בלאט 616 פון 1726

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 12:02 am
דורך מענטש צווישן מענטשן
ארױסברענגן האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:די מציאות איז אז ס'איז כמעט אוממעגליך צו געפונען א ליידיגע באנגאלא דאס מיינט אז מ'איז יא געפארן אין גרויסן צו די קאנטריס

אמת, אבער א ריזיגע ציבור װאס פארט יעדעס יאר זענען אײנגעשטעלטע אין קעמפ׳ס

לדעתי מיין איך אז אסאך מענטשען זענען געבליבן אין שטאט אפי' זיי האבן א באנגעלוי וועגן מ'איז נאך צופראסקעט פון קאראנא אפעקטס פארדעם קען זיין אז די שטאט איז פולער ווי יעדע יאר אבער ס'איז נאך אלץ נישט דא קיין באנגעלוי'ס צו פארדינגען.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 12:41 am
דורך זעהער
נעה.... כ'מיין די גייסט צו ווייט פשטות זענען פריוואטע באנגעלויס פיל אבער קעמפס זענען מאל ליידיג (ס'שטייט דאך נישט צום פארדינגען) דעריבער איז נישטא קיין באנגעלויס אוועליביל אבער די שטאט איז נישט אזוי ליידיג

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 3:26 pm
דורך IMBZ
ד שטאט איז ערענסט פיל דעי יאר.
דעי פאר טעג מנוחה וואס כפלעג האבן אובערן וואך איז נישטא דאס יאר.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 3:37 pm
דורך ניס קראכער
געב עס אפאר טאג,
ס'האלט נאך אינמיטן ליידיג ווערן

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 4:37 pm
דורך טוט זיך...?
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מ׳האט עס קוים ארויפגעלייגט 4 יאר צוריק.

אגב, די וועטער עקספערטן זאגן אז די שווערע רעגענעס איז פארבינדן מיט קאראנע וויירוס, פאליס ריפארם פראטעסטן, און לעצטיגע אויפשטייג פון שיסערייען. ווייל ווען ס׳רעגט און ס׳גיסט היסט די באבע, קומט א פאליס און געט א שיס.

ס׳איז אלעס איין זאך.

ס'האלט שוין ביי א מצב אז ווען איך זעה נאר דיין נאמען לאכט מיר שוין פון אינעווייניג...!
געזונט און געבענטשט זאלסטו זיין!
;l;p-

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 4:44 pm
דורך יכול
דממה דקה האט געשריבן:נאר פאר קינדער וואס זענען איינגעשריבן דעי קעמפ

איז דאס נישט קיין גאווערנמענט פראגראם וואס מ'מוז געבן פאר יעדעם וואס פארלאנגט?

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 4:49 pm
דורך אחת ואחת
פתחיה האט געשריבן:אפיציעל ציילט מען JULY 1 קען נעמען צייט און מען גייט קוקן אויף יעדן בעלאט מיט זיבן אויגן פון ביידע זייטן. די ציילונג פראצעדור איז פאבליק יעדער קען מיטהאלטן. די גאלאגער קאמפיין האט שוין געפיילט מיט א ריכטער צו זיין גרייט צו טשאלענזשן וואס עס לאזט זיך.

האט איינער אן אפדעיט פון די ציילונג?

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 5:09 pm
דורך KMW
אחת ואחת האט געשריבן:
פתחיה האט געשריבן:אפיציעל ציילט מען JULY 1 קען נעמען צייט און מען גייט קוקן אויף יעדן בעלאט מיט זיבן אויגן פון ביידע זייטן. די ציילונג פראצעדור איז פאבליק יעדער קען מיטהאלטן. די גאלאגער קאמפיין האט שוין געפיילט מיט א ריכטער צו זיין גרייט צו טשאלענזשן וואס עס לאזט זיך.

האט איינער אן אפדעיט פון די ציילונג?

אפגעלײגט מיט א װאך

votes.JPG
votes.JPG (58.82 KiB) געזען 2361 מאל

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 5:36 pm
דורך טוט זיך...?
זעהער האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט אזוי לאנג נעמט ביז די פאסט ווערט דעליווערד דא אין ניו יארק סיטי אליין?

