גייט זיין א מלחמה אמעריקע מיט איראן ?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 9:25 am

פארוואס זאגסטו וואס זיי האבן חרוב געמאכט? דאס ביסל חורבן קען מען אויך שנעל צוריקשטעלן.

לאנגע יארן אויפצובויען א נייעם סטאבילן גאווערמענט.

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 10:17 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:די פראגע איז אויב דו רעדסט מלחמה, אדער נעישאן בילדינג. צו גיין אין מלחמה און פארניכטן דעם שונא קען מען גאר שנעל. און יא, דאס האט מען געטוהן אין איראק אין געציילטע טעג, און די טאליבאן פארטריבן אויך בליץ שנעל.

האסט גוט געזאגט. פארטריבן האט מען זיי, אויסגעראטן נישט. ווען די שטויב זעצט זיך קריכן זיי ארויס פון זייערע לעכער און קעמפען צוריק.

קענסט דאס רופן ביי וועלעכע נאמען די ווילסט, "נעישאן בילדינג", "שלום מיסיע", "אפעראציע פרידאם" וכו' וכו'. די טויט-צאל לייקענט נישט.
דאס יאר אליין, זענען שוין ארום 600 קאאליציע זעלנער און איבער 6000 ציוויליע בירגער, גע'הרג'עט געווארן אין אפגאניסטאן און איראק.

אויב איז די מיסיע צו אויסראטן טעראריזם, פארוואס זאלן זיי איבערלאזן די לאנד געציילטע טעג נאכן קומען? די לאנד וועט ווירבלען מיט ראדיקאלע מיליטאנטן וואס וועלן צוריקנעמען די מאכט. איז נישט דאס געשען אין 1979?

ווילאנג מען צווינגט איר נישט, גייט אמעריקע קיינמאל נישט ארויס פון א לאנד. אומזיסט האט זי איבער 900 באזעס אין 130 לענדער ארום די וועלט?

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 10:27 am

שטייסטענישט האט געשריבן:פאר יור אינפא. רוב אראבישע/מוסילמענישע לענדער זענען פון די סוני סעקט וואס האבן מער פיינט איראן ווי אמעריקע.

איך ליין דא איבער די 1983 אטאקע אין בעירוט, זעה איך אז סיריע און איראן זענען די פאראנטווארטליכע. סיריע איז סוני'ס, איראן איז שאיטן. הפנים, צו אונטערברענגן דעם גרויסן שטן, לייגן זיי זייערע דיפרענצען אין א זייט.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 11:25 am

מר. קראק-פאט, דו האסט דא גערעדט פון 4 עקסטערע טעמעס און נישט ארויסגעברענגט קלאר וואס דו ווילסט זאגן. ערלויב מיר צו פרובירן צוטרעפן דיין כונה און אויך ענטפערן דערויף. אויב איך האב נישט ריכטיג פארשטאנען, ביטע ערקלער ברייטער.


