קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך נאך איינער » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:11 pm


אין קורצן וואס וויל ער? אין וואס זענען זיינע אגענדעס?

ממוצע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ממוצע » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:22 pm

נאך איינער האט געשריבן:

אין קורצן וואס וויל ער? אין וואס זענען זיינע אגענדעס?

איך ווייס נישט. אבער ליידער יעדעס ווארט ברענט און פלאקערט. ער איז דאך אזוי גערעכט.

ער רעדט וועגן די אויסזעהן פון די וויליאמסבורג'ע גאסן, די אויסגעלאסענקייט פון די ארומיגע עלעמנטן.
ואמנם ישובח באמת ה'ממוצע', ואליו צריך לאדם שיכוין וישקול פעולותיו כולם תמיד עד שיתמצעו. (שמונה פרקים להרמב"ם)

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:25 pm

הייליג גערעכט יעדעס ווארט
מהר"א מ'סאטמאר שרייט דאס שוין פאר אפאר יאר
ער האט עס לעצטענס אריין געווארפן נאכאמאל ווען ער האט גערעדט פון די קרית יואל'ע וואס מופן ארויס פון שטעטל

המעריב ערבים
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך המעריב ערבים » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:27 pm

ממוצע האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:

אין קורצן וואס וויל ער? אין וואס זענען זיינע אגענדעס?

איך ווייס נישט. אבער ליידער יעדעס ווארט ברענט און פלאקערט. ער איז דאך אזוי גערעכט.

ער רעדט וועגן די אויסזעהן פון די וויליאמסבורג'ע גאסן, די אויסגעלאסענקייט פון די ארומיגע עלעמנטן.


אין קורצען די געדאנק פון יחדיו, אז די חתונה קאסט ביליגער פון די ערשטע חודש רענט, אין א סמארטפאון פרייע חדר אין מאנהעטען (וומבס״ג)

מצאלט טייער געלט צי וואונען אין א געוועזענע הייליגע שטאט,

אוועטאר
אלופי אדום
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך אלופי אדום » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:33 pm

איך אגרי מיט יעדי ווארט פונעם שרייבער, איין זאך ויל איך וויסן, איז בארא פארק בעסער אין דעם הינזיכט?
מיין לופי'לע........

בלייב געזונט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:16 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך בלייב געזונט » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:36 pm

אלופי אדום האט געשריבן:איך אגרי מיט יעדי ווארט פונעם שרייבער, איין זאך ויל איך וויסן, איז בארא פארק בעסער אין דעם הינזיכט?

יא נישטא קיין סאך גוים ווי וויליאמסבורג, די אויסגעלעסענקייט אויף 13 איז אבער ערגער ווי לי עוו...
זייטס מיר און בלייבטס מיר געזונט!

sky
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:42 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך sky » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:56 pm

בלייב געזונט האט געשריבן:
אלופי אדום האט געשריבן:איך אגרי מיט יעדי ווארט פונעם שרייבער, איין זאך ויל איך וויסן, איז בארא פארק בעסער אין דעם הינזיכט?

די אויסגעלעסענקייט אויף 13 איז אבער ערגער ווי לי עוו...

100%

המעריב ערבים
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך המעריב ערבים » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:23 am

sky האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
אלופי אדום האט געשריבן:איך אגרי מיט יעדי ווארט פונעם שרייבער, איין זאך ויל איך וויסן, איז בארא פארק בעסער אין דעם הינזיכט?

די אויסגעלעסענקייט אויף 13 איז אבער ערגער ווי לי עוו...

100%

קומט נישט צי ווי שבת אין וומסב״ג, מיט די אלע פרעמדע בילדער מאכערס,

עם לבבנו
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך עם לבבנו » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:32 am


אפגעזעהן צו ער איז גערעכט אדער נישט. די שפראך וואס ער נוצט איז נישט די שפראך פון א אמת'דיגע יראת שמים. א ערליכע איד רעדט נישט אזוי, און זיכער שרייבט נישט אזוי. וד"ב.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6245
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך סראלי » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:55 am

בלייב געזונט האט געשריבן:
אלופי אדום האט געשריבן:איך אגרי מיט יעדי ווארט פונעם שרייבער, איין זאך ויל איך וויסן, איז בארא פארק בעסער אין דעם הינזיכט?

יא נישטא קיין סאך גוים ווי וויליאמסבורג, די אויסגעלעסענקייט אויף 13 איז אבער ערגער ווי לי עוו...


