מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אבן יקרה
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » פרייטאג מאי 19, 2017 11:31 am

טויגליכער איד האט געשריבן:זיי זענען נישט געווארן ווילד פון א טישו, פליז...
זיי זענען ווילד ווייל זיי זעהן אז מגיט זיך אנייצע און מפארשיקט זיי ווי שחורים

א וודאי. אבער אויף דעם קענען זיי גארנישט טוהן.
אבער ווען מ'מאכט זיך נאריש און מ'שפילט צו זייער הענט מיט ווארפן אויף זיי מיסט וכיו"ב, דאס איז א תירוץ פאר זיי, אז ס'איז שוין לעגאל זיך צום ווילדעווען.
ווער עס מיינט אז די ציונים זענען עפעס ווייניגער רשעים און עוקרי דת וואו סטאלין ימ"ש אדער אלע אנדערע קאמיניסטן, לעבט אין א גרויסע טעות. מ'דארף זיך שלאגן מיט זיי מיט שכל, מיט טאקטיש, נישט מיט ווילדקייט.

מוציא לאור
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 2:49 pm

תגובהדורך מוציא לאור » פרייטאג מאי 19, 2017 11:38 am

אבן יקרה האט געשריבן:
טויגליכער איד האט געשריבן:זיי זענען נישט געווארן ווילד פון א טישו, פליז...
זיי זענען ווילד ווייל זיי זעהן אז מגיט זיך אנייצע און מפארשיקט זיי ווי שחורים

א וודאי. אבער אויף דעם קענען זיי גארנישט טוהן.
אבער ווען מ'מאכט זיך נאריש און מ'שפילט צו זייער הענט מיט ווארפן אויף זיי מיסט וכיו"ב, דאס איז א תירוץ פאר זיי, אז ס'איז שוין לעגאל זיך צום ווילדעווען.
ווער עס מיינט אז די ציונים זענען עפעס ווייניגער רשעים און עוקרי דת וואו סטאלין ימ"ש אדער אלע אנדערע קאמיניסטן, לעבט אין א גרויסע טעות. מ'דארף זיך שלאגן מיט זיי מיט שכל, מיט טאקטיש, נישט מיט ווילדקייט.


אין אנדערע פאלן אין ירושלים און אין בית שמש האבן זיי זיך אויפגעפירט אזוי בלויז פארן שרייען.
געבט א כתב יד - און באקומט א ספר

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » פרייטאג מאי 19, 2017 12:32 pm

זייער ברוטאליש. געפערליך. אוי שכך עלתה בימינו אז אחינו בנ"י הנתונים בצרה ובשביה (=תינוקות שנשבו) זאלן זיך אזוי אויפפירן. בעצם ווער זאגט זיי זענען אידען, אפשר זענען זיי גאר דרוזים?
דעם אינגערמאן וואס מען ארעסטירט גלייך נאך מען כאפט דעם אינגעל קוקט אויס אומשולדיג ממש, ער איז סתם אריבער געגאנגען דארט, און זיי פירן זיך אויף צו עם כאילו ער איז באגאנגען א געפערליכע קריים. כ'האב עס איבער געקוקט אפאר מאל כ'האב נישט געקענט קומען צו זיך.
אבער דעם אינגעל וואס האט געווארפן דעם פעמפער.... אנטשולדיגט מיר אבער אויב מיין אינגל גייט ווארפן א פעמפער אויף א אפגעפארענע בחור (אן קיין בארד און פיאות מיט א סמארטפאון און א רויטע/גרינע טישערט מיט האלבע דשזינס הויזן), וואס האט זיך 'דערוואגט' אדורך צו גיין 13 עוו אדער בעדפארד עוו.... המממ... וועליך איך איהם אפשר אויך דערלאנגען אין די זייטן.... שלאגן ווייס איך נישט ווייל היינט מעג מען דאך שוין נישט שלאגן אבער א גוטן פאנישמענט גייט ער זיכער כאפן פון מיר.
א נישט מחונך'דיג קינד נעבעך.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » פרייטאג מאי 19, 2017 12:51 pm

געבן א פראסק אפילו א געזונטס
קומט נישט צו צום פערשט ווי עס לויפן זיך צוזאם פון אלע זייטן שווער באוואפענטע מיליטערלייט מיט רעוואלווערס אין די הענט און זעצן אריין אין פאליציי קאר מיט אכזריות

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » פרייטאג מאי 19, 2017 1:16 pm

אין איין ווארט נאכן זען די קליפ: נאצים!!!
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג מאי 19, 2017 1:40 pm

