קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך ינואר 23, 2019 10:08 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דילעיד גרין איז [אפשר נאר א קליינע] סכנה, ווילאנג מאיז נישט געוואוינט צו דעם. ווען מ׳האט דאס אנגעשטעלט אויף לענגאויס ארויף מארסי עוועני האב איך טאקע עטליכע מאל אנגעהויבן געבן געז און געמאכט שאָרט סטאַפּ. היינט בינעך שוין געוואוינט אז מ׳ברויך קוקן אויפן דרייווער׳ס סיגנאל.

פארוואס מ׳האט דאס געמאכט איז, ווייל ווען ס׳ווערט גרין אויף איין ריכטונג, קענען סיי קארס און סיי פעדעסטריענס אריבערגיין. די געזעץ איז אז די פעדעסטריענס האבן די ״רייט אוו וועי״, און קארן מיזן זיי אויסווארטן. די פראבלעם איז אז קארן טוען פיל מאל אומגערעכטערהייט אויסכאפן די פעדעסטריענס, זיי הייבן אן פארן און דרייען זיך איין, אהן געבן א געלעגענהייט די מענטשן זאלן קענען אריבערגיין.

וואס דער דילעיד גרין טוט אויף איז, ס׳געט פאר די פעדעסטריענס א פאקטישע טשענס צו קראסן עטליכע סקונדעס פאר די קארס, אזוי, ווען ס׳ווערט שוין יא גרין איז די אינטערסעקשן שוין אקאפייד מיט קראסערס.

די זאך איז נאר, מילא אין לאוער מענהעטן, אדער אפילו אין דאונטאון ברוקלין, און אין נאך פלעצער.. דארט ווי די אינטורסעקשענס זענען אנגעשטויסן מיט מענטשן וואס שטייען צו קראסן, איז עס טאקע א אויפטו פאר די מענטשהייט. אבער פארוואס איז די סעטינג אנגעשטעלט 24 שעה ארום דעם זייגער? זאל עס זיין אנגעשטעלט פאר די ראש_אוערס, וויקענדס אא״א. אוו פארוואס אויף מארסי קארנער לינטש, ווי מענטשן קראסן דעם גאס 6 מאל איאר?

בקוצר, ס׳איז מער א לאך אין קאפ, ס׳איז אבער נישט קיין סכנה.


אמת פאר איינער וואס דרייווט אלעמאל אין וויליאמסבורג ווייסט עס

אבער פון אויזער די שטאט וואס ווייסט נישט דערפון קען מיינען עס איז צובראכן

בסד
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » מיטוואך ינואר 23, 2019 10:20 am

ווען מען פירט איין אזא נייע זאך. דארף מען לייגן א סיין (כאטש צייטווייליג) אז די לייט ווערט גרין פאר מענטשן פאר די קארס, אזוי אז ספוזמן און איך זאלן כאפן.
און אויך די פוס גייערס זאלן כאפן אז יעצט איז רויט אלע זייטן, און ס'גייט ווערן גרין פאר די קארס וואס דרייען זיך איין, אונמיטן גיין. סאוי הייבט יעצט אן גיין, און זיי גערישט אז די קאר וואס דרייט זיך איין גייט פלוצלינג זיך נעמען פארן.

אויך איז א גרויסע פראבלעם אז מענטשן ווייסען נישט, אדער ווילן נישט וויסן, וויאזוי מען דארף פארן/ קראסן.

דרייווערס דארפן וויסן אז א מענטש וואס קראסט האט די רעכט אויפ'ן וועג. די קארס וואס דרייען זיך איין, דארפן ווארטן די מענטש זאל אריבער גיין.

מענטשן דארפן קוקן וואו מען גייט. אסאך מענטשן קראסן אן קוקן, זייער אסאך מאל מיטגעהאלטן די חסד פון שומר פתאים ד'.

פרויען שטופן אריין קערידזשעס אין קארס. שוין אסאך שארט סטאפס געמאכט פאר דעם. מען כאפט נישט אז די קערידזש איז פאראויס, ווען מען קען שוין אריינקוקן אין די גאס, איז שוין די קערידזש אונמיטן גאדער.

בלי עין הרע, די גאסן זענען פול מיט מיידלעך וואס יאגן זיך צופרי צו סקול. זיי ווילן נישט זיין 'לעיט' ח"ו. סאוי פארלאזן זיי זיך אויף ניסים אויפ'ן וועג.

