ותקרא לשבויים דרור: ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן ני"ו

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג ינואר 28, 2013 10:29 am

ווי האלט די אפיעל? שוין אריינגעגעבן?

בעל רגש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

תגובהדורך בעל רגש » מאנטאג ינואר 28, 2013 12:57 pm

וואו קען מען איבערהערן די זאב בראנער שאו מיט הורביץ?

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מאנטאג ינואר 28, 2013 1:41 pm

איך מיין אז דאס איז עס:
http://www.survivorsforjustice.org/inde ... &Itemid=57
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

בעל רגש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

תגובהדורך בעל רגש » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:30 pm

איך האב איין קושיא וואס איך וויל פרעגן:

אז איר וועט ליינען מיינע פריעדיגע תגובות, וועט איר זען אז איך בין איבערצייגט אז נחמיה איז ריין, די פסק איז נובע פון שנאת ישראל, די דזשורי איז געווען באאיינדרוקט פון די צייטונגען, און דער משפט איז געפירט געווארן מער קעגן סאטמאר ווי קעגן נחמיה וובערמאן.

איך האב איין קושיא, וואס איך בעט אז מען זאל דאס מיר פארענטפערן:
וואס איז פשט פון די איבערגעטריבענע לאנגע סעסיעס פון פיר שעה? - וועלכע נארמאלע טעראפיסט רעדט אזוי לאנג מיט מיידלעך? - בפרט א חסידי'שע איד? - בפרט עטליכע מאל א וואך?

וואס איז פשט דערפון?

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:33 pm

פארן אריינגיין צו דא איז טאקע געווען אזוי (דאס קומט פון איר)

איר האט א אנונג וואס דאס מיינט א פראבלעמאטיש קינד אז דו פרעגסט וואס איז יא נארמאל און וואס נישט?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

בעל רגש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

תגובהדורך בעל רגש » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:36 pm

סא, דו זאגסט אז אלע טעראפיסטן טוען אזוי?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:36 pm

בעל רגש האט געשריבן:איך האב איין קושיא וואס איך וויל פרעגן:

אז איר וועט ליינען מיינע פריעדיגע תגובות, וועט איר זען אז איך בין איבערצייגט אז נחמיה איז ריין, די פסק איז נובע פון שנאת ישראל, די דזשורי איז געווען באאיינדרוקט פון די צייטונגען, און דער משפט איז געפירט געווארן מער קעגן סאטמאר ווי קעגן נחמיה וובערמאן.

איך האב איין קושיא, וואס איך בעט אז מען זאל דאס מיר פארענטפערן:
וואס איז פשט פון די איבערגעטריבענע לאנגע סעסיעס פון פיר שעה? - וועלכע נארמאלע טעראפיסט רעדט אזוי לאנג מיט מיידלעך? - בפרט א חסידי'שע איד? - בפרט עטליכע מאל א וואך?

וואס איז פשט דערפון?

מיט א טיענ-עידזשער איז מען מצליח מיט לענגערע סעסיעס באופן כללי; אן ערוואקסענער איז געווענליך דא זיך צו העלפן משא״כ א צענערלינג וויל זיך בעיקר שפירן פארשטאנען, און דאס נעמט שעות.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:43 pm

בעל רגש האט געשריבן:סא, דו זאגסט אז אלע טעראפיסטן טוען אזוי?

איך זאג אז קודם וויפיל איך האב געהערט איבער דעם קעיס איז נאר געווען געוויסע מאל די צייט אפשניט, און זעכער נישט פיר שעה אפאר מאל א וואך.
צווייטענס יא, ווי שטארק זיך זאגט.
אגב ווייניג האבן געהאט אזעלכע שווערע פאציענטן ווי אים, רוב טעראפיסטן געבן אויף ווען זיי האבן אזעלכע שווערע קעיס ווי דער מיידחה איז געווען,
ר' נחמי' זייענדיג אין די ליין מער אלץ עסקנות ווי ביזנעס (זיינע ארומיגע קענען דאס מעיד זיין) האט כמעט נישט אפגעזאגט, נאכדערצו ווען ער פלעגט שוין לאנג טיען מיט די משפחה.
(מ'קען זעהן ביי די וואס ער האט יא סוקסעספול מצליח געווען, פון וואסערע שטאפל ער האט זיי אויפגעהויבן.)
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:44 pm