טייטל האט געשריבן:זייער ברוטאליש. געפערליך. אוי שכך עלתה בימינו אז אחינו בנ"י הנתונים בצרה ובשביה (=תינוקות שנשבו) זאלן זיך אזוי אויפפירן. בעצם ווער זאגט זיי זענען אידען, אפשר זענען זיי גאר דרוזים?
דעם אינגערמאן וואס מען ארעסטירט גלייך נאך מען כאפט דעם אינגעל קוקט אויס אומשולדיג ממש, ער איז סתם אריבער געגאנגען דארט, און זיי פירן זיך אויף צו עם כאילו ער איז באגאנגען א געפערליכע קריים. כ'האב עס איבער געקוקט אפאר מאל כ'האב נישט געקענט קומען צו זיך.
אבער דעם אינגעל וואס האט געווארפן דעם פעמפער.... אנטשולדיגט מיר אבער אויב מיין אינגל גייט ווארפן א פעמפער אויף א אפגעפארענע בחור (אן קיין בארד און פיאות מיט א סמארטפאון און א רויטע/גרינע טישערט מיט האלבע דשזינס הויזן), וואס האט זיך 'דערוואגט' אדורך צו גיין 13 עוו אדער בעדפארד עוו.... המממ... וועליך איך איהם אפשר אויך דערלאנגען אין די זייטן.... שלאגן ווייס איך נישט ווייל היינט מעג מען דאך שוין נישט שלאגן אבער א גוטן פאנישמענט גייט ער זיכער כאפן פון מיר.
א נישט מחונך'דיג קינד נעבעך.

אויך ווען יענער איז נאר דארט מיטצושלעפן דיין קינד?
איך נישט.

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » פרייטאג מאי 19, 2017 2:19 pm

אויב מיין קינד ווייסט נישט אז יענער איז דארט מיטצושלעפן וועל איך איהם פראבירן צו מחנך זיין. יא. ווייל איך וויל נישט קיין קינדער מיט אזעלכע מידות.
עני וועי מען פארקריכט, די עיקר דא איז די בראטאלישקייט פון די חברה וואס איז אומ-עקסעפטעבל, דאס איז נאר די טפל.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג מאי 19, 2017 3:50 pm

יאסעלע האט געשריבן:אין איין ווארט נאכן זען די קליפ: נאצים!!!

טריי עס אויס דא אין אמעריקא. געב דיין קינד א שמוציגע דייפער צו ווארפן אויף א פאליס, און לאז מיר וויסן די ריזאלטס...

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » פרייטאג מאי 19, 2017 4:22 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
יאסעלע האט געשריבן:אין איין ווארט נאכן זען די קליפ: נאצים!!!

טריי עס אויס דא אין אמעריקא. געב דיין קינד א שמוציגע דייפער צו ווארפן אויף א פאליס, און לאז מיר וויסן די ריזאלטס...

א פאליציאנט וואס וועט זיך אזוי באגיין צו א קינד אין אמעריקע וועט ווערן אויפגעזאגט (אדער לכה"פ סוספענדעד) אויפן פלאץ! דער פאליציאנט האט נישט קיין רעכט צו נוצן מאכט (אפי' אויב יענער האט עפעס געווארפן אויף אים) נאר אויב יענער רעזיסט, און אפי' אויב ער רעזיסט טאר ער אויך נישט די רגע וואס ער איז קאנטעינד.
דאס איז ביי יעדע מענטש. ביי א קינד איז עס פיל פיל הארבער.

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » פרייטאג מאי 19, 2017 4:29 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
יאסעלע האט געשריבן:אין איין ווארט נאכן זען די קליפ: נאצים!!!

טריי עס אויס דא אין אמעריקא. געב דיין קינד א שמוציגע דייפער צו ווארפן אויף א פאליס, און לאז מיר וויסן די ריזאלטס...

ווי אין אמעריקע שיקט די פאליציי אריין אזעלכע אינטערציער'ס, בלויז מיט'ן ציל צו קענען דערנאך ארויסשפרינגען ווי חיות און ארעסטירן?!

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » פרייטאג מאי 19, 2017 6:41 pm

עולם ומלואו האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:
יאסעלע האט געשריבן:אין איין ווארט נאכן זען די קליפ: נאצים!!!

טריי עס אויס דא אין אמעריקא. געב דיין קינד א שמוציגע דייפער צו ווארפן אויף א פאליס, און לאז מיר וויסן די ריזאלטס...

ווי אין אמעריקע שיקט די פאליציי אריין אזעלכע אינטערציער'ס, בלויז מיט'ן ציל צו קענען דערנאך ארויסשפרינגען ווי חיות און ארעסטירן?!

