Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

בוי פראיעקטן אין וויליאמסבורג

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:25 pm

נאך א לאנג פארצויגענע לעגאלע געפעכט איז די אפקויף פון די פארלאזטע דאמינא צוקער ריפעניירי ענדליך באשטעטיגט געווארן דורכן געריכט. די נייע בעלים "טוטריס" ("צוויי ביימער") האבן עס אפגעקויפט פון די אלטע בעלים סיפיסי ריסארסעס פארן קליינע סכום פון 185 מיליאן דאללער. היינט האט טוטריס געלאזט א סטעיטמענט אז זיי גייען זיך טרעפן אין די קומענדיגע פאר חדשים מיט וויליאמסבורגע קאמיוניטי פירער איבער פלענער וויאזוי מ'זאל קענען מאכן עפארדעבל האוזינג פון א טייל פון די איבער טויזענט דירות וואס וועלן געבויעט ווערן דארטן. אויך אויף טוויטער האבן זיי געבעטן פון וומסב"ג איינוואוינער מ'זאל זיי צואוויסן טאן וואס מ'האלט אז ס'פעלט זיך אויס פאר די קאמיוניטי דארט. ס'איז צום האפן אז אונזערע עסקנים וועלן זיך אויך לאזן הערן זייער שטימע און זען צו ס'וועט זיין פראקטיש פאר אידן צו קענען זיך אויסשפרייטן אהין.

Advertisement

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:44 pm

מאפע ביטע ווי דאס קומט אויס

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:47 pm

איך ווייס נישט וועגן וויליאמסבורג, אבער אין ניי וויליאמסבורג טוהט זיך א קאנסטראקשן וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן זינט תיבת נח [גוזמא קתני]. אקורשט האט מען אראפגעשליידערט אן אלטע קירכע אויף סקילמאן ביי דיקאלב, און אז איר שפאצירט אדורך סקילמאן וועט איר מערקן אז ווי עס איז נאר דא א ליידיגער לאט [כמעט] שטייט א טראקטאר און גראבט. מען זאגט אז דאס קומט צוליב דעם וואס די רעגירונג האלט אט ביים טוישן די זאונינג געזעצן אז מען זאל נישט מעגן בויען קיין פיר שטאק.

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:51 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:מאפע ביטע ווי דאס קומט אויס
עטעטשמענטס
Capture.JPG

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:53 pm

דאס וואס מאן יימר ווייזט איז אן אנדערע בוי פראיעקט וואס איז אונטערן בעלות פון ר' פנחס ניימאן פון וויזניץ.

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:55 pm

ירוחם האט געשריבן:דאס וואס מאן יימר ווייזט איז אן אנדערע בוי פראיעקט וואס איז אונטערן בעלות פון ר' פנחס ניימאן פון וויזניץ.

אופס, גערעכט כא'געמיינט מ'רעדט פון דאמסי,
דאמינא/ דאמסי מתחלף...

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 2:58 pm

דאמינא איז דא
עטעטשמענטס
Domino.jpg

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:03 pm

דומסי איז נישט אונטערן בעלות פון אחים יאקאבאוויטש?

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:06 pm

קען זיין א שותפות. אפיציעל איז עס אונטער עפעס א LLC.

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:09 pm

כ'גלייב נישט מ'וועט עפעס האבן פון דאמינאו, זיי וועלן זיך לכאורה רעכענען מיט די וויליאמסבורגע אייוואוינער אויף די נארטס און אויפבויען 15 שטאקיגע בנינים פאר זיי
לעצט פאראכטן דורך מאנ-יימער אום מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:15 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:12 pm

גראדע נישט, עס קומט ארויף דארט פיר הינדערט דירות פאר היימישע אידן, צוויי הינדערט דארף שוין צי זיין פארטיג אויף פסח!!

די תגובה איז נישט אקטועל, קוק ווייטערדיגע תגובות צי פארשטיין.
לעצט פאראכטן דורך איש יהודי אום מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:39 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:16 pm

מאן יימר מיינט מסתמא דאמינא. דאמסי ווערט געבויעט דורך היימישע אידן פאר היימישע אידן מיט א ציל אריינצוברענגן יונגע קאפלס אין אלט וויליאמסבורג.