1.
קראק-פאט האט געשריבן:האסט גוט געזאגט. פארטריבן האט מען זיי, אויסגעראטן נישט. ווען די שטויב זעצט זיך קריכן זיי ארויס פון זייערע לעכער און קעמפען צוריק.
ווער קריכט ארויס פון די לעכער? סאדאם האט מען טאקע געכאפט אין א לאך. דאס מיינסטו?
וואס איז געווען די ציל נאך סעפ. 11? נקמה צו נעמען פאר די וואס האבן עס געטוהן. אויב א לאנד באהאלט זיי אויס, דאן אטאקירן דאס לאנד. סאדאם איז געווען סתם א בוגימען, און מ'האט מורא געהאט פון זיינע וואפן. ס'איז אבער געווען א גרויסע טעות, ווייל סאדאם האט נישט בפירוש געשטיצט על-קאידא, נאר איראן. איך האב דערוועגן אויספירלעך דערציילט דא אין א באזונדערע אשכול. בוש האט אבער, לדעתי, געוואלט ענדיגן וואס זיין טאטע האט אנגעהויבן.
אבער לאמיר שוין זאגן אז ס'איז געווען וויכטיג פטור צו ווערן פון דעם צודרייטן סאדאם איינמאל פאר אלעמאל. וואס איז געווען די ציל אין איראק? אוועקצונעמען דעם געפאר וואס הייסט סאדאם מיט זיינע שרעקעדיגע וואפן. דאס האט מען געטוהן. ערלעדיגט! ריכטיג געזאגט: מישען עקאמפלישט! (כאטש בוש האט קיינמאל נישט געזאגט די ווערטער.)
דו ווילסט אבער זיין א חכם? ווילסט גיין איינשטעלן א מערב וועלט סטייל דעמאקראטיע אין א לאנד וואס האלט צוריקגעבליבן אין 7'טען יאר הונדערט אדאנק א בארבארישע רעליגיע? דו קלערסט אז ס'איז יאפאן אדער דייטשלאנד נאכ'ן קריג? סורפרייז סורפרייז!
אה, און פאליטיקלי קארעקט דארף מען אויך זיין, מאכן דיעלס מיט על סאדאר און אנדערע עקסטרעמיסטן אנשטאט זיי אלע אויסצוראטן ווי די הונט וואס זיי זענען.

א בהמה עסט שטרוי!

בין לאדין איז פון אפגאניסטאן אנטלאפן מיט אלע זיינע חברה. אמעריקע האט זיי באמבאדירט און זיי זענען אנטלאפן ווי די מייזלעך צוריק קיין פאקיסטאן. יא, זיי קענען צוריקקומען, אבער ווער האט דיר געהייסן בלייבן זיצן און ווארטן אויף זיי. אוודאי האבן אפגאניסטאנער זיך דערמאנט פון די סאוויעטן און געקומען צו די מסקנה אז אמעריקע זענען אויך אינוואדירער. וואס זאגסטו? בויען שולעס פאר אונזערע טעכטער? פשיהא! פונקט דאס האט אונז אויסגעפעלט. יעצט קענסטו בלייבן און איך וועל מער נישט שטיצן די טאליבאן...

2.
קראק-פאט האט געשריבן:קענסט דאס רופן ביי וועלעכע נאמען די ווילסט, "נעישאן בילדינג", "שלום מיסיע", "אפעראציע פרידאם" וכו' וכו'. די טויט-צאל לייקענט נישט.
דו קלערסט אז איך ווייס נישט די טויט צאל? וואס ווילסטו דערמיט ארויסברענגען? דו ווייסט אפשר אויך וואס דאס מיינט ROE און וויפיל דאס טוט ביישטייערן צום טויט צאל?
אבער דער עצם פאקט אז מ'זיצט דארט, דאס איז די הויפט אורזאך פאר טויטע זעלנער.

3.
קראק-פאט האט געשריבן:אויב איז די מיסיע צו אויסראטן טעראריזם, פארוואס זאלן זיי איבערלאזן די לאנד געציילטע טעג נאכן קומען? די לאנד וועט ווירבלען מיט ראדיקאלע מיליטאנטן וואס וועלן צוריקנעמען די מאכט.
דיין מיסיע איז נישט אויסצוראטן יעדן טעראריסט אויף די וועלט. ניין. און אויב יא, קענסטו דאס טוהן מיט דראון'ס און באמבאדירונגען. דערפאר דארפסטו נישט אהינשיקן זעלנער און זיי מאכן א ציל ברעט פאר יעדן מוסלעמענער.
איבריגס, טעראר איז א רעיון. דאס אויסראטן איז אן אוממעגליכע ציל, איבערהויפט ווען אונטער דעם שטייט א פאליטישע סיסטעם\רעליגיע וועלכע דו טוסט מ'כלומרשט רעספעקטירן. (ווי אזוי האט בוש געזאגט: "מיר זענען נישט אין קריג מיט איסלאם." נו וודאי. אבער איסלאם איז אין קריג מיט דיר, און נישט פון היינט.) אזוי פיל יא, דו קענסט זיי געבן אזעלכע קלעפ, אז עס זאל זיי פארגיין די אפעטיט אנצוהויבן מיט דיר. נאר וואס דען? די חברה נויטיגן זיך אין א דערמאנונג יעדע פאר יאר.

