קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 12:46 am

Think and Thank האט געשריבן:די סיטי באסעס אין ווילי האבו לעצטנס אויפגעהערט זיך רוקן צו די קוירב ביי באס סטאפס, און שטעלן זיך אנשטאט דעם אפ אינמיטן גאס. שטייצעך אז דאס 'העלפט' זייער ארויס די אזוי אויך אנגעשטויסענע ליע עוו. טרעפיק. מען דארף פארפירן דערוועגן.

איך וועל באלד ארויפלייגן פון מיין דעשקעם פון עטליכע שעה צוריק (כאב שוין געהאט נאך אזאנס די נאכט נאר די דעשקעם האט נישט געארבעט).

בין איך דער איינציגסטער וואס שמייכעלט? איר דארפט זיין proud to live in one of the busiest popular and most expensive places on planet earth

סיטי לייף קומט מיט די גאנצע גרויש ווי אין טיימס סקווער , ווען די ביזט אין מאנהעטען האסטו טענות אז די האסט נישט ווי צו פארקען אדער ווי צו פארן? אט האסטו דאס ביי דיין טיר ,דארפסט נישט פארן קיין מאנהעטען :lol:

#city life
Enjoy it

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 12:50 am

איך כאפ עכט נישט וואס דו ווילסט. מען רייסט אוועק גאנצע בלאקס פארקינג צוליב די מא סטערישע באסעס כדי זיי זאלן אפשטעלן דעם פארקער? וואס האט דאס מיט וואוינען אין די סיטי?

(איך וואוין אין די סיטי זינט מיין געבורט [מיט'ן אויסנאם פון ניינצן זומערס + ווען איך האב געלערנט אין א''י], איר זענט כנראה נישט אויפגעוואקסן דאהי.)
Innocent until proven Republican

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 12:56 am

Think and Thank האט געשריבן:איך כאפ עכט נישט וואס דו ווילסט. מען רייסט אוועק גאנצע בלאקס פארקינג צוליב די מא סטערישע באסעס כדי זיי זאלן אפשטעלן דעם פארקער? וואס האט דאס מיט וואוינען אין די סיטי?

(איך וואוין אין די סיטי זינט מיין געבורט [מיט'ן אויסנאם פון ניינצן זומערס + ווען איך האב געלערנט אין א''י], איר זענט כנראה נישט אויפגעוואקסן דאהי.)

מיר קוקט עס אויס אז ער איז יא אויפגעוואקסן דאהי און ער האט זיך לעצטענס ארויסגעמופט צו איינע פון די נייע ישובים און ער זוכט זיך מיט וואס צו טרייסטן...

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:10 am

Think and Thank האט געשריבן:איך כאפ עכט נישט וואס דו ווילסט. מען רייסט אוועק גאנצע בלאקס פארקינג צוליב די מא סטערישע באסעס כדי זיי זאלן אפשטעלן דעם פארקער? וואס האט דאס מיט וואוינען אין די סיטי?

(איך וואוין אין די סיטי זינט מיין געבורט [מיט'ן אויסנאם פון ניינצן זומערס + ווען איך האב געלערנט אין א''י], איר זענט כנראה נישט אויפגעוואקסן דאהי.)

די זאגסט דאך זייער גוט,האסט דאך די תירוץ אין דיין קשיא

איז וויליאמסבורג די זעלבע וויליאמסבורג ווי 19 יאר צוריק ? אדער יעצט איז עס איינע פון די טייערסטע געגענטער פון די וועלט ווי מען רעכענט זיך נישט מיט דיר נאר צופרידענצושטעלן די גוים אין טוריסטען

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:11 am

nmi האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איך כאפ עכט נישט וואס דו ווילסט. מען רייסט אוועק גאנצע בלאקס פארקינג צוליב די מא סטערישע באסעס כדי זיי זאלן אפשטעלן דעם פארקער? וואס האט דאס מיט וואוינען אין די סיטי?

(איך וואוין אין די סיטי זינט מיין געבורט [מיט'ן אויסנאם פון ניינצן זומערס + ווען איך האב געלערנט אין א''י], איר זענט כנראה נישט אויפגעוואקסן דאהי.)

