ותקרא לשבויים דרור: ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן ני"ו

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

שטארק זיך האט געשריבן:חוץ מזה, איז די מסיבה געווען די זאך וואס האט אויפגעשטורעמט אוזער ציבור, און האט געברענגט סיי געלט און סיי סימפאטיע.
ולא עוד, די ״חכמים-נאכן-פאקט״ וואס שרייען מסיבה מסיבה, זענען נישט געווען צום האבן ווען די משפחה האט געבלוטיגט פאר א פענני!


ואני אוסיף:
און זענען נאך יעצט (שוין נאכן 103 פסק) נישטא ווען מ'דארף שאפן א מיליאן פאר אפיעל'ס
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

הרב לעמאן דשוס, בעטן רחמות איז זיכער די ריכטיגע וועג צו א שופט, און איך ווייס נישט וויפיל מען האט דא יא אדער נישט געטוהן, כהאב נישט מיטגעהאלטן, אבער די לויער זענען דאך פארט נישט געווען קיין גראז שניידער.., און אט זענען צוויי פונקטן פון מיין קוק ווינקל:

1) אין די יעצטיגע מצב וואלט 'לכאורה' נישט געהאלפן גארנישט, אז נישט די תחנונים אישו וואלט געווען די מסיבה א אישו, אז נישט מסיבה פראבלעם וואלט געווען הכשר פראלעבם, אז נישט הכשר וואלט געווען טעלעפאן בוק, און אז נישט טעלעפאן וואלט געווען רובין, און אז נישט קיין איינע פון די וואלט געווען סתם אזוי א מעסעדש פאר די מאפיא'ס וואס באהאלטן פראבלעמען. כן נראה.

2) צו גיין זאגן חטאתי עוויתי פשעתי אויף א שריט וואס מען האט געטוהן מיט רעכט, לדוגמה די קאנטינענטאל מסיבה, איז א זאך וואס מאכט נישט קיין סענס און קען לכאורה אפילו שאטן בעתיד. מען מאכט נישט דאס גענאר פון זיך פאר פארלוירנקייט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובה דורך יואל שווארטץ »

איך גלייך שטארק לעמאן-דשוס'נס "סליחות ליום הדין".
איך ווייס נישט וואס איר אלע זעהט שלעכט אין דעם.

(זייטן-נאטיץ.
ע"פ דרך הטבע, אויב איינער מאכט זיך צו די אויגן זעהט ער גארנישט, קיין איין זייט. אלזא, פארשטיי איך נישט וואס דא גייט פאר)
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

כ'האב פונקט געליינט דעם בוך Hasidic Pepole פון Jerome MIntz איבער די סאטמארע אימפעריע און איר מייסד אין אמעריקא, ברענגט ער דארט ארויס דעם פוינטו אז די קאמיוניטי דא וועט שאפן גרויסע סכומים צו העלפן א צוויטן יוד, אפילו ווען יענער איז א קרימינאל און זיצט אין תפיסה, ווייל ווען איינער איז אויף צרות איז א מצוה עם צו העלפן (ער ברענגט עס ארויס שטארק לשבח)
עכ"פ א גוי וואס האט אונז נישט פיינט, ווען פארשטיין וואס מען מאכט א מסיבה פאר איינעם וועמען עס לויערט א 75 (דעמאלטס...) יאר טורמע אורטייל
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יוסף שרייבער האט געשריבן:איעדע גוטע לויער וועט דיר קענען זאגען צעהן וועגען ווי אזוי ארויסצווייזען רחמנות און מיטלייד מיט די 'אלעדגד וויקטים' אן מודה זיין אפילו במקצת, עס איז מעשים בכל יום ממש. דע ענטפער וואס איך האב באקומען איז וואס ווייזען מיטלייד מיט די .... נעווער! ,מען דארף באמת זיין בלינד נישט צו זעהן ווי דער מהלך האט באשיינפערליך געשאדט.

ווילאנג מען ווייסט נישט וואס וואלט געווען די ריאקציע פארקערט, איז אלס ספעקיולעאן. מען וועט קיינמאל נישט וויסען וואס וואלט געווען ווען די מעשה איז פארקערט, קענסט העכסטענס זאגן אז דיין מיינונג איז אזוי.

אז מען האט אים געפינען שולדיג אין "אלע" קלאגעס, אן קיין שום עווידענס, ווייזט אז דא איז געווען אין שפיל סאך מער ווי די אויג זעהט. יא אמת א חלק איז געווען צופיקסען די חרידים, און דאס וואלט "אפשר" אויסגמאכט ווען מען בעט זיך, אבער אז היינס דארף שטימען קענסטו זיך בעטן ביז מארגען.

