בלאט 436 פון 481

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 2:26 pm
דורך nmi
:lol:
farshlufen האט געשריבן:ס'האט עפעס א מאדנע סירוגין סיסטעם וואו מ'מאכט איבער ווען, והעיקר מ'מאכט זיכער אז איינער האט א פערמיט א וואך שפעטער ווידער אויפצוגראבן.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 2:40 pm
דורך שפיגליצקי
פלאשינג האט מען שוין יארן נישט איבערגעמאכט, אויסער מיין לעבעדיגע עדות, איז אויך דא פילע שטומע עדות, דאס זענען די פילצאליגע פאטהאולס, וואס אפילו די וואס ווערן פארראכטן איז דאס נישט פלאך צוזאמען מיט דער ערד, נאר ס'ווערט אזא מין בערגל אנשטאט דעם געוועזענעם לאך.

אבער פארוואס ס'באדערט פאר יעקל'ען אז מ'מאכט איבער היוז האבעך נישט קיין אהנונג...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 3:00 pm
דורך farshlufen

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 3:06 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איז דא א וועג צו וויסן ווען מהאט די לעצטע מאל איבערגעמאכט א גאס?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 3:07 pm
דורך farshlufen
שפיגליצקי האט געשריבן:פלאשינג האט מען שוין יארן נישט איבערגעמאכט

בערך א 10 יאר

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 3:08 pm
דורך farshlufen
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איז דא א וועג צו וויסן ווען מהאט די לעצטע מאל איבערגעמאכט א גאס?

מ'האט נישט גענוג לאנג געארבייט דארט אז דו זאלסט געדענקען?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:58 pm
דורך אחת ואחת
farshlufen האט געשריבן:ס'האט עפעס א מאדנע סירוגין סיסטעם וואו מ'מאכט איבער ווען, והעיקר מ'מאכט זיכער אז איינער האט א פערמיט א וואך שפעטער ווידער אויפצוגראבן.

יא אלעמאל ממש אפאר טאג נאכן פעיווען זעט מען שוין געלע צייכענעס אויף'ן גאס
נישט אלעמאל ארבעט מען דארט אפ' נאכדעם דער עיקר אז עס זאל האבן צייכענעס
קען טאקע זיין עס איז קעגן עין הרע

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 8:02 pm
דורך New Jersey
Green leaf start making construction this week

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 2:42 am
דורך Think and Thank
נתן בן ופסי האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:אזוי האט זיך די מעשה אנגעהויבן

https://drive.google.com/file/d/1YXfZFB ... p=drivesdk

קוקט אויס ווי די גארביטש טראק איז אדורכגעפארן די אינטערסעקשן ווען ס'שוין געווען רויט.


מ'קען דן זיין, די פאדערשטע רעדל האט זיך לכאורה ארויסגעשטעקט פון די אינטערסעקשן ביי די צווייטע האלב פון די לעצטע סקונדע.


אויבנאויף קוקט אויס ווי דער גארדבעזש טראק איז גארנישט שולדיג. ער איז געפארן גראד און דער בעזעם טראק האט זיך איינגעדרייט אריין אין אים נישט קוקנדיג אויב ער מעג זיך יעצט דרייען.

מיר קוקט אויך אויס אזוי. עס קוקט אויס קודם ווי דער בעזים טראק וויל פארן גראד און דערנאך געט ער זיך א דריי א שארפען לינקס

דער בעזים טראק טאר זיך בכלל נישט דרייען לינקס! ליע עוועניו-נאסטרענד איז א וואן וועי אין אנדערן ריכטונג, חוץ מזה וואס אפילו ווען נישט מעג מען זיך נאר דרייען לינקס פון די לינקע לעין טאקע כדי צו פארמיידן אזעלכע עקסידענטס.

מיר קוקט ענדערש אויס אז דער בעזעם טראק האט געוואלט מאכן א יו טורן. דאס איז מסביר פארוואס ער האט זיך קודם געדרייט עטוואס רעכטס, און דערנאך זיך געדרייט לינקס פארקערט ווי די גאס לויפט.
(דאס נעמט נישט אוועק די שולד פון אים פאר'ן נישט קוקן.)

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 9:13 am
דורך farshlufen
טינק, דאס איז זייער רוטין ביים זויבערן, אזוי פארן זיי נאכט נאך נאכט, טאג נאך טאג, אריין אין יעדע קארנער און ליידיגע פארקינג ספעיס און צוריק צום ראוד.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 9:28 am
דורך נעגלוואסער
Think and Thank האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:קוקט אויס ווי די גארביטש טראק איז אדורכגעפארן די אינטערסעקשן ווען ס'שוין געווען רויט.


מ'קען דן זיין, די פאדערשטע רעדל האט זיך לכאורה ארויסגעשטעקט פון די אינטערסעקשן ביי די צווייטע האלב פון די לעצטע סקונדע.


אויבנאויף קוקט אויס ווי דער גארדבעזש טראק איז גארנישט שולדיג. ער איז געפארן גראד און דער בעזעם טראק האט זיך איינגעדרייט אריין אין אים נישט קוקנדיג אויב ער מעג זיך יעצט דרייען.

