בלאט 1 פון 2

בוי פראיעקטן אין וויליאמסבורג

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:25 pm
דורך ירוחם
נאך א לאנג פארצויגענע לעגאלע געפעכט איז די אפקויף פון די פארלאזטע דאמינא צוקער ריפעניירי ענדליך באשטעטיגט געווארן דורכן געריכט. די נייע בעלים "טוטריס" ("צוויי ביימער") האבן עס אפגעקויפט פון די אלטע בעלים סיפיסי ריסארסעס פארן קליינע סכום פון 185 מיליאן דאללער. היינט האט טוטריס געלאזט א סטעיטמענט אז זיי גייען זיך טרעפן אין די קומענדיגע פאר חדשים מיט וויליאמסבורגע קאמיוניטי פירער איבער פלענער וויאזוי מ'זאל קענען מאכן עפארדעבל האוזינג פון א טייל פון די איבער טויזענט דירות וואס וועלן געבויעט ווערן דארטן. אויך אויף טוויטער האבן זיי געבעטן פון וומסב"ג איינוואוינער מ'זאל זיי צואוויסן טאן וואס מ'האלט אז ס'פעלט זיך אויס פאר די קאמיוניטי דארט. ס'איז צום האפן אז אונזערע עסקנים וועלן זיך אויך לאזן הערן זייער שטימע און זען צו ס'וועט זיין פראקטיש פאר אידן צו קענען זיך אויסשפרייטן אהין.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:44 pm
דורך פאטאקי08
מאפע ביטע ווי דאס קומט אויס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:47 pm
דורך לכאורה
איך ווייס נישט וועגן וויליאמסבורג, אבער אין ניי וויליאמסבורג טוהט זיך א קאנסטראקשן וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן זינט תיבת נח [גוזמא קתני]. אקורשט האט מען אראפגעשליידערט אן אלטע קירכע אויף סקילמאן ביי דיקאלב, און אז איר שפאצירט אדורך סקילמאן וועט איר מערקן אז ווי עס איז נאר דא א ליידיגער לאט [כמעט] שטייט א טראקטאר און גראבט. מען זאגט אז דאס קומט צוליב דעם וואס די רעגירונג האלט אט ביים טוישן די זאונינג געזעצן אז מען זאל נישט מעגן בויען קיין פיר שטאק.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:51 pm
דורך מאנ-יימער
פאטאקי08 האט געשריבן:מאפע ביטע ווי דאס קומט אויס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:53 pm
דורך ירוחם
דאס וואס מאן יימר ווייזט איז אן אנדערע בוי פראיעקט וואס איז אונטערן בעלות פון ר' פנחס ניימאן פון וויזניץ.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:55 pm
דורך מאנ-יימער
ירוחם האט געשריבן:דאס וואס מאן יימר ווייזט איז אן אנדערע בוי פראיעקט וואס איז אונטערן בעלות פון ר' פנחס ניימאן פון וויזניץ.

אופס, גערעכט כא'געמיינט מ'רעדט פון דאמסי,
דאמינא/ דאמסי מתחלף...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:58 pm
דורך ירוחם
דאמינא איז דא

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:03 pm
דורך איש יהודי
דומסי איז נישט אונטערן בעלות פון אחים יאקאבאוויטש?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:06 pm
דורך ירוחם
קען זיין א שותפות. אפיציעל איז עס אונטער עפעס א LLC.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:09 pm
דורך מאנ-יימער
כ'גלייב נישט מ'וועט עפעס האבן פון דאמינאו, זיי וועלן זיך לכאורה רעכענען מיט די וויליאמסבורגע אייוואוינער אויף די נארטס און אויפבויען 15 שטאקיגע בנינים פאר זיי

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:12 pm
דורך איש יהודי
גראדע נישט, עס קומט ארויף דארט פיר הינדערט דירות פאר היימישע אידן, צוויי הינדערט דארף שוין צי זיין פארטיג אויף פסח!!

די תגובה איז נישט אקטועל, קוק ווייטערדיגע תגובות צי פארשטיין.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:16 pm
דורך ירוחם
מאן יימר מיינט מסתמא דאמינא. דאמסי ווערט געבויעט דורך היימישע אידן פאר היימישע אידן מיט א ציל אריינצוברענגן יונגע קאפלס אין אלט וויליאמסבורג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:16 pm
דורך מאנ-יימער
איש יהודי האט געשריבן:גראדע נישט, עס קומט ארויף דארט פיר הינדערט דירות פאר היימישע אידן, צוויי הינדערט דארף שוין צי זיין פארטיג אויף פסח!!

