פרעזידענט אנערקענט ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדנ"י

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 4:51 pm

א. טראכטער האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:פאליטיש גערעדט (נישט השקפת התורה) איז טראמפ הונדערט פראצענט גערעכט, האט נישט קיין שום זין, און עס איז נישטא נאך אזא זאך, אז א לענדל האט א הויפט שטאט, איהר פארלאמענט איז דארט, דאס וואוין ארט פונעם פרעזידענט, פרעמיער מיניסטער, אלע רעגירונג אפיסעס געפינען זיך דארט, און די ווועלט אנערקענט עס נישט, דאס הייסט פשוט געגאנגען קאפ אין וואנט, און דאס איז מער ווייניגער וואס ער האט געזאגט.

איי, די אראבער ימ"ש? זיי האבן שוין פון לאנג געוויזען אז קיין שלום ווילן זיי נישט, נאר שפיכות דמים, רציחות, און שנאת ישראל, און זייט זיי האבן באקומען לעגיטימאציע פון עשיו אייניקלעך אין אייראפע, די אוהבי ישראל מדורי דורות, זענען זיי נאך פול מער פארזיכערט מיט זייער טעראר, טעראר אטאקעס ווערן בכלל נישט פארדאמט, און אויב יא בקול ענות חלושה, ווייל מ'רעדט דאך דא נעבעך פון אזוי גערופענע נרדפים, נעבעך, די אזוי גערופענער פארטנער פאר שלום איז זעלבסט א טערער שטיצער, וואס פארשפרייט פאלשע בלבולים קעגן מדינת ישמעאל, און צאלט געלטער פאר בלוטיגע טעראריסטן ימ"ש, און דא האט זיי טראמפ געוויזען אז מער נישט, נישטא מער קיין מאנקי ביזנעס, ענקער בלוטיגע סטראשערייען וועט ענק גארנישט העלפן.

ווער האט אנערקענט מדינת ישראל פאר א לענדעל?

נישט די UN פאר 70 יאר צוריק?

נו, ממילא?

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 5:02 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:פאליטיש גערעדט (נישט השקפת התורה) איז טראמפ הונדערט פראצענט גערעכט, האט נישט קיין שום זין, און עס איז נישטא נאך אזא זאך, אז א לענדל האט א הויפט שטאט, איהר פארלאמענט איז דארט, דאס וואוין ארט פונעם פרעזידענט, פרעמיער מיניסטער, אלע רעגירונג אפיסעס געפינען זיך דארט, און די ווועלט אנערקענט עס נישט, דאס הייסט פשוט געגאנגען קאפ אין וואנט, און דאס איז מער ווייניגער וואס ער האט געזאגט.

איי, די אראבער ימ"ש? זיי האבן שוין פון לאנג געוויזען אז קיין שלום ווילן זיי נישט, נאר שפיכות דמים, רציחות, און שנאת ישראל, און זייט זיי האבן באקומען לעגיטימאציע פון עשיו אייניקלעך אין אייראפע, די אוהבי ישראל מדורי דורות, זענען זיי נאך פול מער פארזיכערט מיט זייער טעראר, טעראר אטאקעס ווערן בכלל נישט פארדאמט, און אויב יא בקול ענות חלושה, ווייל מ'רעדט דאך דא נעבעך פון אזוי גערופענע נרדפים, נעבעך, די אזוי גערופענער פארטנער פאר שלום איז זעלבסט א טערער שטיצער, וואס פארשפרייט פאלשע בלבולים קעגן מדינת ישמעאל, און צאלט געלטער פאר בלוטיגע טעראריסטן ימ"ש, און דא האט זיי טראמפ געוויזען אז מער נישט, נישטא מער קיין מאנקי ביזנעס, ענקער בלוטיגע סטראשערייען וועט ענק גארנישט העלפן.

ווער האט אנערקענט מדינת ישראל פאר א לענדעל?

נישט די UN פאר 70 יאר צוריק?

נו, ממילא?

זיי האבן געלאזט ירושלים נייטראל

פרידן
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 5:03 pm

לחם לשובע האט געשריבן:פאליטיש גערעדט (נישט השקפת התורה) איז טראמפ הונדערט פראצענט גערעכט, האט נישט קיין שום זין, און עס איז נישטא נאך אזא זאך, אז א לענדל האט א הויפט שטאט, איהר פארלאמענט איז דארט, דאס וואוין ארט פונעם פרעזידענט, פרעמיער מיניסטער, אלע רעגירונג אפיסעס געפינען זיך דארט, און די ווועלט אנערקענט עס נישט, דאס הייסט פשוט געגאנגען קאפ אין וואנט, און דאס איז מער ווייניגער וואס ער האט געזאגט.

