Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג יוני 14, 2015 11:59 am

יציב פתגם האט געשריבן: 593 Flushing

אגב דארט אויף דעם אדרעס האט אמאל געוואינט א רב ר' שמעון טובי' קאפלאן

Advertisement

זונטאג יוני 14, 2015 12:59 pm

תורה מגינא ומצלא בעידנא דעסיק ביה ובעידנא דלא עסיק ביה.

מאנטאג יוני 15, 2015 8:48 am

כהער איבער א פייער ביי ווייט/סאוט 9 די נייע בילדינג פון יאקאבאוויטש.
איינער מיט פרטים?

מאנטאג יוני 15, 2015 11:16 pm

יעצט געהערט אז די רענט קאנטראלירטע הייזער און די סיטי האט געדארפט צו ווערן נאכאמאל באשטעטיגט אין סטעיט סענאט.
נאר אזויווי מען האט זיך נישט געקענט דורעכקומען אויף א בילל איז עס לעת עצה סאספענדעט.

דעפלעסער זאגט אז ער עפרישיעט אז די גאווערנאר איז אויף זיין זייט אבער עס ווייזט "נישט פירערשאפט" (נאו לידערשיפ)

דינסטאג יוני 16, 2015 5:19 pm

שוועמל האט געשריבן:כהער איבער א פייער ביי ווייט/סאוט 9 די נייע בילדינג פון יאקאבאוויטש.
איינער מיט פרטים?


קרעדיט WMSBG
South 9 St & Wythe Ave @FDNY on scene with a transformer fire in the construction site No injuries.

מיטוואך יוני 17, 2015 7:45 pm

איך זעה אויף ליע עוו. (נאר ביי היוז און הופפער קארנערס) נייע גארבידזש קענס, מיט א סאלאר פעננעל אויף זיי.
פשט? (אפשר איז עס מחובר צו די מנהלים אפיס...)

מיטוואך יוני 17, 2015 7:50 pm

געזעהן ביי ווילסאן קאר. לי אויך.

מיטוואך יוני 17, 2015 9:55 pm

לכאורה גייט עס מעלדען ווען די קעסטעלך זענען שוין אנגעפילט.

אפשר גייט עס אויך ארויסגעבן א ריח טוב פאר די ניו יארקע גאסן.

ווי אויך גייט עס האבן "ווייפיי" מיט די צייט... (אזוי האביך אמאל געזען א פלאן, איך נעם נישט קיין אחריות דערויף...).

מיטוואך יוני 17, 2015 9:56 pm

וואס איז היינט פארגעקומען אין וויזניץ בית המדרש אין די מקוה? איך הער עפעס איינער האט זיך דארט אריינגעכאפט אין מקוה אין ג'לקחנ'ט. איינער מיט דעטאלן??

מיטוואך יוני 17, 2015 10:29 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:איך זעה אויף ליע עוו. (נאר ביי היוז און הופפער קארנערס) נייע גארבידזש קענס, מיט א סאלאר פעננעל אויף זיי.
פשט? (אפשר איז עס מחובר צו די מנהלים אפיס...)

דאס איז די פרישע 1/2 1 בעדרום דירות, צו לעזן די דירות קריזיס, ווי די עסקנים געבן איבער וועט ביזן סוף זומער שוין זיין די מעכטיגע ציפער פון עטליכע 20 דירות!
#פארייניגטע_כוחות_פארברייטערטע געניצן

מיטוואך יוני 17, 2015 10:37 pm

Each can costs $2,900, according to DSNY. The area was chosen after groups such as the Greenpoint Chamber of Commerce sought to place the solar compactors in the neighborhood, the spokeswoman said.

Big Belly's website says one of their cans can compact up to 150 gallons of trash, compared to 35 gallons that a regular, uncompacted can typically holds.

מיטוואך יוני 17, 2015 10:40 pm

די וועבסייט פון די נייע מיסט קאנעס, וואס פונקטליך זיי ווילן ווייסט איין באשעפער

ס'איז א גאנצע מערכה פאר מ'ברענגט די קאנעס, גייען אראפ הויכע באאמטע אין גרינע מונדירן און רעכענען און רעכענען און רעכענען [וואס ווייסעכניש] דערנאך קומט אן א קאנע מיט גרויס פאראדע און כבוד, ממש א פראכט

מיטוואך יוני 17, 2015 11:08 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:איך זעה אויף ליע עוו. (נאר ביי היוז און הופפער קארנערס) נייע גארבידזש קענס, מיט א סאלאר פעננעל אויף זיי.
פשט? (אפשר איז עס מחובר צו די מנהלים אפיס...)

ב״ה!! זיך ענדליך דערלעבט! די וויליאמסבורגער איינוואוינער קוקען שוין לאנג ארויס אויף דעם... און ענדליך נאך אזויפיל שתדלנות איז עס שוין ענדליך צושטאנד געקומען דורך די געטרייע שטאטישע טאטעס.
די נאכט וועלן אסאך וויליאמסבורגער איינוואוינער שלאפן אסאך רואיגער וואוסענדיג אז זיי האבן נייע סאלאר פענעל גארביטש קענס ווי אריינצוווארפן די שמיץ פון די קאר - וואס מען ווארפט עניוועי אויפן גאדער...
ווען מען מאכט ווען עפעס נייע סאלאר פענעל פארקינג פלעצער וואלטן מיר זיך אביסל מער געפרייט..

