Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג ינואר 08, 2013 5:37 pm

היינט זענען ארויסגעקומען אנקעטעס איבער די צוויי היי יעריגע גאווערנאר פארמעסטן.

אין ניו דזשורסי האט גאווערנאר קריסטי א ברייטליכע 73 פראצענטיגע צופרידענהייט ראטע לויט א פעירליי דיקינסאן יוניווערסיטי אנקעטע, און שטייט מיט איבער דרייסיג פראצענט העכער אין א פארמעסט קעגן זיינע מעגליכע דעמאקראטישע אפאנענטן.

אין ווירדזשיניע זאגט פפ"פ אז טערי מעקאליף שטייט מיט 5 פראצענט העכער דעם רעפובליקאנעם אטורני דזשענערעל קען קוטשינעלי 46-41, בעת די צופרידענהייט ראטע פונעם לעצטן שטייט ביי בלויז 29 פראצענט.

Advertisement

דינסטאג ינואר 08, 2013 6:56 pm

מידער האט געשריבן:היינט זענען ארויסגעקומען אנקעטעס איבער די צוויי היי יעריגע גאווערנאר פארמעסטן.

אין ניו דזשורסי האט גאווערנאר קריסטי א ברייטליכע 73 פראצענטיגע צופרידענהייט ראטע לויט א פעירליי דיקינסאן יוניווערסיטי אנקעטע, און שטייט מיט איבער דרייסיג פראצענט העכער אין א פארמעסט קעגן זיינע מעגליכע דעמאקראטישע אפאנענטן.

אין ווירדזשיניע זאגט פפ"פ אז טערי מעקאליף שטייט מיט 5 פראצענט העכער דעם רעפובליקאנעם אטורני דזשענערעל קען קוטשינעלי 46-41, בעת די צופרידענהייט ראטע פונעם לעצטן שטייט ביי בלויז 29 פראצענט.

נו, לשון נופל על לשון [ער עסט צינג?], מין במינו חוזר וניעור...

דינסטאג ינואר 08, 2013 7:36 pm

כ'ווייס נישט צי ער עסט צינג, אבער דאס איז אמאל זיכער אז בשר נופל על בשר. און ביי בשר בבשר ווייסט דאך יעדער שמויגער אז ס'איז חוזר וניעור (שטייצעך אויב ער איז נישט מיד). שטימטעך אלעס, והכל על מקומו יבוא בטשולענט (נישט אין מיינס - אבאמא'ס).

דאנערשטאג ינואר 10, 2013 3:59 pm

א פרישע קוויניפיאק אנקעטע אין ווירדזשיניע וואס האט אויסגעפרעגט מער זעלסטשטענדיגע וויילער, ווייזט אז מעקאליף שטייט מיט בלויז איין פראצענט העכער קוטשינעלי 40-39, אינעם געפעכט איבערצונעמען גאווערנאר באב מעקדאנעל.

דאנערשטאג ינואר 10, 2013 4:14 pm

טראנספארט האט געשריבן:די שטארק פאפולערע מעיאר פון נוארק, ניו דזערסי -קארי בוקער- האט געזאגט אז ער פלאנט נישט צו לויפן פאר גאווערנאר דאס יאר קעגן קריסטי, נאר וועט ענדערש לויפן פאר סענאט אין 2014

http://www.foxnews.com/politics/2012/12 ... n-against/

סענאטאר פרענק לאטענבערג האט נאכנישט באשלאסן צי ער זאל זיכן צו אנהאלטן דעם זיץ אריין אין זיינע ניינציגער יארן, אבער אן אנקעטע ווייזט אז אויב באשליסט ער יא צו ארויסגיין אין א פריימערי מיט בוקער, פארמאגט בוקער איבער דאפעלט שטיצער 42-20.

דער געוועזענער סענאטאר לאטענבערג איז צוריק געקומען צום סענאט אויף דער עלטער נאכדעם וואס דער געוועזענער סענאטאר באב טארסעלי האט געמוזט אפטרעטן עטליכע טעג בעפאר די וואלן אין 02' צוליב א סקאנדאל, און ס'קוקט אויס אז ער שפירט זיך גענוג ביי די כוחות צו לויפן ווייטער.