וואסי פשט פון פרעגן א שאלה נאר מיט די הקדמה אז ער איז זיכער נישט גילטי..
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
Elvin
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 7:36 pm

תגובהדורך Elvin » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:47 pm

leiby האט געשריבן:וואסי פשט פון פרעגן א שאלה נאר מיט די הקדמה אז ער איז זיכער נישט גילטי..

otherwise will some people here be very very angry

בעל רגש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

תגובהדורך בעל רגש » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:50 pm

leiby האט געשריבן:וואסי פשט פון פרעגן א שאלה נאר מיט די הקדמה אז ער איז זיכער נישט גילטי..


מען זאל חלילה נישט חושד זיין אז אין מיין צו באשמיצן.

איך האב געפרעגט א שאלה בתם לבבי, וועלנדיג באמת פארשטיין.

בעל רגש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

תגובהדורך בעל רגש » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:54 pm

ס'איז נישט אזוי:

אז מען זעט ווי אזוי דער קארט איז געפירט געווארן, די רשעות פון ארום, דאס נישט לאזן קומען עדות זאגן לטובתו (פאר וויכטיגע עדות), דאס נישט אננעמען די פאלשע עדות (עיין ערך 3 שלעסער וכדומה), דאס נישט אויספרעגן נחמיה'ען איבער פרטי המעשה נאר אויף זייטיגע זאכן. ווייזט קלאר אז פאר א סיבה האט מען דאס געטאן. אויב זאל ער זיין שולדיג, וואלט די משפט געווען פיל לייכטער פאר זיי.

איך האב נאר געהאט א טעכנישע פראגע, און מען האט מיר געענטפערט אז יא - אזוי גייט עס איבעראל.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:56 pm

רגש, איך פארשטיי דיך
עיין לעיל כ'האב אויך געפרעגט אזוילכע קשיות, און ב"ה באקומען ציפרידן שטעלנדע ענטפערס

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מאנטאג ינואר 28, 2013 3:28 pm

רוב פראפעסיאנאלע טעראפיסטן פארלאנגן עטליכע שעה קאמיטמענט, ס'איז ממש נישט מעגליך אויפצוטון עפעס אויף אן אנדער אופן. קוים וואס מען זעצט זיך, מען פרעגט אויס אביסל, מען שמועס אביסל די אייז זאל אויפלאזן, און די שעה איז שוין פאראיבער. אנדערש איז ממש נישט בנמצא צו מאכן פארשריט.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג ינואר 28, 2013 4:43 pm

פריער געשיקט, ס'איז נישט אריין.

רגש נישט נאר ס'גייט אזוי, נאר דא איז בכלל נישט געווען אזעלכע לאנגע סעשאנס יעדעס מאל.


---
רבותי, וואס דארף מען פליקן פערסאנעל.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

בעל רגש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

תגובהדורך בעל רגש » מאנטאג ינואר 28, 2013 6:12 pm

קרעדיט לעמאן דזשוס פון ק"ש

די פאר ווערטער וואס איז ביי די סענטענסינג פון ידידינו נחמי׳ וועבערמאן המקום ירחם עליו נישט געזאגט געווארן. במעמד צענדליגע רבנים. פארוואס?


גע׳ערטער דזשאדזש אינגרעם,

מיר זענען געקומען היינט צו אייך אין נאמען פון די פאראייניגטע קהלות ארגאניזאציע, פאראייניגטע רבנים קערפערשאפט, און אין נאמען פון אלע אינדוווידיאלן וואס זענען אונטער אונזער פירירשאפט

עס איז אונז וואויל באקאנט אז עס אין די קארט ארויסגעגעבן געווארן א ׳שולדיג׳ אורטייל דורך א דזשורי פון צוועלף אומפארטייאישע, אומאפהענגיקע מענטשן וואס האבן לויטן אמעריקאנעם געזעץ פארטראטן די שטאט ניו יארק און דאס לאנד אמעריקא

