גייט זיין א מלחמה אמעריקע מיט איראן ?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג דעצמבער 02, 2012 8:43 am

די נוקלעארע רעאקטאר אין בושהור אירן וואס טוהט פראדאצירען לעקטער איז אפגעשטעלט געווארען פון איר אקטיוויטעט, נאך וואס מען האט געפונען אינעם רעאקטאר ארום לויפן לויזע שטיקלעך פון אייזען,
אז מען שטעלט דאס ווען נישט אפ וואלט דאס געקענט ברענעגען א גרויסע קאטאסטראפע אינעם לאנד.

היצטער טוהט רוסלאנד וואס זיי האבן געבויעט די רעאקטאר פארשען די גרונט פון די פעלער וואס האט פאראורזאכט די לויזע שטיקער פון אייזען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג דעצמבער 02, 2012 12:27 pm

טייבעלע האט געשריבן:די נוקלעארע רעאקטאר אין בושהור אירן וואס טוהט פראדאצירען לעקטער איז אפגעשטעלט געווארען פון איר אקטיוויטעט, נאך וואס מען האט געפונען אינעם רעאקטאר ארום לויפן לויזע שטיקלעך פון אייזען,
אז מען שטעלט דאס ווען נישט אפ וואלט דאס געקענט ברענעגען א גרויסע קאטאסטראפע אינעם לאנד.

היצטער טוהט רוסלאנד וואס זיי האבן געבויעט די רעאקטאר פארשען די גרונט פון די פעלער וואס האט פאראורזאכט די לויזע שטיקער פון אייזען.

און ווען עס רייסט ווען אויף, וואלט עס געווען די שולד פון ..... מדינת ישראל!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג דעצמבער 02, 2012 12:46 pm

און דאס אז (עס האט נישט אויפגעריסען) מען האט געטראפען די לויזע שטיקלעך איז דאך אויך זייער שילד, וואס עס גייט קאפויער אין אירן איז דאך זייער שילד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג דעצמבער 02, 2012 1:53 pm

מען רעדט אז עס איז געווען סאבאדז?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 4:38 am

אזא נוקלעארע דורכפאל איז א שרעק....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג דעצמבער 04, 2012 9:20 am

דער קאמאנדער פונעם אינער ים פלאטע טוהט איבער געבען: אז אן איינהייט פון די ים פלאטע האט אראפגעברענגט אן אמעריקאנער פילאט לאזער פליגער פון די מאדעל Scan Eagle,
עס איז א קליינער פליגער, אמעריקא גיט איבער אז זיי ווייסען נישט פון אזא פאסירונג.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 9:50 pm

צייטליך האט געשריבן:די רעגירונג אין איראן האט די וואך אנדעקט א פרישע סייבער אטאקע אין זייער קאמפיוטער סיסטעם און אין נאך מיטל מזרח שטאטן. די פאוערפולע "פלעים" איז לויט עקספערטן זייער א ענליכער וויירוס צו די "סטוקסנעט" וועלעכע איז געפינען געווארן אין די איראן'ער קאמפיוטער סיסטעם'ס פריער אין יאר ווי איראן האט דאן באשולדיגט די פאראייניגטע שטאטן און מדינת ישראל אין דאס אונטערשטעלן.

א נייע וויירוס איז אנדעקט געווארן אין די איראנישע קומפיוטערס, דעס מאל א וויירוס וואס מעקט אויס גאנצעטע פיילס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 9:58 pm

זיי האבן נאך קאמפיוטערס אדער נאר וויירוס האלטערס?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 10:20 pm

געלעגער האט געשריבן:זיי האבן נאך קאמפיוטערס אדער נאר וויירוס האלטערס?

די וועלט פארציילט א ווערטל אזוי.

געווען א איד וואס איז זיך געקומען מזכיר זיין ביים רבי'ן אז זיינע הינדלעך פייגערן אויס און ער איז אין א סכנה פון פארלירן זיין פרנסה. האט אים די רבי געגעבן א סגולה מיש צוזאם מעל מיט זאמד, גיס אריין האניג, קאך עס אויף לייג עס אויף די זין, שמיר עס אן אויף ווייץ, צימאל די וויץ, אא"וו און גיב עס פאר די טשיקען'ס. נא אומר ושותה, דער איד פאלגט ערליך, און ....... די הינדלעך פייגערען ווייטער!

