גייט זיין א מלחמה אמעריקע מיט איראן ?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » פרייטאג פאברואר 17, 2012 12:11 pm

כ'שעם מיך האט געשריבן:דעניס ראס אין א ארטיקעל אין טיימס זאגט אז ס'איז העכסט איבערגעטריבען, איראן איז אפגעשוואכט אויף א מאקסימום און וויל פארהאנדלען.

http://www.nytimes.com/2012/02/15/opini ... hance.html


איך בין גראדע א שטארקע חסיד פון דיפלאמטיע, אבער פארט האט מיר דער הינטער קעפעל פון דעם ארטיקל, "געב דיפלאמאטיע פאר איראן א שאנס," געמאכט פאלן פון בענקל פאר געלעכטער.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

תגובהדורך dell » זונטאג פאברואר 19, 2012 12:23 pm

איראן ציט מיט די וועלט ווי די אלטע זייגערס וואס מ'האט געדארפט אנדרייען.
ער מעלדט שוין ווידער אז ער גייט אויסשפרייטן זיינע נוקלאערע געבוי און ער לאכט פון די וועלט. אזוי אויך האט ער היינט געשניטן פון שיקן אויל פאר פראנקרייך און ענגלאנד

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 3:54 am

Wife of Assassinated Scientist: Annihilation of Israel "Mostafa's Ultimate Goal"

TEHRAN (FNA)- The wife of Martyr Mostafa Ahmadi Roshan Behdast, who was assassinated by Mossad agents in Tehran in January, reiterated on Tuesday that her husband sought the annihilation of the Zionist regime wholeheartedly.




"Mostafa's ultimate goal was the annihilation of Israel," Fatemeh Bolouri Kashani told FNA on Tuesday.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 12:28 pm

א לעצטיגע אנקעטע באריכטעט אז 58 פראצענט אמעריקאנער זאגן אז עס איז וויכטיג צו פארמיידן איראן פון אנטוויקלען נוקלעארע וואפן, אפילו אויב עס פאדערט זיך מיליטערישע שריט.
בלויז דרייסיג פראצענט זאגן אז צו פארמיידן א מילטערישן קאנפליקט מיט איראן איז וויכטיגער.

דאס איז א שטארקע העכערונג פון עטליכע וואכן צוריק.
און פארשטייט זיך אז פון די 58 זענען רוב רעפאבליקאנער, און ס'איז איבריג צו זאגן אז די דרייסיג פראצענט זענען הייסע ליבעראלן.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 12:54 pm

אלטע אידן געדענקן נאך, אז ווען די מצב אין איראק איז געווען אנגעצויגן זענען די פראצענטן אין שטיצע פון פארמיידן איראק פון אנטוויקלען נוקלעארע וואפן אפילו אויב עס פאדערט זיך מיליטערישע שריט געווען אסאאאך העכער, און יא נישט נאר ביי די ריפאבליקאנער נאר אויך ביי די דעמאקראטן און....

דאס איבריגע איז היסטאריע.

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מאנטאג פאברואר 27, 2012 3:13 pm

א געוויסע אנטי-קריג גרופע, קעגן קריג מיט איראן, האבן גאטס! זיי האבן ארויסגעלייגט דעם בילבאורד אין יוטא.

bomb-iran.jpg
bomb-iran.jpg (29.78 KiB) געזעהן 1900 מאל

זייער סייט.

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » דינסטאג פאברואר 28, 2012 9:58 am

מדינת ישראל פלאנט נישט איינצומעלדן אמעריקע, אויב זיי באשליסן צו אטאקירן איראן, באריכט פאקס.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג פאברואר 28, 2012 4:14 pm

קראק-פאט האט געשריבן:מדינת ישראל פלאנט נישט איינצומעלדן אמעריקע, אויב זיי באשליסן צו אטאקירן איראן, באריכט פאקס.

דאס קען זיין גלאט א ספין, אז זי זאל קענען זאגן אז זי האט נישט געוויסט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » דינסטאג פאברואר 28, 2012 4:18 pm

נעוואדען?! איראן האט דאך געזאגט אז אן אטאקע דורך א"י, וועט ביי איר פאררעכנט ווערן ווי אן אטאקע דורך אמעריקע.

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

איראן באזארגט US טוט מעגליך בויען 8,500'סטע נוקלעארע וואפן!

תגובהדורך קראק-פאט » דינסטאג פאברואר 28, 2012 4:22 pm

טעהראן - קומענדיג אונטער אנהויפענדע פאליטישע דרוק, האבן איראנע באאמטע געזאגט מיטוואך, אז זיי ווערן מער און מער באזארגט איבער די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע'ס אוראניום בארייכערונג פראגראם, ציטערענדיג אז די מערב-וועלט לאנד וועט אין נאנטן צוקונפט האבן די מעגליכקייט צו פראדוצירן איר 8,500'סטע נוקלעארע וואפן.