די שולדיג אורטייל איז ארויסגעגעבן געווארן אויף א מיטגליד פון איינע פון אונזערע קהלות, קהלת סאטמאר

די פארהער קעגן אים איז דורך אייך הויעכגעשעצטער דזשאדזש אנגעפירט געווארן, און אויף אייך ליגט איצט די אויפגאבע צוצוטיילן פארן באשולדיגטן זיין פארדינטן שטראף, לויט ווי עס קוקט אייך אויס נויטיג לויט יושר און צדק

מיר פארשטייען אז עס זענען דא אסאך פרטים ארום דעם פראצעס וואס איר קוקט אן מאדנע און אפילו ערגער ווי דעם ווילן מיר נעמען ערלויבעניש אביסל אויפצווויקלען און פארשטיין געבן אונזער לאגיק און די אופן ווי מיר זענען זיך באגאנגען;

אלזא, מיר אלס רעליגיעזע, ארטאדאקסישע רבנים זענען באאויפטראגט צו זעהן אז אלע יודן זאלן אויספאלגן אונזער רעליגיע, מיר ווייסן אז עס זענען פארהאן שוואכע עלעמענטן, אויפגעקלערטע פארשוינען וואס צוליב סך סיבות נויגן זיי אפ פון אונזער וועג,...און עס איז נישט קיין סוד, אז עס זענען פאראן פעלער ווי מענטשן אינערהאלב די קהלות טוען אפ שענדליכע טאטן און אומווערדיגע מעשים וואס איז קעגן די גאנצע פונדאמענט פון אונזער רעליגיע

איינע פון די הויפט פונדאמענטאלסטע געזעצן פון אונזער רעליגיע איז פארבאטענע סעקסואלע באציאונגען, נעמליך אדאלטרי אין אלע אירע פארמען. דאס נעמט זעלבספארשטענליך אריין אין זיך יעדע סארט פארגוואלדיגונג צווישן צוויי אדער מער מענטשן, נאך שטערקער זענען מיר אנגעזאגט געווארן אין פעלער ווי עלטערע מענטשן פראבירן צו באצווינגן יונגע, אומבאהאלפענע קינדער, עס איז אפילו דא אפענע פאראגראפן אינעם געשריבענעם תורה וואס ערלויבט אין געוויסע פעלער צו טויטן דעם אנגרייפער

אין יעדנספאל, באלעסטיגן יונגע מענטשן פאר סיי וועלכן צוועק און זיכער אזוי פאר סעקסואלע צוועקן איז ביי אונז דאס סאמע נידריגקייט און פאדערט נישט בלויז דאס שארפסטע פארדאמונג נאר אויך א הארבע באשטראפונג.

אבער, אזויווי מיר זענען אנגעזאגט זיך אין יעדע שטרייך זיך אליין צו באהאנדלען און נישט לויפן צו גוי׳ישע סעקולארע געריכטליכע פראצעדורן, קענען מיר זיך נאר דאן דערוויסן פון אזוינע מעשים אויב די באטראפענע קומט פאר אונז דערציילן, און דאן וועלן מיר מיט אלע מיטלען מיט גוטן און בייזן זעהן צו שליכטן דעם קלאגע, און אין נויטיגע פעלער וועלן מיר שיקן דעם באטראפענעם צום געריכט סיסטעם, זיי זאלן טון ווי זיי פארשטייען. אלעס צו באהיטן אונזער מחנה און קינדער פון בארבארישע גרויזאמע געוואלטיגער

אזוי ארום, ווען דער באשולדיגטער וו״ב איז גענומען געווארן אין ארעסט זענען מיר געוועהן אין טאטאלע שאק, נעמענדיג אין באטראכט דאס מעגליכקייט אז ער איז שולדיג האט אונז אויסגעקוקט ווייטער פון ווייט, מחמת, מיר קענען אט דעם מענטש נישט פון היינט, און פאר אונז איז ער באטראכט אלס זייער א רעכטפארטיגער פערזאן וואס פירט א שיינע אידישע שטוב און איז קיינמאל קיינמאל נישט געוועהן פארמישט אין קיינע מיסברויכן, אבער ווי פארשטענדליך זענען מיר געוועהן אפן צום פאקט אז אלעס איז מעגליך! מיר זענען פרום אבער נישט נאאיוו!