Welcome !
זעהט אויס דו באנוצט זיך נישט צופיל מיט זיי... פון די אויסגעצייכענסטע אין צופארנקייט,

לדוגמא, יעצט מחמת די מצב וויל יעדע קאמפעני ארויס העלפן פאר סעיפטי, וואס טוט מען? מ'פרובירט צו מאכן אז מענטשן זאלן ווי ווייניגער דארפן זיין אין א געשעפט, מינדערוויכטיגע סערוויסעס וערן סוספענדירט, און וויכטיגע, מאכט מען ווי שנעלער אז מענטשן זאלן נישט דארפן זיין צו לאנג אין געשעפט...

והא תינח בדליכא, אבל בדלא ליכא... (שכל)

אין פאסט אפיס (אויף מירטל) האט מען עלימינירט די אפציע פון איבער לאזן א פריפעיד פעקעדזש און גיין ווייטער, אנשטאט דארף יעדער ווארטן אין די ליין, און סיי ווען מ'וואקט אריין דארט איז טאקע דא א ליין פון דאנעט ביז....
מיט איין אויסנאם, ווען ס'קומט צו שפארן ווילן זיי נישט דארפן ווארטן, בערך צען צו פינף קומט ארויס איינער מיט א גרויסן בעג און רופט אויס 'איינער מיט א פריפעיד פעקל' ? און מ'קען גלייך זעהן (און הערן) ווי רוב מענטשן אטעמען אפ און געבן איבער און פליען ארויס פון געשעפט... (און מ'וואונדערט זיך פארוואס נאר זיי דערלייגן געלט יעדן טאג...)

הלכה למעשה,
אויב האט איר עפעס פאר זיי גייט 4:50

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 8:35 pm
דורך שארף און קליג
טוט זיך...? האט געשריבן:

דאס איז באמת נוגע ביי אלע שטאטישע אפיס'עס, גיין ווי נענטער צו די צייט ווען עס דארף זיך פארמאכן, דעמאלטס נעמט עס אסאך שנעלער וויבאלד זיי יאגן זיך אהיימצוגיין.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 8:40 pm
דורך שרייב
וואס איז פארגעגאנגען היינט אז סקווירא מיידל סקול האט היינט ניטט געהאט מיידל סקול ?

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 10:07 pm
דורך פלעסטיק
יעצט אז אלע עבסענטיס זענען שוין צוריקגעקומען, וויפיל איז דא סך הכל?

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 11:20 pm
דורך זאג א גוטס
שרייב האט געשריבן:וואס איז פארגעגאנגען היינט אז סקווירא מיידל סקול האט היינט ניטט געהאט מיידל סקול ?

נאר עלעמענטרי נישט. געהאט עפעס אן אינספעקשאן

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 10:12 am
דורך אחד הרבנים
פלעסטיק האט געשריבן:יעצט אז אלע עבסענטיס זענען שוין צוריקגעקומען, וויפיל איז דא סך הכל?

פון די לעצטע אפדעיט פון מאנטאג נאכמיטאג האט עס געהאלטען ביי 4615 צוריקגעשיקטע בעלאטס. דא איז שוין א וואך נאך דעם לעצטען טאג וואס מען האט געקענט צוריקשיקן. געווענליכע לאקאלע פאסט נעמט נישט מער ווי א וואך.
היינט ביים ענדע פון טאג גייט זיין א פרישע אפדעיט פון עבסענטי בעלאטס.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 10:44 am
דורך ישראל_הלוי
אחד הרבנים האט געשריבן:
פלעסטיק האט געשריבן:יעצט אז אלע עבסענטיס זענען שוין צוריקגעקומען, וויפיל איז דא סך הכל?

פון די לעצטע אפדעיט פון מאנטאג נאכמיטאג האט עס געהאלטען ביי 4615 צוריקגעשיקטע בעלאטס. דא איז שוין א וואך נאך דעם לעצטען טאג וואס מען האט געקענט צוריקשיקן. געווענליכע לאקאלע פאסט נעמט נישט מער ווי א וואך.
היינט ביים ענדע פון טאג גייט זיין א פרישע אפדעיט פון עבסענטי בעלאטס.