"אונזער שפיאנאזש אגענטורן שאצן אז, אויב זיי זענען ערלויבט אנצוגיין מיט זייער אגרעסיווע נוקלעארע פראגראם, וועט די פאראייניגטע שטאטן גאר בקרוב מעגליך באזיצן איר 8,500'סטע אטאמישע וואפן מיט די מעגליכקייט צו גרייכן איראן", האט געזאגט איראנער אויסערן מיניסטאר אלי אקבאר סאלעהי, צולייגענדיג אז אמעריקע האט די גאזאלין, די פאבריקן, און "אלעס וואס זיי דארפן" צו בויען נאך מער וואפן באנוצטע פיסייל מאטעריאל.

"ווי פארשטענדליך, די געדאנק אז דאס זאל געשען איז גאר באדויערנד פאר איראן און אלע לענדער אזוי ווי איראן. נאך אלעם, די פאראייניגטע שטאטן איז א ווילדע לאנד וואס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אז זיי דארפן ווינציג פראוואקאציעס צו אטאקירן וועמען עס לאזט זיך וואו אימער אין די וועלט וואס זיי האלטן אלס א ריזיקע". איראנע שפיאנאזש עקספערטן האבן אויך געווארנט אויף די גאר מעגליכע, און גאר שרעקעדיגע, מעגליכקייט פון די US צוצושטעלן וואפן און רעסורסעס צו אן אומסטאבילע דריט-פארטיי לאנד, ווי איזראעל.

א פרייליכן אדר

אוועטאר
בדיל ויעבור
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 3:39 pm
לאקאציע: במקום הנ"ל
פארבינד זיך:

תגובהדורך בדיל ויעבור » דינסטאג פאברואר 28, 2012 4:27 pm

:lol: :lol: :lol:
דאס קומט ווארשיינליך אין דעם אדר וויצן אשכול
הק' בדיל ויעבור

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג פאברואר 28, 2012 4:28 pm

קראק-פאט האט געשריבן:א פרייליכן אדר

זיי זענען פיינע נייעס, (pun intended) די פראבלעם איז נאר, אז זיי שרייבן מיט אזא מין ערענסטקייט, אז אימיטן אן ארטיקעל קען זיך דאכטען אז מען איז אויף א געהריגע סייט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » מיטוואך פאברואר 29, 2012 1:23 am

דאס איז שוין גארנישט אזוי לאכעדיג. סיז איטערעסאנטע אינפא און אביסעל שרעקעדיג.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » מיטוואך פאברואר 29, 2012 11:59 am

בדיל ויעבור האט געשריבן::lol: :lol: :lol:
דאס קומט ווארשיינליך אין דעם אדר וויצן אשכול

טעות. עס באלאנגט דא....
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך פאברואר 29, 2012 2:46 pm

היינט איז ארויסגעקומען דורך וויקיליקס, אז עס איז געווען א אפמאך צווישען רוסלאנד און איזריעל, אז איזריעל גייט איבער געבן אינפא פאר רוסלאנד איבער דראונס, וואס זי האט פארקויפט פאר זדשרשזיע, און רוסלאנד וועט איבערגעבן סורות איבער איראן, די מיסל דיפענסעס וואס איראן האט געקויפט פון סיריע!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך פאברואר 29, 2012 5:16 pm

א פאול אין איזריעל, זאגט אז נאר 19 פערצענט שטיצען א מלחמה מיט איראן, אויב אמעריקע קומט מיט, שטיצען עס 42 פערצענט, און 32 זענען דערקעגען בכל אופן.
קוקט די לינק פאר מער פרטים פונעם פאול.

http://dyn.politico.com/printstory.cfm? ... 95F3CEF489
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מיטוואך פאברואר 29, 2012 10:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מיטוואך פאברואר 29, 2012 9:42 pm

א לענגערע אפהאנדלונג איבער די נושא פונעם באגאבטער אנאלעזירער ר' יצחק קלאר איז נארוואס ארויף געלייגט געווארן אויף קול מבשר, עס געפונט זיך אויף 3-8-65# פון די מעין מעניו.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 01, 2012 3:17 pm

דעפקע (בגימט' "טעיק וויט א ביג גרעין אוו סאלט") מעלדט אז אמעריקע איז שוין גרייט צו העלפען איזריעל מיט די מלחמה, בעיקר אויף צו אנפילען צוריק די באמבאדיר עראפלאנען אינמיטן וועג אין די לופט, וואס דאס איז איזריעל'ס גרעסטע "אבסטיקעל", אויף צו גיין אין קריג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש מארטש 03, 2012 10:29 pm

אין א נייע פאול, האט געללאפ געטראפען, אז שטיצע פאר איזריעל ביי אמעריקאנער איז ביי 71%, דאס איז אייניג מיט די העכסטע פראצענט שטיצע וואס זי האט נאר אמאל געהאט.

http://www.gallup.com/poll/153092/Ameri ... srael.aspx
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מאנטאג מארטש 05, 2012 1:15 pm