מיר קוקט עס אויס אז ער איז יא אויפגעוואקסן דאהי און ער האט זיך לעצטענס ארויסגעמופט צו איינע פון די נייע ישובים און ער זוכט זיך מיט וואס צו טרייסטן...

וויזוי עס זאל נישט זיין די מציאות, וואונטש איך פאר יעדעם אזא טרייסט גרינגערהייט
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:20 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:14 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איך כאפ עכט נישט וואס דו ווילסט. מען רייסט אוועק גאנצע בלאקס פארקינג צוליב די מא סטערישע באסעס כדי זיי זאלן אפשטעלן דעם פארקער? וואס האט דאס מיט וואוינען אין די סיטי?

(איך וואוין אין די סיטי זינט מיין געבורט [מיט'ן אויסנאם פון ניינצן זומערס + ווען איך האב געלערנט אין א''י], איר זענט כנראה נישט אויפגעוואקסן דאהי.)

די זאגסט דאך זייער גוט,האסט דאך די תירוץ אין דיין קשיא

איז וויליאמסבורג די זעלבע וויליאמסבורג ווי 19 יאר צוריק ? אדער יעצט איז עס איינע פון די טייערסטע געגענטער פון די וועלט ווי מען רעכענט זיך נישט מיט דיר נאר צופרידענצושטעלן די גוים אין טוריסטען

און די גוים האבן ליב צו זיצן אין טרעפיק? זיי האבו אויך ליב צו דארפן.אראפגיין פונ'ם סיידוואלק א שיינע פאר פיס צו גיין צום באס?
Innocent until proven Republican

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:19 am

Think and Thank האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איך כאפ עכט נישט וואס דו ווילסט. מען רייסט אוועק גאנצע בלאקס פארקינג צוליב די מא סטערישע באסעס כדי זיי זאלן אפשטעלן דעם פארקער? וואס האט דאס מיט וואוינען אין די סיטי?

(איך וואוין אין די סיטי זינט מיין געבורט [מיט'ן אויסנאם פון ניינצן זומערס + ווען איך האב געלערנט אין א''י], איר זענט כנראה נישט אויפגעוואקסן דאהי.)

די זאגסט דאך זייער גוט,האסט דאך די תירוץ אין דיין קשיא

איז וויליאמסבורג די זעלבע וויליאמסבורג ווי 19 יאר צוריק ? אדער יעצט איז עס איינע פון די טייערסטע געגענטער פון די וועלט ווי מען רעכענט זיך נישט מיט דיר נאר צופרידענצושטעלן די גוים אין טוריסטען

און די גוים האבן ליב צו זיצן אין טרעפיק? זיי האבו אויך ליב צו דארפן.אראפגיין פונ'ם סיידוואלק א שיינע פאר פיס צו גיין צום באס?

מאנהעטען איז פיל ארגער ,די גוים זענען גליקלעך אז זיי וואינען אין ניו יארק סיטי אין היפסטער וויליאמסבורג געגענט,זיי קומען דא מרצונו הטוב זיי האבן עס אויסגעוועלט צו וואינען אין די טייערע געגענט, און על פי רוב דרייווען זיי נישט,אזוי ווי אין מאנהעטען האבן רוב גוים נישט קיין קארס ווען עס איז שנעלער צו ניצן די טרעינס ,באסעס ,טעקסיס, נישדא ווי צו פארקען עניוועי , א גוי ערווארט נישט אין די סאמע פאפלערסטע ביזי סיטי אין די וועלט אז עס זאל זיין ווי אין סובארב שטילע געגענטער אן טרעפיק און מיט גענוג פארקינג , ער ווייסט אז דאס איז עס אין דאס איז סיטי לייף , 19 יאר צוריק איז וויליאמסבורג נישט געווען פאפיאלער בכלל

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:17 am

טענו בחיטין והודו לזכר קדשו

ווי קומט איינס צום צווייטן און וויאזוי ווערט מיט די סטעיטמענט "סיטי לייף" פארענטפערט די רשעות פון נישט אריינגיין אינעם דעזיגנירטן באס סטאפ?