היינס האט אויפגערייצט די מידיע, און דאס אוועק גענומען אלע ברירות סיי פון די דזורי און סיי פון די דזשאזש, די ספאט לייט האט צופיל געשיינט אויף זיי. מאך זיך נישט נאריש, די אלע קאמענטירער סיי פון אונזערע ...... און סיי פון די גוי'שע גאס, די וואס העצען מיט פייער אנקעגען אונז פאר אלע סארט זייטיגע זאכען, פשוט ווייל מען האט אנגעקלאגט א פרומע איד, וואלסטו מיט קיין איבערבעטונג גארנישט גערירט, סא וואלט די פרעשור ווייטער געבליבן, און די הענט פון די דזשורי און דזשאזש זענען ווייטער געבינדען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

און דאס אז מען האט איר געאפפערט א חצי שלימה זי\ער זאל דראפן די קעיס, איז דען נישט גענוג מיט געפילט איר צער??
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובה דורך אייער_קיכל »

בכלל איז קאמיש צו זעהן וויאזוי אונזערע מה יפית ניקס ווייסן גענוי וואס אזאנס עס האט געברענגט דעם הארבן 103 אורטייל בעת אפילו די גויאישע וועלט איז געפלעפט דערפון שוין אפילו נאכן קאנסידערן די אלע פאקטן פון און ארום די געשיכטע
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יהיה כן האט געשריבן:און דאס אז מען האט איר געאפפערט א חצי שלימה זי\ער זאל דראפן די קעיס, איז דען נישט גענוג מיט געפילט איר צער??

קיינער האט איר נישט געאפערט אז זי זאל דראפען די קעיס!

איר .... האט געטענ'ט אז זי וויל באמת נישט קלאגען, נאר זי דארף הילף, און זי קען נישט בלייבן דא וואונען. האט ער איז געאפערט אז ער צאלט איר אלע עקספענסעס פאר הילף, און אויך אויב זי וויל זיך אוועק ציען, דעט איז איט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

סתם פלוידערייען אויף יענעמס בלוט על לא דבר.

ואכמ"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

איך שפור אז אסאך קאמענטירער דאו האבן נישט געלעזט און געכאפט דעם תוכן פון מיין ארטיקל

נישט ווייל ס׳איז צו טיף, נאר פאר סיבות וואס איך האב כעת נישט ארויס

אין די דרשה איז נישט פארהאן קיין הודאה אויף גארנישט, זיראו

פארקערט מען שטרייכט ארויס קלאר אז מיר קענען נישט אננעמען דעם געריכטליכן ׳שולד׳

די דרשה זאגט קלאר אז מען האט געשאפן געלט מחמת אונזער קלארע שטעלונג איבער זיין ׳אומשולד׳, עס באדויערט פשוט די פאקט אז עס האט געשאפן אומגינסטיגע דעקונג און פאלשע מעססעדזשעס אז מען דעקט צו מיסברויכן!!!

יעקב אבינו האט געבעטן תחנונים כאטש ער האט נישט געאפערט צוריק צו געבן די ברכות פאר עשיו


און וואס איז שלעכט צו מעלדן איבער א נייע בי״ד מיוחד לעניני אביוזד, איז נישט דאס גענוי וואס הרה״ג ר׳ אפרים פאדווה האט געשריבן אין לאנדאן?
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובה דורך משמש »

איך האלט אויך אז א גרויס חלק פון די לעמאן זאפט וואלט געדארפט געזאגט ווערן.

אלע דיסקוסיעס וואס דא קומען פאר איז און גרויס טייל צוליב די אומ-באהאוונקייט פונעם היימישן ציבור אינעם קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם.

קיינער זאגט נישט אז די קאנטינענטאל מסיבה האט גע'הרג'ט די זאך, מ'זאגט בלויז אז עס האט נישט אויסגעפעלט, און האט חרוב געמאכט דעם פרומען איד אין די אויגן פונעם ציווילען בירגער.
מיר דארפן זיך אויפירן מער פראפעשאנעל, און וויסן אז יעדע זאך וואס ווערט געטוען אין די עפענטליכקייט איז בחזקת אז עס גייט אנקומען אין די פרעסע.
די אלע טוויטער קאמענטארן דארפן זיך זאפארט אויפהערן. טוויטער איז אן עפענטליך פלאץ. דער גוי ווען ער זעהט וואס ווערט דארט געשריבן האלט ער אז מיר זענען טאליבאנער.