אז דו פרעגסט וועליך דיך ענטפערן: עי' ערך דיעל/דוואק. ואידך פירושא זיל גמור. די מעריקאנע זענען נישט אזעלכע גרויסע צדיקים.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מוצ"ש מאי 20, 2017 4:01 pm

טייטל האט געשריבן:זייער ברוטאליש. געפערליך. אוי שכך עלתה בימינו אז אחינו בנ"י הנתונים בצרה ובשביה (=תינוקות שנשבו) זאלן זיך אזוי אויפפירן. בעצם ווער זאגט זיי זענען אידען, אפשר זענען זיי גאר דרוזים?
דעם אינגערמאן וואס מען ארעסטירט גלייך נאך מען כאפט דעם אינגעל קוקט אויס אומשולדיג ממש, ער איז סתם אריבער געגאנגען דארט, און זיי פירן זיך אויף צו עם כאילו ער איז באגאנגען א געפערליכע קריים. כ'האב עס איבער געקוקט אפאר מאל כ'האב נישט געקענט קומען צו זיך.
אבער דעם אינגעל וואס האט געווארפן דעם פעמפער.... אנטשולדיגט מיר אבער אויב מיין אינגל גייט ווארפן א פעמפער אויף א אפגעפארענע בחור (אן קיין בארד און פיאות מיט א סמארטפאון און א רויטע/גרינע טישערט מיט האלבע דשזינס הויזן), וואס האט זיך 'דערוואגט' אדורך צו גיין 13 עוו אדער בעדפארד עוו.... המממ... וועליך איך איהם אפשר אויך דערלאנגען אין די זייטן.... שלאגן ווייס איך נישט ווייל היינט מעג מען דאך שוין נישט שלאגן אבער א גוטן פאנישמענט גייט ער זיכער כאפן פון מיר.
א נישט מחונך'דיג קינד נעבעך.


ס'נישט דומה צי אן אפגעפארענע בחור בכלל, ס'קלאר ווי די טאג, און די ירושלים'ע יונגעלעך זענען גענוג קלוג דאס צי פארשטיין, אז א סאלדאט מיט א סאלדאטקע אנגעטוהן חרדי'ש, קומען מיט די איינציגסטע און בלויזע ציהל, אשר קרך - קאלט צי מאכן די גאנצע נושא פון מיליטער, און אפילו גיוס בנות וואז איז אלעמאל געווען אזוי חמור פראבירען זיי אפציקילען, און עס קומט זיי מער ווי איין פעמפער אויפן קאפ, אז זיי זאלן נישט האבן זי מינדעסטע חלום נאכאמאל זיך וואגן דאס צי טוהן.

און צי די אלע וואס פארשטייען נישט וואס איז די אומגעהויערע ברוטאליטעט וואס די מיליטער באגייט זיך דא, בין איך ממליץ צוריק ציקוקען א ביסל, דארט האב איך געשריבען איבער א דראסטישע פארמינערונג פון די צאל חרדי'שע מתגייסים ב"ה, און מסתבר אז דאס האט זיי אנגעצינגדען, אז זייער ציהל פון אריינשלעפן די פרומע היל"ת, גייט צי גרונד, און אלס צוליב א פאר עקשנות'דיגע יונגעלעך וואס פארשעמען די סאלדאטן, הייסט עס אז דאס איז א נאציאנאלע סכנה, און פאר אזוינע סיבות מעג מען ארעסטירען יונגלעך, פונקט ווי די אמעריקאנע פאליציי ארעסטירט יונגלעך וואס מאכן מסוכנ'דיע פייערען.

והיינו טעמא איבער די נארישע פארדאמונג וואס די ראש הממשלה - וואס טראץ ער איז א מומר און א אפיקורס איז ער נישט קיין טיפש - האט געדארפט אזוי נאריש פארדאמען די קינדערישע ל"ג בעומר פייער וואס האט פארברענט די סאלדאט דאמי, והיינו טעמא פון די קישערייען און חנפ'ערייען וואס די פרומע סאלדאטן באקומען סיי פון די שר הבטחון און סיי פון די ראש הממשלה, און כל צרוע וכל זב.

און נאך עפעס, ווען אזא ווידיאו זאל ווען ארויס קומען ווי די פאליציי באגייט זיך אזוי מיט אן אראבישע שרץ'על וואס ווארפט שטיינער, וואלט שוין געפלויגען פארדאמונגען פון די גאנצע וועלט, פון די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט, פון יו-ען הומען רייטס, פון אי-יו, און פון די מדנ"י לינקע גרופעס, אבער פארן ארעסטירען א אידיש קינד וואס האט גארנישט אומלעגאל געטוהן, סה"כ געשריגען, אין קול ואין עונה...

