי האבן כידוע אויך בארויבט דאס לאנד פון שם, ולפי"ז דארף מען פארשטיין דאס וואס רש"י זאגט אנפאנג בראשית אז דער אויבערשטער איז דער בעה"ב וברצונו נתנו להם (לז' עממין) וברצונו נטלו מהם, ולכאורה ממילא נפל בחלקו של שם והז' עממין רק גזלו ממנו, וצ"ע, ושמא מדרשות חלוקות הם). עכ"פ די ישמעאלים זענען אויך בני שם.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובה דורך ראמני 08 »

קליקו האט געשריבן:1. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון צפון קוריאה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר מקבל 12 שנות מאסר עם עבודת פרך.

2. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון אירן נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נכלא לזמן בלתי-מוגבל.

3. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון אפגניסטן נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נורה ונהרג.

4. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון סעודיה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נכלא בבית סוהר.

5. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון סין נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נעלם לנצח.

6. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון ונצואלה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נחשב מרגל, וגורלך נחתם.

7. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון קובה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נזרק לכלא ושם תירקב.

8. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון אנגליה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נכלא ומגורש.

9. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון רוסיה נישט לעגאל דאן טוט מען דיר נשלח לסיביר כמרגל.

10. אויב גייסטו אריבער די גרעניץ פון ישראל נישט לעגאל דאן טוט מען דיר מקבל :
עבודה, זכויות רווחה, מקום לחיות בו, חינוך חינם, ביטוח בריאות חינם, תמיכה מהלוביסטים של קבוצות של צדק חברתי, זכות מחאה, אהדה מהתקשורת, תעודת הגנת מהגרים מטעם הUN, זכות למחות על כך שאינך מקבל יחס נאות

ואם יש לך ילד חוטפים אותו ומגדלים אותו לעבור על כל עבירות שבתורה ואתה מקבל אזרחות. מן המצוות

בסוף,

ישראל מקבלת גינוים בעולם על יחס לא נאות לפליטים,

בתמיכת המדינות המוזכרות בסעיפים 1-9.

הבנת ? פארשטאנען???

העבירו .........

קרעדיט

בילד




מיסטער קליקו כהאב מגיה געווען דיינע ווערטער ווייל דו האסט פארגעסן צוצולייגן עפעס ביי נאמבער 10
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

קליקו האט געשריבן:די זאלסט ויסען אז פושעי ישראל מלאים מצוות כרמון גייט היינט אויך אן!

נאך אלעמען זענען די ערגסטע פון די אידן בעסער פון אלע פעלקער, און קיינער קען זיך נישט פארגלייכן, [גיס נישט אויס די שמוץ וועש אין פאבליק, איך בין נישט מקנא זייער גיהנם און איך וויל נישט ארינפאלן אין זייער הענט..., אבער ווען סקומט לגבי אנדערע פעלקער, מי גוי אחד בארץ?]

כיון שכפר בא' מן העיקרים האלו יצא מכלל ישראל ומצוה לשנאתו וכו' (רמב"ם בפיהמ"ש סוף סנהדרין נאכן אויסרעכענען די י"ג עיקרים).
בערך דאס איז די לשון, איך האב עס נישט פאר מיר ממילא כאפ מיך מיך נישט אויפן ווארט, אבער דאס איז די מכוון.
כ'גלייב אז דו האלטסט אויך אז זיי זענען אפיקורסים, קען זיין תינוקות שנשבו, אבער נעבעך א אפיקורוס פארט א אפיקורוס (כידוע דברי הגר"ח מבריסק).
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

תגובה דורך עמקות שלמה »

קליקו, דו האסט אביסל געמישט שכל מיט הלכה. די דברי כפירה אז די ג' שבועות גייט שוין נישט אן ווייל אפאר פושעי ישראל האבן שוין עובר געווען דערויף, דאס ברויך נישט קיין אפ-ענטפער. די ג' שבועות זענען אקטועל ביזן טאג וואס השי"ת וועט אונז אויסלייזן דורך משיח צדקינו, במהרה בימינו אמן.

בד"וו, פון דיינע וועטער זעהט עפעס אויס ווי "ס'איז אמאל געווען א התגרות באומות". ס'הייבצעך נישט אן... סאצעך קיינמאל נישט געענדיגט.

און צו די שכל'דיגע - אדער פאליטישע - פוינט, איז שתי תשובות בדבר, ערשטנס, דו פארשטייסט ממש נישט קיין צווישנשייד צווישן דאס וואס די ציונים האבן פארטריבן די אראבער פאר קארג 63 יאר צוריק, צו דאס וואס די גויים האבן אונז פארטריבן מיט 2000 יאר צוריק???!!!

ביי דיר איז 1+1=500 ???

