נייעס און קרישקעלעך פון וויליאמסבורג און ארום

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

.
אטעטשמענטס
1118182241_resized~2.jpg
1118182241_resized~2.jpg (88.32 KiB) געזען 2198 מאל
1118182242_resized~2.jpg
1118182242_resized~2.jpg (34.55 KiB) געזען 2198 מאל
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מענטשן זענען נישט גענוג הויעך איבערצושטייגן יענעם'ס מארקעטינג משוגעת'ן, מוז מען דאס טוהן מיט מאשינען.

צופראסקעטע עם חכם ונבון.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

מיסטעריעז האט געשריבן:מענטשן זענען נישט גענוג הויעך איבערצושטייגן יענעם'ס מארקעטינג משוגעת'ן, מוז מען דאס טוהן מיט מאשינען.

צופראסקעטע עם חכם ונבון.

געטראכט די זעלבע
סאיז בכלל די ווערט די אינוועסמענט ?
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

מיסטעריעז האט געשריבן:מענטשן זענען נישט גענוג הויעך איבערצושטייגן יענעם'ס מארקעטינג משוגעת'ן, מוז מען דאס טוהן מיט מאשינען.

צופראסקעטע עם חכם ונבון.

על מה יצא הקצף?
און וואס איז גאנץ כלל ישראל שולדיג?

גראדע איז עס א קריעטיוו איידיע געב א שמייכעל און גיי ווייטער
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ובעניי חשבתי, גיב נאר די סיינס פאר עטליכע טויגליכע געשיקטע בחורים און איר ברויכט נישט די שערל-הייבערס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

טשעירמאן האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:מענטשן זענען נישט גענוג הויעך איבערצושטייגן יענעם'ס מארקעטינג משוגעת'ן, מוז מען דאס טוהן מיט מאשינען.

צופראסקעטע עם חכם ונבון.

על מה יצא הקצף?
און וואס איז גאנץ כלל ישראל שולדיג?

גראדע איז עס א קריעטיוו איידיע געב א שמייכעל און גיי ווייטער

קריעטיוו אהער קריעטיוו אהין. מיט דיין אייגענע געלט קענסטי זיין קריעטיוו וויפול די ווילסט אבער צדקה געלט טאר מען נישט אויספאטשקענען.
איך קענסעל מיין אויטאמאטישע $5 א וואך וואס די גראסערי טשארשט מיר פאר עזר למזון.

קלארשטעלונג: עזר למזון איז נישט ארגער ווי אסאך אנדערע וואס ווארפן געלט אין מיסט פאר נערישע מארקעטינג, איך גיב טאקע נישט פאר אלע ארגענעזאציעס וואס פירן זיך אזוי אויף.
וממנו ילמדו וכן יעשו
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

און אפשר איז איינער מנדב די סיינס? האסט זיי געפרעגט?

קענסט קענסלן וואס דו ווילסט, אבער דארפסט עס נישט אויסשרייען ברבים פאר דו ביסט מברר.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אסדר, דאס אז די פירמעס און ארגאניזאציעס נעמען אונטער אזאנע צודרייטע מארקעטינג איידיעס ווייזט אז עס ברענגט געלט, וואס מיינט אז 'מיר', די געלט געבערס און קונים, זענען צופראסקעט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דריידל האט געשריבן:קלארשטעלונג: עזר למזון איז נישט ארגער ווי אסאך אנדערע וואס ווארפן געלט אין מיסט פאר נערישע מארקעטינג, איך גיב טאקע נישט פאר אלע ארגענעזאציעס וואס פירן זיך אזוי אויף.
וממנו ילמדו וכן יעשו

איך הייס דיר נישט געבן פאר קיינעם, אבער מיטן 'ממני ילמדו' בין איך נאך א מחותן...

ארגאניזאציעס מאכן נישט קיין גרויס געלט היינט אן קיין ריזיגע מארקעטינגס, ענדערש זאלן זיי פארמאכן ווי איידער אויסגעבן פאר מארקעטינג? איך האלט אנדערש.

אויב איינער מאכט יא געלט פון א נישט-מארקעטינג קאמפיין, איז עס א דירעקטע סטראטעגיע פון מאכן געלט דורך נישט מארקעטן, צומאל געלונגט עס און צומאל נישט. הכלל, אויב דאס איז די נארמע האבן זיי רעכט זיך ארויסצושטעלן און דורכדעם מאכן זייער געלט וואס זיי דארפן.

נאכאלץ ענדערש ווי מאכן ראבא קאללס יעדע נאכט 7 אזייגער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Think and Thank האט געשריבן:אסדר, דאס אז די פירמעס און ארגאניזאציעס נעמען אונטער אזאנע צודרייטע מארקעטינג איידיעס ווייזט אז עס ברענגט געלט, וואס מיינט אז 'מיר', די געלט געבערס און קונים, זענען צופראסקעט.

