קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » מיטוואך אפריל 03, 2019 1:00 pm

פליגל האט געשריבן:וואס האט מען געקלערט? די בענקל גייט האלטן דעם טרעילער?

מהאט געזען אז דער טרעילער איז זייער אפגעמוטשעט און מהאט מורא געהאט אז ער גייט אינטערברעכן האט מען געלייגט א בענקעל אז עס זאל זיין פת בסלו און ער זאל זיך נישט זעצן,
קוקט אויס דער טרעילער קען נישט קיין לערנען און ווייסט נישט פון פת בסלו צו זאגן...
לעצט פאראכטן דורך יעקל אלטמאן אום מיטוואך אפריל 03, 2019 1:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך אפריל 03, 2019 3:12 pm

maybeeynot האט געשריבן:
טווערסקי האט געשריבן:וואס איז פארגעגאנגען שבת ביינאכט ביי בעדפארד אין לינטש?

געשען צי איינעם דיין חתימה :lol:

;l;p-
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:37 am

יוראפ האט געשריבן:הופס

נישט קיין פוס #ליידער
מעגא תומכי שבת. פסח קאמפיין... ווער קען איבערגעבן פאר ר' משה'ן?
בילד

וויל זיין ערליך
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 1:56 pm

תגובהדורך וויל זיין ערליך » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:57 am

קומט יעצט אריין די פרייליכע נייעס, אז נאך לאנגע יארן פון טראַפיק פראבלעמען און אנשטויסענישן און נאך לאנגע חדשים פון שטודירן די וויליאמסבורגער טראַפיק מאפע, איז מען געקומען צום החלטה אז די בעסטע מהלך וואס וועט בעזהשי"ת פירן צום ענדגילטיגער לעזונג, וועט זיין אויסצודרייען די דירעקציע פון לי עוועניו אויף פארקערט ווי ביז יעצט, דאס הייסט אז די טראַפיק זאל גיין פון פלאשינג ארויף קיין דעווישאן.

איידער מיר שמועסן אויס די צדדי ה'שטודיע און וואס עס האט געפירט די עסקנים צו דעם אויספיר, איז וויכטיג אנצוווייזן אז דער פלאן איז שוין באשטעטיגט געווארן דורך די קאמיוניטי בארד, דער דאקאמענט איז שוין גרייט, און מען ווארט אויף די אונטערשריפט פונעם טראספארטאציע קאמישענער, וואס וועט דאס אונטערשרייבן ווארשיינליך מארגן פארמיטאג.

יעצט צום ענין.

קודם צום צענטראלן ככר וויליאמסבורג אויף לי-וואלאבאוט. ווי באקאנט איז די לעצטערע יאהרן פארגעקומען עטליכע מיטונגען צו אדרעסירן דעם באקאנטען ״וואלאבאוט טראַפיק״ קאַטאַסטראָפע, אויפ'ן טיש זענען געווען פארשידענע פארשלאגן פון א רייע טראַפיק עקספערטן, און אפילו סתם מענטשן וואס האבן געזיכט עצות און פארגעלייגט פארשידענע פלענער, איינס פון זיי די באקאנטע פלאן אז וואלאבאוט זאל ווערן א ״איין ליניע גאס״ (one way), וואס אין דעם פלאן איז געווען א דעבאטע צו וועלכע ריכטונג וואלאבאוט זאל גיין.

אזוי אויך א צווייטע פלאן - וואס איז גראדע געווען לאו דוקא צו אדרעסירן די וואלאבאוט טראַפיק - איז געווען אז פלאשינג זאל ווערן א איין ליניע גאס. לויט יענע פלאן וואלט פלאשינג געגאנגען פון טרופ עוועניו ביז אראפ קיין וויליאמסבורג סטריט וועסט, און לויט יענע פלאן וואלט וואלאבאוט געמוזט גיין פון קענט עוועניו קיין מארסי עוועניו.

למעשה האט זיך די פלאשינג פלאן אנגעשטויסן אין פראבלעמען, נאכדעם וואס די וואדהאול שפיטאל (פלאשינג קארנער בראדוועי) האט דאס אנידערגעשטימט טענה׳נדיג אז א סינגל וועי פלאשינג וועט שטארק שטערן און פארלענגערן די וועג פאר עמורדזשענסי אמבעלאנסן אנצוקומען צום שפיטאל. די פלאן איז דאן אונטערגאגאנען, מיטנעמענדיג די וואלאבאוט פלענער אינעם תהום אריין.