לויט מיין אינפארמאציע איז צוריקגעקומען אביסל מער פון 6000 בעלאטס.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 11:29 am
דורך לייטער
פאר וועם גלייבט מען האט געוועלט די צווישן 4 ביז 6 טויזנט עבעסטי באלעט? די גרויסע מערהייט

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 11:40 am
דורך אחת ואחת
לאמיר אנהייבן פריער פאר די עבסענטיס וויפיל שטימען האט לענטאל און וויפיל געלעגער (עפעס אזוי)

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 11:44 am
דורך הענדימען
ווייסט איינער וואס ס'גייט פאר אויף ליע צווישן פען און ראטלעדזש?

2 פאליציי קארס מיט אפאר היימישע לעלאס שוין פאר א וויילע

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm
דורך Gevald Geshrigen
זאג א גוטס האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:וואס איז פארגעגאנגען היינט אז סקווירא מיידל סקול האט היינט ניטט געהאט מיידל סקול ?

נאר עלעמענטרי נישט. געהאט עפעס אן אינספעקשאן

פאפא האט אהיימגעשיקט פרי נעכטן
עני שייכות?

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:08 pm
דורך אחד הרבנים
אחת ואחת האט געשריבן:לאמיר אנהייבן פריער פאר די עבסענטיס וויפיל שטימען האט לענטאל און וויפיל געלעגער (עפעס אזוי)

לענטאל 6608
געלעגהער 4845
א חילוק פון 1763

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:10 pm
דורך שארף און קליג
הענדימען האט געשריבן:ווייסט איינער וואס ס'גייט פאר אויף ליע צווישן פען און ראטלעדזש?

2 פאליציי קארס מיט אפאר היימישע לעלאס שוין פאר א וויילע

איך האף אז נישט דאס ערגסטע האט פאסירט,
געטראפן אנגעפירקעלט אנטיסעמיטישע לאזונגען...

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:41 pm
דורך הלשון
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:וואס איז פארגעגאנגען היינט אז סקווירא מיידל סקול האט היינט ניטט געהאט מיידל סקול ?

נאר עלעמענטרי נישט. געהאט עפעס אן אינספעקשאן

פאפא האט אהיימגעשיקט פרי נעכטן
עני שייכות?

וועם האט פאפא אהיימגעשיקט פריער ווי געפלאנט מעיקרא?

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:45 pm
דורך Gevald Geshrigen
די קינדער פון דעי קעמפ
נארמאל שיקט מען אהיים 5.00 און נעכטן האט מען אנעקספעקטעדלי (פאר די עלטערן) אהיימגעשיקט 3.00

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 1:06 pm
דורך הלשון
שוין געהאט געמאלדן די ערשטע טאג, אז די נאכמיטאג פראגראם וועט זיך אנהייבן דאנערשטאג

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 1:41 pm
דורך סעלצער
טוט זיך...? האט געשריבן:
אין פאסט אפיס (אויף מירטל) האט מען עלימינירט די אפציע פון איבער לאזן א פריפעיד פעקעדזש און גיין ווייטער, אנשטאט דארף יעדער ווארטן אין די ליין, און סיי ווען מ'וואקט אריין דארט איז טאקע דא א ליין פון דאנעט ביז....
מיט איין אויסנאם, ווען ס'קומט צו שפארן ווילן זיי נישט דארפן ווארטן, בערך צען צו פינף קומט ארויס איינער מיט א גרויסן בעג און רופט אויס 'איינער מיט א פריפעיד פעקל' ? און מ'קען גלייך זעהן (און הערן) ווי רוב מענטשן אטעמען אפ און געבן איבער און פליען ארויס פון געשעפט... (און מ'וואונדערט זיך פארוואס נאר זיי דערלייגן געלט יעדן טאג...)

הלכה למעשה,
אויב האט איר עפעס פאר זיי גייט 4:50

געהערט אמאל פון איינעם איך האב נישט פראבירט, אז זיי דארפן אויסליידיגן דעם בנין פון פעקלעך יעדע נאכט סא אויב לאזט מען איבער א פעקל סיי ווי אין דעם בנין וועט עס בע"כ ווערן ארויסגעשיקט, פראבירט אויף אייער אייגענע אחריות