בלאט 4 פון 1728

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 3:05 pm
דורך יהיה כן
לכאורה האט געשריבן:אלס איינוואוינער אויף סקילמאן, פארלאנג איך עפעס אנדערש. סורוועילענס ווידיאו וואס זאל אויפכאפן דעם שייגעץ וואס פירט ארויס דעם הינטל אויף הכנות יעדן פרימארגן און זעצט אים אנידער פארנט פון מיין הויז.

#בל-תשקצו


שיק אים מיט עטליכע פיס אהינציער, אין פראנט פון די פ. ס. בילדינג דערנעבן, אבער ביי די טיר ממש!!

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 3:12 pm
דורך דער קוטשער
דערנאך גייט ער אהין, נעמט אפ עטליכע גראשן, קויפט עפעס איבערצובייסן פאר'ן בן יחיד'ל, ער זאל קענען מארגן טוען דאס זעלבע..

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 3:18 pm
דורך יהיה כן
דער קוטשער האט געשריבן:דערנאך גייט ער אהין, נעמט אפ עטליכע גראשן, קויפט עפעס איבערצובייסן פאר'ן בן יחיד'ל, ער זאל קענען מארגן טוען דאס זעלבע..


נישט קיין וויץ.....
http://www.cbsnews.com/8301-18563_162-5 ... -for-pets/

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 3:33 pm
דורך farshlufen
דער קוטשער האט געשריבן:דערנאך גייט ער אהין, נעמט אפ עטליכע גראשן, קויפט עפעס איבערצובייסן פאר'ן בן יחיד'ל, ער זאל קענען מארגן טוען דאס זעלבע..

אמאל האב איך געארבייט מיט אן ערל וואס פלעגט שפענדן מער פאר די עסן פאר זיין קאץ ווי פאר זעך, ברויך מען זיך אפלערנען אוועקצוגעבן דאס גאנצע אייגענס פאר א צווייטן.

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 3:37 pm
דורך יהיה כן
זאלער אזוי גוט זיין אויך אויסלערנען זיין הינטל נישט אנ'מכינ'ען נאכן עסן, ווייל יאך האב שיער נעכטן אריינגעטרויטן......

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 6:10 pm
דורך ווינקל
שנאפס האט געשריבן:נעכטן ביי קיעפ סט און קענט עוו

1.JPG


2.JPG

פשט?

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 6:10 pm
דורך מאנ-יימער
די רעדער גנבים זענען צוריק דא?

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 6:44 pm
דורך יוראפ
נע מען האלט אינמיטן איסטאלירן אזאנע ספעציעלע טרעקס פאר די סארט הייבריט אויטאס

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 7:17 pm
דורך שנאפס
מאנ-יימער האט געשריבן:די רעדער גנבים זענען צוריק דא?


קוקט אויס אזוי

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 7:34 pm
דורך געלעגער
צוריק דא? זיי זענען קיינמאל נישט אוועק געגאנגען. יעדע וואך קומט פרישע בילדער פון אזאנע אינצידענטן

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 8:04 pm
דורך היימישער איד
זיי קענען ארונטערנעמען רעדער אויך פון אזעכע וואס האבן די שלעסער?

אויב נישט, וואס איז פשט אז ס'דא קאר אייגענטומער וואס לייגן נישט ארויף די שלאס-סקראו? ס'קאסט נישט אזוי טיייער מ'זאל ריזיקירן צו פארלירן די טייער'ס..

כ'זע מ'קען עס האבן פאר נישטיגע 12 טאלער אויף עמעזאן, זיי שרייבן אז ס'איז אומ'מעגליך צו עפענן אנעם שליסעל.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:12 pm
דורך שנאפס
קען זיין די גנבים גייען ארום מיט דעם שליסל

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:32 pm
דורך מאנ-יימער
און די שליסל פון דיין דירה האבן זיי אויך?

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:35 pm
דורך מאנ-יימער
א סוירטש אויפן געוועב זאגט מיר אז ס'איז נישטא קיין רעדער שלאס פאר די ספעציפישע מאדעל קאר וואס איך האב. :-(

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:29 pm
דורך שנאפס
דאכט זיך אלע רעדער שלעסער נוצן דעם זעלבן שליסל

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:32 pm
דורך פליגל
לכאורה נישט, ווייל ווען יא האט ווען חברים אזוינס אנעם בעטן יעדנס מאל דאס פונעם אייגענטומער

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:55 pm
דורך מאנ-יימער
זיכער נישט, ווייל אויב יא וואס איז די אויפטוה פון די שלעסער

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:02 pm
דורך שנאפס
רעד נישט פאר דו ווייסט, איך האב אמאל געהאלפן איינעם עס ארויפלייגן, עס קוקט אויס ווי אלעס איז די זעלבע

איך בין נישט זיכער

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:39 pm
דורך צייטליך
א שלאס אויף די רעדער איז קלאר די עצה. די גנבים זוכן צו מאכן א שנעלע ארבייט און ווילן נישט געכאפט ווערן אינדערמיט. עס נעמט זיי ווינציגער ווי אנדערהאלבן מינוט אראפצונעמען אלע פיר רעדער (געקוקט א סערוועלענס ווידיאו דערפון) און זיי גייען זיך נישט מיטשען מיט די שלעסער.

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 10:38 am
דורך געלעגער
היינט ווערט וויליאמסבורג היבש פארלאזירט לכבוד די בייק טור וואס לויפט דורך אויף קענט. ביז צווייע נאכמיטאג וועט קענט זיין אפגעשפארט

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 10:42 am
דורך איש יהודי
וויליאמסבורגע איינוואוינער ווערן באשמוצט פארן אראפנעמן פארקינג סיינס.

[לינק אראפגענומען צוליב אומאיידעלע בילדער]

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 11:16 am
דורך farshlufen
וואו פונקטליך ברויך וויזניץ אראפלייגן די קינדער אויב נישט נעבן זייער בנין?

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 11:20 am
דורך היימישער איד
איש יהודי האט געשריבן:וויליאמסבורגע איינוואוינער ווערן באשמוצט פארן אראפנעמן פארקינג סיינס.

א סעמפל וויזוי מען קען טוישן א מעשה ביים טרענסעלעטן... דער קעפל פונעם ארטיקל איז אז א מוסד האט 'געריקט' 'איין' טאוועל. נישט אראפגענומען און נישט סיינס... און נישט איינוואוינער. מען ווייסט ווער ס'האט עס געטאן און זיי זאגן ז'האבן עס געטאן בלית ברירה.

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 1:28 pm
דורך געלעגער
די חוצפה איז נאך סך גרעסער. איך קוק אויף די באסעס פון צייט צו צייט און כמעט קיינע פון זיי ציען זיך נישט אריין צו די באס סטאפ ווען זיי נעמען אויף אדער לייגן אראפ. זיי בלאקן די גאס און אזוי שטעלן זיי זיך אפ. דא פלוצים שטערט אים אז ער גייט נישט קענען אריין ציען פארן עפנען די טיר. סארא ליגנער!

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 1:29 pm
דורך היימישער איד
געלעגער האט געשריבן:די חוצפה איז נאך סך גרעסער. איך קוק אויף די באסעס פון צייט צו צייט און כמעט קיינע פון זיי ציען זיך נישט אריין צו די באס סטאפ ווען זיי נעמען אויף אדער לייגן אראפ. זיי בלאקן די גאס און אזוי שטעלן זיי זיך אפ. דא פלוצים שטערט אים אז ער גייט נישט קענען אריין ציען פארן עפנען די טיר. סארא ליגנער!

;l;p- אמת