און דאס אלעס איז נישט קיין שום סתירה צו נ"וו אומשולד, און ווער עס קריגט זיך מיט דעם גייט אין די וואנט אריין.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

דאס איז אויך גענוג 'מיטגעפילט' איר צער, אז מען האלט איר ביים צאלן קאמפעזאציע פאר אלע שאדן
וואס נאך האט מער איר געדארפט טון?



לעמאן
אין לאנדאן בין איך נאך גארנישט זיכער א ר' אפרים'ס בריוו גייט עם עפעס העלפן, ירחם ה', ס'יז דארט נאך גרויסע צרות....
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

אייער_קיכל האט געשריבן:בכלל איז קאמיש צו זעהן וויאזוי אונזערע מה יפית ניקס ווייסן גענוי וואס אזאנס עס האט געברענגט דעם הארבן 103 אורטייל בעת אפילו די גויאישע וועלט איז געפלעפט דערפון שוין אפילו נאכן קאנסידערן די אלע פאקטן פון און ארום די געשיכטע


טייערע קיכל, די ריכטער האט געזאגט אז ער שיקט א מעססעדזש

מיין דרשה שרייבט פארן דזשאדזש; מיר האבן די מעססעדזש ערהאלטן
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

תגובה דורך יוסף שרייבער »

און מיט רעכט.
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

משמש האט געשריבן:איך האלט אויך אז א גרויס חלק פון די לעמאן זאפט וואלט געדארפט געזאגט ווערן.

אלע דיסקוסיעס וואס דא קומען פאר איז און גרויס טייל צוליב די אומ-באהאוונקייט פונעם היימישן ציבור אינעם קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם.

קיינער זאגט נישט אז די קאנטינענטאל מסיבה האט גע'הרג'ט די זאך, מ'זאגט בלויז אז עס האט נישט אויסגעפעלט, און האט חרוב געמאכט דעם פרומען איד אין די אויגן פונעם ציווילען בירגער.
מיר דארפן זיך אויפירן מער פראפעשאנעל, און וויסן אז יעדע זאך וואס ווערט געטוען אין די עפענטליכקייט איז בחזקת אז עס גייט אנקומען אין די פרעסע.
די אלע טוויטער קאמענטארן דארפן זיך זאפארט אויפהערן. טוויטער איז אן עפענטליך פלאץ. דער גוי ווען ער זעהט וואס ווערט דארט געשריבן האלט ער אז מיר זענען טאליבאנער.

און דאס אלעס איז נישט קיין שום סתירה צו נ"וו אומשולד, און ווער עס קריגט זיך מיט דעם גייט אין די וואנט אריין.


וויפיל איך זאג עס, שרייען אנדערע אויף מיר ׳מה יפית׳ניק

וואס קען מען טון אז מענטשן גלייך׳ן שטרוי פאר פרישטאג
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

farshlufen האט געשריבן:סתם פלוידערייען אויף יענעמס בלוט על לא דבר.

ואכמ"ל.



וועמענס בלוט,
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובה דורך אורייתא »

איך וויל פארשטיין רחמנות אויף וואס? ווען מען איז קעגען די גילטי פסק וואס וואלט אויף געטון רחמנות פונעם שופט? וואס וואלט געווען בעסער? נאר 50
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

fiena nieas האט געשריבן:ניין איך האלט נישט ער האט אונז זייער ליב, אבער נישט זייער פיינט!
די טייטש פון אנטסעמיזעם איז אז אינדערהיים אין יוראפ איז עס געוועין אן אריינגעגעסענע שנאה מדור דור! ס׳געוועין אין זייער בלוט, פראגראמען יעדע צווייטע טאג,מען האט געקענט טוען מיט יודן וואס מען וויל, בקיצור יודן זענען געוועין אן ארפגעקיקט פאלק!!
משא״כ דא אין אמעריקע איז עס בכלל נישט אזוי ב״ה,די גוים דא ווייסן ניטאמאל וואס ס׳מיינט! פשוט די שנאה איז אונזער עטיטאד ווי פריער געשמיעסט אין אסאך אנדערע זאכן.. אבער נישט ווייל דו ביסט א יוד עי דירטי דזו!! פארשטייסט וואס איך מיין?

טעות גדול מאד!
איך האב פערזענליך צו טאן מיט גוים פון די אומגעגנט, און די שנאת ישראל וואס שפריצט ארויס פון זיי, האט קיין ברעקל שייכות מיט סיי וועלכע אישו/אויפפירונג/טוויטער/צייטונג/וכו' וכו'. ביודעי ומכירי קאמינא!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

פארפאלן
אונז זענען מיר נישט 'אויס' אידן, און זיי זענען נישט 'אויס' גוים...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

געלט פאר פדיון שבוים גיבן מיר כמבואר בשו"ע יו"ד סימן רנ"ב, קיין פראבלעם דאס צו ענטפערן פאר די גאס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:סתם פלוידערייען אויף יענעמס בלוט על לא דבר.