לאמיר דיר פרובירן מקרב צו זיין אל השכל א זאך וואס דיין קעפל [לייען: דיין יצה"ר (שאני מינות דמשכי)] וויל עפעס נישט פארשטיין: צו קען מען היינט עפענען א קארט קעיס צו פארלאנגען אלטע אינוועסטמענטס אדער אוועק'געגנ'בעטע קרקעות פון פאר די קריג? יא. צו קען מען טוהן די זעלבע צו 'בבל' (איראק)? ניין. פארוואס?...

שנית, האט שוין איינער דא מעיר געווען, אז די אידן זענען נישט געווען די ערשטע אין ארץ ישראל.

יא, השי"ת האט אונז דאס געגעבן ביים ברית בין הבתרים, נו, ער וועט אונז דאס טאקע צוריקגעבן..
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

עמקות שלמה האט געשריבן:יודל, איך ווייס נישט צו צוריקגיין צו די אלטע גרעניצן וואלט געווען א 'וותרנות', אבער א 'פשרה' איז עס.

געדענק: אמאל - זייער נישט לאנג צוריק - איז די 'גאנצע' לאנד געווען פאלעסטין, זענען געקומען אפאר הונדערט טויזנט אידעלעך, און ריטנדיג אויף "אומשולדיגע געפילן" האבן זיי זיך געעפנט "טעראר ארגאניזאציעס"(!) שמאל צו מאכן דאס פלאץ פאר די פאלעסטנער, אזוי אז עס זאל ווערן גוט אנגעצויגן, ביז ווען די יוען וועט נאכגעבן א לאנד פאר די רחמנותדיגע שעפעלעך.

20 יאר שפעטער זענען געקומען די יודעלעך און אוועקגערויבט פון זיי נאך ריזיגע שטחים, דאסמאל שוין אן די יוען, והנה, מען האט ווידעראמאל פארטריבן די 'צוריקגעבליבענע' 'טעראריסטן' פון זייערע היימען.

למעשה די פאלעסטינער האבן קיינאמל נישט אנערקענט, דהיינו נאכגעגעבן, אויף זייערע שטחים פון 63 יאר צוריק, אלזא, אויב דו ווילסט זיי זאלן אראפלייגן די געווער פארן אויסטויש פון צוריקגעבן די "הוספה" פון די גניבה, איז עס גאר א שכלדיגער פשרה.

העכסט פשוט.

לערנטס היסטאריא ביטע
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובה דורך פעטריטשקע »

עמקות שלמה האט געשריבן:קליקו, דו האסט אביסל געמישט שכל מיט הלכה. די דברי כפירה אז די ג' שבועות גייט שוין נישט אן ווייל אפאר פושעי ישראל האבן שוין עובר געווען דערויף, דאס ברויך נישט קיין אפ-ענטפער. די ג' שבועות זענען אקטועל ביזן טאג וואס השי"ת וועט אונז אויסלייזן דורך משיח צדקינו, במהרה בימינו אמן.

בד"וו, פון דיינע וועטער זעהט עפעס אויס ווי "ס'איז אמאל געווען א התגרות באומות". ס'הייבצעך נישט אן... סאצעך קיינמאל נישט געענדיגט.

און צו די שכל'דיגע - אדער פאליטישע - פוינט, איז שתי תשובות בדבר, ערשטנס, דו פארשטייסט ממש נישט קיין צווישנשייד צווישן דאס וואס די ציונים האבן פארטריבן די אראבער פאר קארג 63 יאר צוריק, צו דאס וואס די גויים האבן אונז פארטריבן מיט 2000 יאר צוריק???!!!



לערנטס היסטאריע ביטע
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

תגובה דורך עמקות שלמה »

קליקו האט געשריבן:לערנטס היסטאריא ביטע

פעטריטשקע האט געשריבן:לערנטס היסטאריע ביטע


פארעכטס מיר ביטע.

(עס קוקט מיר אביסל אויס ווי די קארעקשן גייט נישט טוישן די מיינונג פון די ווערטער, דעריבער קומט א בלויזער אפ-ענטפער אינעם ארומיגן פעלערהאפטיגקייט).
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

תגובה דורך עמקות שלמה »

א שטיקל טעות.

דער פראבלעם פון די מדינה איז נישט זייער חילול שבת, און נישט קברים, און נישט רדיפות אויף די חרדים, און נישט געלט.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובה דורך אךשמח »

נתן דוב האט געשריבן:וואס האלט איר וואלט בעסער געווען פאר חרידישע יודען אונטער א פאלעסטינער באהערדע. ?

איך רעד פון שטיצע פאר ערליכע מוסדות וואס נעמן קיין פענע פון די איצטיגע מדינה ?

קענען גיין צום כותל ??

חפירות וועט נישט זיין ..זיי וועלן נישט וועלן אויפריצצען די יודען..?