מיינסט צו זאגן די חילוק פון לבושים פון די וומ״ס פרויען און די ב״פ פרויען?
ישראל אשר בך אתפאר

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך יצחק אייזיק » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:59 am

עם לבבנו האט געשריבן:

אפגעזעהן צו ער איז גערעכט אדער נישט. די שפראך וואס ער נוצט איז נישט די שפראך פון א אמת'דיגע יראת שמים. א ערליכע איד רעדט נישט אזוי, און זיכער שרייבט נישט אזוי. וד"ב.

גערעכט, שכוח פארן אנמערקן. עס קומט נאך מער קרעדיט אויב ער איז א פשוטער איד, פארן ארויסברענגען דעם אמת אין פרצוף אריין.

אויב גייט מען אבער נעקסטע וואך פונקט זען א פלייץ פון אדווערטייזמענט פאר א פרישן ישוב, דאן קומט אים פעטש. דאס איז נישט קיין וועג פון מארקעטן, נישט קיין חילוק וויפיל אמת עס ליגט דערין.

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:33 am

זיכער אגענדעס און פוסטע פראפעגאנדע.

איך בין געבוירן אין וויליאמסבורג, א גוטע שמוץ אריבער פערציג יאר צוריק, איך בין אויפגעוואקסן מיט טייל פון די גדולים און זיך דארט געווייקט.

איך וואוין ב"ה היינט אויך דא, און צי אויף א שטוב מיט קינדער און אייניקלעך על דרך ישראל סבה.

דער באשעפער האט געפירט אז פאר מיין ביזנעס קומט מיר אויס צו רייזן די וועלט, סיי לאקאל און סיי ארום די כדור הארץ, כ'קען זאגן בפה מלא אז איך האט נאך נישט געטראפן בעסערס, עס איז א שיינע, בטעם'טע, הייליגע, ריינע, ציכטיגע, תמימות'דיגע, ערליכע, אידישע שטאט וואס משיח וועט זיין שטאלץ דערמיט.

איך בין אויפגעוואקסן אין די פראדשעקס, אלעס אינאיינעם וואס מ'זעט היינט איז נישט קיין קישמישקא וואס דארט איז פארגעגאנגען און וואס אונז האמיר זיך געהיט נישט צו זען, דאס איז חוץ המעשה וואס נאך העווארד און נאך בראדוועי און נאך דעוויזשן האט קיין איד נישט געקענט אריבערטרעטן, היינט איז נישט קיין פארגלייך צו דעמאלטס, פון פאר פארטאגס ביז קומענדיגע פארטאגס יאווען זיך ערליכע בחורים, בעלי בתים, אינגעלעך, מיידלעך, פרויען און קינדער, דאס שענסטע און בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, בצניעות, מיט איידעלקייט, אזוי בחן'ט און אזוי געשמאק.

דאס זיסע לידל פון ר' יוםט'ל "איי וויליאמסבורג א מחי'...." איז קיינמאל נישט געווען אזוי אמת ווי היינט.

הלואי וואלט געווען ביליגער צו וואוינען דא, עס איז א גזירה מן השמים אז מ'קען נישט טרעפן גענוג דירות, און מ'זעמיר מתפלל אז אונזערע געשוויסטער וואס מופן אוועק זאלן בלייבן מיט די זעלבע השפעה ווי זיי זענען דא אויפגעוואקסן.

אמן.

אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך אזוי וויל איך » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:37 am

לייפציק האט געשריבן:זיכער אגענדעס און פוסטע פראפעגאנדע.

איך בין געבוירן אין וויליאמסבורג, א גוטע שמוץ אריבער פערציג יאר צוריק, איך בין אויפגעוואקסן מיט טייל פון די גדולים און זיך דארט געווייקט.

איך וואוין ב"ה היינט אויך דא, און צי אויף א שטוב מיט קינדער און אייניקלעך על דרך ישראל סבה.

דער באשעפער האט געפירט אז פאר מיין ביזנעס קומט מיר אויס צו רייזן די וועלט, סיי לאקאל און סיי ארום די כדור הארץ, כ'קען זאגן בפה מלא אז איך האט נאך נישט געטראפן בעסערס, עס איז א שיינע, בטעם'טע, הייליגע, ריינע, ציכטיגע, תמימות'דיגע, ערליכע, אידישע שטאט וואס משיח וועט זיין שטאלץ דערמיט.

