בלאט 935 פון 937

געשריבן: דאנארשטאג יולי 07, 2016 3:10 pm
דורך ויתן לך
ברעיקינג, סענדערס גייט דינסטאג ענדארסן קלינטאן
דבר בעתו מה טוב

געשריבן: דאנארשטאג יולי 07, 2016 3:10 pm
דורך מה פתאום???
בוידעם האט געשריבן:פאליק, טראמפ האט אראפ גענומען די נאמען לייען פון טעד, און עס געשאנקען פאר הילערי.

זיי זאגן אז הילערי האט ביי א געהיימע זיצונג געזאגט, אז זי גייט זיך ארויסצוהען פונעם פארמעסט, לייען איז א זאך וואס זי קען נישט הענדלען.

אין אנדערע נייעס, טראמפ האט שאקירט די וועלט מיט זיין גאונישע געדאנק אז הילערי איז א מאסקיטאו, די פאליטישע ערד ציטערניש וואס האט נאכגעפאלגט, און האלט זיך נאך אינמיטן אנטוויקלען, איז עפעס וואס מען האט נאך נישט געזעהן אין די אמעריקאנע פאליטיק.

ביל קלינטאן האט געלאזט וויסן פאר הילערי, מיר טיילן זיך, איך דערהייב נישט מאסקיטאו׳ס.

אבאמא האט געזאגט ער גייט מוזן איבערקלערן ווייטערדיגע שריט, דערווייל לייגט ער זיין אינדארסמענט אויף האלד.

על גאור האט זיך אויך געלאזט הערן, מאסקיטאוס איז נישט גוט פאר די ענווייערמענט.

זיידע סאנדער׳ס פון ווערמאנט האט געזאגט אז ער האט שוין לאנג געהאלטן אז זי איז א מאסקיטאו, ער האט נאר נישט געהאט די גאט׳ס צו זאגן זאכן וואס זענען ״פאליטיקלי אונקארעקט״, אבער דאס איז קלאר זי איז א מאסקיטאו.

דערווייל איז די אמעריקאנע באפעלקערונג אין א טיפע שאק פון די שטוינענדע אנטדעקונג, מענטשן פרעגן: וויאזוי האט זי דאס געקענט בהאלטן אזויפיל יארן?!

א הייסע טראמפ סופארטער פון שערי חמלה האט געזאגט פאר פאקס ניוז: טראמפ וועט נאך אויפדעקען אסאך איבער איר, זי איז זיכער אויך א ספיידער, באמבע בין און א עליגעטער. דאס איז וואס אמעריקע דארף, איינער וואס זאל זיך נישט שעמען צו דערציילן דעם אמת וויאזוי עס איז.

דט״פ.

:smile:

געשריבן: דאנארשטאג יולי 07, 2016 3:33 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איך מיין סיז די ערשטע מאל וואס מקומט אריין אין די אשכול און מקען געבן א שמייכעל,
בוידעם טענקס

געשריבן: דאנארשטאג יולי 07, 2016 4:36 pm
דורך פאליק
<:>
נעכטן האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:פאליק, טראמפ האט אראפ גענומען די נאמען לייען פון טעד, און עס געשאנקען פאר הילערי.

זיי זאגן אז הילערי האט ביי א געהיימע זיצונג געזאגט, אז זי גייט זיך ארויסצוהען פונעם פארמעסט, לייען איז א זאך וואס זי קען נישט הענדלען.

מקור? איך זע עס אין ערגעץ נישט

אין אנדערע נייעס, טראמפ האט שאקירט די וועלט מיט זיין גאונישע געדאנק אז הילערי איז א מאסקיטאו, די פאליטישע ערד ציטערניש וואס האט נאכגעפאלגט, און האלט זיך נאך אינמיטן אנטוויקלען, איז עפעס וואס מען האט נאך נישט געזעהן אין די אמעריקאנע פאליטיק.

ענליך איז געשען ווען מ'איז געוואר געווארן אז ביל קלינטאן איז שווארץ

ביל קלינטאן האט געלאזט וויסן פאר הילערי, מיר טיילן זיך, איך דערהייב נישט מאסקיטאו׳ס.

זיי זענען שוין לאנג צוטיילט כידוע ליודע שמוץ

אבאמא האט געזאגט ער גייט מוזן איבערקלערן ווייטערדיגע שריט, דערווייל לייגט ער זיין אינדארסמענט אויף האלד.

מקור?

על גאור האט זיך אויך געלאזט הערן, מאסקיטאוס איז נישט גוט פאר די ענווייערמענט.

ער האט א פוינט

זיידע סאנדער׳ס פון ווערמאנט האט געזאגט אז ער האט שוין לאנג געהאלטן אז זי איז א מאסקיטאו, ער האט נאר נישט געהאט די גאט׳ס צו זאגן זאכן וואס זענען ״פאליטיקלי אונקארעקט״, אבער דאס איז קלאר זי איז א מאסקיטאו.