ואכמ"ל.



וועמענס בלוט,

פון יעדן איד שעמדו רגליו על הר סיני.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

און ווייל שנאת ישראל איז סייווי א פאקט, איז טייטש אז מען צוגיסן אויל צום פייער?

וויזוי האבן גדולי ישראל מדור הקדום געהאנדעלט די ׳מענדל ביילוש׳ געריכט

מען איז געשטאנען נאנט פארבינדן מיט די געניטע אדוואקאטן, מען האט געשיקט בריוו צום שופט, נישט מען האט געשריגן שנאת ישראל און זיך געפאטשט אין בויך ׳עשיו שונא ליעקב׳

עס איז דא אין אגרות חזון איש ערגעץ בסוף א הערליכע בריוו צום שופט בעת פרשת מענדל ביילוש, ווי ער וויקלט אויף דאס מהלך פון יידישע רעליגיע וואס דאס באדייט און נאך

וויזוי האבן גדולי ישראל זיך געספראוועט אין אונגארן ווען די רעפארמער, משכילים למיניהם האבן באדראעט די קהלות קדושות בישראל, האבן זיי געשריגן שנאת ישראל און גזירת כלי׳? ניין! זיי זענען אראפגעפארן צום קייזער אין ווין און זיך ביי אים געבעטן זיי צו דערלאזן טיילן די קהלות..

און מען קען נאך מאריך זיין פיל פעלער לא עת האסף פה.

די לעצטיגע מהלך פון שרייען און פארפירן קעגן דעם אמעריקאנעם יוסטיץ סיסטעם איז א דירעקטע תוצאה פון ווען יונגלעך אן דעת תורה האבן איבערגענומען די לייצעס
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

לעמאן
ביזט מכובד מסביר צו זיין פארן גוי דעם ענין פון 'מציצה'
אפשר וועט ער עס אויך פארשטיין בנועם מילך...

בד"וו, ס'ימיר א חידוש וואס איר שרייבט אז ביי פרשת מענדל ביילוש האט מען נישט געשריגן 'שנאת ישראל'...... האלטסטו דען אז איין איד האט פאר א ספק געקלערט אז יש דברים בגו אז אידן דארפן בלוט פאר מצות רח"ל?
א ודאי האט מען געשריגן שנאת ישראל, נאר וואסדזשע דען???, מען האט פארלייקנט די גאנצע מעשה מתחילה ועד סוף, און פראבירט אויפציווייזן דעם גוי אז ס'יז שקר מעיקרו
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג יאנואר 29, 2013 3:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

רב לעמאן דזשוס, איר זיינט ווייסט אויס נישט באהאווענט אין פרשת ביילוש והתקופה ההוא באייראפע בכלל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובה דורך בעל דעת »

איך האב מיר אפגעהאלטען פין שרייבן און דע נושא א גאנצע צייט
ווייל איך ווייס באמת נישט וואס איז דארט געווען אין עס נישט נפק"מ פארן דיעם פין אויבן מיין מיינונג אין יעדע ווארט האנדעלט מען מיט שפיכת דמים אויף ביידע זייטען
למעשה אזוי פיל קען איך יא זאגען אלטס שכן פין ר' נחמי איבער 15 יאר וואס מיין פרוי האט מיר געזאגט זי פלעגט זיך זייער א סאך טרעפן מיט אים אין עליוועטער
ער האט קיינמאל אין טאקע קיינמאל נישט אויפגעהויבן דע אויגען
נאך אזאך קען איך מעיד זיין אז דע גאנצע מעשה מיט דע 3 שלעסער איז א הוילע שקר איך געדענק ווען ער האט דאס ארויף געלייגט וען ער האט געהאט ציטיען מיט א שכן אין שפעטער האט מען עס אויפגעבראכן און זייט דעמאלטס איז געווען ציבראכן
איך פלעג אסאך זיין דארט אין דע פלאץ,

