באריכטן און אנאליזן
מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:11 pm
רבותי עס גייט זיך אנהייבן קאכן, דא איז ס'ערשטע ווי איך מעלד דאס, דערנאך אין דבר יום אויף שבת.
נאך עטליכע מיטינגען פארגאנגענע וואך, און אנערקענענדיג אז די דירות מצב ווערט ערגער, און די געדאנק פון קאנטרי ווערט נענטער, קומט צו א רינגעלע און טויזענטער חלומות פון הונדערטער אידן צענדליגער יארן, וואס גייט ארויסהעלפן אידן וואס ווילן מופן אין די מאונטענס.
און אט ווערט דאס מקוים. זעצט אייך אראפ און הערט.
פתיחת שערים פון "מוסדות תפארת אבות", ת"ת ובית חינוך לבנות.
א מוסד כלל חסידי, ווערט גע'עפנט בהרי הקעטסקילס אויף דעם גאנצען יאר.
עס איז נאכנישט קלאר קיין פרטים, אבער די פאלגענדע קענען מיר שוין יעצט לאזן הערן ווייל דאס פעלט אויס פאר אונזער אינפארמעשאן.
דער מוסד וועט געפירט ווערן אונטער דעם אויפזיכט פון הרה"ג ר' יחיאל שטיימעץ שליט"א דומ"ץ במאנסי, און וועט גע'עפנט ווערן לויט'ן צורך.
דאס מיינט אויב וועט מען זען אז מען דארף מער קלאסן וועט מען נישט ווארטן ביז צו עפענען מער קלאסן, לויט וויפיל קינדער עס איז דא אזוי וועט מען טון.
דער אויבנדערמאנטער דיין איז נישט קיין נייער נאמען בעולם הרבנות, און איז שווה לכל נפש, און איז זייער פאסיג צוצוברענגן צום קלארן ציהל: צו מאכן ערליכע חרדי'שע מוסדות וואס זאל דינען דעם ציבור וואס "וויל" ארויסקומען וואוינען אין די קאנטרי, פאר זייערע אייגענע סבות. און עס זאל זיין א חסידי'ש מקום, דאס בעסטע וואס קען נאר זיין.
די שטאטישע פראגראמען לייגט אויך צו אז זייער אסאך מענטשן רעכענען זיך צו פארברענגען די קומענדיגע יאר אדער צוויי אין די מאונטענס, דערפאר איז יעצט די פאסיגסטע צייט צו טון למעשה.
בקרוב וועלן מיר מעלדן דעם פולן מעלדונג, מיט די נעמען פון די בעל בתים וואס שטייען אונטער דעם.
אזויווי עס איז דא צענדליגער הייזער פאר סעיל אין די פאללסבורג געגענט, און מיר ווייסן אז דער ציבור איז גרייט צו קויפן, און מיר ווילן די פרייזן זאלן בלייבן נידריג, דערפאר טוען מיר מעלדן א זאך וואס יעדער וועט פארשטיין: ווער עס איז אינטרעסירט ארויסצוקומען וואוינען, און וויל שיקן זיינע קינדער אין די מוסדות, דארף קויפן א הויז דורך דעם וועד.
דער וועג איז, צו לאזן א מעסעדזש אין די הרחיבי טעלעפאן ליין, 347-292-8049 און מיר וועלן צוריק רופן ביז די קומענדיגע 24 שעה בלי נדר. דורכצושמוען יעדן פארלאנג, סיי ווער עס זוכט פאר רענט, סיי ווער עס וויל קויפן. אדער צו
dirosinfo@gmail.comאלעס איז דא נאר אזוי טרוקן ווייל מיר זענען גע'ענגט אין צייט, איבער די וואך וועלן מיר מסדר זיין נאך פרטים, לויט די אנפראגן פון ציבור.
Advertisement
מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:17 pm
א גוטן ר' חיים איר זענט אויך געשטאנען אינטער חזקת הבתים?
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:47 am
א מוסד אונטערן דעם אויפזיכט פון הרה"ג ר' יחיאל שטיימעץ שליט"א וועט זיכער זיין א "תפארת אבות"
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:12 am
יא, מיר זענען נאך אלס שטארק פאר חזקת הבתים, און דער מוסד וועט אויך צוהעלפן אז חזקת הבתים זאל מאכן א בעסערן MATH, און שוין אנהייבן.
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:27 am
א גוטער טריט אין ריכטיגן וועג. השי"ת יעזור הצלחה וסייעתא דשמיא וכו'.