4.
קראק-פאט האט געשריבן:איז נישט דאס געשען אין 1979?

1979? א שיינע יאר געווען. וואס מיינסטו דערמיט? איראן? מה ענין שמיטה אצל?

5.
קראק-פאט האט געשריבן:ווילאנג מען צווינגט איר נישט, גייט אמעריקע קיינמאל נישט ארויס פון א לאנד. אומזיסט האט זי איבער 900 באזעס אין 130 לענדער ארום די וועלט?

דאס איז שוין א באזונדערע טעמע. און ניין, די אלע באזעס זענען נישט ווייל אמעריקע זוכט עקשאן. צו דו ווילסט יא צו נישט, אמעריקע איז א וועלטמאכט. און אויב אמעריקע גייט ארויס פון דארט, ווייסטו ווער עס וועט אריינקומען אנשטאט? רמז: מזרח אייראפע נאכ'ן קריג.
איך פארשטיי זייער גוט ראן פאול און די 'אייסאלעישאניסט' גאנג. און אויף אזוי פיל האלט איך ווי אים: דרום קארעא וויל אונז דארט האבן צו באשיצן פון דעם משוגענעם אין צפון? אייראפע וויל א מיסיל פארטיידיקונג סיסטעם צו באשיצן פון רוסלאנד?
מאני טאלקס! צאל רבי געלט.
אמעריקע איז עפעס מחויב צו באשיצן די פערסישע גאלף פון די איראנער פאר אומזיסט? ווייסט וויפיל ס'קאסט אויפצוהאלטן א פלאטע אין באכרעין? טויזענטער זעלנער אין דרום קארעא? הונדערטער באזעס איבער'ן וועלט? איך וועל דיר זאגן א סוד, קאנאדע מעג אויך צאלן. אמעריקע איז די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי קענען זיך ערלויבן אויפצוהאלטן זייער דורכגעפאלענע סאציאליסטישע העלט קעיר סיסטעם.

צאלט, אויב נאר קאסט פרייז, און אזוי קענען מיר לעזן דעם 'דעפענס בודזשעט' פראבלעם אין צוויי מינוט!

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 12:24 pm

איך זאג אז קריג מיט איראן גייט זיין א לאנגע עסק. פינטל.

ערשטנס, איראן וועט צוריק אריינפאלן צו ראדיקאלן אויב אמעריקע לאזט איר איבער. 1979 יוכיח.
צווייטנס, אמעריקע לאזט נישט איבער קיין לאנד אויב זי מוז נישט. אלע אמעריקאנע באזעס יוכיח.

פארגעס נישט, איראן איז די "מיטל" פון מיטל-מזרח, מיט גרעניצן צו איראק, אפגאניסטאן, פאקיסטאן און אריבער דעם גאלף, סאודיע אראביע, עס איז צו א פעטע ביינדל פאר אמעריקע צו איבערלאזן פאר א צווייטן.

זאגסטו אז בלייבן דארט הייסט נישט קריג. פיין, איז נישט. אבער וואטעווער איטס קאללד, מענטשען ווערן גע'הרג'ט.

שטימט אלעס?

פ.ס. 1979 איז געווען די איראנער רעוואלוציע.
פ.פ.ס. אמעריקע איז מאכט-דורשטיג פונקט ווי יעדע לאנד זייט די וועלט שטייט. עס איז נישט פלוצלינג געבוירן געווארן א נייער מין ווייסער (שווארצער?!) גוי מיט בלויז נאבעלע מאטיוון.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 12:43 pm

איך ווייס אויך וואס איז פארגעקומען 1979. איך האב דיר דאך געפרעגט צו דו מיינסט איראן. און איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואספארא שייכות דאס האט אהער.
אמעריקע איז געווען אין איראן און עס איבערגעלאזט, דערפאר איז פארגעקומען די רעוואלוציע? איך הויב שוין אן חושד צו זיין אז דו ווייסט נישט וואס איז דאן פארגעקומען.