לויפט ער צום רבין, און שרייט געוואלד! זאגט אים די רבי, אוי ס'איז א שווערע מגיפה מען דארף א שטערקערע סגולה, נעם טרויבען מיט מילך, גיס אריין צימערינג, לייג עס אויף די זין טריקענען פאר 6 שעה , גיס עס אויף די קעפ פון די באליבטע הינדעלעך. און די היינדלעך ....... פייגערען ווייטער!

לויפט ער נאכאמאל צום רבין, און ער געט איך נאך א סגולה, און ס'העלפט א הויקער, ער לויפט נאכאמאל, ווידער א סגולה, און דאס מאל העלפט עס שוין א קדחת!

אזוי נאך א שיינע פאר מאל לויפן צום רבי'ן, און די פיינע סגולות, פרעגט אים דע רבי "זאגט ר' איד, איר האט נאך הינדלעך? ווייל סגולות האבעך נאך איבער גענוג"!!

(אריין אין בדיחותא)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג דעצמבער 18, 2012 9:53 am

אבי מ'קען שוין שמייכלען אין דעם אנגעצויגענעם מלחמה אשכול.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:00 pm

אירן האט היינט באריכטעט אז זיי האבן אפגעשלאגען נאך א סייבער אטאקע פון סטאקסנעט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג ינואר 01, 2013 7:01 pm

אירן האלט שוין אהן די פינעפטע טאג מיליטערישע איבונגען, אריין גרעכענט נייע גווער און ראקעטען,
דער הויפטגעוויכט לייגן זיי אויף די ים קרעפטען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך ינואר 02, 2013 4:07 am

דער אמעריקאנער אמבאסאדאר האט בארעדט אייראפא פאר נישט אריינלייגען אזוי די מיהע אויף דעפענס
אזוי ווי אמעריקא
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש ינואר 26, 2013 10:13 pm

א באריכט נאכנישט קלאבאראטירט פון קיינע פון די מערב לענדער, ווייסט צו פארציילן אז אן אויפרייס איז געשען אין איראנ'ס צווייט גרעסטער נוקליערער אנשטאלט, גערופן "פארדא". די אויפרייס האט פאסירט מאנטאג נאכט.

די אנשטאלט איז די צווייט גרעסטע נוקליערע אנשטאלט מיט 2,700 סענטערפיוזשעס, די גרעסטע אנשטאלט איז די נאזאנז מיט אזויפיל ווי 10,000 סענטערפיוזשעס. אבער די "פארדא"אנשטאלט האט געזאלט זיין די מערסט פארזיכערטע אנשטאלט, געפינענדיג זיך 300 פוס טיף אריינגעבויט אין א בארג. די אנשטאלט איז געווען פארוואס די מדינת ישראל מיליטער האט געוואלט קויפן פון די פאראייניגטע שטאטען די אזוי גערופענע "בונקער באסטערס" באמבעס, און אפי' אזוי איז געווען א ספק צו מען וועט קענען סוקסעספול באמבאדירן די שטארק באהאלטענער אנשטאלט.

די באריכט ווייס אנצוגעבען אז אזויפיל ווי 240 זענען געשטראנדעד טיף אינעם אנשטאלט. אלץ רעזאלטאט פון די אויפרייס, איז 15 מייל ארום די אנשטאלט איינגעשטעלט א שטרענגע "נישט אריינקומען" געזעץ. און אזוי ווייט ווי דריי מייל אוועק איז געשפירט געווארן די אויפרייס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש ינואר 26, 2013 11:27 pm

דאס שטימט מיט א צווייטע באריכט אז א"י לייגט אויף יעצט אוועק די פלענער פון אטאקירן איראן. איי געס מישיען אקאמפלישד

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מוצ"ש ינואר 26, 2013 11:32 pm

דעס ווערט נישט באריכטעט דארך קיין איין גרויסע נייעס אגענטור.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » מוצ"ש ינואר 26, 2013 11:34 pm