מיר קוקט אויך אויס אזוי. עס קוקט אויס קודם ווי דער בעזים טראק וויל פארן גראד און דערנאך געט ער זיך א דריי א שארפען לינקס

דער בעזים טראק טאר זיך בכלל נישט דרייען לינקס! ליע עוועניו-נאסטרענד איז א וואן וועי אין אנדערן ריכטונג, חוץ מזה וואס אפילו ווען נישט מעג מען זיך נאר דרייען לינקס פון די לינקע לעין טאקע כדי צו פארמיידן אזעלכע עקסידענטס.

מיר קוקט ענדערש אויס אז דער בעזעם טראק האט געוואלט מאכן א יו טורן. דאס איז מסביר פארוואס ער האט זיך קודם געדרייט עטוואס רעכטס, און דערנאך זיך געדרייט לינקס פארקערט ווי די גאס לויפט.
(דאס נעמט נישט אוועק די שולד פון אים פאר'ן נישט קוקן.)

לכאורה האט ער אפילו נישט געוואלט מאכן א U די סדר פון די טראקס זענען זיי פארן אריין און די אינטערסעקשאנס און אזוי אויך יעדע ליידיגע ספאט נאר ביי דעם קארנער קומט די סיידוואלק אררויס מער ביים קארנער האט ער זיך געדארפט צירוק אריינרוקן און די לעין און ער האט נישט געקוקט אויב ער קען צירוק קומען און ער האט זיך גערעכנט אז ער איז דורך געפארן ביי געל/רויט ממילא דארף שוין קיינער מער נישט נאכקומען האט ער געמאכט זיין שארפע לינקס

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 9:57 am
דורך בסד
לכאורה איז די בעזים טראק גערעכט.
ער ארבייט פאר די געווארמענט, דארף ער זיין זייער געריבען, און קלוג. א טאג בעפאר איז ער לכאורה געווען א דזשאדש. היות ער האט שוין געוויזן זיין שארפקייט ארבייטענדיג ביי וויק, פארשטייענדיג וויפיל באטלעך מילך שטימט מיט א באקס סיריעל. דערנאך האט ער שיין מסדר געווען די קולס ביי די ענ ווי פי די, אז מען זאל נישט ווארטן מער פון 5 מינוט צו מאכן א פאליס רעפארט.
המממ דערנאך האט ער אריינגעזאגט ביי טרי וואן וואן'ס רעקארדינג ווען מען ווארט אויף האלד, צו פיילן א קאמפלעינט; we usually respond to noise, with eight hours.
און יעצט איז ער געווען א געלאנגענע דזשאדש, איז ער געהויבן געווארן צו די סענעטעשען דעפארטמענט.

וואס ווילסטו פון די סיטי היי עדזשעקעטעד געלאנגענע איינגעשטעלטע?

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 12:17 pm
דורך פליגל
ער האט לכאורה יא געוואלט מאכן א ח-דריי, און זיך גערעכנט אז דער טראק גייט זיך אפשטעלן צום רויט לייט.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 12:39 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
פשוט אזוי. ביידע פון זיי האבן זיך אויפגעפירט אווי זיי פירן זיך אייביג אויף די פיסטע גאסן באישון לילה. מ׳קען אמאל זעהן גארבידזש טראקס פארן ראָנג וועי צו מאכן א שאָרט-קאָט. אין דעם פאל האט זיך עס געענדיגט אזוי.

טעקניקלי קענען ביידע באקומען א טיקעט. דער גארבידזש טראק פארן אדורכפארן א רויט לייט, און דער בעהזעם טראק פארן מאכן א איליגעל יו טורן. שילדיג אינעם עקסידענט איז אבער דער בעהזעם טראק.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 3:22 pm
דורך פליגל
דער בעזעם טראק איז מעגליך בארעכטיגט צו מאכן א ח-דריי.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 3:28 pm
דורך קאנסילמאן
פליגל האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:דער בעזעם טראק איז מעגליך בארעכטיגט צו מאכן א ח-דריי.

ער האט לכאורה יא געוואלט מאכן א ח-דריי, און זיך גערעכנט אז דער טראק גייט זיך אפשטעלן צום רויט לייט.


אויך געטראכט אזוי אז ער האט גערעכענט אז יענער וועט זיך אפשטעלן ביים רויט לייט, אבער נאך אלץ געט עס אים נישט קיין רעכט צו מאכען א איליגעל יו-טורען אין א איין-וועג סטריט, און עס געט אים נישט קיין רעכט נישט צו קוקען אין זיין בליינד ספאט אדייער האט ער פראבירט צו מאכען די דריי, ווען נישט די טראק וואלט דארט געקענט זיין א צווייטער, ער האט געזאלט קוקען בעפאר ער דרייט זיך.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 3:34 pm
דורך פעטער יעקל
שטייען אלע שפיציגע קעפ, און מברעכט זיך קאפ, צו אפלערנען א קאפ פון א גארבישט טראק דרייווער, מיט א בעזעם טראק דרייווער....

