ותקרא לשבויים דרור: ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן ני"ו

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

תגובה דורך dont care »

Ouch
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

נא_שכל האט געשריבן:ברוך דיין האמת!
זיי האבן געטון א טובה... און אראפגרוקט אפאר קאונט'ס פון סעקאנד דעגרי, אבער געלאזט אלעס פון פירסט דעגרי, און ווי אויך דער הארבער צאל פון יארן.
דער שליסעל עדות וואס זיי האבן געוואלט נוצן, האבן די שופטים אפגעווארפען מיט די אוסרייד אז ער האט דאס געקענט פארשטעלן ביים טרייעל.


דער טרייעל זשאזש האט דאך נישט געלאזט אפילו דערציילן פאר די זשורי אז ס'איז דא אזא שליסל עדות. (כידוע איז דער חלק די שווערסטע, די צייטווייליגע החלטות וואס איז נישט א אפיציעלע מאושען וואס מ'קען אפעלירן, נאר יעדער שופט פירט זיך דארט ווי ביי זיך אין דערהיים ומי יאמר לו מה יעשה, און ביים אפעלאט שרייט די קאורט האסט געברויכט דאס אריין געבן ביים אריגינעלן טרייעל).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

תגובה דורך שטייגען »

איש חמודות האט געשריבן:די וואך שטייט אין די סדרה אז מ'האט ארויסגענומען יוסף הצדיק פון תפיסה טאקע אויך פון אזא בלבול, און ס'איז יעצט חנוכה אויך, די צייט וואס איז געשעהן נסים פאר אידישע קינדער, מ'טאר ח"ו נישט אריינפאלן אין יאוש, דער אייבערשטער האט זיך שוין זיינע וועגן וויאזוי די ישועה קען אנקומען פלוצלונג אומגעראכטן, ישועת ה' כהרף עין, מיר דארפן נאר מתפלל זיין און אים אינזין האבן יעדן טאג ביי אלע תפלות, ולה' הישועה.

דיע נקודה מיט מער אביסל באריכות האט אדמור מסאטמאר מהרז״ל שליט״א געזאגט ביי די חנוכה תורה יענע ביטערע נאכט.
..
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובה דורך איש חמודות »

שטייגען האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:די וואך שטייט אין די סדרה אז מ'האט ארויסגענומען יוסף הצדיק פון תפיסה טאקע אויך פון אזא בלבול, און ס'איז יעצט חנוכה אויך, די צייט וואס איז געשעהן נסים פאר אידישע קינדער, מ'טאר ח"ו נישט אריינפאלן אין יאוש, דער אייבערשטער האט זיך שוין זיינע וועגן וויאזוי די ישועה קען אנקומען פלוצלונג אומגעראכטן, ישועת ה' כהרף עין, מיר דארפן נאר מתפלל זיין און אים אינזין האבן יעדן טאג ביי אלע תפלות, ולה' הישועה.

דיע נקודה מיט מער אביסל באריכות האט אדמור מסאטמאר מהרז״ל שליט״א געזאגט ביי די חנוכה תורה יענע ביטערע נאכט.

ברוך שכוונתי
אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

תגובה דורך הגאון »

ב"ה

איך בין באמת נישט דער וואס דארף זאגן און שרייבן די דיבורים, דאס דארף באמת זיין די רבנים, בעלי דרשנים, בעלי מוסר והשקפה, אבער בבחינת במקום שאין איש השתדל להיות איש האב איך געוואלט אראפשרייבן מיינע מחשבות וואס דרייען זיך ביי מיר אין קאפ אפשר וועט דאס אויך צוניץ קומען פאר א צווייטן.