איי, די אראבער ימ"ש? זיי האבן שוין פון לאנג געוויזען אז קיין שלום ווילן זיי נישט, נאר שפיכות דמים, רציחות, און שנאת ישראל, און זייט זיי האבן באקומען לעגיטימאציע פון עשיו אייניקלעך אין אייראפע, די אוהבי ישראל מדורי דורות, זענען זיי נאך פול מער פארזיכערט מיט זייער טעראר, טעראר אטאקעס ווערן בכלל נישט פארדאמט, און אויב יא בקול ענות חלושה, ווייל מ'רעדט דאך דא נעבעך פון אזוי גערופענע נרדפים, נעבעך, די אזוי גערופענער פארטנער פאר שלום איז זעלבסט א טערער שטיצער, וואס פארשפרייט פאלשע בלבולים קעגן מדינת ישמעאל, און צאלט געלטער פאר בלוטיגע טעראריסטן ימ"ש, און דא האט זיי טראמפ געוויזען אז מער נישט, נישטא מער קיין מאנקי ביזנעס, ענקער בלוטיגע סטראשערייען וועט ענק גארנישט העלפן.

פאליטיש מיט גערעכט גייען בטבע נישט אינאיינעם, פאיליטיש איז א מעטעמאיק סארט געים

קריימיע באלאנגט למעשה פאר רוסלאנד דאך וועט אמעריקא דאס נישט אנדערקענען כעת אין עס הייסט נישט קאפ אין וואנט

תורה'דיג גערעדט (נישט פאליטיש) איז נישט אויסגעהאלטן זיך צו פרייען מיט עפעס וואס יודן גיין דערפין גארנישט גארנישט האבן נאר צרות עס מאכט נישט אויס פאר קיין איין יוד למעשה וואס אמעריקא דערקלערט אלץ הויפט שטאט עס איז יאסט די ציונות'טישע גאוה האט געהאט א נצחון
אין ניטאמאל ווייזט דאס אויף אהבת ישראל פונעם פרעזידענט נאר ענדערש אויף שנאת האראבער וואס ער האט זי פיינט ווי די שווארץ יאר פשוט ווייל ער האט פיינט אפגעריסענע לוזערס
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום מיטוואך דעצמבער 06, 2017 6:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 5:17 pm

יאצמעך האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:פאר א סאטמארער וואס קען נישט קיין קלארע שיטת וספרי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
אין אפילו דער וואס קען עס יא
וואלט איך פערזענדליך געראטן נישט צו שרייבן צופיל דא
ס'איז גאר דאר שווער נישט צו זיך פארעדן גראב ציונות ועיין לעיל אסאך תגובות ליידער

וואס איז ליינען אנדערש?

טאקע אויך נישט קיין גלייכע זאך
אבער נאך ארגער איז שרייבן אן אייגענע מיינונג וואס איז בלויזע ציונות
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 5:30 pm

גם אני מצטרף, נישטא אזא זאך אז א איד זאגט, פאליטיש גערעדט, א איד טראכט על פי תורה, דאס איז זיין מחשבה, און דאס איז זיין וועג וויאזוי ער קוקט אויף אלעמען. נאכדערצו ווען עס האנדעלט זיך מיט אזא הארבע זאך ווי טראכטן מחשבת מינות פון סימפאטיע מיט די ציונים ימ"ש.
דאס איז אלעס אפילו ווען עס זאל זיך ווען רעדן פון עפעס אן אישו וואס בארירט נישט כלל ישראל, אבער דא, ווען די דערקלערונג שטעלט כלל ישראל אין געפאר, קען מען נאך דעבאטירן 'פאליטיש גערעדט'. וואסערע מין גערעדעכץ איז דאס

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 5:32 pm

בי די אל אקצא קלויסטער האט מען פארלאשן די ליכטיגקייט די נאכט, אלס א צייכען פון טרויער, [יה"ר עס זאל אינגאנצען חרוב ווערן בביאת גו"צ]
בילד

די פאלעסטינער ברויזען...
בילד

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 5:35 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:גם אני מצטרף, נישטא אזא זאך אז א איד זאגט, פאליטיש גערעדט, א איד טראכט על פי תורה, דאס איז זיין מחשבה, און דאס איז זיין וועג וויאזוי ער קוקט אויף אלעמען. נאכדערצו ווען עס האנדעלט זיך מיט אזא הארבע זאך ווי טראכטן מחשבת מינות פון סימפאטיע מיט די ציונים ימ"ש.
דאס איז אלעס אפילו ווען עס זאל זיך ווען רעדן פון עפעס אן אישו וואס בארירט נישט כלל ישראל, אבער דא, ווען די דערקלערונג שטעלט כלל ישראל אין געפאר, קען מען נאך דעבאטירן 'פאליטיש גערעדט'. וואסערע מין גערעדעכץ איז דאס

מסכים, אבער לעש שוין אויס די קאמפיוטער, הער אויף רעדן נייעס, רובא דרובא נייעס איז נאר פאליטיש גערעדט, נישט תורה'דיג.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 9:03 pm

דער פרעזידענט האט געטוהן וואס סיי דעמאקראטען און סיי רעפובליקאנע ״נארמאלע״ פאליטישענס האבען אלס געזאגט אז זיי גייען טוהן.

