קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך יולי 29, 2020 2:54 pm

אויב אזוי דארפען זיי צוריקשטעלען די טעלעפאון נאמבער סיסטעם, און נישט שרייבען אויף די צעטלעך אז "ס'איז דא גענוג באקסעס"

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך סראלי » מיטוואך יולי 29, 2020 2:56 pm

קלוגער האט געשריבן:איך זוך נישט דא צו קיינעם קריטיקירען, אבער איך וויל א פארענטפרונג, אדער א ענפער,

א גרויסע מוסד וואס טיילט ברייטהארציגע באקסעס שוין פאר אפאהר חדשים יעדען וואך, הונדערטער יודען און טויזענטער נפשות זענען זיך מחיה מיט די פראדאקטען, איך האב נישט געהערט זיך אפרעדען אויף זיי, ביז נעכטען, קאדאס פאר זיי!

שטייט מיין יודענע אין פארענט פון מיין הויז, קומט אהיים א שכינה פארשוויצט און פארסאפעט, און רעדט זיך ביטערלעך אפ, זיי האבען באקומען א מודעה אז מ'גייט טיילען פעקלעך פארען גאנצען עולם, פון 4 ביז 7, אויף די אימעיל וואס איר מאן האט באקומען שטייט "ס'וועט זיין גענוג פאר יעדעם", איר מאן קומט אהיים פון די ארבעט זיבענע, זי האט נישט געקענט איבערלאזען די קינדער ביז 5 אזייגער ווען די גרעסערע קינד קומט אהיים - פון דעי קעמפ פון דעם מוסד וואס טיילט - און וועט קענען בעיביסיטען, אין א מזל'דיגע שעה איז איר טאכטער אהיימגעקומען אפאר מינוט נאך 5, זי האט באלד געכאפט דעם קערידש און זיך ארויסגעלאזט צו די חלוקה וואס גייט אהן ביז 7 אזייגער און ס'יז דא גענוג פאר יעדעם, זי האט מיטגענומען א קליינעם וואסער דרינק ווייל געווענטליך דארף מען נישט צו לאנג ווארטען,

זי איז אנגעקומען ארום 5:15, ס'איז איר שלעכט געווארען זעהענדיג א גרויסע ליין וואס ציהט זיך ביזען עק גאס, אבער ס'איז נאך נאך דא א שעה מיט א דריי פערטעל צייט, זי שטעלט זיך אין די ליין כאפען א נעקסט, די ליין רירט זיך מיט טורטעל ספידס, די וואסער דרינק גייט זייער שנ, ס'איז ביטערלעך יומיד, אוןדיליין רירט זיך נאך אביסעל און נאך א טראפע, ביז............. 6:35 איז זי שוין כמעט ביים פלאץ ווי מ'גייט זיין פון די גליקלעכע און באקומען דעם באקס, דעמאלץ זעהט זי ווי אלע דרייען זיך אוועק מיט ליידיגע הענט, זי גייט נאענטער, הערט זי ווי איינער זאגט דארטען "נאו מאור", נישט דא מער!! זי גייט נאענטער צו די טיילונג פלאץ ווי זיך צו בעטען, אפשר דאך, נאך שטיין אזוי לאנג אין די שווערע היצען א שעה מיט 15 מינוט, דאס איז עס, גארנישט געבליבען, א בת קול האט אויסגערופען דארטען "יעדער קען נעמען וויפיהל מילעך מ'וויל"...

זי ענדיגט איר עקספיריענץ מיט א געשטיקטע קול, א מאמע פון א פולע שטיב מיט פיצעלעך, געשטאנען ווי א בהמה אזוי לאנג און אוועק מיט א ליידיגע קערידש אויסגעשוויצט און אויסגעשעפט, מיט נאך הונדעטרטעדיסעפוינטעד מענשטען

איך ווייס אז מ'קען נישט האבען קיין טענות אויף קיינעם, קיינער האט נישט געוואלט קיינעם דיסעפוינטען, ס'איז זיכער נישט געווען קיין כוונה צו משוגע מאכען הונדערטער יונגעלייט, מאמעס און קינדער וואס האבען זיך אוועק געדרייט דיסעפוינטעד מיט ליידיגע הענט נאכען ווארטען אזוי לאנג, אבער וויאזוי געשעהט אזעלעכס? עפעס איז געוועהן סיריעסלי Wראנג דא!