מיר אידן זענען מאמינים בני מאמינים, אז אלעס ווערט געפירט פון הקב"ה און מיר דארפן דאס אפילו נישט פארשטיין. אזוי אויך ווייסן מיר אז עס עקזעסטירט בכלל נישט אויף די וועלט קיין שום מקרה, און דאס אז פאר דריי יאר צוריק און אזוי אויך היי יאר איז די ביטערע נייעס געווען אין די וואכן וישב מקץ, ווען מיר ליינען און לערנען אין די סדרה די מעשה פון יוסף הצדיק איז נישט קיין צופאל, נאר הקריאה מעורר הזמן, אוודאי פארשטייען מיר נישט פונקטליך וואס די שיכות איז, אבער אפי' א בלינדער קען זען אז דאס איז די זעלבע בלבול וואס איז געמאכט געווארן אויף יוסף הצדיק, און פונקט ווי דארטן איז געווען קלאר אז די מעשה איז נישט אמת (עיין באריכות בילקוט מעם לועז,) אזוי אויך דא איז נישט דא קיינער וואס האט אפי' א ספק צו עס ליגט דערין א שמץ אמת, (ואכמ"ל).

ליידער נעכטן האב איך אזוי ווי אלע ערליכע אידן געכאפט א גוטן פאטש נאכדעם וואס מען האט געמיינט אז אפשר וועט אריינקומען גוטע נייעס.

אבער נאכדעם וואס איך האב מיר איבערגעקלערט וויאזוי א איד דארף האלטן זיינע מחשבות אין אזא צייט, איז מיר ארויפגעקומען די באקאנטע רש"י אז ווייל יוסף הצדיק האט געזאגט פארן שר המשקים כי אם זכרתנו אתך, האט מען אים מוסיף געווען נאך 2 יאר, פרעגט די וועלט א קשיא צו טאר מען דען נישט טוען השתדלות, פארוואס קומט זיך נאך 2 יאר תפיסה דערפאר ?

האב איך געהערט עטליכע יאר צוריק א תירוץ אז אוודאי מעג און מיז מען טוען אלע סארט השתדלות וואס איז שייך, אבער מען טאר זיך נישט פארלאזן אז דאס איז די ישועה, מען דארף וויסן בבחינת יגעת ומצאת תאמין, וואס דער הייליגער ישמח משה פרעגט אויב איז געווען יגעת האסט זיך געפלאגט, פארוואס שטייט מצאת, מען האט דאס נישט געפונען, מען האט זיך דאך געפלאגט דערפאר, זאגט דער הייליגער ישמח משה אז יא, מען פלאגט זיך אויף איין זאך און שפעטער מצאת די ישועה קומט פון א צווייטן ריכטונג, אבער השתדלות מיז מען טוען אפי' די ישועה וועט קומען פון ערגעץ אנדערש, לא יגעתי ומצאתי אל תאמין.

די זעלבע ביי יוסף הצדיק לפי גדלותו האט ער זיך צופיל פארלאזט אז די השתדלות וועט אים ברענגן די ישועה, און דאס איז געווען די פגם, אבער אוודאי דארף מען טוען השתדלות.

צום ענין, די פאטש וואס מיר האבן נעכטן געשפירט איז געווען ווייל מיר האבן געקלערט אז די ישועה וועט קומען פון די אפעלאט געריכט, אאודאי האט מען געלייגט האפענונג און געטוען אלע השתדלות וואס מען איז מחיוב צו טוען, אבער מיר גלייבן ווייטער אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט היינט פון נעכטן און דער בוכ"ע קען פונקט אזוי אים אויסלייזן [בתוך שאר אסורי ישראל] היינט ווי נעכטן, און אז מיר וועלן דאס חזר'ן באמונה שלימה, און מתפלל זיין ווייטער אן קיין יאוש, און אוודאי איז מען מחיוב צו טון ווייטער השתדלות, איז זיכער אז די ישועה וועט אנקומען גאר שנעל, ווייל ווען עס קומט די ריכטיגע מינוט, איז עס וירצוהו מן הבור, מיט א שנעלקייט.