פרייטאג ינואר 11, 2013 1:34 pm

דער וועסט ווירדזשיניע דעמאקראטישער סענאטאר דזשעי ראקעפעלער האט באשלאסן צו רעטייערן אין ענדע פון זיין יעצטיגע 6'סטן טערמין, געבנדיג דערמיט א שאנס פאר די רעפוליקאנער צו פארכאפן א זיץ אין א רויטן סטעיט ביי מידטורם וואלן.

פרייטאג מרץ 08, 2013 12:45 pm

דער לאנגיעריגער דעמאקראטישער מישיגען סענאטאר קארל לעווין האט באשלאסן נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג קומענדיגן יאר, ווערנדיג דער פערטער דעמאקראט פונעם אויבערשטען הויז וואס מאכט פלאץ פאר א פרישן געזיכט, נאכפאלגענדיג טאם הארקין פון אייאווע, דזשעי ראקעפעלער פון וועסט ווערדזשיניע, פרענק לאטענבערג פון ניו ז'רזי, און די רעפובליקאנער מייק דזשאוענס פון נעבראסקא און סאקסבלי טשעמבליס פון ז'ארז'יע.

מיט לעווין'ס רעטייערמענט רייבן זיך די רעפוליקאנער די הענט אז א זיכערע דעמאקראטישער זיץ איז אצינד אין שפיל. כאטש זייער סענאט קאנדידאט האט פארלוירן מיט א לענדסלייד דעם פארגאנגענעם נאוועמבער אין יענע סטעיט, האפן זיי אז מיט א שטארקן קאנדידאט וועלן זיי קענען איבער'חזר'ן זייער לענדסלייד גאווערנאר געווינס ביי די פריערדיגע מידטורם וואלן אין 10'.

ביזדערווייל ווערט געליפטערט שטארקע נעמען פון ביידע פארטייען וואס וועלן מעגליך לויפן פאר דעם זיץ.

דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:57 am

איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט דא, אבער איך שרייב עס דא.

עפעס טוט זיך אין מעסעטשוסעס סענעט רעיס, ס'גייט זיין א ספעשעל עלעקשן, און יעצט איז געוועהן די פריימעריס.

דער רעפובליקאנער קאנדידאט 'געבריעל גאמעז' א געוועזענער נעווי סיעל, און ער איז א ספאנישער, איז אריין געקומען מיט מער פון 50! פערצענט, דאס דארף צו זאגן זייער אסאך, ס'איז דא וואס זאגן אז ס'קען פאסירן וואס ס'האט פאסירט לעצטע מאל מיט סקאט בראון.

מידער, לכתחילה, אדער עניבאדי עלס וואס ווייסט מער דיטעילס איז מכובד.

מאנטאג מאי 06, 2013 11:50 am

יישר כח פארן באריכט.

א פרישע פפ"פ אנקעטע זאגט אז גאומעז שטייט מיט בלויז 4 פראצענט אונטער דעם דעמאקראטישן קאנדידאט קאנגרעסמאן עד מארקי 40-44, בעת 16 פראצענט זענען אומבאשלאסן. אין די אנקעטעס איידערן פריימערי איז מארקי געשטאנען מיט 15+ העכער גאומעז צו בערשטייענדע שבעה עשר בתמוז ספעציעלע וואלן אין זיבן וואכן ארום.

היינט האט דער 47 יעריגער ביזנעסמאן גאומעז ארויסגעלייגט זיין ערשטן עד, ארפרייסנדיג דעם 66 יעריגן מארקי אלס א "קעריער פאליטישן" (קלינגט אייך?) וועלכער זיצט שוין אין וואשניגטאן 36 יאר.

אבער נעמענדיג אין באטראכט אז מאסאטשוסעטס איז א בלויער סטעיט און אבאמא-קעיר איז שוין עטליכע יאר אין די געזעץ ביכער, איז שווער צו גלייבן אז גאומעז זאל טאקע קענען באווייזן צו פארכאפן דזשאן קערי'ס זיץ פאר די איברגעבליבענע איינס-א-האלב יאר.