איבערלאזן איראן? דארט בלייבן? ווער רעדט פון אריינגיין בכלל? באמבאדירן איראן 'דרעזדן סטייל' איז שוין גארנישט גוט?

אמעריקע איז מאכט דורשטיג? גערעכט טאקע. איך דערמאן זיך די נפק"מ צווישן מערב און מזרח דייטשלאנד אין די יארן נאכ'ן צווייטן קריג. נאבעלע מאטיוון? ווען אמעריקע איז מאכט דורשטיג וואלטן זיי שוין פון לאנג איינגענומען די גאנצע וועלט. זייערע פארגייער (ענגלאנד) האבן דאס דען נישט געטוהן?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 12:49 pm

איך האב נישט די מעגליכקייט אריינצוגיין אין א דיבאטע אויף די מינוט, אבער לדעתי אויב אמעריקא גייט ארויס אין קאמף קעגן איראן גייט טשיינע און רוסלאנד איינפאקן! זיי קענעס סטראשען מלחמה, זיי קענען אבער גארנישט טוהן!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 12:52 pm

שטייסטענישט :
כינע און רוסלאנד ??...... הו קערס ?? זיי עלען שעלטן און שימפן , באט נאטינג מאר דעי קען דא.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 1:02 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואספארא שייכות דאס האט אהער. אמעריקע איז געווען אין איראן און עס איבערגעלאזט, דערפאר איז פארגעקומען די רעוואלוציע?

אמעריקע האט אריינגעשטעלט דעם שאך.
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:איבערלאזן איראן? דארט בלייבן? ווער רעדט פון אריינגיין בכלל? באמבאדירן איראן 'דרעזדן סטייל' איז שוין גארנישט גוט?

וואס איז דער אויפטוה פון באמבאדירן איראן אן איר אינוואדירן? די ראדיקאלן וועלן דאך דארט בלייבן?!
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:נאבעלע מאטיוון? ווען אמעריקע איז מאכט דורשטיג וואלטן זיי שוין פון לאנג איינגענומען די גאנצע וועלט.

משא"כ 900 באזעס אין 130 לענדער הייסט וואס?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 1:12 pm

יודל, האסטו געלייענט די גאנצע דרעזען באשרייבונג?

3) Though the Russians were allies, Churchill and Roosevelt had already decided that Stalin would be a major problem after the end of the war. Therefore, as the Red Army advanced against an army that was effectively defeated, it had no idea as to what an equal and possibly superior military force could do. Therefore, Dresden was bombed to show the Russians the awesome power of the Allies and to act as a warning to them not to stray from the agreements they had made at the war conferences.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 1:15 pm

שנאפס האט געשריבן:יודל, האסטו געלייענט די גאנצע דרעזען באשרייבונג?

3) Though the Russians were allies, Churchill and Roosevelt had already decided that Stalin would be a major problem after the end of the war. Therefore, as the Red Army advanced against an army that was effectively defeated, it had no idea as to what an equal and possibly superior military force could do. Therefore, Dresden was bombed to show the Russians the awesome power of the Allies and to act as a warning to them not to stray from the agreements they had made at the war conferences.

איך האב געלייענט. נו וואס איז דיין פאונט? אז ס'האט נאך אלץ נישט געהאלפן און רוסלאנד איז געבליבן באלעבאס אויף אייראפע ביז לאנגע יארן דערויף?

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 1:17 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:באמבאדירן איראן 'דרעזדן סטייל' איז שוין גארנישט גוט?

וואס איז אזוי גוט מיט באמבאדירן א שטאט מיט הונדערטער טויזענטער ציוויליע איינוואוינער? סיידן אמעריקע האט ליב די נקמה וואס דאס ברעגט.