למעשה האבן זיך א גרופע פריוואטע עסקנים פעסט אריינגעלייגט אינעם ענין, און אויפגענומען א גרויסער טראַפיק עקספערט וואס איז אפגעזיצן אין וויליאמסבורג לאנגע וואכן און באטראכט די ווירטשאפט, די גאנצע הלוך ילך מיט די באסעס, גארבידזש טראקס אא״וו... פאר דריי חדשים צוריק איז ער צוריקגעקומען מיט דריי פארשלאגן, און נאך א גרינטליכע איבערגאנג, האט מען באשלאסן דעם אויבערדערמאנטע פלאן, אז לי עוועניו זאל גיין קאפויער!

וויאזוי גייט דאס לעזן דעם פראבלעם?

איז אזוי. קודם לגבי וואלאבאוט, איז די חשבון פשוט. ווי דער עקספערט האט קלאר אנגעוויזן, אויב שפארט מען אפ די רעכטע אריינדריי פון לי עוועניו אריין קיין וואלאבאוט, געשעהנט צוויי זאכן. ערשט וועט דאס דראסטיש נידערן די פארקער אריין קיין וואלאבאוט. ווייל רוב טראַפיק אויף וואלאבאוט פון לי קיין בעדפארד קומט פון לי עוועניו.. (דאס הייסט פונעם שיפן מידעלטאון גאס.., צעהלים). און אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די גאנצע שטראם פון וויליאמסבורג וואס שטופט זיך אראפ לי, וועט אוטאמאטיש זיך מוזן אויסשפרייטן אויף דעם ליידיגן העריסאן און ווייט עוועניוס.

איי ווייט עוועניו איז דאך פונקט אזוי אנגעשטויסן? צייגט אבער דער עקספערט אָן, אז די גאנצע אנשטויסעניש אויף ווייט איז נאר אדער צוליב די באסעס ביים סאטמאר׳ע ת״ת וואס שטערט דעם טראַפיק פארמיטאג און נאכמיטאג. אדער איז עס די טראַפיק פון וואלאבאוט וואס ווערט געשטערט פון די שטראם וואס קומט פון לי. יעצט אבער אז מ׳דרייט אויס לי אויף ארויף, קודם וועלן די באסעס זיך מוזן שטעלן אויפן קאפ. און - ווי שוין פריער מסביר געווען - איז וואלאבאוט שוין מער שיטער, ווייל מידעלטאון-לי אריינגאנג איז פארמאכט. ס׳איז נישט אזוי פשוט און זיכער נישט גרינג מסביר צו זיין, אבער אין די קומענדיגע פאר שעה וועט ארויסקומען די קלארע מאפעס און עלעוואציעס.

וואס יא, צוויי פראבלעמען וואס מוז נאך אדרעסירט ווערן. איינס איז די פאקט אז א גרויסע שטראם פון טראַפיק קומט שוין פון אויבן, אראפ פונעם וויליאמסבורג בריק. יעצט אז לי ווערט אויסגעדרייט, בלייבט די גאנצע מעשה שטעקן דארט. האבן זיי אבער א צווייטע פלאן וואס וועט שוין פאררעכטן דעם פראבלעם אויך, דאס וועט אבער נאך נעמען היבש אפאר יאר, און דאס איז אז די רעמפ אראפ פון בריק אויף בראדוועי וועט פארשלאסן ווערן, און אנשטאט דעם וועט מען צולייגן א ליניע פאר קארס אויבן העכער די באן שינעס, און אראפקומען וועט עס ביים טרופ עוועניו סטאנציע, אזוי איז עס ממש ווי געגאסן. אלע קארס פארן קיין לי עוועניו געהעריג אויף ארויף.

די צווייטע פראבלעם האביך שוין פארגעסן, דער עיקר איז אז פיינעלי טוט מען שוין צו די זאך, א גרויסן ישר כח פארן ליינען, האצמער אלע א פרייליכן עיפריל דער ערשטער - פולס דעי.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:14 pm

וויל זיין ערליך האט געשריבן:קומט יעצט אריין די פרייליכע נייעס, אז נאך לאנגע יארן פון טראַפיק פראבלעמען און אנשטויסענישן און נאך לאנגע חדשים פון שטודירן די וויליאמסבורגער טראַפיק מאפע, איז מען געקומען צום החלטה אז די בעסטע מהלך וואס וועט בעזהשי"ת פירן צום ענדגילטיגער לעזונג, וועט זיין אויסצודרייען די דירעקציע פון לי עוועניו אויף פארקערט ווי ביז יעצט, דאס הייסט אז די טראַפיק זאל גיין פון פלאשינג ארויף קיין דעווישאן.