פון די פרעזידענטס פערספעקטיוו איז עס א קאמפיין צוזאג און א רעאליטעט וואס האט בלויז באקומען א אפיציעלע חותם.

איי די בלוט פארגיסונג וואס קען ארויס קומען דערפון?

1. ער האלט אז עס גייט גארנישט געשעהן, אדער,
2. ער האט נישט ארויס די עכטע קאנסקווענסען ווייל זיינע פאליטישע ראטגעבער זענען אידעאלאגישע העקס.
3. ער האט יא ארויס די קאנסקווענסען, אבער אין רעאליטעט איז עס עניוועי די הויפט שטאט סאו זאל עס זיין אפיציעל.
4 עס פעהלט אויס למען השלום פלאן און וועגן דעם האט ער עס געטוהן.

פון די סיטיזענס אוו די יונייטעד סטעיטס איז די פערספעקטיוו, הו קעירס?!

מצד די מדינה איז עס נאר א שלימזלות, ווייל אז מען פייט אזוי שטארק פאר עפעס און פאר אזוי פיהל יאר און ווען דו באקומסט זעהסטו אז די טאש איז דיר ליידיג ווערסטו א שפאטישע געלעכטער און זייער פנים זאל טאקע פלאמען פאר בושה - נארישע מערכה געוועהן - מען האט ארויסגעווארפען ביליאנען דאלארען פאר לאביאיסטען און פאר די יו עס קאורט סיסטעם צו באקומען: גארנישט!

האפענטליך וועלן די אראבערס אויך איינזעהן אז די איזרעאיילים האבען גארנישט באקומען און איינעמען א ערענסטע שווייגעניש ולא נודע כי באו אל קרבנה, עס ליגט אין זייער הענט צו מאכען דערפון א אישו אדער נישט.

מצד די שיטה פון מיין הייליגען רעבין זי״ע איז א ווייטאג אז די אמעריקאנע לופט איז אזוי שטארק פארפעסטעד מיט פרא איזרעלישע מיינונגען וואס דאס גיבט פאר זיי די ציונים א געוואלדיגע חיזוק צו טוהן כל מה שלבם חפץ און אט דאס באדערט שטארק פאר א יעדע ערליכע איד.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

אנקעטע:

תגובהדורך אויבער-חכם » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 9:07 pm

כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט צו דא שרייבן

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 9:19 pm

מטעמים האט געשריבן:דער פרעזידענט האט געטוהן וואס סיי דעמאקראטען און סיי רעפובליקאנע ״נארמאלע״ פאליטישענס האבען אלס געזאגט אז זיי גייען טוהן.

פון די פרעזידענטס פערספעקטיוו איז עס א קאמפיין צוזאג און א רעאליטעט וואס האט בלויז באקומען א אפיציעלע חותם.

איי די בלוט פארגיסונג וואס קען ארויס קומען דערפון?

1. ער האלט אז עס גייט גארנישט געשעהן, אדער,
2. ער האט נישט ארויס די עכטע קאנסקווענסען ווייל זיינע פאליטישע ראטגעבער זענען אידעאלאגישע העקס.
3. ער האט יא ארויס די קאנסקווענסען, אבער אין רעאליטעט איז עס עניוועי די הויפט שטאט סאו זאל עס זיין אפיציעל.
4 עס פעהלט אויס למען השלום פלאן און וועגן דעם האט ער עס געטוהן.

פון די סיטיזענס אוו די יונייטעד סטעיטס איז די פערספעקטיוו, הו קעירס?!

מצד די מדינה איז עס נאר א שלימזלות, ווייל אז מען פייט אזוי שטארק פאר עפעס און פאר אזוי פיהל יאר און ווען דו באקומסט זעהסטו אז די טאש איז דיר ליידיג ווערסטו א שפאטישע געלעכטער און זייער פנים זאל טאקע פלאמען פאר בושה - נארישע מערכה געוועהן - מען האט ארויסגעווארפען ביליאנען דאלארען פאר לאביאיסטען און פאר די יו עס קאורט סיסטעם צו באקומען: גארנישט!

האפענטליך וועלן די אראבערס אויך איינזעהן אז די איזרעאיילים האבען גארנישט באקומען און איינעמען א ערענסטע שווייגעניש ולא נודע כי באו אל קרבנה, עס ליגט אין זייער הענט צו מאכען דערפון א אישו אדער נישט.