מען דארף לערנען מיט די קינדער און חדר/סקול וויאזוי מען נוצט די גאדער. און דרייווערס דארפן לערנען, און פארשטיין די געזעצן, און האָבן סבלנות ביים דרייוון.

מ'האקט.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3370
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך ינואר 23, 2019 10:51 am

nmi האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין יא איז זייער וויכטיג אז די עלטערן זאלן אויפמערקזאם מאכן די קינדער אז מ'פליט קיינמאל נישט דורך קיין קראוס וואק מיט קיין בייק.

לעצטנס האב איך געהאט אזא מעשה כ'האב מיר איינגעדרייט פון בעדפארד צו ראטלידזש און די קראוס וואק מיטן ארום איז געווען ליידיג בינעך געפארן, ווען פליצלינג קומט א יונגל צו שמאסן מיטן סקוטער און געמאכט א שארט סטאפ ממש נעבן מיר

טאקע זייער וויכטיג, איך זאג עס פאר די קינדער יעדעס מאל אז ווען מקראסט מיז מען וואקן און מיטשלעפן די סקוטער,

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך ינואר 23, 2019 10:52 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דילעיד גרין איז [אפשר נאר א קליינע] סכנה, ווילאנג מאיז נישט געוואוינט צו דעם. ווען מ׳האט דאס אנגעשטעלט אויף לענגאויס ארויף מארסי עוועני האב איך טאקע עטליכע מאל אנגעהויבן געבן געז און געמאכט שאָרט סטאַפּ. היינט בינעך שוין געוואוינט אז מ׳ברויך קוקן אויפן דרייווער׳ס סיגנאל.



דו ביזט שוין היינט געוואוינט, אבער דער מאנסיער אידל וואס איז פונקט אריינגעקומען אין שטאט נישט. איך האב זיך שוין אויך צוגעוואוינט צו מארסי, און פונדעסטוועגן האבעך שיער געפעסט א רויט לייט אין ב''פ.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20534
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 23, 2019 10:57 am

די גרעסטע פראבלעם איז, דארט וואו זיי האבן געלאזט מער צייט פאר די פיסגייער ווי פאר די קארס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 23, 2019 12:48 pm

בעפארד פלאשינג האט שוין לאנג אזא זאך פאר די בעדפארד זייט אבער נישט אויף די פלאשינג זייט, זינט אויף יענעם קארנער איז דאס טאקע וויכטיג פאר די פיסגייער, פארשטיי איך נישט פארוואס אויף די פלאשינג ריכטונג איז דאס נישטא (ס'איז נאר דא ווען א טרעילאר דרייט זיך איין פון בעדפארד צו פלאשינג און ס'נישטא גענוג פלאץ, בלייבט ער דאך שטיין פאר א צען פופצן מינוט איבער די ברייט פון פלאשינג ביז ס'ווערט איהם ערמעגליכט צו זיך איינדרייען, דעמאלטס קענען די פוסגייער קראסן מיט א רואיגקייט).

אזוי אויך פארשטיי איך נישט פארוואס אויף מארסי איז דאס יא דא אויף אלע גאסן, איך אלס פוסגייער האב נאך קיינמאל נישט פארדינט דערפון גארנישט.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך ינואר 23, 2019 2:31 pm

וואלעבאוט ביי ווייט, איז אויך אזא כמו דילעיד גרין.
הוי 'מחשב'...

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך ינואר 23, 2019 5:59 pm

עפעס א פייגל זיכט א תיקון אויף לארימער גאס

אוועטאר
ר' זעקל
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך ינואר 23, 2019 6:08 pm

כ'געב אריין א פארלאנג צוצישפארען די ראוד אויף בעדפארד קאר. פלאשינג ביי די פראסטיגע וועטער מאנטאג האבעך דערלייגט א היט אונטער די רעדל פין א באס דארט.
#קאטשמע אלערט.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך ינואר 23, 2019 6:22 pm

דממה דקה האט געשריבן:עפעס א פייגל זיכט א תיקון אויף לארימער גאס

שוין געכאפט...
די פייגל - אדלער האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן די ראוד פון לי - וואלעבאוט- לארימער און אפגעשטעלט די גאנצע אינטערסעקשאן...
די גרויסע פאליס האט זיך נישט געקענט א עצה געבן ביזן א גוי האט געגעבן א שיס ארויף זיין קויט אויף עס און דעמאלס האט עס פאליס געכאפט....
#זאל ער האבן זיין תיקון.
וואס נאך נייעס ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך ינואר 23, 2019 6:25 pm

אפשר איז עס די טאטע פון די קארניש... ווי זענען די מומחים?