ש'טא ווער ס'זאל לאכן,
גענומען פון דא
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

וויל זיין ערליך
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 1:56 pm

תגובהדורך וויל זיין ערליך » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:20 pm

איש האשכולות האט געשריבן:

גוט אז דו ווייזט עס צו, גראדע גענומען פון א אנדערע וועבזייט

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:28 pm

וויל זיין ערליך האט געשריבן:גוט אז דו ווייזט עס צו, גראדע גענומען פון א אנדערע וועבזייט

אפשר ביסטו אזוי גוט און די ווייזט צו וועלעכע.
עס איז דאך ארגינעל דא געשריבן געווארן דורך טשאדעלע, ממילא איז אינטערעסאנט צו וויסן צו ווי מען האט עס שוין גע'גנב'עט, און צו מען האט דארט געשריבן א מקור.
און פאר דיר איז וויכטיג צו וויסן, אז ווען מען ברענגט עפעס פון ערגעץ איז אלס וויכטיג צו שרייבן א מקור, ווייל אז נישט איז עס זייער נישט מענטשליך.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:49 pm

אפשר זענטס עטס אזוי גוט און עטס הערטס שוין אויף אריינצושטעגן שפיזן אין מענטשן???

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 2:47 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
וויל זיין ערליך האט געשריבן:גוט אז דו ווייזט עס צו, גראדע גענומען פון א אנדערע וועבזייט

אפשר ביסטו אזוי גוט און די ווייזט צו וועלעכע.
עס איז דאך ארגינעל דא געשריבן געווארן דורך טשאדעלע, ממילא איז אינטערעסאנט צו וויסן צו ווי מען האט עס שוין גע'גנב'עט, און צו מען האט דארט געשריבן א מקור.
און פאר דיר איז וויכטיג צו וויסן, אז ווען מען ברענגט עפעס פון ערגעץ איז אלס וויכטיג צו שרייבן א מקור, ווייל אז נישט איז עס זייער נישט מענטשליך.

https://www.yiddish.news/2019/04/Lee-Ave.html
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

ראטל
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2016 1:06 pm

תגובהדורך ראטל » פרייטאג אפריל 05, 2019 12:06 pm

Williamsburg: 202 confirmed measles cases (41 additional cases in the past week)

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג אפריל 05, 2019 12:18 pm

ר"ל. מיין דאקטער וויל נישט געבן MMR פאר מיין קליינער אונטער א יאר. די עולם נעמט אונטער א יאר?

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג אפריל 05, 2019 12:23 pm

nmi האט געשריבן:ר"ל. מיין דאקטער וויל נישט געבן MMR פאר מיין קליינער אונטער א יאר. די עולם נעמט אונטער א יאר?

יש ויש.
אבער רוב דאקטורים געבן ביי איין יאר.
ביזדערווייל פראבירט וויי ווייט מעגליך אוועק צו שטיין פון מענטשן וועלעכע זענען נישט וואקסאנירט, און ווען איר זענט איינער פון די משפחות וועלעכע זענען אנגעשטעקט מיט די מיזעלס אדער אנטי וואקסין מחלה שפאציר אריבער די גאס.
און אז מען טוט וואס מען קען וועט דער אויבערשטער היטן בעז"ה.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג אפריל 07, 2019 2:42 pm

New Jersey האט געשריבן:
E2BCB56E-37F5-4C00-B9F9-083F57005D2A.jpeg

איינער האט עפעס א ידיעה איבער די נייע 'פסח גראסערי' אין וויליאמסבורג? ווען עפענען זיי, זענען זיי טייער/ביליג, זיי האבן דעליווערי, אדער אזוי ווי וואן סטאפ?

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג אפריל 07, 2019 3:17 pm

זיי זענען שוין אפען.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג אפריל 07, 2019 3:56 pm

איצל פיצל האט געשריבן:זיי זענען שוין אפען.

שקויעך!
עפעס מער פרטים, פרייזן?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אפריל 08, 2019 7:22 pm

ווייסט איינער פשט פון די העליקאפטער וואס הויערט העכער אלט וויליאמסבורג?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

האלבע שיך
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 25, 2019 6:59 pm

תגובהדורך האלבע שיך » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:39 am

זענען זיך די פאליציי שוין מעלים עין פין alternate side parking
אזוי ווי געווענליך אין די ערב יוט טעג??