מענטשן האבן גענומען עטליכע באקסעס. מ׳האט נישט געבעטן קיין פאון נומער ווען איך בין געווען. (פארוואס ווייס איך נישט)

געהערט ווי א יונגערמאן רעדט אויפ׳ן פאון אז ער נעמט יעצט פינף שטיק! אויכעט איז די באקס געווען א קנאקעדיגס וואס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט פון מויל צו אויער. אסאך מענטשן וואס קומען נישט געווענליך זענען געקומען און מענטשן וועלכע נעמען נאך ״ווען מ׳קען נעמען אומזיסט״ האבן אויך אויסגענוצט די געלעגנהייט.

איינער פון די איינגעשטעלטע פונעם מוסד (כ׳ווייס נישט אויב ער ווייסט וואס ער רעדט) האט געזאגט אז ס׳קומט א שטרענגער סיסטעם צו פארזיכערן אז דער וואס נעמט אפ דעם באקס איז טאקע בארעכטיגט.
ישראל אשר בך אתפאר

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך יולי 29, 2020 2:56 pm

א גולם האט געשריבן:אויב רעד איר פון UTA WILLIAMSBURG האב איך נאך אויפגעפיקט א באקס אויפ וואלעבאט ארום 8 ביינאכט


איז נאך א פיל גרעסערע עוולה! זיי האבען נישט געקאנט אריבערטראגען אפאהר באקסעס קיין ויואל משה? אדער כאטשיג זאגען פאר די מענטשען אז וואלאבאוט האט יא?

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך יולי 29, 2020 2:59 pm

האף איך טאקע אז זיי גייען צוריק אנהויבען מיט עפעס א סיסטעם, נישט צוקומען נאכאמאהל צו אזא סיטועישען

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פרישע קוגל » מיטוואך יולי 29, 2020 3:04 pm

קלוגער האט געשריבן:איך זוך נישט דא צו קיינעם קריטיקירען, אבער איך וויל א פארענטפרונג, אדער א ענפער,

א גרויסע מוסד וואס טיילט ברייטהארציגע באקסעס שוין פאר אפאהר חדשים יעדען וואך, הונדערטער יודען און טויזענטער נפשות זענען זיך מחיה מיט די פראדאקטען, איך האב נישט געהערט זיך אפרעדען אויף זיי, ביז נעכטען, קאדאס פאר זיי!


כ'הב געליינט דיין גאנצע באריכט און איך האב עכט מיטלייד אבער דיין ערשטע שורא איז די תריץ....
זיי טיילן שוין פאר עטליכע חדשים און קיינמאל געהאט פראבלעמען, נא, יעצט איז געווען די איין מאל און איך גלייב אז זיי גייען קעיר נעמען...
איך פלעג אויך צומאכן שטייט די פריזשערעטער צו זען ווען די לייט לעשט זיך אויס...

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך סראלי » מיטוואך יולי 29, 2020 3:14 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:איך זוך נישט דא צו קיינעם קריטיקירען, אבער איך וויל א פארענטפרונג, אדער א ענפער,

א גרויסע מוסד וואס טיילט ברייטהארציגע באקסעס שוין פאר אפאהר חדשים יעדען וואך, הונדערטער יודען און טויזענטער נפשות זענען זיך מחיה מיט די פראדאקטען, איך האב נישט געהערט זיך אפרעדען אויף זיי, ביז נעכטען, קאדאס פאר זיי!


כ'הב געליינט דיין גאנצע באריכט און איך האב עכט מיטלייד אבער דיין ערשטע שורא איז די תריץ....
זיי טיילן שוין פאר עטליכע חדשים און קיינמאל געהאט פראבלעמען, נא, יעצט איז געווען די איין מאל און איך גלייב אז זיי גייען קעיר נעמען...
ישראל אשר בך אתפאר

יש לו מנה
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך יולי 29, 2020 3:29 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:איך זוך נישט דא צו קיינעם קריטיקירען, אבער איך וויל א פארענטפרונג, אדער א ענפער,

א גרויסע מוסד וואס טיילט ברייטהארציגע באקסעס שוין פאר אפאהר חדשים יעדען וואך, הונדערטער יודען און טויזענטער נפשות זענען זיך מחיה מיט די פראדאקטען, איך האב נישט געהערט זיך אפרעדען אויף זיי, ביז נעכטען, קאדאס פאר זיי!


כ'הב געליינט דיין גאנצע באריכט און איך האב עכט מיטלייד אבער דיין ערשטע שורא איז די תריץ....
זיי טיילן שוין פאר עטליכע חדשים און קיינמאל געהאט פראבלעמען, נא, יעצט איז געווען די איין מאל און איך גלייב אז זיי גייען קעיר נעמען...