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:16 pm

איש יהודי האט געשריבן:גראדע נישט, עס קומט ארויף דארט פיר הינדערט דירות פאר היימישע אידן, צוויי הינדערט דארף שוין צי זיין פארטיג אויף פסח!!

אוי שוין ווידער האב פארמישט דאמסי מיט דאמינאו, כ'האב עס שוין פאראכטן

--
ירוחם האקט
לעצט פאראכטן דורך מאנ-יימער אום מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:17 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:17 pm

אה, כ'זע מאן יימר האט שוין פארראכטן. וועגן דעם האב איך געשריבן אז אידישע קאמיוניטי ליעדערס דארפן אויך מישן די טעפל אין דאמינא, אולי ירחם.

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:21 pm

קענסט מישן, דעוועלאופערס זענען פאר'שכור'ט מיטן בויען נארט וויליאמסבורג פאר די ארטיסטן, און Two Tree בויעט כמעט נאר אזעלכע פראיעקטן.

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:55 pm

לכאורה האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן וויליאמסבורג, אבער אין ניי וויליאמסבורג טוהט זיך א קאנסטראקשן וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן זינט תיבת נח [גוזמא קתני]. אקורשט האט מען אראפגעשליידערט אן אלטע קירכע אויף סקילמאן ביי דיקאלב, און אז איר שפאצירט אדורך סקילמאן וועט איר מערקן אז ווי עס איז נאר דא א ליידיגער לאט [כמעט] שטייט א טראקטאר און גראבט. מען זאגט אז דאס קומט צוליב דעם וואס די רעגירונג האלט אט ביים טוישן די זאונינג געזעצן אז מען זאל נישט מעגן בויען קיין פיר שטאק.

וואס טוט זיך מיט די אנדערע זייט פון ניי וויליאמסבורג?
פולאסקי וכדומה?

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 3:58 pm

שכח פאר די מאפע, מיר קוקט עס אויס גאר ווייט, ניי וויליאמסבורג איז שוין נענטער נישט אזוי?

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 2:44 pm

להרב יהודי! מהיכי תיתי 400 אידישע דירות ?

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 2:45 pm

skillman street was downzoned by the city last week october 11.

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 2:57 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:שכח פאר די מאפע, מיר קוקט עס אויס גאר ווייט, ניי וויליאמסבורג איז שוין נענטער נישט אזוי?

ס'הייסט "גאר" ווייט? אויף בראדוועי וואוינט מען שוין פאר א שיינע פאר יאר פון בערי ביז קענט, דאס איז 2 גאסן ארויפציער, מ'רעדט דאך אויך פון עפארדעבל דירות ביי די נייע גרויסע בנין אויף 15 דאנהעם (די קליינע געסל וואס די זעהסט אויפן מאפע צווישן ווייט/קענט-בראדווועי/סאוט 5)

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 2:59 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:להרב יהודי! מהיכי תיתי 400 אידישע דירות ?


משפחה מיטגלידער.

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 4:10 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:skillman street was downzoned by the city last week october 11.

וואס הייסט דאס "דאונזאונד"?

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 4:14 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:skillman street was downzoned by the city last week october 11.

דער געזעץ גילט אבער נישט אויף עקזיסטירנדע בוי פראיעקטן, טאקע דערפאר האבן זיך אלע בויער אריינגעווארפן מיט אייפער אפאר וואכן בעפאר.

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 4:27 pm

לכאורה האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:skillman street was downzoned by the city last week october 11.

דער געזעץ גילט אבער נישט אויף עקזיסטירנדע בוי פראיעקטן, טאקע דערפאר האבן זיך אלע בויער אריינגעווארפן מיט אייפער אפאר וואכן בעפאר.

מער דעטאלן ביטע, אויף וועלכע גאסן גילט דער געזעץ

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 5:06 pm

געפונען
http://www.nyc.gov/html/dcp/html/bed_st ... ndex.shtml
שרייב א תגובה

Advertisement