ער האט געזאגט אז ער איז נישט זיכער צי זי אז א מאסקיטא אבער ער איז זיכער אז זי קען בייסן

דערווייל איז די אמעריקאנע באפעלקערונג אין א טיפע שאק פון די שטוינענדע אנטדעקונג, מענטשן פרעגן: וויאזוי האט זי דאס געקענט בהאלטן אזויפיל יארן?!

ס'געווען אסאך וואס האבן גראדע יא געוויסט


א הייסע טראמפ סופארטער פון שערי חמלה האט געזאגט פאר פאקס ניוז: טראמפ וועט נאך אויפדעקען אסאך איבער איר, זי איז זיכער אויך א ספיידער, באמבע בין און א עליגעטער. דאס איז וואס אמעריקע דארף, איינער וואס זאל זיך נישט שעמען צו דערציילן דעם אמת וויאזוי עס איז.

חוש, נישט שערי חמלה (נישט אז ס'מאכט א חילוק, נאר למען הפונקטליכקייט)

דט״פ.


|{}+ :-e;/ =k?%0 %f#@ ={'} ;q;.i ;/, ף,ף ?ץ. :lol: -c:o -c:o -c:o :wink: :wink: :-o :-o ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;sp;

געשריבן: דאנארשטאג יולי 07, 2016 4:40 pm
דורך אויסגערעכנט
@פאליק יוא ביסט גוט....

איך דארף נאר א הסבר אויף דעם קליינעם רעכטס אונטן וואס רייסט זיך אויף.... אלע ביז דארט פארשטיי איך....און די מאסקיטא פעלט באמערק איך אויך גראדע...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 07, 2016 4:46 pm
דורך ויתן לך
ייש"כ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 07, 2016 4:47 pm
דורך אמביציע
וואס דארט גייט פאר, ווי האסטו געטראפ די אלע חברה דארטן?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 07, 2016 4:59 pm
דורך פאליק
די אלע האבן געוואלט אויפהערן צו וואטען פאר טראמפ נאך בוידעם'ס שארפע תגובה אבער זיי האבן געטוישט מיינונג נאך @נעכטן'ס שטארקע ענטפער

געשריבן: דאנארשטאג יולי 07, 2016 6:45 pm
דורך טריסקער
קוק נאר די ערשטע... די זענען טראמפ וסייעתו אדער קלינטאן וסייעתו???

הדרן עלך בערני!

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 2:46 pm
דורך פאליק
איינער מיט די נומבער פון מושב זקנים

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:25 pm
דורך חלהדעקל
@בוידעם, ערשט יעצט געזעהן דיין שאקירענדע מאסקיטא אויפדעקונג, אייזען גוט!

געשריבן: מאנטאג יולי 18, 2016 7:48 pm
דורך יאצמעך
חלהדעקל האט געשריבן:@בוידעם, ערשט יעצט געזעהן דיין שאקירענדע מאסקיטא אויפדעקונג, אייזען גוט!

א שאק און א שוידער

געשריבן: מאנטאג יולי 18, 2016 8:12 pm
דורך פאליק
היינט האבן זיך צציםגענומען אפאר אקטיוויסטן אין קלייולאנד אהייא וואס זיי האבן געוואלט נישט מער און ווייניגער נאר אונטער ווארפען די אלע בלעטער דא און אראפווארפען דעם געווינער פון דעם אשכול!

ב"ה לא עלתה בידם די פוטש איז נישט געלונגען!

די געווינער איז די געווינער

געשריבן: מאנטאג יולי 18, 2016 11:52 pm
דורך ארטסקרול
דער שרייבער פון די א.ג. ארט אוו די דיעל איז ארויסגעקומען איבער אלעם ארום דעם בוך. ער זאגט אז טראמפ האט אפילו נישט געליינט דעם בוך. און ער מאלט אים אראפ אלס די ארגסטע ביליגסטער מענטש וואס האט נאר אמאל שפאצירט אויף דער וועלט.

http://www.newyorker.com/magazine/2016/ ... -tells-all

געשריבן: דינסטאג יולי 19, 2016 12:51 am
דורך יש ברירה
פאר די אלע וואס האבן נעבעך נאכגעזאגט וואס דער סיקרעט סערוויס אגענט האט נעבעך צאם געחלומט, ער איז דאך געוועהן דארט! ער פארציילט פין אונטער די קאליסען! ער איז דאך ערשט האנטיגע עדות!

נאדער!!
איעט איט!