אלע גאסען וועלען זיין אפגעשפארט שבת.. ווי די חרידים וואוינען .. מיט גוטע פראטעקציע.. מיט א מתנת יד..

קיין טעראר.. זיי ועלן האלטען זייערע חברה און די ראמען..

נישט עובר זיין אויף שלש שבועות..

קיין מיסיאנערן .. די אראבערס גלייכען זיי אויך נישט..

נייע מעשה ביכלעך פון ארבישע חאליפס מיט יודישע ראבין.. וועלן ערשיננען

הא ? וואס איז אייער מיינונג..


זיסע דמיונות.

מיט די רוצחים וועט מען קיינמאל נישט אנקומען אין ערגעץ.

הגה"ק בעל ויואל משה זי"ע האט געוויינט אז משיח זאל אונז אויסלייזן פונעם מדינת הציונות ווייל די רוצחים וועלן אונז הארגענען ווי חיות טורפות ה"י.
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

טראץ דעם וואס די שטריק ווערט ענגער אויפן האלז פון מדינת ישראל, האלט אבער אן די שטייפע עקשנות פון די פירענדע פירערשאפט פון די רעכטער עקסטרעמיסט נתני, און דרייט מיט אלע מאכענאציעס אז א עכטע שלום זאל נישט צושטאנד קומען.

די נעגיטיוויע אנטוויקלאונגען פאר די איזרעליס דרייען זייער שנעל, פון עגיפטן האבען זיי געכאפט א געזינטע שנעלקע מיט אויפשטאנד וואס האט אראפגשליידערן זייער איינציגע פריינט אינעם געגענט פון א ים פון בלוט שונאים, די קאנסקווענצען זעהן זיך שוין אן, די מצרים רפיח גרעינץ קיין עזה וועט געפענט ווערען, וואס וועט אויטעמאטיש גאר שטארק ניצען ברעגען פאר כאמאס און שמאגלען וואפען, אויב האט מדינת ישראל ביז היינט פארמאגט א סטראשע ווען כאמאס האט געשאסען ראקעטען, מיטן באמבעדירען די שמאגעל טאנועלן, כאמאס ברויך היינט שוין נישט קיין שמאגעל טאונעלן ווען זיי האבען א אפענע גרעניץ, אפגערעד אויב די מוסעלמונער ברודערשאפט קומט צו די מאכט דאן איז די קאנסקווענצען פאר די איזרעליס פאטאל.

פון לבנון מיט כיזבאלא איז אויך נישט קיין מוציא מיט האניג, זיי האבען לעצטענס איבערגענומען די מאכט פון לבנון און ארויסגעשטויסען די מערב וועלט געשטיצטע רעגורינג, חיזבאלא פארמאגט היינט זייער שעדליכע וואפען וואס קען קאווערן די גאנצע מדינה.

פון מערב ברעג קומט יעצט נייעס אז די צוויי צובראכענע גרופעס פאטאך און כאמאס האבען געבראכען שלום, אבער אנשטאט אז די איזרעליס זאלען זיך פרייען נעמליך זיי קענען יעצט מיט שלום געשפרעכען אריינעמען אלע פאלאסטינע, אנדערש ווי ביז יעצט ווי שלום איז געווען באזירט אויף נאר איין גרופע די פאטאך, ווערט אבער די איזרעליס פארשטייפערט און ענדיגט גענצליך אפיציעל די פארהאנדלונגען אויך מיט פאטאך, דאס מיינט אז די אנשטאט זיך צוכאפען און איין מאל פאראלעמאל ענדיגען די לאנג פארצויגענע קריג און מיט איין שאס כאפען ביידע האזלעך, גייען די ציונים מיט די קאפ און גראדען וואנד, כאמאס וויל טאקע נאך נישט פארדאמען געוואלטאטען, אבער זענען אייביג געווען אפען פאר פארהאנדלונגען און האבען בעיקור געניצט זייער טעראר צו צווינגען די איזרעליס צום פארהאנדלונגס טישעל.

עס איז זייער שווער צו פארשטיין די סטארטעגיע פון די איזרעליס,צו ווילען זיי אז כאמאס זאל בלייבען די איינציגסע מאכט אין עזה און נישט שערן זייער פירערשאפט מיט די מעסיגע פאטאך? צו האבען זיי מתחילה ווען שלום איז נאך געווען אויף די אגענדע געוואלט נאר א שלום מיט פאטאך, און ווייטער מלחמה כאמאס, וואס וואלסטו פארדינט מיט שלום ווען די לייזט נאר א האלבע פארבלעם,שטחים האסטו צוריקגעגבן אבער באקומען קאנסעציעס האסטו נאר פון איין זייט פונעם בילד, וואספארא מין גאנג איז דאס? , פריי דיך כאטשיק יעצט אז די האסט א וועג אריינצונעמען אלע פראקציעס אינעם ביל, פארביר צו שלעפען כאמאס צו דיר, שטרעק זיי אויס א האנט און צוביסעלעך וועט זייער וויסטע שנאה איינגעשרימפען ווערן, נעם אוועק די ברען מאטריאל וועט די פייער פארלאשען ווערען, אנערקען זייערע רעכטען פאר א לאנד וועלען זיי דיך אנערקענען.