מצד די שיטה פון מיין הייליגען רעבין זי״ע איז א ווייטאג אז די אמעריקאנע לופט איז אזוי שטארק פארפעסטעד מיט פרא איזרעלישע מיינונגען וואס דאס גיבט פאר זיי די ציונים א געוואלדיגע חיזוק צו טוהן כל מה שלבם חפץ און אט דאס באדערט שטארק פאר א יעדע ערליכע איד.


גוט, זייער גוט געשריבען.

יש לדון א דעבאטע צו די מדינה האט למעשה עפעס פארדינט ממשות'דיג פון די דעלעקראציע אדער ניין, עס איז דא עטליכע צדדים דערין, טיים וועיל טעיל, דו האסט געשריבען איין צד וואס איז אויך גערעכט, וכו"כ יש לומר להפיך, אבער עס איז צו פרי צו מאכען א דעסיזשען דערוועגן.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 10:17 pm

מטעמים האט געשריבן:
איי די בלוט פארגיסונג וואס קען ארויס קומען דערפון?

1. ער האלט אז עס גייט גארנישט געשעהן, אדער,


די סטעיט דעפט. האט דאך ארויסגעגעבן א פארארדענונג אז מען זאל נישט פארן קיין אר"י און אז די דיפלאמאטן אין אר"י זאלן נישט גיין קיין אלט-שטאט. זעהט אויס אז זיי ווייסן גאנץ גוט אז עס קומט א בלוט-באד. (א זאך וואס ליידער היימישע אידן ווילן נישט אנערקענען) דאס איז טאקע די סיבה פארוואס פריערדיגע פרעזידענטן האבן זיך נישט צוגעכאפט צו ערקלערן ירושלים אלס הויפטשטאט כאטש אז זיי וואלטן געקענט פאליטיש פארדינען דערפון.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 10:21 pm

איין זאך איז זיכער.
די קומענדיגע פרעזידענטן וואס לויפן, וועלן מוזן זוכן א נייע זאך וואס צוצוזאגן...
לעצט פאראכטן דורך שטאלצער יוד אום מיטוואך דעצמבער 06, 2017 10:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חלות
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

תגובהדורך חלות » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 10:24 pm

צוגעלייגטע
israel-violence-trump.jpg
israel-violence-trump.jpg (126.37 KiB) געזעהן 715 מאל

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 10:39 pm

מטעמים האט געשריבן:דער פרעזידענט האט געטוהן וואס סיי דעמאקראטען און סיי רעפובליקאנע ״נארמאלע״ פאליטישענס האבען אלס געזאגט אז זיי גייען טוהן.

פון די פרעזידענטס פערספעקטיוו איז עס א קאמפיין צוזאג און א רעאליטעט וואס האט בלויז באקומען א אפיציעלע חותם.

איי די בלוט פארגיסונג וואס קען ארויס קומען דערפון?

1. ער האלט אז עס גייט גארנישט געשעהן, אדער,
2. ער האט נישט ארויס די עכטע קאנסקווענסען ווייל זיינע פאליטישע ראטגעבער זענען אידעאלאגישע העקס.
3. ער האט יא ארויס די קאנסקווענסען, אבער אין רעאליטעט איז עס עניוועי די הויפט שטאט סאו זאל עס זיין אפיציעל.
4 עס פעהלט אויס למען השלום פלאן און וועגן דעם האט ער עס געטוהן.

פון די סיטיזענס אוו די יונייטעד סטעיטס איז די פערספעקטיוו, הו קעירס?!

מצד די מדינה איז עס נאר א שלימזלות, ווייל אז מען פייט אזוי שטארק פאר עפעס און פאר אזוי פיהל יאר און ווען דו באקומסט זעהסטו אז די טאש איז דיר ליידיג ווערסטו א שפאטישע געלעכטער און זייער פנים זאל טאקע פלאמען פאר בושה - נארישע מערכה געוועהן - מען האט ארויסגעווארפען ביליאנען דאלארען פאר לאביאיסטען און פאר די יו עס קאורט סיסטעם צו באקומען: גארנישט!

האפענטליך וועלן די אראבערס אויך איינזעהן אז די איזרעאיילים האבען גארנישט באקומען און איינעמען א ערענסטע שווייגעניש ולא נודע כי באו אל קרבנה, עס ליגט אין זייער הענט צו מאכען דערפון א אישו אדער נישט.

מצד די שיטה פון מיין הייליגען רעבין זי״ע איז א ווייטאג אז די אמעריקאנע לופט איז אזוי שטארק פארפעסטעד מיט פרא איזרעלישע מיינונגען וואס דאס גיבט פאר זיי די ציונים א געוואלדיגע חיזוק צו טוהן כל מה שלבם חפץ און אט דאס באדערט שטארק פאר א יעדע ערליכע איד.