מאנטאג מאי 06, 2013 12:15 pm

אין סאוט קאראליינע קומט פאר א היציגער פארמעסט אין די מארגענדיגע ספעציעלע וואלן פארן קאנגרעס זיץ פונעם שווארצן רעפובליקאנער סענאטאר טים סאקט וועלכער איז באשטימט געווארן אלס צייטווייליגע סענאטאר אויפן בענקל פון דזשים דעמינט דורך גאווערנאר ניקי העילי ביז צו ספעציעלע וואלן ביי די 14' דזשנעראל עלעקשאנס.

פרובירנדיג א פאליטישע 'קאמבעק', האט דער געוועזענער רעפובליקאנער גאווערנאר מארק סענפארד אריינגעשפרינגן אין א הייסן פריימערי וואו ער האט שמאל געווינען, אבער שטייט אצינד אין א גאר שווערע פארמעסט קעגן די דעמאקראטישע קאנדידאט עליזעבעט קאלבירט באש, די לעצטע פפפ אנקעטע שטעלט סענפארד מיט בלויז איין פראצענט העכער באש.

פאר די דעמאקראטן וועט זיין גאר א גרויסן זיג אין פאל עס וועט זיי געלונגען צו פארכאפן דעם רעפובליקאנעם זיץ.

מאנטאג מאי 06, 2013 12:33 pm

מידער האט געשריבן:אבער נעמענדיג אין באטראכט אז מאסאטשוסעטס איז א בלויער סטעיט און אבאמא-קעיר איז שוין עטליכע יאר אין די געזעץ ביכער, איז שווער צו גלייבן אז גאומעז זאל טאקע קענען באווייזן צו פארכאפן דזשאן קערי'ס זיץ פאר די איברגעבליבענע איינס-א-האלב יאר.

עמממ... פארוואס איז דזשאן קערי'ס זיץ שווערער צו פארכאפן ווי טעד קענעדי'ס? מיט א שטארקע קעיס (אויב ס'שייך) קען מען דאס פארכאפן.

מאנטאג מאי 06, 2013 12:44 pm

סקאט בראון האט געריטן אויף אבאמא-קעיר וואס איז דאן געווען די הויפט טעמע אין לאנד, און דאך האט ער קוים געווינען יענעם פארמעסט און פארלוירן אין 12'. יעצט אז אבאמא-קעיר איז שוין סייווי געזעץ איז נישט דא עפעס ספעציעל אויף וואס צו רייטן וואס זאל ארויסטרייבן אינדיפענדענטס קעגן דעם דעמאקראט.

מאנטאג מאי 06, 2013 12:44 pm

א פרישע וואשינגטאן פאוס אנקעטע אינעם היי יעריגען ווירדזשיניע גאווערנאר פארמעסט זאגט אז דער ארכי-קאנסערוואטיווער רעפובליקאנער אטוירני דזשענעראל קען קוטשינעלי האט פארשאפט א 10 פראצענטיגע אויבערהאנט 51-41 קעגן דער געוועזענער דעמאקראטישער פארטיי פירער טערי מעקאליף אין א סטעיט וואס באראק אבאמא האט צוויי מאל געווינען.

דינסטאג מאי 07, 2013 10:11 am

מידער האט געשריבן:אין סאוט קאראליינע קומט פאר א היציגער פארמעסט אין די מארגענדיגע ספעציעלע וואלן פארן קאנגרעס זיץ פונעם שווארצן רעפובליקאנער סענאטאר טים סאקט וועלכער איז באשטימט געווארן אלס צייטווייליגע סענאטאר אויפן בענקל פון דזשים דעמינט דורך גאווערנאר ניקי העילי ביז צו ספעציעלע וואלן ביי די 14' דזשנעראל עלעקשאנס.

פרובירנדיג א פאליטישע 'קאמבעק', האט דער געוועזענער רעפובליקאנער גאווערנאר מארק סענפארד אריינגעשפרינגן אין א הייסן פריימערי וואו ער האט שמאל געווינען, אבער שטייט אצינד אין א גאר שווערע פארמעסט קעגן די דעמאקראטישע קאנדידאט עליזעבעט קאלבירט באש, די לעצטע פפפ אנקעטע שטעלט סענפארד מיט בלויז איין פראצענט העכער באש.

פאר די דעמאקראטן וועט זיין גאר א גרויסן זיג אין פאל עס וועט זיי געלונגען צו פארכאפן דעם רעפובליקאנעם זיץ.