איזראעלי באאמטע: הונגערטס אויס די איראנער, אפצושטעלן די נוקלעארע פראגראמען
די מערב וועלט זאל נאכמאכן די נארט קארעא מאדעל לגבי טעהראן, הונגער אין איראן קען איבערצייגן די רעזשים 'איבערצוטראכטן אויב די נוקלעארע אוואנטערעס זענען ווערט', זאגן ירושלים'ער באאמטע.
מער דא
-----
אמ"ג (אוי מיי גאש) וואט ען איידיע!!! הרג'עטס אויס נאך אפאר הונדערט טויזענט מוסעלמענער. טעראריזם וועט גלייך פאלן צו א ביג פעט זיראו!

פאר ווער ס'איז נישט אזוי באקאנט מיט מיטל-מזרח היסטאריע. די איראקע סאנקציעס זענען שולדיג אינעם טויט פון איבער א האלב מיליאן קינדער אין איראק. (אויף וואס די מכשפה אלברייט האט געזאגט: עס איז ווערט געווען!) דאס איז געווען איינע פון די סיבות וואס בין-לאדען האט אנגעגעבן אויף זיין קריג קעגן אמעריקע.

אבער ווער בין איך צו רעדן?! נאך אלעם, ס'האט דאך געארבעט אין נארט קארעא.

נאך זעכציג יאר.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 05, 2012 7:09 pm

מער ווייניגער שרייבט מען, אז עס איז געקומען צו א מחלוקה צווישען אבאמא און ביבי אזוי, ביידע זענען מסכים אז איראן טאר נישט האבן די באמבע, און ביידע האלטען אז מען דארף ניצען אלע מיטלען, ובתוכם מיליטערישע, דאס צו פארמיידען, די חילוק איז נאר אז ביב האלט, אז איראן, טאר ניטאמאל האבן קיין נוקלערע מעגליכקייט, אפי' אויף פריעדליכע צוועקען, כדי מען זאל נישט אנקומען צו א באמבע, בבחינת לך לך אמרין נזירא, סחור סחור לכרמא לא תקרב, און אבאמא האלט, אז מען דארף נאך נישט ניצען קיין מיליטערישע שריט, נאר אז איראן מאכט פאקטיש א באמבע, און דערווייל זאל מען נאר מאכן סאנקציעס, דרוק וכדו'.

ראמני האט געמאכט א ווילדע סטעיטמענט אביסל, אז אויב מען ריעלעקט אבאמא, וועט איראן האבן א נוקלערע וואפן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » מאנטאג מארטש 05, 2012 7:49 pm

Channel 2 in Israel, sourcing a “senior American official”, says that the decision has already been made by the Israeli government to attack Iran’s nuclear facilities.

“All U.S. intelligence officials are confident the Israeli leadership has already decided to attack Iran, unless a significant change happens in the coming weeks or months with the Iranian nuclear program,” Channel 2 reports.

The report comes just hours ahead of Israeli Prime Minister Benjamin Netanyahu’s speech to AIPAC in Washington.

“A senior official stressed in a conversation with News 2 there is a dispute between Israel and the United States on the question of ‘day after’, which means the price of attacking Iranian nuclear facilities,” Channel 2′s report says.

American officials have warned their Israeli counterparts about a regional war in the region following an attack on Iran, along with the collapse of Israel’s stock market and an arms race in the Middle East, according to the report.

In response to the American official’s statement to Channel 2, “sources close to Netanyahu” said the U.S. is doing what it can to “handcuff” the Israelis and to “frighten the Israeli public”.

(Source: Algemeiner)
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 06, 2012 12:13 pm

היפש א קלארע אפשאצונג דורך אמבוסאדאר דזשאן באלטאן אויף 'פאקס' נאך די געמיינזאמע אסיפה צווישן פרעזידענט אבאמא און פריעמיער מיניסטער נתניהו.
http://video.foxnews.com/v/149013167300 ... t_id=86857
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 06, 2012 3:44 pm

ס'האט אויסגעבראכען א מלחמה צווישען די אלגעמיינער, און ynet!!

אלגעמיינער:
U.S. Officials Believe Netanyahu Has Already Decided to Strike Iran
http://www.algemeiner.com/2012/03/05/is ... ike-iran/#

ynet:
US officials: It appears Israel yet to decide on Iran attack
http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 25,00.html

גיי ווייס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דינסטאג מארטש 06, 2012 4:41 pm

לפי דעתי, וועלן זיי רעדן דערפון אזוי לאנג, ביז איראן וועט ווערן גענוג אנגערייצט, און טון עפעס וואס זאל זיי געבן דעם תירוץ אז איראן האט אנגעהויבן, און זיי האבן זיך בלויז באשיצט.

ווייל זיי דארפן דעקונג אויף דאס וואס זיי פראפאגאנדירן אז איראן איז אויסן להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 29 געסט