ספעציעל אריין געסיינט זיך צו באדאנקען פאר די געוואלדיגע גוטע אנעליז געשריבן דורך ידידנו מר @מטעמים! ;l;p-

און לאמיך נאר מגיב זיין שנעל און בקיצור.

קודם כל בין איך ביי די מיינונג אז טראמפ האט עז געטוהן בעיקר פאר קומענדיגע שלום פלענער. [נאמבער 4 פון ידידינו @מטעמים] די מהלך פון די ביז יעצטיגע פערעזידענטען איז צו לאזן די נושא מער ווייניגער סטעטיס קווא, ווידער טראמפ וויל מער למעשה׳דיגע תכלית און געבן א שאקעל אויף די נושא פון ביידע צדדים.

מצד א״י זיי מיזן יעצט זיך מער צו שטעלן נאך וואס מען האט זיי נאכגעגעבן. און מצד אבאס, (אגב: איינער ווייסט אפשר וויפעל מענטשען זענען מיט דעם שמאק...? און וואס וויל דער פארשוין? א מדינה? א וואס? א נייע פאליסטיניע מדינה.. פאר וועמען...?) ער זעהט יעצט אז ער גייט כאפן מכות פון טראמפ אויב ער וועט נישט גיין אין שפאן מיט איהם און זיך צושטעלן צו די געשפרעכן.

און וועגן דעם וואס די ליבער מטעמים זאגסט, אז א״י האט גארנישט באקומען, בין איך ביי די מיינונג אז זיי האבן יא אסאך היינט באקומען. ווייל ביז יעצט ווילאנג איך די עמעריקאנער אנערקען נישט אין ירושלים אז ס׳איז די הויפט שטאט, איז פשט אז ירושלים איז נאך אויף די פארהאנדלונג׳ס טישל. ווידער יעצט אז איך אנערקען יא, איז פשט אז על זה לא אנו דנין בכלל. ואין אנו דנין יותר בזה.. און פון יעצט און ווייטער פארגעס צו בעטן סיי וואספארע שטיקעל שטח אין ירושלים. פארגעס דערפון די גייסט נישט באקריגען גארנישט פינטעל.

וואס קען מען יא פארהאנדלען? קומט טראמפ מיט א פלאן צו פארשלאגן למשל די סיני מדבר.. מצרים האט דארט צופיל צרות מיט אייסעס, זאגן באריכטען אז טראמפ וויל שלאגן צוויי פייגלעך מיט איין שאס! געבן פאר אבאס מיט זיינע משוגעים... די סיני מדבר.. און די גיי דארט מאך דיר דיין א.ג. נייע פאלוסטינע לאנד. און פטור אן עסק.
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 10:46 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:איין זאך איז זיכער.
די קומענדיגע פרעזידענטן וואס לויפן, וועלן מוזן זוכן א נייע זאך וואס צוצוזאגן...

:lol: :lol: ;l;p-

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 10:59 pm

בס"ד

מטעמים שרייבט פיין.

וגא"מ, אז טראמפ נעמט דא א ביזנעס-פויסט-טאקטיק, נוסח ריעל עסטעיט מאגול מיט שפיזיגע עלנבויגן און נאך א שפיזיגערע פיסקל, און ער גיט אריין א באכע אין די פאלעסטינער - נישט ווייל ער גלייכט די מדינה, נאר ווייל ער וויל לייגן "אמת'דיגע" פרעשור אויף די פאלעסטינער און בכלל אויף די אראבישע וועלט.

נאך פון קלינטאן, בוש, אבאמא, האט מען גערעדט און גערעדט און נישט אנגעקומען צו ווייט. היינט איז שוין כאמאס מיד פון טעראר, פאטאח איז שוואך, די אנדערע גרופעס דארט זענען גאר שוואך, סאודי אראביע האלזט זיך מיט קושנער, אבער מיט די אלע זאכן וואלטן די געשפרעכן געקענט אנקומען צו א גרויסע גארנישט אזוי ווי ביי קלינטאנ'ס שארעם על שאיך מיט באראק-אראפאט. איז געגאנגען טראמפ און דערלאנגט פאר די אראבער א פראסק, פאר איין סיבה, זיי ארויסצושלעפן פון די פוילע חלומות און מאכן א "דיעל" אויף למעשה.

איך האלט אז יעצט וועט טראמפ קענען זאגן פאר די ציונים, איך האב ענק געגעבן די גרעסטע (כלומרשט...) מתנה אין וואשינגטאן היסטאריע, יעצט זייטס מוחל און וועקט אייך אויך אויף מיט פשרות אויף די שטחים, אפשר גאר כותל צי הר הבית.