מידער, די זעלבע PPP פאול האט צוויי וואכן צוריק געגעבן פאר די דעמאקראט באש א 9 פערצענטיגע אויבערהאנט!
דאס מיינט "זייער אסאך" פאר די רעפאבליקאנער סענפארד.
און היינט זאגן שוין טאקע געוויסע אז סאנפארד האט גוטע טשענסעס צו געווינען, אבער זיי לייגן צו "ס'מיינט גארנישט אויף די 2014 עלעקשנס...".

דינסטאג מאי 07, 2013 7:33 pm

@cnnbrk: Former Gov. Mark #Sanford will fill the vacant U.S. House seat in South Carolina's 1st Congressional District, CNN projects.

דינסטאג מאי 07, 2013 10:43 pm

WOW!!!
א מוסר השכל, מ'טאר קיינמאל נישט אויפגעבן!

מיטוואך מאי 08, 2013 1:09 am

אזא זיג דארף שיקן א שטיקל מעסידזש פאר אבאמא... ווילסט געוואונען די הויז אין 2014? וועסט דארפן שווער ארבייטן דערויף!

איה"נ דאס איז ריפאבליקאנע דיסטריקט, פארט אבער האבן די ריפאבליקאנער געהאט גאר א שוואכן קאדידאט! און בלויז א וואך צוריק האבן אלע פאולס געזאגט אז ער פארלירט! דאך האטער געוואונען, און נאך מיט א צען פראצענט!!! דאס זאגט גאנץ אסאך...

מיטוואך מאי 08, 2013 2:18 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אזא זיג דארף שיקן א שטיקל מעסידזש פאר אבאמא... ווילסט געוואונען די הויז אין 2014? וועסט דארפן שווער ארבייטן דערויף!

איה"נ דאס איז ריפאבליקאנע דיסטריקט, פארט אבער האבן די ריפאבליקאנער געהאט גאר א שוואכן קאדידאט! און בלויז א וואך צוריק האבן אלע פאולס געזאגט אז ער פארלירט! דאך האטער געוואונען, און נאך מיט א צען פראצענט!!! דאס זאגט גאנץ אסאך...

כ'האב מורה אז די גאנצע זאך פארוואס מען האט זיך איינגערעדט אז זי שטייט שטארק, איז געווען ווייל עס איז געווען פאן, וועגן איר ברודער. אבער באמת זעהסטו ווי סאך שטערעקער סענפארד איז געווען.

מיטוואך מאי 08, 2013 2:25 pm

פארדינט האט געשריבן:WOW!!!
א מוסר השכל, מ'טאר קיינמאל נישט אויפגעבן!


און מיינע אויגן איז עס א מוסר השכל ווי נידעריג די אמעריקאנער וויילער זענענן אז זיי האבן געקענט אריינוועלן אזא נידיריגע בריאה איינער וואס האט איבער געלאזט זיין ווייב און קינדער..... בלא בלא בלא

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:19 pm

א נייע סופאלק יוניווערסיטי אנקעטע אין מאסאטשוסעטס בלאזט אוועק די רעפובליקאנער האפענונגען צו פארכאפן דזשאן קערי'ס סענאט זיץ, זאגענדיג אז דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן עד מארקי האט געעפענט א 17 פראצענט אויבערהאנט איבער דעם רעפובליקאנער גאבריעל גאומעז 52-35. א אנדערע וובי"ר אנקעטע זאגט אז דער פארמעסט איז יא נענטער 35-41, אבער סופאלק איז דאך געווען די נענסטע צוטרעפער אין די בראון-ווארען פארמעסט פאריאר.

אין ווירדזשיניע האט מאריסט אויך אפגעשטילט די רעפובליקאנער טענץ, זאגענדיג אז זייער אטוירני דזשענעראל קוטשינעלי שטייט מיט בלויז דריי פראצענט העכער פון טערי מעקאליף 42-45 אינעם דארטיגן גאווערנאר פארמעסט.