ס'ווערט באריכטעט אז איזרעאל האט אפגעלייגט פלענס פון אטאקירן איראן, ווייל דער פענטעגאן האט שוין אייגענע פלענער, אזוי זאגט פארטיידיגונגס מיניסטער ברק. און א פענטעגען אפישעל האט עס באשטעטיגט

http://www.nytimes.com/2013/01/27/world ... ml?hp&_r=0
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג ינואר 27, 2013 12:50 pm

מיר מענטשעלעך וועלן עניוועי נישט וויסן קיינמאל די פונקטליכע אמת וואס דארט איז פארגעקומען

עניוועי, איך מיין מען קען טוישן די קעפל פונעם אשכול "מלחמה: אמעריקא-מדינת ישראל מיט איראן"
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11385
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 27, 2013 12:58 pm

אן אינטערסאנטע אוהחה"ק די וואך, אנהייב פ' יתרו, ער זאגט אז יתרו וואס איז געווען א כהן מדין האט געהאט אינסייד אינפארמאציע איבער די נסים פון יציאת מצרים וקריעת ים סוף, ווייל די הויכע שושקעס האבן מער צוטריט צו אמת'ע אינפארמאציע ווי די פשוט'ע המון עם איז ערלויבט צו וויסן.

זיין לשון איז אינטערסאנט: עוד טעם אומרו 'כהן מדין', לומר באמצעות כן השיג לדעת כל אשר עשה ה'. כי לאנשים הגדולים יתגלה ויודע הכל בצדק בלא תוספת וגרעון, משא"כ לשאינם רשות [-מענטשן וואס זענען נישט אין די רעגירונג] הגם שיודע להם החדשות [-זיי ווערן טאקע געוואויר די נייעס] לא ידעו כל הדברים הנעשים [-זיי באקומען אבער נישט פונקטליך אלע איינצלהייטן דערוועגן].
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג ינואר 27, 2013 4:23 pm

איראן לייקנט,(אפשר איז עס טאקע אמת...)
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג ינואר 28, 2013 5:58 pm

דער וועלט זאגט אז אין פאליטיק איז גארנישט אמת חוץ אויב מען לייקענט עס. בעסער זאל איראן בלייבען ביים לייקענען און ממילא נישט נעמען נקמה. זאל דער באשעפער האלטען זיין רעכטע האנט.

די אל-קיידא האט דורך געפירט עטליכע טעראריסטישע אטאקעס אנטקעגען אמעריקע איידער אמעריקע איז ארויס געקומען אפיציעל אז עס עקזיסטירט בכלל אזא ארגאניזאציע. דער לאגיק איז געווען אז בעסער זיך מאכען נישט זעהנדיג ווי איידער צו דארפען פירען מיט זיי א אפענע מלחמה.

אזוי אויך איז געווען אין סיריע ווען מדינת ישראל האט אפגעווישט זייערע נוקליארע אינסטאלאציעס. סיריע האט זיך געשעמט צו מעלדען, איז האט זי גארנישט געטוהן דערוועגען (אפילו נישט א כלומפרישטער שריט). בעסער אזוי. זאלען זיי בלייבען ביים לייקענען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג ינואר 28, 2013 11:46 pm

היינט באקומען א מעסעדזש אז די ווייט האוז און איראן, ביידע לייקענען אז עס האט בכלל פאסירט א אויפרייס

די קאשע איז, וואסערע אינטערעסן זאל די ווייט האוז האבן צו לייקענען? און פון ווי ווייסן זיי אויב עס האט יא/נישט פאסירט?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג ינואר 29, 2013 10:15 am

דער לאנדאנער טיימס האט באריכטעט, אז הויך ראנגיגע אפיצירען אין מד"י האבן געזאגט אז זיי טוהען שטודירען וואס איז דארט פונקטלעך געשעהן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג ינואר 29, 2013 1:48 pm

שנאפס האט געשריבן:היינט באקומען א מעסעדזש אז די ווייט האוז און איראן, ביידע לייקענען אז עס האט בכלל פאסירט א אויפרייס


מילא די ווייסע הויז, אבער איראן שיקט אייך מעסעדזשעס?

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » דינסטאג ינואר 29, 2013 1:55 pm

פארדעם איז ער דאך אין די נטורי קרתא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yid101, אהבת השם, איצל פיצל, והוא פלאי, חד יומא, קנעטענע קיגעל און 59 געסט