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג אפריל 09, 2019 12:12 pm

יעצט איז ווייטער דא נייעס סטאנציעס פארענט פון די לייבערערי.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שפע רב
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:59 pm

אויב פארט איר אויף אפריקע, אדער ערגעץ ווי אין סאוט אמעריקא, דאנט בי סופרייזט, צו טרעפן איינעם דארט אנגעטוהן מיט א טיש בעקיטשע אדער ביבער הוט.
.
אין וויליאמסבורג ביי בעדפארד קאר. היוז שטייט די לעצטע האלבע יאר א גרויסע ווען, ווי מען קען אריינווארפען קליידער, אין עס שטייט א סיין חסד דאנישען אין דרעולם קומט אין די מאסן ,אזש אז די גאנצע ארום איז פול מיט בעגס ארויס צו העלפן אונזערע טייערע ברודער וואס האבן נישט קיין בגד ללבוש.

אזווי איך דריי זיך אין יענע געגענט, איז מיר געווען א חידוש ווי עס קומט יעדען טאג 2 טונקלע ערלים מיט א טראק אויסצוליידיגען דעם ווען, האב איך געמאכט אביסל ריסערטש, אין יאפס עס גייט פאר אונזערע קאזינס די אנשי כוש, והדומה להם.

דא איז די לינק פון זייער סייט, עס האט די זעלבע פאן נומבער וואס עס שטייט אויפן ווען. https://www.allofusclothingdonations.com/about-us

בילד

בילד

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אפריל 10, 2019 1:53 pm

אלץ געשמעקט אז עס איז נישט אזוי פויגעלדיג די דאנצע זאך.
הוי מחשב...

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » מיטוואך אפריל 10, 2019 2:10 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:ר"ל. מיין דאקטער וויל נישט געבן MMR פאר מיין קליינער אונטער א יאר. די עולם נעמט אונטער א יאר?

יש ויש.
אבער רוב דאקטורים געבן ביי איין יאר.
ביזדערווייל פראבירט וויי ווייט מעגליך אוועק צו שטיין פון מענטשן וועלעכע זענען נישט וואקסאנירט, און ווען איר זענט איינער פון די משפחות וועלעכע זענען אנגעשטעקט מיט די מיזעלס אדער אנטי וואקסין מחלה שפאציר אריבער די גאס.
און אז מען טוט וואס מען קען וועט דער אויבערשטער היטן בעז"ה.

איז שוין דא א אשכול וועגן וואקסין?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אפריל 10, 2019 2:58 pm

האמיר אריינגעלייגט דארט אסאך זעק. זאל עס זיין א כפרה.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך אפריל 10, 2019 3:06 pm

נא_שכל האט געשריבן:האמיר אריינגעלייגט דארט אסאך זעק. זאל עס זיין א כפרה.
מחשב האט געשריבן:אלץ געשמעקט אז עס איז נישט אזוי פויגעלדיג די דאנצע זאך.

האסט עפעס בעסערס צו טון מיט דיינע אלטע בגדים?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אפריל 10, 2019 3:22 pm

הר גריזים האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:האמיר אריינגעלייגט דארט אסאך זעק. זאל עס זיין א כפרה.
מחשב האט געשריבן:אלץ געשמעקט אז עס איז נישט אזוי פויגעלדיג די דאנצע זאך.

האסט עפעס בעסערס צו טון מיט דיינע אלטע בגדים?

איך פלעג עס געבן פאר א אידישע ארג.

ווי אויך איז דא א אידישע געשעפט קלאוטס-אוט, ווי מ'קען ברענגן נארמאלע גענוצטע קליידער.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אפריל 10, 2019 4:44 pm

די פאליציי האבן אראפגעשטעלט א ״וויזשען זעראו״ טרעקל ביים וויקל פון בעדפארד קארנער מירטל, ס׳האט אויף זיך א מייק וואס רופט אויס עפעס, ענליך צו די ראפעל פארקויפער אויף לי עוועניו העכער די הייוועי. איינער ווייסט וואס זיי זאגן דארט?.. כ׳האב נישט אויפגעפאסט ביים אדורכפארן.

אגב, טעקניקלי קעמען פיילן א פארמל קאמפלעינט, דער טרעקל שטייט אויף א נאו סטענדינג זאנע. פליגל, אפשר מאכסטו דעם פאון קאָל?
די קראך פון די פיקל.. יוי..

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim און 24 געסט