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:19 pm

א נייע NBC/מאריסט פאול אויף די ניו דזשורזי גאווערנאר לויפעריי גיבט 60 פראצענט פארן גראבן רעפובליקאנער גאווערנאר קריס קריסטי, 28 פראצענט פארן דעמאקראט בארבארא בונא

גראדע איך האלט אז קריסטי צוקוועטשט יעדן איינעם 85 צו 15...

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:21 pm

שנאפס האט געשריבן:א נייע NBC/מאריסט פאול אויף די ניו דזשורזי גאווערנאר לויפעריי גיבט 60 פראצענט פארן געוועזענער גראבן רעפובליקאנער גאווערנאר קריס קריסטי, 28 פראצענט פארן דעמאקראט בארבארא בונא

גראדע איך האלט אז קריסטי צוקוועטשט יעדן איינעם 85 צו 15...

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:39 pm

נישט ריכטיג, ער דארף נאך צען מאל אראפלאזן פערציג פונט אז ער זאל מער נישט זיין גראב

דאנערשטאג יוני 20, 2013 5:13 pm

קומענדיגן דינסטאג קומט פאר די ספעציעלע וואלן אין מאסאטשוסעטס וואו די דעמאקראטן האבן ארויסגעשטעלט קאנגרעסמאן עד מארקי און די רעפובליקאנער דעם ביזנעסמאן גבריאל גאומעז, צו ערפילן די איבריגע 18 מאנאטן פונעם סענאט זיץ פון סטעיט סעקריטערי דזשאן קערי.

כאטש עס ליגט נאך די זיסע טעם אין מויל פון די רעפובליקאנער ווען סקאט בראון האט פארכאפט טעד קענעדי'ס זיץ צוריק אין 10', ווייזן אלע ווארשייליכקייטן אז די דעמאקראטן וועלן דאסמאל יא אנהאלטן דעם זיץ, נאכדעם וואס די רעפובליקאנער האבן נישט באוויזן צו פארשמירן די סקאנדאלן ארום דעם ווייסן הויז בשעת מארקי האט קאמפיינט מיט די פרעזידענטן אבאמא און קלינטאן, אין די זעלבע צייט וואס די מארקי קאמפיין האט צוגעבינדן גאומעז צו די נאציאנאלע רעפובליקאנער פארטיי, אין די צייט וואס דער לעצטער האט געשריגן אז ער איז א "נייער סארט רעפובליקאנער".

די לעצטע באסטאן גלאוב אנקעטע פון זונטאג ווייזט אז מארקי וואלט באזיגט גאומעז מיט 11 פראצענט, 51-43. דינסטאג האט די גאומעז קאמפיין פארקויפט אז זייער אינטערנעל אנקעטע ווייזט אז זיי זענען בלויז 7 פראצענט צוריקגעשטאנען, און דער באקאנטער רעפובליקאנער פאולסטער דזשאן מעקלאגלין זאגט היינט אז מארקי איז פאראויס מיט בלויז דריי פראצענט א וואך נאכדעם וואס ער איז געווען א נישטיגע 1 פראצענט פארענט אין זיין אנקעטע.

די גאומעז קאמפיין האט היינט געמאלדן אז דער פאפולערער בראון, וועלכער האט פאריאר פארלוירן דעם פארמעסט פאר א פולן טערמין צו סענאטאר עליזעבעט ווארען, האט באוויליגט זיך צו באטייליגן ביים לעצטן קאמפיין ראלי קומענדיגן מאנטאג.

כאטש מען גלייבט אז מארקי איז דער זיכערער געווינער, וועלן די פאקטישע ציפערן אראפקומען צו די טוירנאוט וואס די צוויי קאמפיינס וועלן צושטעלן.

פרייטאג יוני 21, 2013 2:45 pm

צוויי פרישע אנקעטעס זאגן אז די רעפובליקאנער זאלן ניטאמאל חלום'ן פון דעם זיץ אפילו זיי זאלן צושטעלן דעם בעסטן געט-אוט-די-וואוט מאשין איז זייער דיספאזיציע.

א עמערסאן קאלעדזש אנקעטע געט פאר מארקי א 10 פראצענט אויבערהאנט 41-51, בעת דער באסטאן העראלד געט א דאפעלטע אויבערהאנט פון 20 פראצענט 56-36 קעגן דעם געוועזענעם נעיווי סיעל גאומעז.
שרייב א תגובה

Advertisement