דורך סאכדעס » דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:04 pm
כ'זע עס זענען דא מערערים אויף דעם אמת פונ'ם ענין, דהיינו אולי דארף מען דאס טאקע יא בעסער אויספארשן, העלעך זאגן מיין דעה אויף דעם ענין אויף דעם פאל.
דאס טיפשות פון אזא סברה, - אפילו לאמיר זאגן אז מיר ווייסן נישט, און מיר קענען נישט וויסן דעם פאקט אויף 100 פראצענט, ווייל אלעס 'קען זיין' און די היסטאריע האט שוין איבערצייגט אז עס מאכט זיך פעלער וואס אומגלויבליך איז פארט עפעס פארגעגאנגען. - אידאך עד אין להפליא, לאמיר צונעמען די זאך אין קליין געלט.
די אלע פארעטטער פון כלל ישראל, די אלע וואס זיי שרייען און פראטעסטירן, די אלע וואס וויינען אז נעעעעבעך מ'האט זיי אביוזד.... איך און דו ווייסן אז פאר זיי באדערט נישט קיין אביוזערס, און זיי באדערט נישט קיין אביוזטערס. זיי האבן ליידער נישט קיין שום פראבלעם מיט די איסור פון די תורה וואס 'מיר' זאגן דריי מאל א טאג ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. זיי וועלן פאר יעדן פרייז און אין יעדן פאל ערפילן זייערע תאוות אויפ'ן ערגסטן אדער בעסטן פארנעם וואס איז נאר שייך. איז צו וואס שרייען זיי, און צו וואס וויינען זיי? דאס איז דאך דאס וואס דו ביסט איצט מקיים נאכ'ן מקיים זיין דעם עבר ושנה, איז וואס ביסטו פונקטליך בייז דא?
מ'דארף נישט זיין צו קלוג צו זען און צו פארשטיין אז זיי באדערט צוויי זאכן, איינס איז זיך צו ריינוואשן כלומר'שט, כאילו ווען נישט .... וואלטן זיי געזעסן אין כולל, אדער געהאלפן דעם מאן צו זיצן אין כולל. און דאס צווייטע וואס באדערט זיי נאכמער איז, אז עס איז דא א כוח - יא א היימישע כוח - וואס לאזט נישט צו אז זיי מיט זייערע נבלות, זאלן פארשמוצן אונזערע גאסן, און אפילו ווען די רעדע איז אויף זאכן וואס דער גוי לאזט יא, קומט דער כוח און זאגט למלאך משחית הרף ידיך, ביי אונז אין די היימישע געגנטער, וועלן ענק זיך נישט ארומדרייען פראנק און פריי מיט קיין אויסגעלאסענקייט, מיר וועלן נישט לאזן אז ענק זאלן פארדארבן אונזער יוגנט וואס מיר פרובירן צו ערציען מיט לייב און לעבן אויף אן ערליכע שטייגער. און מיר וועלן טון כל מה שביכולתינו אז עס זאל נישט פאסירן. צי איז דאס מיט אוועקגעבן שעות טעג, וואכן חדשים און צומאל יארן מיט די אלע חולי נפש אז זיי זאלן זיך האלטן אין די ראמען, צי איז דאס מיט נוצן אלע געזעצליכע טאקטיקן אז זר לא יתערב בתוכינו און הרג'נען אונזער יוגענט.
אט דעם כוח ווילן זיי מיט אלע זייערע כוחות אין דער ערד לייגן, און דאס גרינגסטע און שנעלסטע איז צו עפענען די מויל צו די מידיא, די וואס גלייכן צו רעדן שמוץ בהיתר (ווען מ'באשמוצט יענעם, בפרט א איד) און פון דארט און ווייטער דארפן מיר פלוצים אויפווייזן אז שקר ענו בפיהם, און אז דער און יענער איז יא שולדיג צי נישט שולדיג.