הונדערט פראצענט, איך האב אמאל געזאגט אז איך בין נישט צופראסקעט?

דריידל מיינט אבער אז ער וועט ווערן אויס צופראסקעט דורך נישט געבן פאר זיי....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איינער ווייסט וויפיל די זאכן קאסטן בכלל אז מען הויבט א שטימע?
איינער ווייסט וויפיל זיי צאלן למעשה דערפאר?

איך ביניש זיכער אז גאנצע רענטאל קאסט עפעס אזוי סאך, און די סיינס אפילו ס'יז נישט קיין נדבה איז נישט עפעס ווער ווייסט וויסאך. אדווערטייזן וועכענטליך אין צייטונגען קאס אויך היבש...
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אויסגעבעריי אויף מארקעטינג קען מען ממשיך זיין דא
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך האב קיין מיינונג בנושא, מארקעטינג אין אלגעמיין רעדט כלל נישט צו מיר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

[image][/image]
farshlufen האט געשריבן:ובעניי חשבתי, גיב נאר די סיינס פאר עטליכע טויגליכע געשיקטע בחורים און איר ברויכט נישט די שערל-הייבערס.

זיי ברויכן דאך נישט די סיינס. זיי ווילן אז דו זאלסט טאקע רעדן פון די שערל-הייבער און פארדעם לייגט מען סיינס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

מארקעטינג ארבעט אזוי. איך וויל נישט שרייבן וויפול אזא כלי קאסט א טאג ווייל אויב יא...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פון א פשוטע מיסטריעז׳ער תגובה האצעך עס דערקייקלט אין א געלט אויסגעבן דיבאטע..

ס״ה האט ער אפגעלאכט פון קאמפיינס וואס מיינען אז מ׳מיז נאכטאנצן יענעמס משוגעת׳ן. דן זיין!? די ווייסט דען!? אפשר איז די מאשינען א נדבה?

יעצט, צו סאיז א גוטע מארקעטינג איידיע צו נישט. מיין מיינונג איז א ס׳איז טאקע א גוטע ׳מצב׳, ס׳ברענגט אבער נישט קיין געלט. ׳א מצב׳ ברענגט מענטשן, [למשל צו כ״א כסליו]. ארומגיין שנאָרן ברענגט געלט. און הייב-מאשינען שנאָרן נישט!

גראדע זענען זייערע צעטליך יא גאנץ צום זאך, קורץ שארף און גוטע ווערטער, אבער עגען. דאס איז נאר גוט אויב האבן זיי א גוטע פאנדרעיזער, דעמאלטס לייגן די צעטליך צו א פלייצע די קאלעקטינג זאל אנקומען גרינגער.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דאס איז נאר גוט אויב האבן זיי א גוטע פאנדרעיזער, דעמאלטס לייגן די צעטליך צו א פלייצע די קאלעקטינג זאל אנקומען גרינגער

דערמאנסט מיר א חקירה וואס כ'האב געהערט לעצטנס. וואס ס'מאכט די קאווע זיס, דאס מישן אדער די צוקער

מישן אליינס מאכט נישט זיס און צוקער אליינס אויך נישט (די ערשטע האלב. די צווייטע ווערט שוין צי זיס)

די מסקנא איז אז בעצם (דא, דרייט מען מיט די פינגער און מ'זאגט\זינגט מיטן נוסח הידוע) איז עס דאס מישן וואס מאכט זיס. בתנאי אז ס'איז דא צוקער

גיימער טרייען צו מדמה זיין מילתא למילתא. וועלכער איז דער צוקער און וועלכער דאס מישן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

מיין מיינונג אז דעי וואס זאגען אז זיי קענסעלען שוין זייער וואכענטליכע פינעווער, זיי האבען זיך קיינמאל נישט איינגעשריבען און קיינמאל נישט געגעבען קיין פינעווער און נישט קיין פעני

בד"וו, די פינעווערס בליייבען אין גראסערי, ס'גייט נישט פאר סיזערס און טשערי פיקערס, און נישט פאר מארקעטינג, ס'גייט פאר עקאונטס פון ארעמע מענטשען צו לייגען ברויט אויפען טיש, די אלע פאנד רעיזינגס גייט פון נדבנים וואס געבען געלט צו אויפטרייבען נאך ספאנסערס, און דער מייסד און אנפירער פון די מוסד ר' ליפא קרויס לייגט אסאך געלט פון זיין אייגענע טאש אויכעט פאר דעם
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