איך האב שוין יא מיטגעהאלטן אין די לעצטע פאר וואכן ווי מענטשן זענען געבליבן לעקיש,

דאכצעך ס'האט זיך אנגעהויבן אינאיינעם מיטן זוממער.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

אוועטאר
בן ימיני
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך בן ימיני » מיטוואך יולי 29, 2020 3:55 pm

א שטיק צייט פלעגט זיין עדווערטייזט אז ס'דא וואס קומען אראפ אידערהיים נעמען בלוט טעסטס אין וויליאמסבורג
כ'האב געוואלט ווין אויב איינער האט א נומבער פון זיי

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » מיטוואך יולי 29, 2020 4:00 pm

בן ימיני האט געשריבן:א שטיק צייט פלעגט זיין עדווערטייזט אז ס'דא וואס קומען אראפ אידערהיים נעמען בלוט טעסטס אין וויליאמסבורג
כ'האב געוואלט ווין אויב איינער האט א נומבער פון זיי

Hatzolah member W73 coming down house and he take it

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פאפיגיי » מיטוואך יולי 29, 2020 4:16 pm

זענען זיי מחוייב צו געבן פאר יעדן וואס בעט? מעגן זיי אפיציעל בעטן טעלעפאון נומבער'ס?

קען איך גיין צו אלע חלוקות און פארלאנגען א באקס?

וואס זענען די שטאטישע רעגולאציעס?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך יולי 29, 2020 4:25 pm

מפי השמועה: נעכטען זענען געווען אינספעקטארס וד״ל

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פאפיגיי » מיטוואך יולי 29, 2020 4:34 pm

אבער פון ווי האבן אנ"ש פון אנדערע קהילות געוואוסט צו קומען נעמען פעקלעך?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מיטוואך יולי 29, 2020 4:37 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:איך זוך נישט דא צו קיינעם קריטיקירען, אבער איך וויל א פארענטפרונג, אדער א ענפער,

א גרויסע מוסד וואס טיילט ברייטהארציגע באקסעס שוין פאר אפאהר חדשים יעדען וואך, הונדערטער יודען און טויזענטער נפשות זענען זיך מחיה מיט די פראדאקטען, איך האב נישט געהערט זיך אפרעדען אויף זיי, ביז נעכטען, קאדאס פאר זיי!


כ'הב געליינט דיין גאנצע באריכט און איך האב עכט מיטלייד אבער דיין ערשטע שורא איז די תריץ....
זיי טיילן שוין פאר עטליכע חדשים און קיינמאל געהאט פראבלעמען, נא, יעצט איז געווען די איין מאל און איך גלייב אז זיי גייען קעיר נעמען...

איך האב שוין יא מיטגעהאלטן אין די לעצטע פאר וואכן ווי מענטשן זענען געבליבן לעקיש,

דאכצעך ס'האט זיך אנגעהויבן אינאיינעם מיטן זוממער.

איך בין איינע פון דעי וואס זענען געבליבן לעקיש נעכטן,
כ'האב היינט גערופן זייער 311 ליין און געלאזט א מעסידש, אפאר מינוט שפעטער האט מיך א אינגערמאן צוריקגערופן אז איך קען קןמען נעמען א באקס, וכך הוה כהאב באקומען מיין באקס ווען זיי זענען מיך בעצם גארנישט שולדיג.
אשריך מוסדות סאטמאר!

ערמון
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:19 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ערמון » מיטוואך יולי 29, 2020 4:37 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:מפי השמועה: נעכטען זענען געווען אינספעקטארס וד״ל

עס איז נישט געווען, און נישט דאס איז געווען די סיבה פון די טויש.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך יולי 29, 2020 4:38 pm

פאפיגיי האט געשריבן:אבער פון ווי האבן אנ"ש פון אנדערע קהילות געוואוסט צו קומען נעמען פעקלעך?

viewtopic.php?f=3&t=43690

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מיטוואך יולי 29, 2020 4:40 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
פאפיגיי האט געשריבן:אבער פון ווי האבן אנ"ש פון אנדערע קהילות געוואוסט צו קומען נעמען פעקלעך?

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=43690

;l;p- :lol:

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך טיפע קוויטש » מיטוואך יולי 29, 2020 4:53 pm

נישט דא אזא זאך װי בעטן א נאמבער די גאװערמענט זאגט די מיזט געבן פאר יעדער װאס בעהט אז ער בעהט א נאמבער זאל מען זאגן איך האב נישט קײן נאמבער האסטו געהערט אזאנס
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מיטוואך יולי 29, 2020 4:59 pm

קלוגער האט געשריבן:אויב אזוי דארפען זיי צוריקשטעלען די טעלעפאון נאמבער סיסטעם, און נישט שרייבען אויף די צעטלעך אז "ס'איז דא גענוג באקסעס"

נישט לעגאל
מ'דארף יעדן לאזן נעמען

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פאפיגיי » מיטוואך יולי 29, 2020 5:01 pm

קען איך גיין צו אלע חלוקות און בעטן?