אוודאי טוט זייער וויי צו זען און הערן ווי די פושעי ישראל, פאטשן זיך די בויך פאר שמחה, אבער מיר דארפן וויסן אז ליידער איז דאס נישט קיין נייע זאך אזוי איז געווען אין אלע דורות, שלא אחד בלבד וכו', און מיר ברויכן זיך נישט צו טון מאכן פון זיי און נישט קוקן און ליינען וואס זיי שרייבן און זאגן, ה' הוא מלכינו ולו אנו עבדים.

עס וואלט כדי געווען אדורך צו לערנען דעם רבינו בחיי די וואך אנהייב סדרה. שטארקע דיבורים אינעם ענין פון בטחון.

איך וויל מסיים זיין מיט א שיינע זאך וואס איך האב געהערט פון הרה"ג ר' אפרים וואקסמאן שליט"א, עס איז פארהאן אסאך סארטן זאכן וואס מען קען טון מיט פייער, קאכן, באקן, הייצן, מאכן ליכטיג, די אלע פייער'ס צינד א מענטש אן פאר זיך צו נוצן. אבער עס איז אויף פארהאן א געוויסע סארט פייער וואס א מענטש צינד נישט אן פאר זיך צו נוצן נאר פאר צווייטן אים צו זען, ווען א מענטש ווערט פארלוירן אין א טונקעלן וואלד,און מען דרייט זיך ארום אים זוכן, צינד ער אן א ליכט צו ווייזן אויף דערווייטענס דא בין איך! קום נעם מיר אהיים.

חנוכה ליכט צינדן מיר אן נישט צו ניצן, אין לנו רשות להשתמש בהם, נאר פארוואס דען צינדן מיר דאס אן, אלא לראותם בלבד, אז מען זאל אונז קענען זען, און מיר שרייען צום באשעפער קוק דא אינעם טונקעלן גלות דא בין איך! קום נעם אונז אהיים.

לאמיר זיך אלע מחזק זיין און געדענקן אז דער אויבערשטער קען און וועט העלפן, נישט אינעם פארפוילטן אמעריקאנעם דזשאסטוס סיסטעם איז אונזער בטחון, אשרי הגבר אשר שם ה' מבטחו וכו'

א פרייליכן חנוכה!
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובה דורך ישמחו »

גאר שיין און טרעפליך, יישר כח אויף די אויפריכטיגע ווערטער.

דאס ווארט פון רב וואקסמאן איז צום פינטל.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובה דורך יחזקאלע »

יפה דברת ובעתו דברת אמן כן יהי רצון, והעיקר, יעדעס קאפיטל תהילים וועט נענטער ברענגען די ישועה!!
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

וואס זענט איר מדמה יוסף הצדיק וואס אזא צדיק גמור איז מען מעניש אויף א אפס קצהו פון א פיצינקע מחשבה וואס מיר פארשטייען ניטאמאל, און 2טנס האט זיך יוסף פארלאזט אויף א שר המשקים אז ער זאל רעדן אויף אים גוטס.

איר רעדט זייער גרויס, זייער הייליג. ממש א שטיק רבינו בחיי און חובת הלבבות אבער ענטפער ביטע איין קשיא איידער איר זענט מקטרג דא אויף גאנץ כלל ישראל:

קען די ישועה בדרך הטבע קומען פאר ר׳ נחמי׳ וועבערמאן נישט דורך א שופט?

יא אדער ניין?

הרבה דרכים למקום! אבער בדרך הטבע מוז עס קומען דורך א שופט! און די עסקנים האבן געטאן וואס מ׳האט געדארפט, און מיר פארשטייען נישט די חשבונות פונעם רבוש״ע. און קיינער איז זיך חלילה נישט מתרעם אויפן רבוש״ע!