דערזעהנדיג אבער אז די אנקלאגער קרויזט אונז אויס, נישט אירע עלטערן האבן געזעהן פאר וויכטיג אונז צו שטעלן מיט איר בקשר, נישט זיי האבן פאר אונז געמאלדן די שרעקליכע טאטן וואס זייער מיידל דערציילט, האט דאס אונז זייער באאומרואיגט און געצינדן א רויט לעמפל

בפרט, אז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט ווען עס איז צו געוויסע פון אונז דערגאנגען ענליכע אומרעכטן פון אנדערע יחידים האבן זיי די יעניגע רבנים געהייסן פראצעסירן די קלאגעס אין געריכט און שולד אורטיילער זענען אויסגעפירט געווארן אויף זיי, דערפאר האבן מיר געהאלטן אז דאס מיידל וועט טרעפן א וועג אריין צו אונז, און זיך פארלאזן אז מיר וועלן האנדלן בצדק ויושר...

האבן מיר דערפאר פאררופן א געלט אקציע פשוט אלס אחריות פון די קהלה אויף דעם יחיד וואס איז אזוי שלעכט באטראפן געווארן, און האט אונז געבעטן אונזער געלט הילף אין זיין פארזוך זיך צו פארטיידיגן וויסענדיג גענוי אין וואסארא אומגעהויערע סכומים דאס וועט אריינשלעפן, פארן מיידל האבן מיר נישט געשפירט נייטיג צו מאכן קיינע אפיעלס ווייל זי האט דאס נישט פון אונז געבעטן

למעשה, מוזן מיר אפען מודה זיין פאר אייער הויעכקייט, מיסטער דזשאדזש, אז דאס איז געוועהן א זיכערע גרייז פון אונזער זייט מכח אסאך טעמים

איינס, עס האט געשיקט א שלעכטע נישט פאראויסגעזענע מעססעדש צו אונזער עולם אז מיר באדעקן און פארדעקן גרויליגע אומרעכטן וואס ווערט אפגעטון אין געהיים.

צווייטענס, עס האט געשיקט א שלעכטן מעססעדש פאר די אנקלאגער אז זי האט נישט קיין ווערד און קיין ווארט.

דריטענס עס האט אויסגעשטעלט א טעות׳דיגע שטעלונג פאר אייך גע׳ערטע ריכטער און גע׳ערטע דיסטריקט אטוירני היינס אז מיר ווילן העלפן שולדיגע זיך ארויסדרייען פון גערעכטיגקייט און באשטראפונג

דאס האט אויך געשיקט א באלדיגע שלעכטע ווירקונג אויף א געוויסע רב אז ער ׳מוז׳ אראפנעמען זיין כשר סטעמפל פון א געשעפט וואס האט באלאנגט צו די אנקלעגערס באקאנטע, מיר נעמען איצט די געלעגנהייט עס אפען צו פארדאמען

אויך האבן געוויסע יחידים מחמת דעם און מחמת זייערע אייגענע חשבונות פארוואס זיי ווילן ענדערש באגלויבן דעם מ. וו״ב ווי פרוי ק. געאפפערט געלט פאר די עדות זיך אפצוזאגן און אנטלויפן, וואס מיר ווילן קלארשטעלן אז דאס איז אויך א תוצאה פון אונזער ביז איצטיגע אננעם אז אויב איינער האט נישט די מינימאלע קשר צו איינע פון אונז רבנים אין סיי וואספארא שטרייט ווערט באטראכט אלס פאלש!