טראמפ'ס גאנצע צוגאנג צום מיטל מזרח כאאס איז ווי א הארטער ביזנעסמאן. ווי קושנער זאגט, די מיטל מזרח קריזיס איז אסאך פארבינדן מיט "ריעל עסטעיט." איר הערט ווערטער? זיין היינטיגע ספיטש איז געווען א "מאנהעטן ריעל עסטעיט שאך-מואוו" (נו, גילוי פון מיין אנאליז אין "דער בית," אקעי נאר א חלק...). בפשטות, וואס ווייסן מיר דען, גייט קיין ראיאטן נישט זיין, ווייל אלע אראבער פארשטייען די סטראטעגיע. זיי ווייסן אויך אז די פראסק פאר די אראבער מיט'ן הויפטשטאט איז געווען געצילט צו זאגן פאר נתני', נו, דיין שונא האט געכאפט א זעץ, בארואיג דיך, וואס ביסטו גרייט יעצט נאכצוגעבן? און יעצט מוז ער נאכגעבן אין גרויסן.

די גרעסטע פארלירער דא זענען די ליבעראלע מידיע וואס בלאזן א פויקע מיט ראיאטן, שאיאטן, גארניקס. אבער פורים מאסקעס אנגעצינדן מיט וואדקע.

קען אויך גאר זיין אז פאר די מדינה איז עס בכלל נישט קיין מעידזשער טובה, ווי מטעמים שרייבט, ווייל נאך אלע מעשיות וועט עס אדורכגיין כנ"ל און די הויפט רעזולטאט וועט זיין די פרעשור אויף די מדינה אז יעצט האבן זיי שוין נישט קיין תירוץ צו ווייזן א פייג פאר די אראבער.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:05 pm

בס"ד

יעצט געזען גאלדענע פעדער, כמעט הוא הדבר אשר דברנו.

אבער וועגן דיין אנאליז אויף ירושלים האלט איך פארקערט. די מדינה האט נישט געוואלט הערן דערפון ווייל, נו, עס איז דאך אונזער הויפטשטאט, פארוואס וויל אמעריקע דאס נישט פארשטיין. יעצט איז אים טראמפ פארלאפן די וועג. ירושלים איז מטעם הציונים זייער הויפטשטאט אפיציעל שבאפיציעל, און זאל דאס ווערן פראטאקאלירט איבער די גאנצע וועלט.

נאר יעצט אז איך און דו האבן עס ארויס, זיי א מענטש און גיב זיי אפאר בלאקן ביי כותל. וואס וועסטו פארלירן? ירושלים איז דאך שוין סיי ווי דיין אפיציעלע הויפטשטאט און באלד פלאטערט שוין דארט די אמעריקאנער פאן? און ווי נאר די מדינה זאגט איין מינדעסטע ווארט וועגן פשרה אויף איין אינטש מזרח ירושלים, וואס קענען די אראבער "יעצט" ענטפערן?

אפשר דאס האט קושנער אזוי גרונטליך בעארבייט אין ריאד.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:10 pm

ערוץ 7 האט געשריבן:הרמטכ"ל רב-אלוף גדי איזנקוט ביקר היום (רביעי) בחטיבה המרחבית "יהודה" שבאוגדת יהודה ושומרון.

הביקור נערך כחלק מההיערכות של מערכת הביטחון להכרה האמריקנית בירושלים שצפויה להצית מהומות ברחוב הערבי באיו"ש, במזרח ירושלים ובעזה.

זעט אויס זיי נעמען נישט אן אלע פשט'לעך פארוואס די אראבער וועלן נישט ווילדעווען.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:37 pm

בס"ד

די פרעסע הייבט שוין אן צו זעהן אז דערווייל איז עס נישט אזא חורבן.

דער "טיימס" פרעגט זייער ערנסט צו די מוראדיגע "שטורעם" קעגן טראמפ איז טאקע עפעס א זאך אדער נאר א ליידיגע באלון.

אויך שרייבן זיי נאך פון אייוועלט אז יעצט וועט זיין געפערליכע פרעשור אויף די ציונים וכנ"ל

Still, Mr. Netanyahu could now face a new set of political problems from Mr. Trump’s announcement

Others warned that Israel might have to pay a price down the road if Mr. Trump — assuming he is serious about peacemaking — offers a concession to the Palestinians.

“The next time Trump wants something from Israel,” said Nachman Shai, a Labor Party member of the Knesset, “I’d like to see who will say no.”
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

תגובהדורך שמרי' קערנקרויט » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:47 pm

איך האב היינט געהערט א נקודה וואס איך מיין אז קיינער האט דאס נאכנישט ארויסגעברענגט דא.

פארוואס זאל טראמפ דאס טוען? וואס גייט אמעריקא האבן דערפון?

א לאגישע הסבר קען זיין: וואלן!