קלוגער האט געשריבן:מיין מיינונג אז דעי וואס זאגען אז זיי קענסעלען שוין זייער וואכענטליכע פינעווער, זיי האבען זיך קיינמאל נישט איינגעשריבען און קיינמאל נישט געגעבען קיין פינעווער און נישט קיין פעני

בד"וו, די פינעווערס בליייבען אין גראסערי, ס'גייט נישט פאר סיזערס און טשערי פיקערס, און נישט פאר מארקעטינג, ס'גייט פאר עקאונטס פון ארעמע מענטשען צו לייגען ברויט אויפען טיש, די אלע פאנד רעיזינגס גייט פון נדבנים וואס געבען געלט צו אויפטרייבען נאך ספאנסערס, און דער מייסד און אנפירער פון די מוסד ר' ליפא קרויס לייגט אסאך געלט פון זיין אייגענע טאש אויכעט פאר דעם


שמשון
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

געהערט אמאל פון איינעם אויף א געוויסע מוסד אז זיי מאכן נישט קיין דינער ווייל זיי דארפן יעצט געלט. זיי מאכן אבער א דינער ווייל זיי ווילן די זאלסט זיי געדענקן א גאנץ יאר ווען זיי קומען צן דיר נאך געלט. ודבר פשוט הוא אז די זאכן ברענגט זיי געלט אין די לאנג ראן. זיי ווילן אז דער עולם זאל זיי געדענקן.
אין ווי עטליכע האבן שוין דא ערווענט אז ס'קאן זיין אז דאס איז א נדבה פון איינעם. ס'איז דא מענטשן וואס געבן נישט קיין געלט פאר ארגענעזאציעס נאר פאר די ארגענעזאציעס שיגאנען
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

בכלל אויב מען איז נישט מסכים מיט איין חלק פון אן ארגאנעזאציע מיינט נישט אז דיין אויסגעבעטענע פינעווער (לו יציור אז די גיבסט עס) האט בעסערע צוועקן ווי צו גיין,

- די גאנצע צוועק ווערט נאך נישט אויסגעוועפט ווען דו האסט א צווייטע מיינונג
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי אוי אוי »

פשוט פאקטן !

די שטערי פיקער קאסט אסאך אסאך ווייניגער ווי אסאך אנדערע זאכן
סא ביטע נישט רעדן פאר מען ווייסט

אין פאקט ברענגט עס אויפמערקזאמקייט
Of course
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

ווייס איך נישט אין וועלכע אשכול עס צו לייגן לייג איך עס דא.

שוין דריי יאר וואס איך פרוביר אויפצוסיינען אן אלמנה מיט א שטוב פון קינדער אויף די עזר למזון פראגראם. ניטאמאל הייבט מען אויף פאונס.
אדרבה, אויב איז דא איינער וואס קען מיר העלפן, ביטע קאנטעקטן אין אישי.
און איך פלעג קאלן וואכן אין א צו.
בדוו, דאס איז לתועלת.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

קלוגער האט געשריבן:בד"וו, די פינעווערס בליייבען אין גראסערי, ס'גייט נישט פאר סיזערס און טשערי פיקערס, און נישט פאר מארקעטינג, ס'גייט פאר עקאונטס פון ארעמע מענטשען צו לייגען ברויט אויפען טיש, די אלע פאנד רעיזינגס גייט פון נדבנים וואס געבען געלט צו אויפטרייבען נאך ספאנסערס

שטארקע, אמת'ע נקודה!
אדרבה פרעגט אייער גראסערי מאן...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

Of course האט געשריבן:ווייס איך נישט אין וועלכע אשכול עס צו לייגן לייג איך עס דא.

שוין דריי יאר וואס איך פרוביר אויפצוסיינען אן אלמנה מיט א שטוב פון קינדער אויף די עזר למזון פראגראם. ניטאמאל הייבט מען אויף פאונס.
אדרבה, אויב איז דא איינער וואס קען מיר העלפן, ביטע קאנטעקטן אין אישי.
און איך פלעג קאלן וואכן אין א צו.
בדוו, דאס איז לתועלת.


כ'מיין אז דו האבסט א Wראנג נאמבער, ס'יז נתפעל צו ווערען ווי גרינג ס'יז זיי צו כאפען, און מיט א קליינע פרעסיזשער ווערט מען ארויפגעלייגט, אונז האבען עס געטוהן פאר א חבר, געלאזט איין מעסעזש, צוריק באקומען די קאל אפאהר שעה שפעטער, געדארפט אביסעל אינפערמעשיען, כ'מיין מער ווי אביסעל, און די אנדערע טאג איז געוועהן געלט אין זיין עקאונט!

Of course האט געשריבן:בדוו, דאס איז לתועלת.

:lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”