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 1:59 pm
דורך derech eretz

געשריבן: זונטאג יולי 24, 2016 10:42 am
דורך שטיגליץ
לויט וויקיליעקס האט די אפיציעל נייטראלע DNC פארארבעט מעשים קעגן רבי בערל סענדערס, דיסקוסירנדיג אפילו די אפציע פון נוצן דעם "איד" קארטל קעגן איהם.

http://forward.com/news/breaking-news/3 ... day-Friday

http://nypost.com/2016/07/22/leaked-ema ... d-sanders/

געשריבן: זונטאג יולי 24, 2016 11:17 am
דורך שלמה הילדעסהיימער
נוצן דעם "אטעאיסט" קארטל קעגן סאנדערס 'וואס פאררופט זיך אפיציעל אלס איד'.

אדער פארשטיי איך נישט קיין ענגליש?
It might may no difference, but for KY and WVA can we get someone to ask his belief. Does he believe in a God. He had skated on saying he has a Jewish heritage. I think I read he is an atheist. This could make several points difference with my peeps. My Southern Baptist peeps would draw a big difference between a Jew and an atheist.


נישט אז דאס פארענטפערט די געוואלדיגע חוצפה פון די דעמאקראטישע פארטיי פלאנען און קאנספירירן קעגן א קאנדידאט וואס לויפט אין אפענע, פרייע וואלן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 7:48 am
דורך איש חמודות
איש חמודות האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:איין זאך איז זיכער נישט קיין חילוק וואו טראמפ האלט יעצט צו ער גייט יא געווינען צו נישט אין נאוועמבער ווערט היינט אפגעצייכענט א יאר פון ווען טראמפ איז אראפגעקומען פונעם עסקלעיטער אין טראמפ טאוער און די גאנצע (איי)וועלט האט געלאכט פון אים און מען האלט א יאר שפעטער און קאמענטארען זענען איבעריג

ואורט נאר ווארט עטליכע חדשים (ביז נאוועמבער)... מ'וועט דעמאלס אזוי שטארק לאכן (האפענטליך) אז ס'וועט אפצאלן אלע לאכערייען מיט א שיינע פראצענט רבית.

דערווייל זעהט אויס מער און מער ווי ס'גייט אין גוטן ריכטונג, אז מיר גייען לאכן א גוטס פון טראמפ אין 98 טאג פון היינט.

#הכונו_למעמד_הלאכן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 5:58 pm
דורך פערפעקט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:זאגבי האט אסאך מאל אנקעטעס און ס'געלונגטעם אויך צו זיין פון די מער עקיורעט פאולס, אבער קיינער טראסטעם נישט!

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:32 pm
דורך פאליק
אויב קלינטאן ציט זיך ארויס איז דא פרישע פריימעריס?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:33 pm
דורך סראלי
פאליק האט געשריבן:אויב קלינטאן ציט זיך ארויס איז דא פרישע פריימעריס?


https://www.google.com/amp/amp.timeinc. ... ent=safari

געשריבן: זונטאג נובעמבער 06, 2016 12:26 am
דורך איש חמודות
איש חמודות האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:איין זאך איז זיכער נישט קיין חילוק וואו טראמפ האלט יעצט צו ער גייט יא געווינען צו נישט אין נאוועמבער ווערט היינט אפגעצייכענט א יאר פון ווען טראמפ איז אראפגעקומען פונעם עסקלעיטער אין טראמפ טאוער און די גאנצע (איי)וועלט האט געלאכט פון אים און מען האלט א יאר שפעטער און קאמענטארען זענען איבעריג

ואורט נאר ווארט עטליכע חדשים (ביז נאוועמבער)... מ'וועט דעמאלס אזוי שטארק לאכן (האפענטליך) אז ס'וועט אפצאלן אלע לאכערייען מיט א שיינע פראצענט רבית.

דערווייל זעהט אויס מער און מער ווי ס'גייט אין גוטן ריכטונג, אז מיר גייען לאכן א גוטס פון טראמפ אין 98 טאג פון היינט.

#הכונו_למעמד_הלאכן

זייטיגע נאטיץ
היו נכונים ליום השלישי!
גרייטס ענק אן די מילצן

געשריבן: זונטאג נובעמבער 06, 2016 1:40 am
דורך יהודי
קאליפארניע האט געשריבן:טראמפ האט יעצט א דירעקט ליניע צי זיין חבר און רוסלאנד דורך אלעסקע, נישט ווערן איבערגענימען אויב ס'פארט מער קאמלימענטען פון טראמפ צי פוטין און ווייס ווערסע און די קומענדיגע שטיק צייט.

יעצט פארשטיי איך שוין.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:10 pm
דורך פאליק
פאליטיקא באריכטעט אז פאר די ניו העמפשיר פריימערי האט די קרוז קאמפיין געהאלפן גאר אסאך די טראמפ קאמפיין ווילנדיג זיכער מאכן אז קעסיק געווינט נישט די סטעיט

אינטערסאנט אז מען האט נאך דעמאלטס געהאלטן אז טראמפ איז א דשאוק און ער האט מורא געהאט פון קעסיק