טראמפ טראכט שוין פון זיין ווידערוויילונג קאמפיין, און מיט דעם מאוו האט ער זיך פארזיכערט די אמעריקאנע ציוניסטישע שטימעס. די ציוניסטישע לאביאיסטן וועלן אריינגעסן מיליאנען אין זיין קאמפיין, שעלדאן עדלסאן און די אלע אידישע ביליאנערן וועלן שטיצן טראמפ אלל דע וועי, נישט האלבוועגט אדער דרייפערטל, אזוי אויך א גרויס טייל פון די ליביראלע אידן וואס האבן אים נישט געשטיצט ביז איצט וועלן שטימען פאר אים (כאטש וואס א טייל פון זיי זענען אזוי ליבעראל אז עס שטערט זיי גאר די היינטיגע שריט, זענען אבער דאך פארהאן מער מעסיגע וואס זענען נאך ציונים, און יובל'ירן מיט דעם היינטיגן שריט).

די ארעבישע שטימען (וויפיל זיי זענען) האט ער דאך סייווי נישט, נא, האט ער זיך איצט פארזיכערט די אמעריקאנער אידישע-ציוניסטישע שטימעס, און די סאפארט פון די ציוניסטישע לאביס.

זאל דער אייבערשטער האלטן די רעכטע האנט, אז דאס זאל חלילה נישט שאטן פאר קיין שום איד, אזוי אויך לאמיר האפן אז ווען חרדי'שע אידן וועלן שטימען פאר אים, זאל דאס נישט אויסגעטייטשט ווערן אז זיי טוען דאס ציליב איזראעל.
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 12:34 am

שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:איך האב היינט געהערט א נקודה וואס איך מיין אז קיינער האט דאס נאכנישט ארויסגעברענגט דא.

פארוואס זאל טראמפ דאס טוען? וואס גייט אמעריקא האבן דערפון?

א לאגישע הסבר קען זיין: וואלן!

טראמפ טראכט שוין פון זיין ווידערוויילונג קאמפיין, און מיט דעם מאוו האט ער זיך פארזיכערט די אמעריקאנע ציוניסטישע שטימעס. די ציוניסטישע לאביאיסטן וועלן אריינגעסן מיליאנען אין זיין קאמפיין, שעלדאן עדלסאן און די אלע אידישע ביליאנערן וועלן שטיצן טראמפ אלל דע וועי, נישט האלבוועגט אדער דרייפערטל, אזוי אויך א גרויס טייל פון די ליביראלע אידן וואס האבן אים נישט געשטיצט ביז איצט וועלן שטימען פאר אים (כאטש וואס א טייל פון זיי זענען אזוי ליבעראל אז עס שטערט זיי גאר די היינטיגע שריט, זענען אבער דאך פארהאן מער מעסיגע וואס זענען נאך ציונים, און יובל'ירן מיט דעם היינטיגן שריט).

די ארעבישע שטימען (וויפיל זיי זענען) האט ער דאך סייווי נישט, נא, האט ער זיך איצט פארזיכערט די אמעריקאנער אידישע-ציוניסטישע שטימעס, און די סאפארט פון די ציוניסטישע לאביס.

זאל דער אייבערשטער האלטן די רעכטע האנט, אז דאס זאל חלילה נישט שאטן פאר קיין שום איד, אזוי אויך לאמיר האפן אז ווען חרדי'שע אידן וועלן שטימען פאר אים, זאל דאס נישט אויסגעטייטשט ווערן אז זיי טוען דאס ציליב איזראעל.

מ׳האמער שוין דאס באוויינט פון די ערשטע מינוט
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

תן חיוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 12:43 am

שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:איך האב היינט געהערט א נקודה וואס איך מיין אז קיינער האט דאס נאכנישט ארויסגעברענגט דא.

פארוואס זאל טראמפ דאס טוען? וואס גייט אמעריקא האבן דערפון?

א לאגישע הסבר קען זיין: וואלן!

טראמפ טראכט שוין פון זיין ווידערוויילונג קאמפיין, און מיט דעם מאוו האט ער זיך פארזיכערט די אמעריקאנע ציוניסטישע שטימעס. די ציוניסטישע לאביאיסטן וועלן אריינגעסן מיליאנען אין זיין קאמפיין, שעלדאן עדלסאן און די אלע אידישע ביליאנערן וועלן שטיצן טראמפ אלל דע וועי, נישט האלבוועגט אדער דרייפערטל, אזוי אויך א גרויס טייל פון די ליביראלע אידן וואס האבן אים נישט געשטיצט ביז איצט וועלן שטימען פאר אים (כאטש וואס א טייל פון זיי זענען אזוי ליבעראל אז עס שטערט זיי גאר די היינטיגע שריט, זענען אבער דאך פארהאן מער מעסיגע וואס זענען נאך ציונים, און יובל'ירן מיט דעם היינטיגן שריט).

די ארעבישע שטימען (וויפיל זיי זענען) האט ער דאך סייווי נישט, נא, האט ער זיך איצט פארזיכערט די אמעריקאנער אידישע-ציוניסטישע שטימעס, און די סאפארט פון די ציוניסטישע לאביס.