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 3:35 pm
דורך פעשען
farshlufen האט געשריבן:Brooklyn Milling & Paving Schedule

גוט צו וויסן. טעילאר גייט מען פּעֶיווען דינסטאג - מיטוואך, און היוז סט מיטוואך - דאנערשטאג.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 3:39 pm
דורך פעשען
דער עיקר איז אז קליימער צווישן בּעדפארד און ווייט איז נאכנישט גענוג וויכטיג צו איבּערמאכן..
#וואספארשטיימעראונז

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 3:43 pm
דורך Think and Thank
פליגל האט געשריבן:דער בעזעם טראק איז מעגליך בארעכטיגט צו מאכן א ח-דריי.

אן קוקן?

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 3:47 pm
דורך פליגל
קאנסילמאן האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:דער בעזעם טראק איז מעגליך בארעכטיגט צו מאכן א ח-דריי.

ער האט לכאורה יא געוואלט מאכן א ח-דריי, און זיך גערעכנט אז דער טראק גייט זיך אפשטעלן צום רויט לייט.


אויך געטראכט אזוי אז ער האט גערעכענט אז יענער וועט זיך אפשטעלן ביים רויט לייט, אבער נאך אלץ געט עס אים נישט קיין רעכט צו מאכען א איליגעל יו-טורען אין א איין-וועג סטריט, און עס געט אים נישט קיין רעכט נישט צו קוקען אין זיין בליינד ספאט אדייער האט ער פראבירט צו מאכען די דריי, ווען נישט די טראק וואלט דארט געקענט זיין א צווייטער, ער האט געזאלט קוקען בעפאר ער דרייט זיך.

האסט מיר אפשר נישט פארשטאנען.. דער בעזעם טראק איז לכאורה יא בארעכטיגט צו מאכן א ח-דריי, זייערע מאשינען זענען ספעציעל אויסגעשטעלט פאר מאדנע מענאווערס. אסאך מאל ברויכן זיי נאר רייניגן איין בלאק ביידע זייטן אנשטאט עטליכע גאסן איין זייט. אזא פאל ברויך ער מאכן אזא דריי.

עס גיבט אים נישט רעכט צו נישט קוקן אינעם שפיגל, אבער עס'ז שטארק מסתבר אז ער האט געזען דעם טראק איידער'ן אנהויבן דעם דריי און פארשטאנען אז יענער האט זיך זיכער זיך אפגעשטעלט..

דער'ז אבער באגאנגען א מיאוס'ן טעות.
1. דער טראק איז א גארביטש טראק און דער וואלט געברויכט בעסער וויסן ווי שטארק זיי האבן מיט די רויט לייטס איינגעשטויסן...
2. אפילו ס'יז נישט קיין גארביטש טראק האט ער דאך אבער נישט געזען דעם גארביטש טראק שטיין בלייבן, און האט זיך נאר פארגעשטעלט אז יענער גייט זיך אפשטעלן, און אויף דעם סמך געפארן, דאס'ז א ריזיגער טעות אין מנהגי הדרייווינג.

דאס'ז טאקע א לעססאן פאר אלעמען, מען טוט נישט א מאוו ביז מען ווייסט אז עס'ז 100% פריי.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 12:54 pm
דורך farshlufen
די מאשינען פארמאגן דוכט זיך א שטרענגע ווארענונג פון הונטן,בערך אזוי:
Do Not Follow, This vehicles makes sudden stops and turns
אלזא, די קליפשיק איז א פארשטעלונג פון א Sudden Turn.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 1:09 pm
דורך אלופי אדום
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פשוט אזוי. ביידע פון זיי האבן זיך אויפגעפירט אווי זיי פירן זיך אייביג אויף די פיסטע גאסן באישון לילה. מ׳קען אמאל זעהן גארבידזש טראקס פארן ראָנג וועי צו מאכן א שאָרט-קאָט. אין דעם פאל האט זיך עס געענדיגט אזוי.

יא יא מאכן שארטקאטס וועלן זיי מאכן
אבער ווען אינמיטן טאג שטעלן זיי זיך אפ אינמיטן ראוד צו צאמנעמען גארבידזש, און עס שטייט א גאנצע רייע מיט קארס אין די רייע אדורך צופארן קימערן זיי זיך נישט, הע אונז נעמער יעצט צאם די גארביטש, stay and see

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 9:35 am
דורך farshlufen
די באס סטאפ ביי בעדפארד פארק איז אריבערגעריקט צום אנדערן ווינקל קעגן איבער סעליש, גיבט אכט און פארקט נישט דארט.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 9:38 am
דורך farshlufen
כסהו כראוי ונתגלה..

א מענהאול קאווער איז נעלם געווארן אינמיטן די רעכטע לעין אויפן בי קיו אי, הארט וואו מען קומט אריין פון ווילי קארנער יוז.

ווער ווייסט אפשר האט עס איינער גענומען צו די סקרעפ מעטאל יארד.