פארוועם געט די גאווערנער, און וויפיל געבן זיי? ס'האט א סיסטעם? קען קהילת הודו-נאנאש פארלאנגען פון די שטאט, געב מיר אזויפיל געלט ווי סאטמאר באקומט, איך וויל אויך מאכן א חלוקה פאר טויזנטע מענטשן?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מיטוואך יולי 29, 2020 5:01 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:אויב אזוי דארפען זיי צוריקשטעלען די טעלעפאון נאמבער סיסטעם, און נישט שרייבען אויף די צעטלעך אז "ס'איז דא גענוג באקסעס"

נישט לעגאל
מ'דארף יעדן לאזן נעמען

לויף שנעל מסרן..האסט א צורך פרנסה תירוץ..

ערמון
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:19 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ערמון » מיטוואך יולי 29, 2020 5:06 pm

טיפע קוויטש האט געשריבן:נישט דא אזא זאך װי בעטן א נאמבער די גאװערמענט זאגט די מיזט געבן פאר יעדער װאס בעהט אז ער בעהט א נאמבער זאל מען זאגן איך האב נישט קײן נאמבער האסטו געהערט אזאנס

זיי ווילן פשוט האבן א חשבון וויפיל משפחות נעמען
כדי צו וויסן פון פאראויס בערך וויפיל אנצוגרייטן.

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך טיפע קוויטש » מיטוואך יולי 29, 2020 5:08 pm

איך הער װאס די זאגסט אבער עניװאון װאס דארף א באקס דארף מען אים געבן אן א נאמבער
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך טיפע קוויטש » מיטוואך יולי 29, 2020 5:09 pm

גיבערס טײלט אױס יעדע זונטאג טױזענטער באקסעס אן א נאמבער
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מיטוואך יולי 29, 2020 5:12 pm

טיפע קוויטש האט געשריבן:נישט דא אזא זאך װי בעטן א נאמבער די גאװערמענט זאגט די מיזט געבן פאר יעדער װאס בעהט אז ער בעהט א נאמבער זאל מען זאגן איך האב נישט קײן נאמבער האסטו געהערט אזאנס

אויף וואלאבאוט האב איך געזעהן פארגאנגענע וואך איינער פרובירט צו נעמען אן א נומער, זיי האבן נישט געלאזט בשום אופן
ס'זעהט אויס אז די וואך האבן זיי אנגעהויבן מורא האבן אז איינער גייט מסר'ן האט מען (זעהט אויס) איינגעטיילט אז בעדפארד עוו. גייט מען נישט בעטן קיין נומערס און וכל הקודם זכה
והך קאווע.. ס'איז דארט געווען צוויי ריזיגע טראקס אנגעלאדענט מיט ריזיגע סקידס מיט באקסעס - אינטער א שעה איז אלעס געווען היסטארי
אין די ערשטע 10 מינוט פון ווען מ'האט אראפגעלאדענט די ערשטע סקיד איז אויסגעגאנגען 7 פעלעט'ס.. ס'איז געווען א סיריעס כאפצעם
דער עולם האט געלאזט די מילך אין די קעסטלעך און זשאסט אוועק שפאצירט מיט די באקסעס... בלשון רבים
איינער פון די איינגעשטעלטע אין די חדר האט מיר געזאגט/געשריגן נעם נעם וויפיל ס'גייט.. נישטא קיין צעטלעך די וואך
שפעטער האט זיך איינער (וואס האט געכאפט וואס דא טוט זיך) געשטעלט נעבן די סקיד'ס און געשריגן איינס פער פאמיליע

טיפע קוויטש האט געשריבן:איך הער װאס די זאגסט אבער עניװאון װאס דארף א באקס דארף מען אים געבן אן א נאמבער

נישט אין ווילי... ביז נעכטן

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יולי 29, 2020 5:13 pm

טיפע קוויטש האט געשריבן:איך הער װאס די זאגסט אבער עניװאון װאס דארף א באקס דארף מען אים געבן אן א נאמבער

קלאר אז נישט.

מ'דארף געבן פאר יעדער וואס רופט אריין אין אפיס בעטן, אבער בשעת'ן טיילן מעגן זיי האבן א סיסטעם און נאר געבן פאר איינגעשריבענע.
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, באקסער בוים, טאטע זיי מיר מוחל, נאך פונדערהיים, פרעג נישט, שפיצער און 21 געסט