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג מאי 21, 2017 6:50 am

א הפגנה איז פארגעקומען ערב שבת קעגן איינער פון די גרויסע שישקעס פון צה"ל, וואס איז אחראי אויף גיוס.
באלד נאך די הפגנה האט זיך אנגעהויבען א רייע פארדאמונגען קעגן דעם, באריכטען געבן אן אז אפילו די ראש הממשלה האט היינט אנגעשריגען די שר לבטחון פנים ארדן פארוואס ער טוט נישט גענוג אפצישטעלן די הפגנות, און איינציזעצן די מפגינים.

#אז מ'שרייט איז א סימן א ס'טוט וויי

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

תגובהדורך קרעטשמער » זונטאג מאי 21, 2017 5:24 pm

מיר בעטן דעם ציבור זיך צו האלטן אויסדרוקליך צו "נייעס און פאליטיק" נישט קיין וויכוחים וכדו',
בפרט ווילן מיר מודיע זיין, עס איז נישט ערלויבט צו עפענען ניקס כדי צו קענען אנזייען טענה'רייען אויף קיין שום פאל, אזא ניק ווערט פארמעקט.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג מאי 21, 2017 5:47 pm

קרעטשמער האט געשריבן:מיר בעטן דעם ציבור זיך צו האלטן אויסדרוקליך צו "נייעס און פאליטיק" נישט קיין וויכוחים וכדו',
בפרט ווילן מיר מודיע זיין, עס איז נישט ערלויבט צו עפענען ניקס כדי צו קענען אנזייען טענה'רייען אויף קיין שום פאל, אזא ניק ווערט פארמעקט.

פליז, נאר קאומי זאלסטו נישט אפזאגען פון אייוועלט, ער האט שוין נעבעך גענוג געהאט...

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג מאי 23, 2017 5:56 pm

הילולת הרה"ק ר' שלומקה מזוויעהל זי"ע, שווער געווען אנצוקומען די יאר
צוגעלייגטע
K37A6702-870x500c.jpg
K37A6702-870x500c.jpg (118.55 KiB) געזעהן 1783 מאל

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך מאי 24, 2017 3:22 am

נעכטן איז פארגעקומען וויילן פאר די פירערשאפט פון 'הסתדרות העובדים' די יוניאן, וי עס זענען געלאפן ניסנקורן די ביז יעצטיגע פירער, קעגן מס. יחימוביץ די געוועזענע פירער פון די עבודה פארטיי, די ש"ס פארטיי האט געשטיצט יחימוביץ.
ניסנקורן האט באזיגט מיט א מערהייט, יחימוביץ טענה'ט פאר פעלשערייען.

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » מיטוואך מאי 24, 2017 5:32 am

קיינער האט נאכנישט געזיגט, הגם ס'קוקט אויס אז ניסנקורן נעמט עס

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג מאי 25, 2017 5:23 pm

ביי א הפגנה וואס איז פארגעקומען א תקופה צוריק, איז געקומען אן פאליציאנטקע א שיקסע, און געשלאגן א פרום בחור, אראפ געווארפן אויף די ערד, און דערנאך איינגעזעצט, און פאר'מסר'ט אז דער בחור האט כלומר'שט איהר געשלאגן.
די משפט האט זיך שוין כמעט אויסגעלאזט קעגן די בחור, ווען דאן איז בחסדי ה' אפיר געקומען א ווידיאו ווי מ'זעהט קלאר אז די בחור האט גארנישט געטוהן, און די פאליציאנטן האבן ליגענט געזאגט.
די שופט האט ריין געוואשן די בחור, און אויסגעדריקט די אויפברויז אויף די פרעכע שקר פון די פאליציי, און מען האט אויפגעפענט א חקירה קעגן די פאליציאנטן.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » פרייטאג מאי 26, 2017 12:30 am

און ווייטערע באריכטען מהנ"ל, דער אנקלאגע אויף די בחור איז געווען אז ער האט געשפיגען און אנגעשלאגן די פאליציאנטקע, און 6! פאליציאנטן האבן עדות געזאגט אזוי, וועס האט זיך ארויס געשטעלט אלס אן פאלנע ליגענט.