איצט אבער אז מיר זעהן אז די פראקוארן האבן מצליח געוועהן אז די צוועלף מענטשענדיגע פאנעל האבן אנגענומען דאס מיידל׳ס באשולדיגונג קעגן מ. וו״ב, מוזן מיר זיך בייגן און זאגן ׳מיר האבן געגרייזט׳

מיר קענען נישט אננעמען זיין שולד ווייל מיר וואלטן געהאנדלט דעם אויספארש פראצעדור עטוואס אנדערש, מיר וועלן אויסרעכענען עטליכע ביישפילן א׳ מיר וואלטן אויסגעהערט ש. עדות ב׳ מיר וואלטן געוואלט בעסער אויספרעגן וו״ב. ג׳ מיר וואלטן נישט גערעדט פון זיינע קרעדיט קארדס באנוץ ד׳ מיר וואלטן נישט געהאט פאר די אויגן די שווערע $150 דאלער א שעה שאלה ווייל ער האט עס געטון מיט אונזער גוטהייסונג ה׳ מיר וואלטן מיט אלע וועלטס געלד אנגעקומען צו רעדן מיט נאך פילע עדותשאפטן.

מיר ווילן אבער נישט טשאלאנדזשן די קארט און די וועג וויזוי די הויכגעשעצטע ריכטער האט עס געהאנדלט, דאס גיבט דער אמעריקאנע יוסטיץ די רעכט צו אפעלירן

מיר ווילן קאנקלאדן און זיך דירעקט אויסדרוקן קלאר, אלס רבנים און פארשטייער פון די אידישע געמיינדע זאגן; מיר האבן ביז היינט זייער שטארק פרובירט צו העלפן אומבאהאלפענע אביוזד קינדער און עלטערע, מיר האבן געמאכט גרייזן און צומאל ליידער פאטאלע. דערפאר האבן מיר געגרינדעט א עמטליכע בי״ד לעניני פרעדעטארן וואס וועט באשטיין פון א פאנעל אויסגערופענע רבנים פון יעדע קהלה, מיר וועלן מאכן זיכער צו האבן ביי יעדע זיצונג אן עידיעי אנוועזנד וואס וועט פארצייכענען די גאנצע דין ודברים, כדי אז טאמער פעלט אויס קען מען דעם פייל גלייך שיקן און קארט. עס וועט ווערן געפירט בחדרי חרדים אין געהיים אזוי צו פארזיכערן אז מען שרעקט זיך נישט צו קומען

מיר וועלן ארויפשטעלן מודעות אין אלע בתי מדרשים, גראסעריס און ציבור׳ישע פלעצער מעלדנדיג איבער די נומער און פראקטישע וועגן צוצוקומען צום וועד

מיר וועלן שטיין בקשר מיט אלע תלמודי תורה׳ס און מיידל שולעס כסדרדיג צו זעהן וואס עס פאדערט פארבעסערונג

מיר וועלן בשום אופן נישט דערלאזן קיינע מאנספערזאנען באהאנדלן מיידלעך, נאר במותב תלתא און מיט קאמאראס

עס וועט ווערן פארשפרייט שארפע ווארענונגען לבל ירים איש ידו ורגלו, ווייל ער וועט ווערן איינגעזעצט, און פראצעסירט בכל חומר

אויסער דעם וועלן מיר שאפן א קופת העיר לצורכי רפואה פאר געליטענע, ווי באטראפענע וועלן קענען געהיילט ווערן אויף די קאסטן פון די קופה

מיר וועלן ווייטער פרובירן אנצוהאלטן אונזערע קהלות זיי זאלן נישט גיין לטמיון פון חלילה׳דיגע פרעדעטארן

דערמיט ווילן מיר ווייזן אונזער גוטווילן און אפענקייט, און באשטעטיגן פארן דזשאדזש וואס מיר האבן פארשטאנען ביז היינט אז עס איז גוט באקאנט אין אלע יוריסדיקישע קארידארן אז מיר פארנעמען נישט קיינע אומרעכטן, און מיסטער טשארלס היינס קען אויף דעם דאך עדות זאגן פארן געריכט, ער ווייסט גאנץ גענוי ווי שטארק אכטונג מיר גיבן אויף די ענינים

די מעסעדזש וואס די קעיס דארף שיקן, איז דורך אונז ערהאלטן געווארן און מיר שטעלן זיך צו איין הונדערט פראצענט

און נאכאמאל מיר שעמען זיך נישט מיט פרעדעטארס, אונזער פנים פלאמט פאר בושה אז אונזער שלעכטע האנדל מיט די געלט אקציע און נאך, האט אונז פאלש אראפגעמאלן אז מיר פארדעקן מיסברויכן! מיר האפן אז די פאר ווערטער וועט באשריבן ווערן אין אלע טאגליכע ניויארקע צייטונגען און אזוי ארום אונז באהיטן פון שאנדע!!