בלעים נישט קיינעם ביטע!
משל למה הדבר דומה: ווען עס פאסירט א ביטערע קאטעסטראפע רח״ל, און א חשוב׳ער יונגער מענטש גייט פון דעם עולם ל״ע נאך א שווערע אפעראציע. יעדער איז צעבראכן און ערשיטערט / קומט אן א הייליגער ניק און לאזט זיך הערן: רבותי דאס איז אונז געקומען ווייל מ׳האט זיך נאר פארלאזט אויף די דאקטוירים וכו׳!

קיינער איז זיך נישט מתרעם - און איר ביטע טוט א טובה און זיין נישט מקטרג יעצט - דאס איז רעזערווערט פאר גדולי ישראל עקסלוסיוו.
whateverusay
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:56 pm

תגובה דורך whateverusay »

מיר אידן גלייבן אויך אין חוץ לדרך הטבע. ער זאגט פאר אונז, נישט די משפחה, עסקנים.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

1) אין סומכין על הנס.
2) איי-וועלט פארמאגט (ליידער) נאכנישט קיין קארעספטנדאנט ביים בית דין של מעלה אין הימל וואס זאל אונז מעלדן פארוואס דער אפעלאט האט עס אפגעווארפן!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובה דורך פרידן »

קען די ישועה בדרך הטבע קומען פאר ר׳ נחמי׳ וועבערמאן נישט דורך א שופט?

יא אדער ניין?

הרבה דרכים למקום! אבער בדרך הטבע מוז עס קומען דורך א שופט!


געדענקסט אפשר אז דער וואס איז געזיצן וועגן יחזקאל שמש מארד איז ארויס בין יום ובין לילה אן א שופט וכהנה וכהנה רבות
די זעלבע אפיס האט געקלאגט ביידע
whateverusay
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:56 pm

תגובה דורך whateverusay »

of course you had to appeal, but we still have hope as yidden.
אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

תגובה דורך הגאון »

נאטרוליסט האט געשריבן:... ענטפער ביטע איין קשיא איידער איר זענט מקטרג דא אויף גאנץ כלל ישראל: ...

אנטשלודיגט הרב נאטרוליסט, איך ווייס נישט וואס דער אויסבראך דא איז, ווער האט חלילה מקטרג געווען אויף כלל ישראל, מען האט ס"ה אויסגעשמועסט א נקודה אז טראץ וואס דער אפעלאט האט זיך נישט גענדיגט ווי מיר האבן געוואלט, דארפן מיר געדענקן אז מיר פארלאזן זיך נאר אויפן רבש"ע און נישט אויפן פארפוילטן דזשאסטוס דעפארטמענט, והרבה דרכים למקום, און ביים אויבערשטן האט זיך גארנישט געטוישט נאכן אפעלאט.

נאטרוליסט האט געשריבן:...
הרבה דרכים למקום! אבער בדרך הטבע מוז עס קומען דורך א שופט! און די עסקנים האבן געטאן וואס מ׳האט געדארפט ...

ווער האט דען געזאגט אז נישט, אדרבה ליין נאכאמאל אדורך וואס איך האב געשריבן, אוודאי האבן די עסקנים געטון די ריכטיגע השתדלות וואס מען איז מחיוב צו טוען, אבער מיר טארן זיך יעצט נישט פארלירן ביים אויבערשטן איז די טבע פונקט אזוי גרינג ווי די שלא כדרך הטבע, און חוץ מזה ווייסן מיר אז עס קען אפי' זיין אין די טבע אז מען זאל באפרייט ווערן נאך אן אפעלאט דורך אסאך אופנים.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

ר' נחמי' צבי בן דינה
וועט אי''ה בקרוב ווערן באפרייט מיטן אייבישטן הילף

ישועת השם כהרף עין

מיר טארן זיך נישט מייאש זיין

זייטס אלע מחזק ווייל מען גייט זעהן די ישועה בקרוב ממש
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

תגובה דורך סמארט גאי »

געהערט אז ער האט פארלוירן דעם אפיעל
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

תגובה דורך חזרה »

וועלכע אפיעל ? א פרישע זאך ?
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובה דורך חלהדעקל »