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 1:56 pm

קראק די אויפטוה פון באמבאדירן איראן איז פשוט זיי וועלן נישט האבן קיין אטאם באמבע ווייל די וועסט צוניש מאכן די פלענטס, אפי' איראן בלייבט ראדיקאל איז דאס נישט ערגער ווי יעצט, בכלל דאס איז א גרויסע דמיון אז מ'קען אויסרייסן ראדיקאליזם פון מוסלעמענער, ווער ס'איז ראדיקאל בלייבט אזוי קענסט עס נישט טוישן אויב עפעס ווערט עס נאר ערגער, וואס יא? קענסט צושטערן זייער פלענטס מיט עטליכע באמבעס, איי ס'וועט ברענגען מער ראדיקאלן? ראדיקאלן זענען במילא דא און טויזענט ראדיקאלן קענען פונקט אזוי נקמה נעמען ווי צוויי טויזענט ראדיקאלן, אלזא מ'האט נישט קיין סאך שאדן.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 2:07 pm

קראק-פאט האט געשריבן:אמעריקע האט אריינגעשטעלט דעם שאך.

דאס איז מיר א גרויסע נייעס. געשטיצט ווייס איך. אריינגעשטעלט? מקור ביטע.

קראק-פאט האט געשריבן:וואס איז דער אויפטוה פון באמבאדירן איראן אן איר אינוואדירן? די ראדיקאלן וועלן דאך דארט בלייבן?!

ראדיקאלן וועלן בלייבן ראדיקאלן. איראן וועט אבער אויפהערן טעראריזירן אמעריקאנע אינטערעסן און באגראבן אירע חלומות פאר נוקלאערע וואפן כאטש פאר עטליכע יאר.
קראק-פאט האט געשריבן:משא"כ 900 באזעס אין 130 לענדער הייסט וואס?

גערעכט טאקע. פונקט די זעלבע ווי איינגענומען דאס לאנד.
טוה מיר א טובה...

קראק-פאט האט געשריבן:וואס איז אזוי גוט מיט באמבאדירן א שטאט מיט הונדערטער טויזענטער ציוויליע איינוואוינער?

יעצט גייסטו מיר כאפן ביי יעדע ווארט? איך האב נישט געמיינט מ'זאל באמבאדירן טעהראן נוסח דרעזדן, נאר פארטיליגן זייערע וואפן זאפאסן איינמאל פאר אלעמאל. יא, דאס איז שוין איינמאל גוט.
ולשיטתך, דיר איז ליבערשט איראן זאל שיסן אטאמישע וואפן אויף אירע שונאים און באמבאדירן שטעט מיט "הונדערטער טויזענטער ציווילע איינוואוינער?"

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 4:19 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דאס איז מיר א גרויסע נייעס. געשטיצט ווייס איך. אריינגעשטעלט? מקור ביטע.

"די 1953 איראנע רעוואלוציע איז געווען דאס אונטערווארפן די דעמאקראטיש ערוועלטע רעגירונג פון איראנער פרעימיר מיניסטער, מוכאמעד מוסדעק. אונטערגעשטעלט דורך די געהיים אגענטן פון אמעריקע און ענגלאנד" פון וויקיפידיע

אגב, דאס איז נישט געווען די ערשטע מאל, אין 1941 ווען ענגלאנד-רוסלאנד האבן אינוואדירט איראן פאר איר אויל, האבן זיי שוין דעמאלט אריינגעשטעלט דעם שאך דארט, אבער ער איז שוין דאן נישט געווען באליבט ביים פאלק אין איז געפלויגן. זעט אויס ער איז א משלחת וחוזרת.
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:איראן וועט אבער אויפהערן טעראריזירן אמעריקאנע אינטערעסן און באגראבן אירע חלומות פאר נוקלאערע וואפן כאטש פאר עטליכע יאר.

און נאך עטליכע יאר? נאכאמאל באמבאדירן?! און דערנאך?
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:ולשיטתך, דיר איז ליבערשט איראן זאל שיסן אטאמישע וואפן אויף אירע שונאים און באמבאדירן שטעט מיט "הונדערטער טויזענטער ציווילע איינוואוינער?"