און יעצט צום שלוס, ווילן מיר בעטן מחילה פון דעם מיידל, אויף די ליידן וואס זי האט געשאפן פון אט דעם קעיס, און איר אויך זאגן; זאג פאר אלע דיינע פריינט ׳מיר האבן אפענע אויערן צו אייערע געשריי׳

מיר בעטן געערטע דזשאדזש באגנאדיג דעם באשולדיגטן מיט א פארגרינגערטן אורטייל, דורך אים האבן מיר זיך דערוועקט און ענדליך אנגעהויבן צו טון קאנסטראקטיווע אפענע באהאנגלונג אין אביוז שטרייטן

ג׳ט היט דעם געריכט, און היט די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקע!

און דערמיט אלע רבנים טיף פארנויגט פארן ריכטער, און צירוקגעטראטן,


פארוואס איז עס נישט געזאגט געווארן?

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מאנטאג ינואר 28, 2013 6:21 pm

בעל רגש האט געשריבן:קרעדיט לעמאן דזשוס פון ק"ש

די פאר ווערטער וואס איז ביי די סענטענסינג פון ידידינו נחמי׳ וועבערמאן המקום ירחם עליו נישט געזאגט געווארן. במעמד צענדליגע רבנים. פארוואס?


פארוואס איז עס נישט געזאגט געווארן?

איי געס אז רבנים און דעת תורה האבן עטוואס אן אנדערע הילוך מחשבות ווי לעמאן דזשאוס פון ק"ש
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 09, 2011 11:50 pm

תגובהדורך alte zida » מאנטאג ינואר 28, 2013 6:21 pm

Coming Very Soon!!!
צוגעלייגטע
Presentation1.jpg
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג ינואר 28, 2013 6:24 pm

alte zida האט געשריבן:Coming Very Soon!!!


פירטס איהם אריין אין גראפיק פורם, צריך תיקון גדול.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

בעל רגש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

תגובהדורך בעל רגש » מאנטאג ינואר 28, 2013 6:29 pm

אויב מען טוט שוין יא צו דער זאך, זאל די גראפיק שוין זיין גוט געמאכט... א שאד, א שאד.

alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 09, 2011 11:50 pm

תגובהדורך alte zida » מאנטאג ינואר 28, 2013 6:33 pm

זייט נישט דן א בוך לויטן דעקל איז דא געזאגט געווארן.
די מעלדונג איז נאר פאר אונזערע חבירים דא זאלן וויסן אז עס קומט עפעס
ממילה זייט נישט אויף מיטן דעזיין.
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.

אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

תגובהדורך אחראי » מאנטאג ינואר 28, 2013 7:48 pm

ביטע זיך האלטן צו די תקנות המקום. אטאקירן א צווייטן איז נישט איינע פון זיי

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג ינואר 28, 2013 7:52 pm

די בילדער פון די לאגערן און געשטרייפטע קליידער פעלט נישט אויס
(ס'זעהט אויס ווי מען ציט רחמנות אלס די האלאקאויסט נישט אלס די עצם המעשה)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 28, 2013 8:23 pm

בכלל, לייגן לוי אראן אלס קאמפעריסאן איז א ריזיגע מיסטעיק! לוי אראן האט גע'פליט גילטי, און ס'איז נארמאל אז איינער וואס פליט גילטי זאל באקומען א שוואכערע שטראף... טריי דזשערי סענדאווסקי, אדער אנדערע טרייעלס וואס זענען געווען לעצטענס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג ינואר 28, 2013 9:03 pm

איך מיין מען דארף בכלל נישט צוגלייכן די זאך צו גארנישט.

די נומער "103 יאר" אן קיין עווידענס איז איבער גענוג, און עס לאזט נישט איבער קיין פלאץ פאר טענה'רייען.
רבינו שאג בקול גדול וגו'


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, חסידי, סאברע, שתקן און 36 געסט