פארוואס זענען די באס סטאפס געמאכט געווארן? פארוואס טאר מען נישט פארקן דארט? אז די באסעס זאלן האבן וואו "נישט" ארייצופארן? (ווי דעם איד וואס מ'האט געטראפן אויף אן אינזל אליינס מיט 2 שוהלן)
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:52 am

הענדימען האט געשריבן:טענו בחיטין והודו לזכר קדשו

ווי קומט איינס צום צווייטן און וויאזוי ווערט מיט די סטעיטמענט "סיטי לייף" פארענטפערט די רשעות פון נישט אריינגיין אינעם דעזיגנירטן באס סטאפ?

פארוואס זענען די באס סטאפס געמאכט געווארן? פארוואס טאר מען נישט פארקן דארט? אז די באסעס זאלן האבן וואו "נישט" ארייצופארן? (ווי דעם איד וואס מ'האט געטראפן אויף אן אינזל אליינס מיט 2 שוהלן)

די ענטפער איז דאס איז סיטי,און טאמער ווילסטו נישט נעמען דעם ענטפער ,דאן נעם נישט די ענטפער, איז דאס איז די מציאות אן קיין תירוץ , אלעס איז ארויס פון די גבולים, באס לעינס,בייק לעין ,טורנינג לעינס,סיטי בייק נעמען אויף גאסן ,פארקינג טיקעטס געפערליך, דאס די באסעס פארן נישט אריין איז פשוט וועגן רובא דרובא שטייט דארט אדער געפארקט א מיני ווען ,עכ"פ ביי לי פלאשינג איז אייביג געפארקט קארס, און די טרעפיק איז אזוי געפערליך אז טאמער פרובירן זיי זיך אריין אין ארויסקוועטשען פונעם באס סטאפ ווערט א כאדאראם וועגן קיינער וויל זיי נישט אריינלאזן,אשאד די הסבירים , עס איז סיטי, אין מאנהעטען האסטו די קשיות? מען קען נישט פארקען אין נישט פארן, וויליאמסבורג איז כמעט די זעלבע לעצטענס מער און מער וועגן סאיז א ביזי מקום ,עניוועי ווער עס וויל זיך פאפן ,גא עהעיד,וועגן די וויליאמסבורג עסקנים וועלן עניוועי גארנישט טין,אין בארא פארק איז דא איינמאל א וואך אלטערנעיד סייד שוין יארן לאנג וועגן אז א פאליטישאן וויל געווינען די וואוטס דארף ער דעליווערן, און אין וויליאמסבורג קערט נישט קיינער עס צו ערלעדיגן אין די זעלבע זאך פון דאבעל פארקען בשעת מען קלינט כהיינו וכהיינו מען קען רעדן א גאנצע נאכט

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:53 am

נו אפשר מופסטו דיר ארויס צו די נייע געגענטער?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 7:29 am

זיי ברויכן אריינפארן אין זייער דעזיגניטער באס סטאפ, אבער טאמער עס איז דא עפעס אינעם באס סטאפ וואס שטערט זיי (אסאך מאל א פוילע תירוץ) וועלן זיי נישט אריינפארן.

די עצה דערצו איז, און עס ארבייט, איז צו רופן 511 (נישט 311) און רעדן צו א רעפרעזענטעריוו אריינצוגיבן א קאמפלעינט איבער דעם ספעציפישן באס און וואס זיין חטא איז געווען.

מען ברויך זיי איבערגיבן די:
באס נומער
פלעיט נומער
רוט נומער
פלאץ
צייט.

מען ברויך נעמען אין באטראכט אלע תירוצים וואס דער דרייווער גייט קענען ענטפערן און דאס פארלויפן דורכ'ן עס אפפרעגן, אזוי ארום אז ווען דער סופערווייזאר האלט אים פאר דערוועגן און ער וועט ענטפערן דעם פוילן תירוץ זאל ער שוין וויסן בעפאר אז ס'נישט אמת.