לשטתי? ליבערשט? חס ושלום. אחוץ פון וואס איך זעה נישט וואס איראן וועט האבן דערפון ווען מדינת ישראל איז באוואוינט מיט אראבער, און פאר יעדע באמבע וואס זי וועט ווארפן וועט אמעריקע און מדינת ישראל צוריק ווארפן צען.

******************
איך בין בכלל נישט זיכער אז מען קען גלייבן אלע באשולדיגונגן קעגן איראן. ווער זאגט זיי האבן נוקלעארע וואפן? די יו. ען.? זיי שרייען שוין צען יאר די זעלבע מעשיות אן קיין שום קראנטע באווייזן.

שוין געווען גענוג מאל וואס אמעריקע האט דערקלערט קריג קעגן א לאנד, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די באשולדיגונגן זענען פאלש.

צו בארעכטיגן די גאלף קריג האט מען געזאגט אז איראקע סאלדאטן דערשטיקן קואוועיטישע בעיביס אין שפיטאלן און אמעריקע מוז עפעס טוען דערצו.
צו בארעכטיגן די איראקע קריג האט מען געזאגט אז סאדאם האט מאסן-פארניכטיגונג-וואפן און אמעריקע מוז עפעס טוען דערצו.
צו בארעכטיגן די ליביע קריג האט מען געזאגט אז קאדאפי שחט אויס ליביע אויפשטענדלער און אמעריקע מוז עפעס טוען דערצו.
צו בארעכטיגן קריג מיט איראן זאגט מען יעצט אז איראן האט אונטערגעשטעלט א אגענט צו אומברענגן דעם סאודיער אמבאסאדאר און מען דארף שוין גיין אין קריג מיט זיי.

א תירוץ פארשטייט זיך דארף מען נאר ווען מען טוט פארמאל דערקלערן קריג. אבער אינמיטן די איראן-איראק קריג אין 1984, נאך וואס די רעוואלוציע האט אויסגעבראכן און מען האט פארשיקט דעם שאך, האט אמעריקע צוגעשטעלט כעמישע וואפן פאר איראק (דאן א פריינט פארשטייט זיך) צו ניצן קעגן איראן, אן קיין תירוץ. (יעצט ווייסטו שוין פון וואו בוש האט געוואוסט אז סאדאם האט מאסן-פארניכטיגונג-וואפן!)

איז דען א וואונדער זייער פיינטשאפט צו די מערב-וועלט? אינוואדירט אין 1941, אונטערגעברענגט זייער ערוועלטע רעגירונג אין 1953, אויפגעשטעלט די בריטאלע געהיים-פאליציי "סאוואק" אין 1957, צוגעשטעלט וואפן פארן שונא, פון וואס הונדערטער טויזענטער זענען געשטארבן און צענדליגער טויזענטער ליידן נאך ביז היינט, און 1984, און זיי זאלן נאך פאלגן אמעריקע ביים ערשטן באפעל? און איז דען אכמאדעניזשאד גאראנטירט אז מען וועט אים אפלאזן אויב ער גיט אויף זיינע נוקלעארע פראגראמען? קאדאפי האט אויפגעגעבן זיינע נוקלעארע פראגראמען אין 2003 און מיט דעם אלעם האט מען אים אומגעברענגט!

מיינסטו דען אז די איבעריגע מוסעלמענע לענדער האבן באקומען א בעסערע באהאנגלונג פון די מערב-וועלט? א מכה! רוב מיטל-מזרח דיקטאטורן זענען געשטיצט דורך די מערב-וועלט פינאנציעל און מיליטעריש. אנשטאט הערן און לייענען נאר ביבי'ס און וואשינגטאן'ס פראפאגאנדיסטן אין די מידיא אז אונזערע "פרידאם" באדערט זיי, קענסטו זען וואס די סי. איי. עי. און אנדערע זאגן דערויף.