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מיטוואך ינואר 23, 2019 11:54 pm

eller האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:עפעס א פייגל זיכט א תיקון אויף לארימער גאס

שוין געכאפט...
די פייגל - אדלער האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן די ראוד פון לי - וואלעבאוט- לארימער און אפגעשטעלט די גאנצע אינטערסעקשאן...
די גרויסע פאליס האט זיך נישט געקענט א עצה געבן ביזן א גוי האט געגעבן א שיס ארויף זיין קויט אויף עס און דעמאלס האט עס פאליס געכאפט....
#זאל ער האבן זיין תיקון.
וואס נאך נייעס ?
צוגעלייגטע
64708e6907294d9cbd2ff25249ce0dc9.jpg
64708e6907294d9cbd2ff25249ce0dc9.jpg (101.68 KiB) געזעהן 2197 מאל

אוועטאר
Come and go
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:39 pm

תגובהדורך Come and go » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:14 am

eller האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:עפעס א פייגל זיכט א תיקון אויף לארימער גאס

שוין געכאפט...
די פייגל - אדלער האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן די ראוד פון לי - וואלעבאוט- לארימער און אפגעשטעלט די גאנצע אינטערסעקשאן...
די גרויסע פאליס האט זיך נישט געקענט א עצה געבן ביזן א גוי האט געגעבן א שיס ארויף זיין קויט אויף עס און דעמאלס האט עס פאליס געכאפט....
#זאל ער האבן זיין תיקון.
וואס נאך נייעס ?

וואס איז מיט'ן קאוט יעצט?

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:48 am

eller האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:עפעס א פייגל זיכט א תיקון אויף לארימער גאס

שוין געכאפט...
די פייגל - אדלער האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן די ראוד פון לי - וואלעבאוט- לארימער און אפגעשטעלט די גאנצע אינטערסעקשאן...
די גרויסע פאליס האט זיך נישט געקענט א עצה געבן ביזן א גוי האט געגעבן א שיס ארויף זיין קויט אויף עס און דעמאלס האט עס פאליס געכאפט....
#זאל ער האבן זיין תיקון.
וואס נאך נייעס ?


פון דעילי איד
א צעטומלטער ‘האוק’ האט זיך געטראפן “פארלוירן” אויף וויליאמסבורג’ס העכסט פארנומענע דריי-עק גאס פון לי, לארימער און וואלאבאוט סטריטס — אן אינטערסעקשאן וואו מענטשליכע פיסגייערס קענען קוים מאנעווערירן דורכצוגיין, און קאר-דרייווערס אוודאי נישט — איידער אפיצירן האבן דאס אפּגענומען. הונדערטער האבן זיך פארזאמלט מיטוואך 6 אווענט, ווען דאס פויגל האט זיך פּרובירט אויפצוהייבן פונעם טראטואר, אבער ס’נישט געגאנגען... עס האט אויסגעזען קראנק. און מענטשן זענען געווען באזארגט, אז דאס פויגל שטייט אינמיטן גאס וואו קארס קענען עס איבערפארן. א געוויסער פארשוין פראנציסקא פּאעז האט ארויפגעווארפן דערויף זיין מאנטל, עס צעגעשטופּט אין א זייט עס צו באשיצן פון קארס, ביז די פּאליציי איז אנגעקומען און עס אריינגעלייגט אין א שטייג.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4721
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:22 pm

דער פייגל האט זיך געדרייעט ביי מיר אויפן פארטש פאר עטליכע טעג, העלמיר אפירזוכען די בילדער אי"ה.

איך מאך נישט קיין קאלמעוואסער אינטערוויאוס...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:27 pm

נא_שכל האט געשריבן:דער פייגל האט זיך געדרייעט ביי מיר אויפן פארטש פאר עטליכע טעג, העלמיר אפירזוכען די בילדער אי"ה.

איך מאך נישט קיין קאלמעוואסער אינטערוויאוס...

אויף אייוועלט יא?

איך גיי בענענעס צו וויסן דיינע געפילן.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4721
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:39 pm

קודם וועלמיר נאכקוקן אויב ס'טאקע די זעלבע פויגל, [מיינע קינדער זענען געווען בשעתו פיל מיט עקסטאז אז א "אדלער" האט זיך געדרייעט אויפן פארטש, האביך זיי געבעטען צו נעמען בילדער], אויב איז עס די זעלבע, וועל איך דעמאלטס אנהייבן צו דעוואלפען געפילן, דערנאך וועט מען עס קענען איבערגעבען דא אויף איייוועלט בל"נ...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 8:18 pm

נא שכל די דעוואלאפ'סט נאך בילדער?
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 8:24 pm

איינער ווייסט צי קאסאבע רעבע גייט זיין אין וולמסברג פאר שבת?