דאנערשטאג יוני 18, 2015 4:11 am

יוראפ האט געשריבן:די וועבסייט פון די נייע מיסט קאנעס, וואס פונקטליך זיי ווילן ווייסט איין באשעפער

ס'איז א גאנצע מערכה פאר מ'ברענגט די קאנעס, גייען אראפ הויכע באאמטע אין גרינע מונדירן און רעכענען און רעכענען און רעכענען [וואס ווייסעכניש] דערנאך קומט אן א קאנע מיט גרויס פאראדע און כבוד, ממש א פראכט
יאפ, געזעהן טאקע לעצטע וואך אזא איינער מיט גרינע מונדירן שטיין אויף לי עוו. און קנאקט בילדער.

דאנערשטאג יוני 18, 2015 4:36 am

עס האט גענומען א היבשע פאר יאהר ביז די זון-געקרעפטיגטע מיסט קאנעס האבען איבערגענומען די גאסען ווינקלען פון די רויטע פייער רוף סטאנציעס. גיב עס א עטליכע צענדליג יאהר און די מיסט קאנעס וועלן ווערן איבערגענומען דורך אן אנדערע עיליען שטאטיש באצאלטע זאך. #על דאטפיך אטפוך

דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:54 am

נישט פארשטאנען

דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:52 am

נייע מיסט קאנעס פון "ביג בעללי סאלאר" זענען אראפגעלייגט געווארן אויף לי עוו.

http://bigbelly.com/

דאנערשטאג יוני 18, 2015 9:33 am

פריילאך האט געשריבן:נייע מיסט קאנעס פון "ביג בעללי סאלאר" זענען אראפגעלייגט געווארן אויף לי עוו.

http://bigbelly.com/


איר זענט זיכער?

דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:40 am

שנאפס האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:נייע מיסט קאנעס פון "ביג בעללי סאלאר" זענען אראפגעלייגט געווארן אויף לי עוו.

http://bigbelly.com/


איר זענט זיכער?


זיי האלטן נאך אינמיטן.. פארן אראפ לי און אינסטאלירן.

די מעלות דערפון: - קומט מיט א קאמפעקטאר וואס צודריקט די מיסט, - ממילא וועט אריינגיין 5 מאל ווי די אלטע - די קאמפעקטאר ארבייט מיט סאלאר ענערזשי, א סאלאר פענעל איז דא אויפן דאך פונעם קאנע. - קומט מיט א מעכאניזם וואס וועט אליינס איינמעלדן די סידי ווען מען דארף עס אויסליידיגן.

ממש א שאד אריינצולייגן פשוט'ע מיסט אין אזא סאספיקירטע כלי..

דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:57 am

שאהן הענניטי האט געשריבן:אפשר קען איינער מסביר זיין, וואס איז דאס "רענט קאנטראל"?


רענט קאנטראל איז באמת א אנדערע ווערזשאן אין גאן קאנטראל. אז די רענט איז קאנטראלירט, איז די גאן אויך אינטער קאנטראל, וק''ל.

מאנטאג יוני 29, 2015 9:38 am

דריי עקסטערע אינצידענטן געשעהן נעכטן אין ברוקלין איינס נאך די אנדערע. א איד האט באקומען א באטל אין קאפ ביי סאוט 9 און דריגס, חברה הצלה האבן אים באהאנדעלט בשעת שומרים האט געזוכט דעם פארברעכער. פינף מינוט דערויף איז א איד צעשלאגן געווארן און באשפריצט מיט מעיז ביי 13 און 39 אין בארא פארק. און בערך א פופצן מינוט שפעטער זענען צוויי אידן באשאסן געווארן מיט פעינטבאל פון א פארבייפארנדע קאר איינס ביי לי ראדני און דער צווייטער ביי לי ראטלעדזש. דער באנדיט איז געכאפט געווארן און ארעסטירט ביי טרופ און גערי. דער זומער האט זיך אנגעהויב.

מיטוואך יולי 01, 2015 11:16 pm

א נייע אנשיקעניש די לעצטע פאר נעכט דא און אלט ווילי הערט מען זעצעס אבער יעדע שעה נאך און נאך יעדע נאכט, אמאל פלעג איך נאך לויפן צום פענסטער קוקן אפשר איז עס א שאטינג אבער כ'האב שוין נישט קיין געדולד (איך האף ס'נאר פייער קרעקערס)

מיטוואך יולי 01, 2015 11:35 pm

יעצט געוואלט שיקן די זעלבע. פריער איז האט עס געסאונד היבש שרעקעדיג ווען צו די זעלבע צייט האט זיך א באן צופיפן - א זאך וואס איך הער געווענליך נישט. מיר הערט זיך עס ווי פון בראדוועי-העריסאן מידעלטאן-לארימער געגנט.

דאנערשטאג יולי 02, 2015 7:58 am

די גוים האלטן יולי4 מוקדם, ס'גארנישט

דאנערשטאג יולי 02, 2015 8:00 am

די נאכט איז נאכאמאל געווען א איינברעך ביי לויתן פיש געשעפט, דורכן זעלבן שייגעץ

די רעדזשיסטער איז געווען ליידיג
שרייב א תגובה

Advertisement