אוי שוין ווידער האב פארמישט דאמסי מיט דאמינאו, כ'האב עס שוין פאראכטן

--
ירוחם האקט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:17 pm
דורך ירוחם
אה, כ'זע מאן יימר האט שוין פארראכטן. וועגן דעם האב איך געשריבן אז אידישע קאמיוניטי ליעדערס דארפן אויך מישן די טעפל אין דאמינא, אולי ירחם.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:21 pm
דורך מאנ-יימער
קענסט מישן, דעוועלאופערס זענען פאר'שכור'ט מיטן בויען נארט וויליאמסבורג פאר די ארטיסטן, און Two Tree בויעט כמעט נאר אזעלכע פראיעקטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:55 pm
דורך פאטאקי08
לכאורה האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן וויליאמסבורג, אבער אין ניי וויליאמסבורג טוהט זיך א קאנסטראקשן וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן זינט תיבת נח [גוזמא קתני]. אקורשט האט מען אראפגעשליידערט אן אלטע קירכע אויף סקילמאן ביי דיקאלב, און אז איר שפאצירט אדורך סקילמאן וועט איר מערקן אז ווי עס איז נאר דא א ליידיגער לאט [כמעט] שטייט א טראקטאר און גראבט. מען זאגט אז דאס קומט צוליב דעם וואס די רעגירונג האלט אט ביים טוישן די זאונינג געזעצן אז מען זאל נישט מעגן בויען קיין פיר שטאק.

וואס טוט זיך מיט די אנדערע זייט פון ניי וויליאמסבורג?
פולאסקי וכדומה?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:58 pm
דורך פאטאקי08
שכח פאר די מאפע, מיר קוקט עס אויס גאר ווייט, ניי וויליאמסבורג איז שוין נענטער נישט אזוי?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 2:44 pm
דורך Gevald Geshrigen
להרב יהודי! מהיכי תיתי 400 אידישע דירות ?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 2:45 pm
דורך Gevald Geshrigen
skillman street was downzoned by the city last week october 11.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 2:57 pm
דורך אייער_קיכל
פאטאקי08 האט געשריבן:שכח פאר די מאפע, מיר קוקט עס אויס גאר ווייט, ניי וויליאמסבורג איז שוין נענטער נישט אזוי?

ס'הייסט "גאר" ווייט? אויף בראדוועי וואוינט מען שוין פאר א שיינע פאר יאר פון בערי ביז קענט, דאס איז 2 גאסן ארויפציער, מ'רעדט דאך אויך פון עפארדעבל דירות ביי די נייע גרויסע בנין אויף 15 דאנהעם (די קליינע געסל וואס די זעהסט אויפן מאפע צווישן ווייט/קענט-בראדווועי/סאוט 5)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 2:59 pm
דורך איש יהודי
Gevald Geshrigen האט געשריבן:להרב יהודי! מהיכי תיתי 400 אידישע דירות ?


משפחה מיטגלידער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 4:10 pm
דורך ירוחם
Gevald Geshrigen האט געשריבן:skillman street was downzoned by the city last week october 11.

וואס הייסט דאס "דאונזאונד"?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 4:14 pm
דורך לכאורה
Gevald Geshrigen האט געשריבן:skillman street was downzoned by the city last week october 11.

דער געזעץ גילט אבער נישט אויף עקזיסטירנדע בוי פראיעקטן, טאקע דערפאר האבן זיך אלע בויער אריינגעווארפן מיט אייפער אפאר וואכן בעפאר.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 4:27 pm
דורך farshlufen
לכאורה האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:skillman street was downzoned by the city last week october 11.

דער געזעץ גילט אבער נישט אויף עקזיסטירנדע בוי פראיעקטן, טאקע דערפאר האבן זיך אלע בויער אריינגעווארפן מיט אייפער אפאר וואכן בעפאר.

מער דעטאלן ביטע, אויף וועלכע גאסן גילט דער געזעץ

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 5:06 pm
דורך farshlufen