איעדע קאמפלעין ווערט גענומען ערנסט און זיי זייען דאס נאך, איעדן טאג ווען דער באס קומט צוריק אין דיפאוט גייט דער סופערווייזער אדורך אלע מעגליכע קאמפלעינטס פון איבערן טאג. זיי קענען איבערקוקן קעמערעס און רעדן צום דרייווער דערוועגן, קיין איין דרייווער שמעקט עס נישט און וויל נישט זיין אויף די וואטש ליסט, און נאך אזא אויספרעגונג וועט ער זיך שוין ביהעיווען.

לדוגמא וועל איך ניצן איינע פון מיינע עקספיריענסעס מיט זיי. איך בין אראפגעפארן א גאס פון באס סטאפס אונטער א סיטי באס. דער באס האט זיך נישט אריינגעריקט אינעם באס סטאפ פאר א צירקע 5-6 גאסן. איך האב אנגערופן 511 און זיי איבערגעגיבן אלע אינפארמאציע און דערציילט פונקטליך אלעס, און אויך דעם זייגער צום מינוט (נישט ארום 8:15.. נאר 8:12, 8:13 וכדו'). אבער דער וואלט זיך געקענט ארויסדרייען אויך מיט א פוילן תירוץ אז קארס זענען געווען אינעם באס סטאפ.. האב איך דאס אויך געטאהן און דערציילט אז די סטאפס זענען געווען קליען, קיין איין קאר אין איין איין באס סטאפ. אזוי ארום בין איך אים פארלאפן דעם וועג מיטן אפקומען מיט א פוילן תירוץ.

די זעלבע זאך ווען זיי קריכן אריין אין אן אינטערסעקשאן און בלייבן דארט סטאק און עס ווערט א גרידלאק.. דער קען אויך ענטפערן אלע סארט אויסריידן, ברויך מען געדענקן צו פארלויפן דעם וועג דורך אראפלייגן דעם מצב פון די גאסן אז ער איז אריין אינעם אינטערסעקשאן ווען עס'ז'ם געווארן רויט און וואלט קיינמאל געקענט ענדיגן דעם באקס און האט זיך נישט גערעכנט מיט אנדערע מאטאריסטן.

דער כלל איז, מען ברויך זיך אריינלייגן אינעם דרייווערס שיך און זוכן אלע תירוצים וואס דער גייט קענען ניצן און טרעפן א סיבה פ"וו דער אויסרייד גילט נישט, און דאס אויך זאגן, אזוי ארום וועט זיך יענער נישט קענען ארויסדרייען מיט א באבע תירוץ.
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4822
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 7:45 am

טענקס פאר די אינפארמאציע. מ׳גיימער פראבירן צו האלטן די סופערווייזער׳ס פארנומען.

511 ווערט איצטערט אריינגעלייגט אלטס א ספיד-דייל, איינס נאך קולמעוואסער.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4822
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 8:34 am

א טרעין האט געמאכט א יחץ אויף עימיצן, אין ריזאלטאט איז די ״L״ ליניע צווישן לארימער און בראדוועי דזשאנקשן סוספענדירט אין ביידע ריכטונגען.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 10:37 am

א פיינעם תי' פאר קואמא צו פארמאכן די L...
Innocent until proven Republican

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4822
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 10:47 am

Think and Thank האט געשריבן:א פיינעם תי' פאר קואמא צו פארמאכן די L...

זיין דעקלעראציע איז נאך הינערנע פיס. די פלאן נישט צו פארשליסן דעם טונעל שטייט אויס גרויס קעגנערשאפט דורך די איירכאטעקטאר׳ס און עטליכע שטאטישע פערסענאלן. ס׳גייט קומענדע וואך פארקומען א הירינג איבער דעם.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 8:09 pm

פליגל האט געשריבן:איעדע קאמפלעין ווערט גענומען ערנסט און זיי זייען דאס נאך

א ישר כח פאר די אינפארמאציע

איך האב קיינמאל נישט גערופן ווייל נאכן פרובירן איינמאל א שיינע פאר יאר צוריק און באקומען א לויף-ארום איז מיר פארגאנגען די אפעטיט צו זיצן מיט זיי אויפן טעלעפאן ווען כ'האב נישט געגלייבט אז סוועט אמאל עפעס ווערן דערפון