די אמת איז, די פאליציי אין מדנ"י זענען מעכטיג שלעכטע פארשוינען אן קיין שום הארץ, ווערן געווענטליך רויט ביים זאגן אמת... ביי אלע הפגנות כאפן זיי אלס די אומשילדיגע בחורים, ווען די טראבל מעיקר'ס אנטלויפען, און זיי לייגען ארויף כל מיני שקרים, דא ב"ה איז אפיר געקומען א ווידיאו, ווי אין אנדערע פעלער איז עס ליידער נישטא.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג מאי 28, 2017 1:19 pm

אין וויטערע באריכטן: די זעקס פאליציאנטן האבן עדות געזאגט אז דער בחור האט אנגעשלאגן די פאליציאנטקע, און אפילו זיי האבן איהם אנגעווארנט אז ער זאל איהר אפלאזן האט ער זיך נישט ציטוהן געמאכט.

איך קען נישט פאשטיין ווי אזא מעשה ווי זעקס פאליציאנטן האבן זיך ציזאמען גענומען אויסציטראכטן א בלוט בלבול, גייט דורך בשתיקה, אויב דער אנגעקלאגטער וואלט ווען געווען אן אראבער, וואלט ווען די גאנצע וועלט געטרייסעלט, און די פאליציאנטן וואלטן ווען ארויס געשטויסען געווארן פון אמט אויפן מינוט, און אפשר אפילו די מפכ"ל, אבער ווען מען רעדט פון חרדים, הערט מען נישט קיין מוק.

אין אנדערע נייעס: היינט האט מען ארעסטירט צוויי פאליציטאנטן אויף אויספארשונג, נאכדעם ווי זיי האבן ברוטאל צעשלאגן א איד ל"ג בעומר אין מירון, ווארטנדיג אויף א באס, לויט די פארדאכט האבן די צוויי פאליציאנטן צעשלאגן דעם איד נאך א ווערטער אויסטויש צווישען זיי.
אויף די ווידיאו וואס איז ארויס געקומען ווערט געזעהן ווי די איד ווערט אראפ געווארן און צעשלאגן, און דער איד וויינט און בעט זיך ביי די פאליציי זאל זיי אפלאזן, און אויך זיין ב"ב בעט זיך ביי זיי, אבער די צוויי רשעים האבן זיך נישט ציטוהן געמאכט.
אינמיטן ווערט געזען ווי איין פאליס זאגט פאר זיין חבר, אז אין זי פלאץ איז דא קעמרעס, און מען זאל ממשיך זיין די בארבארישע אקט אין א צווייטע פלאץ.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג מאי 28, 2017 1:52 pm

לחם לשובע האט געשריבן:איך קען נישט פאשטיין ווי אזא מעשה ווי זעקס פאליציאנטן האבן זיך ציזאמען גענומען אויסציטראכטן א בלוט בלבול, גייט דורך בשתיקה

עס איז נישט דורך בשתיקה
השופט ביקש להעביר את ההחלטה לידי המחלקה לחקירת שוטרים.

לאחר שהשופט זיכה את הנאשם מכל עבירה, הוסיף והעיר כי בתיק זה עמד הנאשם בפני סיכון להיות מורשע בעבירה חמורה. "למזלו הרב, האירוע תועד במצלמה על ידי אחד הנוכחים במקום. המחשבה כיצד עלול היה המקרה להסתיים אלמלא הוצג הסרטון - מדירה שינה מעיני".
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג מאי 28, 2017 2:08 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:איך קען נישט פאשטיין ווי אזא מעשה ווי זעקס פאליציאנטן האבן זיך ציזאמען גענומען אויסציטראכטן א בלוט בלבול, גייט דורך בשתיקה

עס איז נישט דורך בשתיקה
השופט ביקש להעביר את ההחלטה לידי המחלקה לחקירת שוטרים.

לאחר שהשופט זיכה את הנאשם מכל עבירה, הוסיף והעיר כי בתיק זה עמד הנאשם בפני סיכון להיות מורשע בעבירה חמורה. "למזלו הרב, האירוע תועד במצלמה על ידי אחד הנוכחים במקום. המחשבה כיצד עלול היה המקרה להסתיים אלמלא הוצג הסרטון - מדירה שינה מעיני".


'בשתיקה' מיינט די מידיע, חילונים ווי רעליגיעז צוגלייך.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג מאי 28, 2017 2:12 pm

אויך נישט אמת די פרומע האבען אלע געשריבען און די פרייע כמעט אלע גרויסע ווי ווייט איך האב געהערט
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג מאי 28, 2017 3:39 pm

א קורצע מעלדונג סתם צי יוצא זיין איז אפשר געווען, קלאר אז ווען ס'וואלט ווען געווען אן אראבער דעמאלט וואלטן ווען ינועו אמות הסיפים...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: kollel yingerman, הסרפד, זזה, כאפצעם און 43 געסט