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:37 am
וואַו! דאס איז הייסע ווארע! הלוואי זאל זיך עס אויסארבייטן אבער פאר סאם געהיימע ריזן בין איך סקעפטיש.
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:09 pm
איך הייב אן צו ווערן פריילעך, אויב חיים איז אינוואלווד וועט בעזהשי"ת עפעס ווערן
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:55 pm
משה קארנפעלד האט געשריבן:וואַו! דאס איז הייסע ווארע! הלוואי זאל זיך עס אויסארבייטן אבער פאר סאם געהיימע ריזן בין איך סקעפטיש.
דאס סקעפטיזם איז קיין חידוש און איז נישט זייער געהיים; אבער דער פאקט אז מען האט גענומן די אינציאטיוו און א פרישע ריכטונג, איז ווערד צו באגריסן.
נאכדערצו ווען די פרטים ארום מאכן דעם איינדרוק פון אן ערענסטע אנווינקלונג.
ולה׳ הישועה.
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:07 pm
לפי ידיעתי דאכט זיך אז עס איז שוין דא דארט עפעס א קרעמעל?
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:47 am
יישר כח ר' חיים פארן מעלדן אזעלכע גוטע נייעס, בפרט די חלק אז די מוסדות וועלן שטיין אונטער דעם אויפזיכט פון הרה"ג ר' יחיאל'ן, וועמען איך קאן זייער גוט, ער איז טאקע דער ריכטיגער מענטש דערצו.
מיך באדערט אבער פארוואס מען מוז קויפן דעם הויז דוקא דורך הרחיבי.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:37 am
טהור-עיניים האט געשריבן:מיך באדערט אבער פארוואס מען מוז קויפן דעם הויז דוקא דורך הרחיבי.
ס'איז שווער צו פארשטיין נאך אלע הסברים, אבער איך האלט אז ס'איז א ריכטיגע שריט.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:58 am
כ'גלייב אז זיי פארשטייען אויך אז דאס ברענגט אויף ווינדער, דארף מען ווארטן חיים של פרנסה זאל עס מסביר זיין.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:45 pm
ווינקל האט געשריבן:טהור-עיניים האט געשריבן:מיך באדערט אבער פארוואס מען מוז קויפן דעם הויז דוקא דורך הרחיבי.
ס'איז שווער צו פארשטיין נאך אלע הסברים, אבער איך האלט אז ס'איז א ריכטיגע שריט.
וואס הייסט נאך אלע הסברים, איך האב נאך נישט געזעהן קיין איינס
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:50 pm
ב"ה פארדעם, מ'קען מאכן א הטוב והמיטב, טראץ ס'איז אביסל פריצייטיג צו געבן לחיים, אבער מיר האפן און גלויבן אז מ'וועט זיך שוין עפענען די אויגן און טוען עפעס צום זאך.
חיים של פרנסה, מיר דעקנן אייערע גוטע זאפטיגע מאמרים אינעם חזקת הבתים אשכול מיט יארן צוריק...
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:46 pm
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין, ער וויל האלטן ביליג די פרייזן.
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:38 am
טייערע חבירים וידידים, יעדעס ווארט מדודים מדודים,
איך וועל פרובירען במיטב יכולתי, ארויסברענגען אשר בלבבי מתוך עטי,
צו געבן צו פארשטיין אייער שאלה, וואס איינער פרעגט אין נאמען פון אייך אלע,
מראשית כזאת איז דאס אונז איינגעפאלן, ווען מיר האבן דירות ליסטעס גענומען צוזאמען שטעלן,
עס איז נישט פון אונזער אייגענער וועלן, מיר ווייסן אז עטליכע וועט דאס נישט געפעלן,
בכלל איז אונזער אייגענער ציהל, זיך נישט אריינטון אין ענינים צופיהל,
נאר איינס איינס קמא קמא, אזוי וועט זיך עס גרינגער אויסארבעטן מסתמא,
דא איז דא דריי באוואוסטע זאכן, וואס איינס אנעם צווייטן קען די גאנצע פלאן קראכן,
די ערשטע איז די דירות, די צווייטע איז פרנסה, די דריטע איז מוסדות,
א דירה איז צו וואוינען, פרנסה (זאל זיך לוינען) אז דו זאלסט מיך נישט שוינען, מוסדות ווי אזוי מיינע קינדערלעך זאלן זיך צו תוי"ש צוגעוואוינען,
אין דירות דארפן וואוינען מענטשן, אבער זיי דארפן פרנסה צו קענען עסן און בענטשן, און מוסדות ווי צו שיקן די קינדער נעמען אטענשאן,
א שטאט ווערט ווען מענטשן ציען זיך ארויס, מען מוז זיי צושטעלן דזשאבס אויב נישט גייען זיי אויס,
א דירה איז אין די מאונטענס דא מער ווי גענוג, מען קען זען יעדע צווייטע הויז\סטאר שטייט ליידיג,
ווי מען פארט קוק רעכט אדער לינק, א הויז שטייט FOR SALE די רויטע סיין איז שוין אפגעריבן פינק,
פרנסה בעט מען פון באשעפער יעדן טאג, אנדערש ביי א דירה וואס מען פלאנצט איין א אדר בוים ביים געבוירן נאך יענעם טאג, ווייל מען זארגט זיך שוין פאר די חתונה טאג,
גאנץ סאליווען קאונטי איז צום פארקויפן, נו פארוואס טוט מען נאכנישט אהין לויפן?