די גרעסטע היפאקריטיע איז נאך אז די יו. ען. באשולדיגט איראן אונטער די ען. פי. טי. (NPT) טריעטי, ווען אויף די זעלבע טריעטי האט אויך אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך וכו' אונטערגעשריבן אז זיי וועלן ארבעטען צו עלימינירן זייערע נוקלעארע זאפאסן. עס איז שוין אריבער 17 יאר זינט מען האט דאס אונטערגעשריבן און קיינער פון די דערמאנטע לענדער האט נאכנישט אויפגעגעבן זייערע נוקלעארע וואפן. אמעריקע, די איינציגסטע לאנד וואס האט דערווייל גענוצט נוקלעארע וואפן, האט גאר פריש אנגעהויבן אירע נוקלעארע וואפן פראגראמען.

ווילסט וויסן וואס מיר איז ליבערשט? מיר איז ליבערשט אז קיין איין לאנד זאל האבן נוקלעארע וואפן. די וואפן געיעג צווישן רוסלאנד אין אמעריקע שפילט זיך יעצט איבער צווישן די אראבישע וועלט אין אמעריקע. לאמיר ענדערש צוריקגיין צו די צייטן ווען מען האט זיך געדארפט זארגן צו א לאנד גייט ווערן פארניכטעט אין די מלחמה, נישט צו די וועלט גייט פארניכטעט ווערן!
לעצט פאראכטן דורך קראק-פאט אום מיטוואך נובעמבער 23, 2011 4:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 4:28 pm

און איך שטיי/זיץ אויף דער זייט און קוועל פאר פרייד ווי יודל מענדלזאהן האט באקומען איינער וואס האט די קוראזש זיך צו טענה'ן מיט אים, און טאקע מיט הייפער-לינקס... (איך האב שוין אנגעהויבן קלערן אז קראק-פאט איז יודל מענדלזאהן מיט א צווייטע שלייער... ביז דער אשכול), האפנטליך וועט דאס ברענגן א פלייץ פון תגובות דורך ביידע פון זיי, להנאת כולנו.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 4:44 pm

קרעמער האט געשריבן:און איך שטיי/זיץ אויף דער זייט און קוועל פאר פרייד ווי יודל מענדלזאהן האט באקומען איינער וואס האט די קוראזש זיך צו טענה'ן מיט אים, און טאקע מיט הייפער-לינקס... (איך האב שוין אנגעהויבן קלערן אז קראק-פאט איז יודל מענדלזאהן מיט א צווייטע שלייער... ביז דער אשכול), האפנטליך וועט דאס ברענגן א פלייץ פון תגובות דורך ביידע פון זיי, להנאת כולנו.

העי... ראסיזם!
נישט יעדער לינקער איז הייפער...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 5:13 pm

שטארק זיך האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:און איך שטיי/זיץ אויף דער זייט און קוועל פאר פרייד ווי יודל מענדלזאהן האט באקומען איינער וואס האט די קוראזש זיך צו טענה'ן מיט אים, און טאקע מיט הייפער-לינקס... (איך האב שוין אנגעהויבן קלערן אז קראק-פאט איז יודל מענדלזאהן מיט א צווייטע שלייער... ביז דער אשכול), האפנטליך וועט דאס ברענגן א פלייץ פון תגובות דורך ביידע פון זיי, להנאת כולנו.

העי... ראסיזם!
נישט יעדער לינקער איז הייפער...

שטארק זיך האסט מיך פארשמייכעלט

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 8:14 pm

א קוויניפיעק אנקעטע יעצט ארויס , 60 פרצנט אמעאיקאנער וואוטערס זאגן אז סאנקציעס אויף איראן איז ווערטה אביסל ווייניגער ווי א רעטעך און 50 פרצנט זאגט אז מ'זאל אטאקירן איראן.