ביז דערווייל באקומען די פאלאסטינער צוביסעלעך מאמענטום און מאכען היסטארישע פארשריט אין ריכטונג צו ווערען אנערקענט ביי די un אלץ א אפיציעלע פאלאסטינער לאנד, איין לאנד נאכען צווייטען ערקלערן אז זיי וועלען שטימען פאר א פאלאסטינער לאנד וואס נעמט אריין אלע גרעינצען פון פאר די זעקס טאגיגע מלחמה, דאס שטעלט די מדינה אין א ערענסע קלעם, צוליב אויב אזא אפשטימאונג גייט אריבער, וועלען אלע מתנחלישע געגטען וואס אנטהאלט אויך מילעטערישע איינריכטונגען ווערען פארעכט אלץ א זעלבסשטענדיגע פאלאסיטע טעטאריע,אין אויב מדינת ישראל האלט נאכען אפשטימאונג אן זייערע באזאס און די שטחים, ווערט דאס אויסגעטיישט און פארעכענט ווי א הארבע פארלעצונג און אריינדריגאונג אין א פרעמדע טעטאריע וואס קען ברעגען שטארקע און ערנסטע קאנסקווענצען פאר די מדינה.

אויב גייען זיי אן ווייטער מיט זייער מאדנע פאלעסיס וועלען זיי זייער נישט גיט אנקומען און זיך נאר גראבען אן אייגענע גרוב .
לעצט פארראכטן דורך די קאץ ארויס פון זאק אום זונטאג מאי 01, 2011 1:45 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובה דורך איזעי »

עד כלותם... (איך מיין זייער ממשלה)


אגב, איך בין נישט אזוי איינשטימיג מיט דעם גאנצן אנאליז, מיר דאכט זיך אז אסאך זאכן וואס דו שרייבסט, האלטן נישט אויס פאליטיש.
אבער מיט דיין אויספיר בין איך 100% מסכים.
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

נו ביסט מכובד מיט פתיחה ר איזעי, שרייב מיט וואס עס איז נישט אויסגעהאלטען.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובה דורך איזעי »

איך האב נישט קיין געדולד און קיין צייט צו פאטשקענען אין פאליטיק, בפרט אז איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט דערין.

זיי נישט באזארגט עס וועט זיין גענוג וואס וועלן דיר שוין געבן צו קאסטן, ווארט נאר ביז דער עולם קומט דא צוריק.
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובה דורך שוטה »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:פון מערב ברעג קומט יעצט נייעס אז די צוויי צובראכענע גרופעס פאטאך און כאמאס האבען געבראכען שלום, אבער אנשטאט אז די איזרעליס זאלען זיך פרייען נעמליך זיי קענען יעצט מיט שלום געשפרעכען אריינעמען אלע פאלאסטינע, אנדערש ווי ביז יעצט ווי שלום איז געווען באזירט אויף נאר איין גרופע די פאטאך, ווערט אבער די איזרעליס פארשטייפערט און ענדיגט גענצליך אפיציעל די פארהאנדלונגען אויך מיט פאטאך, דאס מיינט אז די אנשטאט זיך צוכאפען און איין מאל פאראלעמאל ענדיגען די לאנג פארצויגענע קריג און מיט איין שאס כאפען ביידע האזלעך, גייען די ציונים מיט די קאפ און גראדען וואנד, כאמאס וויל טאקע נאך נישט פארדאמען געוואלטאטען, אבער זענען אייביג געווען אפען פאר פארהאנדלונגען און האבען בעיקור געניצט זייער טעראר צו צווינגען די איזרעליס צום פארהאנדלונגס טישעל.


זאג, דו גלייבסט איין ווארט וואס דו האסט געשריבן?

איך האף אז דו ביסט נישט אזא תמים און ס'איז מער בבחינת השנאה מקלקלת את השורה.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן אז פאר די איזרעליס איז בלויז געבליבען איין אפשיען, פון נאכגעבען א פאלאסטינער לאנד פאר אלע פראקציעס און איינמאל פאראלאמאל ענדיגען די קאנפליקט, די יעצטיגע מהלך זייערע לויפט אויס פון אקסענטשינס זיי ווערען געקארנערט פון אלע זייטען ווי איך האב באריכות ארויסגעברענגט.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”