ווייל מוסדות פאר די קינדער איז אונזער ערשטע שאלה, אויב נישט מוסדות - זענען מיר מוותר אויף אלע,
על כן ערווארטן מיר אז יעדער זאל זיך אליין קויפן א הויז און א פאלאץ, אבער אידישע סערוויסעס געבן מיר אייך אויף א גאלדענעם טאץ.
און אזוי ווי די חלק שמונה איז יעצט היבש פאפולער, אזש די שטאטישע געדריקטע זענען אנטלויפ'ס גרייט אפילו ארויסצוקומען אהער, זיי דארפן נאר מ'זאל זיי צו ווייזן ווי צו גיין און גארנישט מער, דאן ווערן זיי אויסשטאטישע און גיי קוש א בער.
נאר אזוי ווי בשעת אונזער ארום גיין צו די גוי'אישע שכינים, צוזאם נעמען די הייזער פאר סעיל אלע אינאיינעם, האבן מיר געזען איינס א גרויסן און איינס א קליינעם, ווערן מיר געוואר אז די גוים האבן א אפעטיט א שיינעם, און אפאר זאכן זענען געפרייזט אז סאיז נישט אינטרעסאנט פאר קיינעם, ווען מיר האבן זיך צו זיי געבעטן מיט שיינעם, זאגן זיי אז אנדערע האבן זיי גע'אפער'ט עשרת מונים,
נו זעהט מען דאך וואס דא קען ווערן, אלע פליפער'ס זאלן דאס נאר הערן, א אנלויפעניש אז מען זאל באהיטן ווערן, אויף יעדע טיר חסיד'ישע קלאפעס וועט מען הערן, די פאון קאלס וועלן זיך פארמערן, די פרייזן וועלן זיך נעמען יערן, און ארויס צו מופן? דאס קען פארגעסן ווערן, אזוי קענען מיר זיך ליידער אליין שטערן, מיר פארציילן אייך דאס מיט טרערן, אז עטליכע פראיעקטן זענען שוין אזוי צוריקגעפלויגן אין די ספערן, דאס טאר נישט צוגעלאזט ווערן,
עטליכע האלטן אפן אויגן און אויערן, אז ווען דער חדר וועט עפענען אירע טויערן, וועלן זיי ענדיגן בויען זייערע לאקזשערי פראדזשעקטס אונטער מויערן, און פארקויפן נאר פאר די אויסדערוועלטע פאר א פרייז א אומגעהויערן,
מוזן מיר נאכמאכן דאס וואס מען האט אויסגעטראפן בלעיקוואד עיר התורה, ביז ווילאנג דער ישוב איז נאך געווען גענוג קליין און מען האט געהאט מורא, אז די "ישיבה" האט געהאלטן די פרייזן אונטן, און אזוי האבן זיי פארמערט קונדן, דער עולם האט געמופט און געווען מצליח, יעדער איז פון דעם מרויח.
מיר ווייסן אז דאס איז נישט פאר שטענדיג, היינט זאגט דאס שוין יעדער אויסנווענדיג, אז מען קען נישט קאנטראלירן די וועלט, לויט ווי דו ווילסט דאס זעהן אהערגעשטעלט, אבער אזוי פיהל קען איך זאגן, אז אין מיין מוסד דארף איך זיך נישט פלאגן, צו האלטן דיינע קינדער און נאך האבן פאר דיר כבוד, ווען דו ביזט ממון ישראל בידים מאבד.