ניין, ניין און נאכאמאל ניין, מיר דארפן נישט קיינעם ענפערן, און כדי זיך ריינצואוואשן באשולדיגן זיי דעם אדער יענעם מיט בלבולים שונים ומשונים. און אויב ווילן זיי אונז איינרעדן אז עס קומט ווייל מ'האט זיי אביוזד; דער אדער יענער מלמד אדער משגיח, העט מען זיי ווארפן ערד אין זייער מויל און זיי זאגן צא טמא, דיך באדערט נישט אז יענער איד האט געזינדיגט, ווייל דו האסט זייער ליב -ליידער- צו זינדיגן. פארקויף נישט קיין מעשיות, אפילו לשיטתך האט דער אביוזער נישט אומזיסט 'דיך' אביוזד, און רעד אונז נישט איין קיין שטותים, מיר ווייסן גאנץ גוט אז ווען מ'אביוזד איינעם ווערט דער אביוזטער נישט אזוי אביוזד.
מיר דארפן פארשטיין איין זאך, דאס גאנצע טערמין פון אביוזער און אביוזטער איז געקומען צו פארן פון די גוים אין אונזער מחנה אריין, און די פראבלעם דערמיט איז, אז די אלע עפעקטס וואס די גוים האבן באשאפן אז דאס פאסירט מיט אן אביוזטער איז געבוירן געווארן אלעס און אלסדינג צו קענען סוען און מאכן געלט פונ'ם סיסטעם. ביודעי ומכירי קאמינא, פון עטליכע יאר האנדלן מיט בחורים פון די סארט קעיסעס, לא דובים ולא יער. די אלע אביוזטע קענען גאנץ גוט גיין טרינקען קאפי און עסן פיינע פרישטאגס, זיי זענען זייער גוטמוטיג, און פארקערט ליידער, זיי ענדזשויען א טאג, און האקן א לעבן. (על כל פנים ביז די רשעים מלאים חרטות געפיל ערוועקט זיך) זיי האבן נישט קיין פראבלעמען -צוליב די מעשה- נישט צו שלאפן ביינאכט אין בעט, זיי האבן נישט קיין נייטמעערס, און די אלע לאקשן קען מען פארקויפן פאר די וואס קענען נישט די חברה.
נארוואס דען, עס איז דא תורה'דיגע צוגאנג צו אזא פראבלעם. און פארשטייט זיך אז מחללי שבתות און אוכלי נו"ט - אן קיין שום אביוזעישן דערפון - זענען נישט רעלאווענט צו קומען עדות זאגן, און ווער רעדט נאך ווען די שטות שווימט ארויף נאכ'ן דערלייגן אין א סכסוך אז דאס איז אנגעגאנען דריי יאר אין א צי..... און די עפעקט איז ארויסגעקומען אזוי פיל שפעטער... משוגע דארף מען זיין אפילו נאר צו קלערן אז יש דברים בגו.
צו די אלע וואס האבן א טענה אז די קינדער רעדן דערפון, שווער צו זאגן אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, אבער א ריכטיג מחונך'דיג קינד, דארף נישט צו ווערן אפעקטירט פון אזא סארט אקציע, און די אלע וועלן נישט רעדן דערפון. און די נישט מחונך'דיגע קינדער, וועלן אנקומען דערצו אויף א צווייטע וועג אויך, און העכסענס וועלן זיי פון די אקציע ארויסנעמען און זען וויאזוי דער עולם איז שארף און ווילד דערקעגן.
עוד אחת אדבר, עמיציר האט גוט מעיר געווען, מיר האבן אין די נישט לאנגע תקופה אויף צוריק מיטגעהאלטן אן אנדער פרשה, וואס דארט האט מען נישט געמאכט קיין הצילו אקציעס, והסיבות ידועים, על כן יסכר פי דוברי שקר, אז מיר באהאלטן אונזער שמוץ, ווען סיז ליידער דא, באהאלט מען זיך אליינס, און נישט די שמוץ. אבער ווען ס'יז נישט דא, וועלן מיר קעמפן מיט די ציין און די נעגל אז דער אמת זאל ארויפשווימען, און די רשעים זאלן אויפגעקלערט ווערן ביז זייער רשעות וועט האבן א מפלה בביאת משיח צדקינו.