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 8:31 pm

הרב פראהביטש, איר מיינט צו פרעגן, אויב דער קאסוב׳ע רבי וועט וויילן דעם שבת פרשת יתרו, אין וויליאמסבורג?

אה, דאס איז די פראגע!?

איך ווייס נישט. ווער עס ווייסט יא, זאל ביטע גיבן אן ענטפער.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 8:46 pm

נא_שכל האט געשריבן:דער פייגל האט זיך געדרייעט ביי מיר אויפן פארטש פאר עטליכע טעג, העלמיר אפירזוכען די בילדער אי"ה. איך מאך נישט קיין קאלמעוואסער אינטערוויאוס...


ביסט זיכער אז ווילסט נישט א בילד פון דיר אויפן מאמענט אויסגאבע?!

עס האט אסאך בענעפיטס.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4721
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך ינואר 30, 2019 11:15 pm

eller האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:עפעס א פייגל זיכט א תיקון אויף לארימער גאס

שוין געכאפט...
די פייגל - אדלער האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן די ראוד פון לי - וואלעבאוט- לארימער און אפגעשטעלט די גאנצע אינטערסעקשאן...
די גרויסע פאליס האט זיך נישט געקענט א עצה געבן ביזן א גוי האט געגעבן א שיס ארויף זיין קויט אויף עס און דעמאלס האט עס פאליס געכאפט....
#זאל ער האבן זיין תיקון.
וואס נאך נייעס ?






בענקעל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:דער פייגל האט זיך געדרייעט ביי מיר אויפן פארטש פאר עטליכע טעג, העלמיר אפירזוכען די בילדער אי"ה.

איך מאך נישט קיין קאלמעוואסער אינטערוויאוס...

אויף אייוועלט יא?

איך גיי בענענעס צו וויסן דיינע געפילן.


דא האט איר די בילדער פון די פייגל אויפן פארטש, איז עס די זעלבע פון די וואס האט איבערגדרייעט ווילאמסבורג?

פייגל-1.jpg
פייגל-1.jpg (459.95 KiB) געזעהן 509 מאל


פייגל-2.jpg
פייגל-2.jpg (173.23 KiB) געזעהן 509 מאל


פייגל-3.jpg
פייגל-3.jpg (356.9 KiB) געזעהן 509 מאל



וואס האט ער געזוכט ביי מיר?

די געפילן פאנגן זיך אן צו וועבען...

עני מקובל עוועלעבעיל יעצט?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 30, 2019 11:28 pm

פאלג מיר!. שריי דריי מאל ״מחול לך״.. העסט זעהן אז קיינער וועט דיר טאקע נישט ברענגען געלט, אויך גייט ער לכאורה מער נישט צוריק קומען צו דיין פארטש. כ׳ווייס וואס כ׳רעד!..

[איך האב דיר נארוואס געשפאָרט $180, + $25 פאר די עד עס מפרסם צו זיין.]
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך ינואר 30, 2019 11:32 pm

איך פלעג האבן א קעצל וואס פלעגט קומען יעדע פארנאכץ צו מיין בעדרום ווינדאו און וויינען. האבעך געפרעגט אן ערליכע יוד וואס צו טוען האט ער מיר געהייסן נעמען א גלעזל וואסער און אהינגיין צו אים און אים זאגן בערך בזה"ל איך ווייס נישט ווער דו ביסט. אויב האסטו מיר עפעס שלעכט געטוען בין איך דיר מוחל בלב שלום ע"כ. און נאכדעם געמאכט א ווארעמע שהכול און עס אויסגעטרינקן. פונעם נעקסטן טאג און ווייטער האב איך מיר נישט געהערט פונעם

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 30, 2019 11:43 pm

נא_שכל האט געשריבן:דא האט איר די בילדער פון די פייגל אויפן פארטש, איז עס די זעלבע פון די וואס האט איבערגדרייעט ווילאמסבורג?

פייגל-1.jpg


פייגל-2.jpg


פייגל-3.jpg


הערליכע בילדער!

דאס איז זיכער די זעלבע 'סארט' פייגל (רעד טעילד האוק).


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”