דערפאר האבן מיר געמאכט אזוי, אז יעדער וואס וויל צוקומען צו אונזער סערוויס תשואות חן לו, אבער דו זיך צושטעלן מיר העלפן עקזיסטירן, אויב מאכסטו א פראדזשעקט און דו ווילסט קינדער ביי אונז רעגיסטרירן, מוזטו זיך ארנטליך אויפפירן, און נישט ארום גיין צו די גויאישע טירן, און הייבן דעם פרייז דורך זיי אונטער שמירן,
איך מיין אז יעדער פארשטייט די הלכה, וואס העלפט אז די מאונטענס זאל בלייבן א ברכה, מיר אליין זענען עוסק אין "אראפדרוקן" די פרייזן, דורך אמת'דיג אויפווייזן, אז דער ציבור מופער'ס האבן נישט קיין געלטער גרויסע, אויב דו לאזט נישט אראפ האלט זיך מיט דיין גאנצע נושא, און אלעס זאל גיין פאר ניסלעך, ביז מיר וועלן זיך דא אויפבויען בעז"ה צוביסלעך.
ע"כ ווער עס וויל א דירה רענטן, אדער ווער עס האט א הויז און זוכט טענענטן, זאל אין אונזער אפיס אריינקאלן און לאזן א הודעה, און מיר וועלן איהם צוריק רופן בעז"ה בזמן הראוי.
347-292-8049
איך וועל נאך צוריק זיין בעז"ה, מען זיצט יעדן טאג אויסצברייטערן דעם וועד, און זעהן וואס פאר א פרנסה עס קען דא צוקומען, ווער עס האט א ביזנעס אנליין, און איז גרייט ארויסצוקומען אבער ער האט תנאים, זאל זיך לאזן הערן, מיר ווילן פרובירן צוזאם שטעלן א פארשטענדליכן פאזל.
סטעי טונד.
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:11 am
חיים; דארפן זיך אידן אזוי מוטשען מיט דירות דו זאלסט שרייבן אזא תגובה?
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:19 am
פשי הא דברים של טעם - נאך אויפן גראם...
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 7:29 am
איז דא פלאץ פאר א רבי?
א ווילקאמירער שטיבעל?
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:21 am
אזוי איז עס, ווען מ'איז מסביר ברחל בתך פארשטייט מען בעסער
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:44 pm
א מעכטיגע תגובה פון חיים, יעדער וועט מודה זיין מ'פארשטייען עם,
יעצט בלייבט נאר צו זען, וואס ווייטער וועט דא געשען,
דער עולם זאל זיין פארשטענדליך, און ס'וועט פארווירקליכט ווערן די חלום ענדליך...
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 7:28 pm
א געוואלדיגער יישר כח ר' חיים, פאר אזא הערליכן הסבר
איך האב מיך אויף אזאנס אינגאנצן נישט געראכטן, נאכדערצו אויף גראמען,
אבער וויזוי ס'זאל נאר זיין, האסטו זיך גוט מסביר געווען,
עס טוט טאקע זייער וויי, צו זעהן ווי מען גראבט זיך אליינס אונטער איינער דעם צווייטן,
אפשר טאקע אויף אזא אופן, וועט מען קענען טאקע האלטן קאנטראל,
אז די פרייזן זאל נישט פליען אין הימל ארויף, און דורך דעם אנווערן דעם גאנצן פראיעקט,
זאל דער אויבערשטער העלפן אז איר זאלט זיין מצליח, און אסאך משפחות זאלן מופן אהין,
און ידידי ר' יחיאל שליט"א זאל זיין נאמען אויפשיינען, און ער זאל קענען אסאך אויפטאהן פאר אויבערשטן,
עד ביאת גוא"צ במהרה בימינו אמן.
אה, עס גראמט נישט? נישט געפערליך, דער עיקר איז אז עס איז געשריבן ווי א פאעמע...
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:19 pm
msp האט געשריבן:איז דא פלאץ פאר א רבי?
א ווילקאמירער שטיבעל?
פאר א רבי ווייס מיר נאכנישט, אבער פאר א ווילקאמירער שטיבל לכאורה יא, בראכט נאר מיט די ווייסע כאלאט.
ר' חיים, גוט ארויסברענגט, העל מיר האפן אז ס'עט זיין נכנסים אל הכיס...
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 6:02 am
למעשה איז אוודאי א גוטע עצה זיך צו ציהען אין א פלאץ ווי דאס לעבען איז ביליגער
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:15 pm
אדער פשוט די לופט כוואליעס זענען איבערגעפילט פון טויזנטער רופער?
זאגט מיר מיין חבר(משה שמו) אז ער האט אריין גערופן לעצטע וואך געלאזט א מעסעדזש, אבער דערווייל הערט מען נישט קיין אנטווארט.