ביטע מער אפדעיטס
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

סמארט גאי האט געשריבן:געהערט אז ער האט פארלוירן דעם אפיעל

ווען איז עס געווען?
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14665
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

תגובה דורך הרב_שלום »

העלפט ארויס יודען וואס זיצען ל"ע אין תפיסה אין איינוועגס קענט איר זיין די גליקליכע געווינער פון $36000 רופט 929.259.7070 אדער קליקט http://bit.ly/Raffle36k
קאמפיין ווערט געפירט דורך איינער פון ר נחמי קינדער זאל דאס זייין פאר א זכות
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

אוי באשעפער העלף אים שוין

מיר קענען נישט מסיח דעת זיין מלהתפלל עליו, נחמי' צבי בן דינה שיצא מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובה דורך לאלתר לחיים »

רצון טוב האט געשריבן:אוי באשעפער העלף אים שוין

מיר קענען נישט מסיח דעת זיין מלהתפלל עליו, נחמי' צבי בן דינה שיצא מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה.
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובה דורך רחש לבי »

געזעהן די אשכול ארויפקומען אויפן אויבערפלאך, געהאפט אז מ׳מעלדט שוין די ערווארטעטע ישועה. אבער דערווייל איז נאך ליידער נישט געקומען די צייט. ס׳איז נישט צו באגרייפן וואס דאס מיינט פאר א איד צו זיצן אין דעם א.ג. מלכות של חסד אבער נישט קיין מלכות של רחמים. ה״י.
ישועת ה׳ כהרף עין, זאל דער טאטע אין הימעל שיקן די ישועה אז נחמי׳ צבי בן דינה זאל ארויסגיין לחירות בקרוב ממש.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

הרב_שלום האט געשריבן:העלפט ארויס יודען וואס זיצען ל"ע אין תפיסה אין איינוועגס קענט איר זיין די גליקליכע געווינער פון $36000 רופט 929.259.7070 אדער קליקט http://bit.ly/Raffle36k
קאמפיין ווערט געפירט דורך איינער פון ר נחמי קינדער זאל דאס זייין פאר א זכות


אנטייל גענימען

זאל עס זיין לזכותו
ולכל אחינו בני ישראל היושבים בצרה ומצוקה נוראה המקום ירחם עליהם ועל ב"ב ומשפחתם שיוושעו במהרה

קען מען זיך מצייר זיין וואס עס מיינט א ראש המשפחה האלט שוין ביי ערב ימי הנוראים החמישי אין פינסטערע קעלערן צווישן רוצחים?

רבוש"ע הביטה וראה בעניינו.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

ווי קען מען שיקען בריווען צו ר' נחמי' איך וויל שיקן אי''ה
וואס איז דער אדרעס...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
משה סויבל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 8:09 pm

תגובה דורך משה סויבל »

רצון טוב האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:העלפט ארויס יודען וואס זיצען ל"ע אין תפיסה אין איינוועגס קענט איר זיין די גליקליכע געווינער פון $36000 רופט 929.259.7070 אדער קליקט http://bit.ly/Raffle36k
קאמפיין ווערט געפירט דורך איינער פון ר נחמי קינדער זאל דאס זייין פאר א זכות


אנטייל גענימען

זאל עס זיין לזכותו
ולכל אחינו בני ישראל היושבים בצרה ומצוקה נוראה המקום ירחם עליהם ועל ב"ב ומשפחתם שיוושעו במהרה

קען מען זיך מצייר זיין וואס עס מיינט א ראש המשפחה האלט שוין ביי ערב ימי הנוראים החמישי אין פינסטערע קעלערן צווישן רוצחים?

רבוש"ע הביטה וראה בעניינו.
דרוקט דא
אטעטשמענטס
וועב טאפ.jpg
וועב טאפ.jpg (130.43 KiB) געזען 3494 מאל
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”