WOW

fifty percent of Republicans support the use of force in any case, with another 15 percent who support force if sanctions fail and 23 percent opposed to force no matter what;
29 percent of Democrats support force with no conditions, with 14 percent who support force if sanctions fail and 45 percent opposed to force;
31 percent of independent voters support force in any case, with 14 percent who support force if sanctions fail and 43 percent opposed to force.

נאך אסאך טערעסאנטע דיטעילס אין דעם פאול לייענט דא

http://www.quinnipiac.edu/x1295.xml?ReleaseID=1677
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 9:27 am

א באריכט ווייסט צו פארציילן אז איראן האט ארעסטירט 12 סי. איי.עי. שפיאנען אין איראן, די באריכט זאגט אויך אז אמעריקאנע קוועלער האבן באשטעטיגט פריער אין די וואך אז מ'האט געכאפט שפיאנען וואס האבן געארבייט פאר אמעריקע אין לבנון און אין איראן.

ס'איז ווארשיינליך צוויי באזונדערע פעלער, אין לבנון רעדט זיך עס פון שפיאנען וואס האבן געארבייט פאר אמעריקע, אבער אין איראן איז עס סי.איי.עי. אגענטן, וואס דאס קען מיינען אמעריקאנע בירגער.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 10:24 am

מיר איז אינטעראסאנט פארוואס מ'האט נאך ביז יעצט נישט גערעדט דערפון דא. די נייעס פון די 12 שפיאנען, אינאיינעם מיט נאך א נייעס פון א פרישע וויירוס אין די איראנע נוקלערע סיסטעם איז שוין געבראכן געווארן דינסטאג.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 10:37 am

גימעל האט געשריבן:מיר איז אינטעראסאנט פארוואס מ'האט נאך ביז יעצט נישט גערעדט דערפון דא. די נייעס פון די 12 שפיאנען, אינאיינעם מיט נאך א נייעס פון א פרישע וויירוס אין די איראנע נוקלערע סיסטעם איז שוין געבראכן געווארן דינסטאג.

ניין, דינסטיג האט מען גערעדט פין שפיאנען אין לבנון, און יעצט אין איראן

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 10:38 am

מכטי1 האט געשריבן:
גימעל האט געשריבן:מיר איז אינטעראסאנט פארוואס מ'האט נאך ביז יעצט נישט גערעדט דערפון דא. די נייעס פון די 12 שפיאנען, אינאיינעם מיט נאך א נייעס פון א פרישע וויירוס אין די איראנע נוקלערע סיסטעם איז שוין געבראכן געווארן דינסטאג.

ניין, דינסטיג האט מען גערעדט פין שפיאנען אין לבנון, און יעצט אין איראן

אויף מיין שכנ'ס סקרין האט מען גערעדט דינסטאג פון איראן. און פון לבנון.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 10:41 am

גימעל האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:
גימעל האט געשריבן:מיר איז אינטעראסאנט פארוואס מ'האט נאך ביז יעצט נישט גערעדט דערפון דא. די נייעס פון די 12 שפיאנען, אינאיינעם מיט נאך א נייעס פון א פרישע וויירוס אין די איראנע נוקלערע סיסטעם איז שוין געבראכן געווארן דינסטאג.

ניין, דינסטיג האט מען גערעדט פין שפיאנען אין לבנון, און יעצט אין איראן

אויף מיין שכנ'ס סקרין האט מען גערעדט דינסטאג פון איראן. און פון לבנון.

איים סארי.... כ'בעט איבער דיין שכנ'ס סקרין!! :wink:

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 2:57 pm

גימעל האט געשריבן:מיר איז אינטעראסאנט פארוואס מ'האט נאך ביז יעצט נישט גערעדט דערפון דא. די נייעס פון די 12 שפיאנען, אינאיינעם מיט נאך א נייעס פון א פרישע וויירוס אין די איראנע נוקלערע סיסטעם איז שוין געבראכן געווארן דינסטאג.

נאך איז אינטערעסאנטער פארוואס גימעל האט גארנישט געשריבן
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נעם אין אכט, פרנס היום, קלאצער און 36 געסט