יעצט וועגען וואס מען האט געדארפט זאגען פארן קארט איז סתם שטיתים וויל לויט ר' נחמי ווערסעיע איז דע גאנצע מעשה איין שטיק שקר און טאמער ער וויסט זיכער אז דע מעשה איז שקר דארף ער נישט מורא האבען
דער אמת וועט ארויס שווימען
איך אויף זיין פלאץ ח"ו וואלט נישט אנדערש געטיען נאר געהאלטען און איין שרייען דע מעשה איז שקר און יעדע מינדעסטע הודאה טארנישט געזאגט ווערן
חוץ ח"ו עפעס אנדערש איז דא געווען

יעצט וועגן עסקנים זיי האבען געטיען א עולה מיטן עלילה 75
לאמיר ענק זאגען דע וועלט זאגט א איד וואס האט נישט געהאט ל"ע קיין קינדער, זיינע קינדער זענען קיינמאל נישט ארויס לתרבות רעה
סאיז נישט קיין קינץ צי שרייען אז יענער מאכט טעותים וועט מען שטייט אין א זייט און מען זאגט נאר מיינוגען
איך געדענק נאך יענען אינדערפרי אין מירעטעל שיהל ווי דע עסקנים האבען געציטערט צי וועלן זיך בכלל בייווייזען מענטשען, ביז שפעטער דע פוקרי עול האבען געריפען דע פרעסע האט זיך צאם געשלעפט אזא עולם
אדרבא קיקט אויף דע ערשטע בלעטעל פין דיעם אשכול וויפיל אזייגער עס איז געשריבען געווארן ביז דעמאלטס האט גארנישט געוויסט וואס עס גייט פאר

פארשטיט זיך מען מיעג זיך לערנען פינעם עבר אבער סתם אראפרייסען עסקנים וואס זיי האבן זיך אריין געווארפען אין דע ארבערט פשוט ווייל זי נישט געקענט צי קיקען דיעם צער פין דיען איד איז נישט גערעכט אראפ צי רייסען

צי דיר אנעים סתם שרייבסטי זייער גיט איך האב שוין דיר אפילו קאמפלמירט ברבים אבער דיע נושא ביסטי ממש ארויס פין נארמאלקייט, איך האב אויך מיט געהאלטען דעים יעקב הארעוויץ מיט זאב ברענער
דע רשעות מיט דע גאוה וואס האט ארויס געשריגען פין יעדע ווארט איז ממש געפערליך
דא זעצט מען א איד אויף 103 יאר אין ער נאר ביזי אויף צי וויזען ואספארא באנטיט ער איז
לי יהא ער יא געטיעון וואס ווילסטי יעצט דער איד איז שוין חרוב ונחרב לאז געמאכט
אין אז איינער פרעגט אים צי ער האלט נישט אז 103 יאר איז ציפיל קודם האט א מעשה אז א גאר פראמענעטע רב פין ווייליאמבורג האט אים שוין געזאגט ווען דע פרשה האט זיך אנגעהויבן אז דער דארף אים איינזעצען אויף לייף
אין נאכדעים פרעגעט ער פארוואס קיקסטי נישט אויף דע מיידעל צער
די ביסט משיג וואס רשעות וואס ליגט אין דיעם?
מען האט חרוב געמאכט זיין לעבען מיט זיין גאנצע שטיב אויף אייביג -יא אויף אייביג - אין אזוי פיל קימט זיך אים נישט
איז ער נישט א איד וואס גייט דא פאר
בעיקר פין זיין גאנצע שמיעס ברענגט ער ארויס אז א "טערעפיסט קען נאר זיין איינער מיט לייסענס"
קענסט מיר זאגען וואס קימט דא אריין לייסענס? מיט לייסענס האט מען נישט קיין יצר זיי האבען עפעס א פאטענט פארן יצר ווען ר נחמי' לויט זיין גרסא וואלט געהאט לייסענס וואלט ער נישט דורך געפאלן?
האט מען נישט געטראפען לייסענס טערעפיס מיט דע ערגסטע עבירות

אפשר אביסל שארף אנעים אבער איך קען מיר פשוט איינהאלטען
דיין גאנצע געשרייבעכץ פין דעי נושא ווארפט א שווארצע בליק


לאמיר דיר זאגען איך האב א גיטע פריינט וואס האט געארבערט מיט דעים הארוויץ אין ציעלעמער קעמפ
זאגט ער מיט וואס פארא רשעות ער האט זיך אויפגעפירט מיט דע קינדער ואס האבען נישט ביהעווט ווי אזוי ער געוואלט
ער האט געקענט הייסען א אינגעל שטיין מיט א טעלער אויפן קאפ פאר האלבע שעה אין פראנט פין אלע קינדער פאר א קלייניקייט
דע קינד האט געקענט וויינען און שריייען ווי צים לאמפ
אין ער דארף זיין אינזער מחנך?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”