סיטי באס דרייווערס: ס'קומט א נייע עפאכע פאכע פאכע
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:26 pm

נייע רשעות'דיגע סיין אויף טעילאר צווישן בעדפארד און לי אלע ענגעל פארקינג אוועקגענומען!!! :twisted:
צו מאכן געלט דריקט דא
https://www.vitalcard.com/u/FEF
פאר קריטיק דריקט דא
http://c0026106.cdn1.cloudfiles.rackspa ... le-001.mp3

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:27 pm

צוליב?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4822
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:42 pm

פיין. מ׳האמער שוין 2 ליניע׳ס אויף טעילאר. יעצט איז צוקומען א זיבעטע ריפּ פון קארן וואס שטיפן זיך איינצידרייען צום לי עוועני פונעם דריי שפיציגן אינטערסעקשן.

#ברוך שחלק חכמתו
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:50 pm

Ps 16 public school
צוגעלייגטע
aaa.png
aaa.png (193.03 KiB) געזעהן 845 מאל
צו מאכן געלט דריקט דא
https://www.vitalcard.com/u/FEF
פאר קריטיק דריקט דא
http://c0026106.cdn1.cloudfiles.rackspa ... le-001.mp3

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:58 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פיין. מ׳האמער שוין 2 ליניע׳ס אויף טעילאר. יעצט איז צוקומען א זיבעטע ריפּ פון קארן וואס שטיפן זיך איינצידרייען צום לי עוועני פונעם דריי שפיציגן אינטערסעקשן.

#ברוך שחלק חכמתו

No not even this
צו מאכן געלט דריקט דא
https://www.vitalcard.com/u/FEF
פאר קריטיק דריקט דא
http://c0026106.cdn1.cloudfiles.rackspa ... le-001.mp3

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4822
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 10:04 pm

אה. כ׳האב נישט פארשטאנען דיין ערשטע תגובה.

איז עס דאך טאקע א רשעות. בעיסיקלי טריפּלען זיי די צאל פארקינג ספאטס פאר די סקול. ביז יעצט האבן זיי געניצט בלויז 2 דריטל ווילסאן, יעצט לייגן זיי צו נאך א גאנצע גאס ״90 ענגל״.

מסתמא האבן עס די טיטשערס פארלאנגט, מ׳האט עס זיי גערן נאכגעגעבן. אויב לייגן זיך דערין אריין אפאר עסקנים קעמען עס ווארשיינדליך צוריקדרייען.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 11:30 pm

די רשעים ביי פי עס סיקסטין דארף מען שוין לאנג מסדר זיין.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:19 am

סארא מין חוצפה, פארוואס נאר סיטי ארבעטערס באקומען אומזיסט פארקינג, אפשר זאל איך אויך באקומען פארקינג פארנט פון מיין ארבעט, מילא ווען זיי שטעלן ווען צו א פארקינג לאט פאר זייערע ארבייטערס אבער צונעמען פון יענעם פאר דיינע ארבייטערס! וואס פאר א חוצפה איז דאס.

נאך מער, עס איז מער נישט קיין פובליק סקול, נאר א טשארטער סקול.

זיי האבן בכלל נישט קיין רעכט דערויף ווייל עס איז נישט פארנט פון די סקול נאר פון די פארק.

די סקול האט א שטיקל שטח ביי בעדפארד קארנער טעילאר פארוואס האבן זיי נישט דארט געמאכט א פארקינג לאט?

אבער מיין עיקר קשיא ווי זענען אונזערע עסקנים??? דאס האט על פי פשטות נישט געקענט אדארך גיין, אן ווערן ארויף געברענגט אין קאמיונעטי באורד 1, פארוואס האבן זיי נישט דאס פרובירט אפצושטעלן.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:56 am

פימפל, כ'האב הנאה אז נישט נאר פאר די מאנסי'ער באקרידווערטע נעמסטו דיר אן... אדער דארט האט איר שוין אויפגעגעבן...

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, Come and go, private, yeah, נודניק, שטיל און 51 געסט