זאל דער אייבערשטער האלטן די רעכטע האנט, אז דאס זאל חלילה נישט שאטן פאר קיין שום איד, אזוי אויך לאמיר האפן אז ווען חרדי'שע אידן וועלן שטימען פאר אים, זאל דאס נישט אויסגעטייטשט ווערן אז זיי טוען דאס ציליב איזראעל.


פארוואס האט ער נישט אויסגעווארט ביז די ענדע פון זיין יעצטיגע טערמין?
ער קען זיך נאך צורייבן מיט די ישראלים... ולא נודע כי באו אל קירבנה...

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 2:35 am

די אפיציעלע דעקלאראציע, גע'חתמ'עט דורך דער פרעזידענט
BY THE PRESIDENT OF THE UNITED STATES OF AMERICA

A PROCLAMATION


The foreign policy of the United States is grounded in principled realism, which begins with an honest acknowledgment of plain facts. With respect to the State of Israel, that requires officially recognizing Jerusalem as its capital and relocating the United States Embassy to Israel to Jerusalem as soon as practicable.

The Congress, since the Jerusalem Embassy Act of 1995 (Public Law 104-45) (the "Act"), has urged the United States to recognize Jerusalem as Israel's capital and to relocate our Embassy to Israel to that city. The United States Senate reaffirmed the Act in a unanimous vote on June 5, 2017.

Now, 22 years after the Act's passage, I have determined that it is time for the United States to officially recognize Jerusalem as the capital of Israel. This long overdue recognition of reality is in the best interests of both the United States and the pursuit of peace between Israel and the Palestinians.

Seventy years ago, the United States, under President Truman, recognized the State of Israel. Since then, the State of Israel has made its capital in Jerusalem -- the capital the Jewish people established in ancient times. Today, Jerusalem is the seat of Israel's government -- the home of Israel's parliament, the Knesset; its Supreme Court; the residences of its Prime Minister and President; and the headquarters of many of its government ministries. Jerusalem is where officials of the United States, including the President, meet their Israeli counterparts. It is therefore appropriate for the United States to recognize Jerusalem as Israel's capital.

I have also determined that the United States will relocate our Embassy to Israel from Tel Aviv to Jerusalem. This action is consistent with the will of the Congress, as expressed in the Act.

Today's actions -- recognizing Jerusalem as Israel's capital and announcing the relocation of our embassy -- do not reflect a departure from the strong commitment of the United States to facilitating a lasting peace agreement. The United States continues to take no position on any final status issues. The specific boundaries of Israeli sovereignty in Jerusalem are subject to final status negotiations between the parties. The United States is not taking a position on boundaries or borders.

With today's decision, my Administration reaffirms its longstanding commitment to building a future of peace and security in the Middle East. It is time for all civilized nations and people to respond to disagreement with reasoned debate -- not senseless violence –- and for young and moderate voices across the Middle East to claim for themselves a bright and beautiful future. Today, let us rededicate ourselves to a path of mutual understanding and respect, rethinking old assumptions and opening our hearts and minds to new possibilities. I ask the leaders of the Middle East -- political and religious; Israeli and Palestinian; and Jewish, Christian, and Muslim -- to join us in this noble quest for lasting peace.

NOW, THEREFORE, I, DONALD J. TRUMP, President of the United States of America, by virtue of the authority vested in me by the Constitution and the laws of the United States, do hereby proclaim that the United States recognizes Jerusalem as the capital of the State of Israel and that the United States Embassy to Israel will be relocated to Jerusalem as soon as practicable.

IN WITNESS WHEREOF, I have hereunto set my hand this sixth day of December, in the year of our Lord two thousand seventeen, and of the Independence of the United States of America the two hundred and forty-second.




DONALD J. TRUMP

אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

תגובהדורך י. ירושלמי » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 6:17 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:א מעלדונג אז אמעריקע וועט אנערקענען ירושלים אלץ די מדנ״י הויפט שטאט קען מעגליך קומען אזוי פרי ווי קומענדע זונטאג, לויט א באריכט.



שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:שוין געוועזן פילע אזאנע באריכטן די לעצטע עטליכע חדשים, ויישן ויחלום שנית...


ויישן ויחלום..............................................

joegreen
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 9:01 am

י. ירושלמי האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:א מעלדונג אז אמעריקע וועט אנערקענען ירושלים אלץ די מדנ״י הויפט שטאט קען מעגליך קומען אזוי פרי ווי קומענדע זונטאג, לויט א באריכט.



שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:שוין געוועזן פילע אזאנע באריכטן די לעצטע עטליכע חדשים, ויישן ויחלום שנית...


ויישן ויחלום..............................................



ויקץ והנה חלום?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], היכלי און 29 געסט