איך בין אויפגעוואקסן אין די פראדשעקס, אלעס אינאיינעם וואס מ'זעט היינט איז נישט קיין קישמישקא וואס דארט איז פארגעגאנגען און וואס אונז האמיר זיך געהיט נישט צו זען, דאס איז חוץ המעשה וואס נאך העווארד און נאך בראדוועי און נאך דעוויזשן האט קיין איד נישט געקענט אריבערטרעטן, היינט איז נישט קיין פארגלייך צו דעמאלטס, פון פאר פארטאגס ביז קומענדיגע פארטאגס יאווען זיך ערליכע בחורים, בעלי בתים, אינגעלעך, מיידלעך, פרויען און קינדער, דאס שענסטע און בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, בצניעות, מיט איידעלקייט, אזוי בחן'ט און אזוי געשמאק.

דאס זיסע לידל פון ר' יוםט'ל "איי וויליאמסבורג א מחי'...." איז קיינמאל נישט געווען אזוי אמת ווי היינט.

הלואי וואלט געווען ביליגער צו וואוינען דא, עס איז א גזירה מן השמים אז מ'קען נישט טרעפן גענוג דירות, און מ'זעמיר מתפלל אז אונזערע געשוויסטער וואס מופן אוועק זאלן בלייבן מיט די זעלבע השפעה ווי זיי זענען דא אויפגעוואקסן.

אמן.

;l;p-

צדיק בן צדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:03 am

לייפציק האט געשריבן:זיכער אגענדעס און פוסטע פראפעגאנדע.

איך בין געבוירן אין וויליאמסבורג, א גוטע שמוץ אריבער פערציג יאר צוריק, איך בין אויפגעוואקסן מיט טייל פון די גדולים און זיך דארט געווייקט.

איך וואוין ב"ה היינט אויך דא, און צי אויף א שטוב מיט קינדער און אייניקלעך על דרך ישראל סבה.

דער באשעפער האט געפירט אז פאר מיין ביזנעס קומט מיר אויס צו רייזן די וועלט, סיי לאקאל און סיי ארום די כדור הארץ, כ'קען זאגן בפה מלא אז איך האט נאך נישט געטראפן בעסערס, עס איז א שיינע, בטעם'טע, הייליגע, ריינע, ציכטיגע, תמימות'דיגע, ערליכע, אידישע שטאט וואס משיח וועט זיין שטאלץ דערמיט.

איך בין אויפגעוואקסן אין די פראדשעקס, אלעס אינאיינעם וואס מ'זעט היינט איז נישט קיין קישמישקא וואס דארט איז פארגעגאנגען און וואס אונז האמיר זיך געהיט נישט צו זען, דאס איז חוץ המעשה וואס נאך העווארד און נאך בראדוועי און נאך דעוויזשן האט קיין איד נישט געקענט אריבערטרעטן, היינט איז נישט קיין פארגלייך צו דעמאלטס, פון פאר פארטאגס ביז קומענדיגע פארטאגס יאווען זיך ערליכע בחורים, בעלי בתים, אינגעלעך, מיידלעך, פרויען און קינדער, דאס שענסטע און בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, בצניעות, מיט איידעלקייט, אזוי בחן'ט און אזוי געשמאק.

דאס זיסע לידל פון ר' יוםט'ל "איי וויליאמסבורג א מחי'...." איז קיינמאל נישט געווען אזוי אמת ווי היינט.

הלואי וואלט געווען ביליגער צו וואוינען דא, עס איז א גזירה מן השמים אז מ'קען נישט טרעפן גענוג דירות, און מ'זעמיר מתפלל אז אונזערע געשוויסטער וואס מופן אוועק זאלן בלייבן מיט די זעלבע השפעה ווי זיי זענען דא אויפגעוואקסן.

אמן.

ביסט גערעכט אז וויליאמסבורג פארמאגט א שיינעם הערליך דור פון ערליכע אידן וואס גייען בדרך ישראל סבא, אבער וואס עס ווערט ארויסגעברענגט אונעם גליון איז אמת ויציב.

יא שמירת עינים איז גאר גאר וויכטיג צו זיין ערליך, און מ׳קען נישט לייקענען אז די מצב אין שטאט ווערט מיט די צייט ערגער און ערגער רח״ל.

איז עס עפעס א גזירת הכתוב אז ווייל דו ביסט געבוירן דארט, מוזטו שוין בלייבען דארטן עד זיבולא בתרייתא?

עס זענען דא נאך ישובים וואו ערליכע אידן וואוינען אין דארטן זעהט מען זיך נישט אהן מיט די אלע שטאטישע מרעין בישין.

די פלא איז מער אויף די וואס קימערן זיך נישט מיטן פראבלעים, ווי די וואס עס באדערט יא...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט