די 2016 פרעזידענטליכע פריימעריס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 14, 2016 12:25 pm

די פאוסט באריכטעט אז געוויסע פין די העקערס זענען געוועהן דערינען פאר א גאנצע יאר! ממש ביים טאטן אין וויין גארטן, געליינט אימעילס, מיטגעהאלטן טעשט'ס וכו', ביזן ווערן ארויסגעשטויסן פאריגע וואך

ווי אויך איז דא באריכטן אז זיי האבן פראבירט צו העקען טראמפ'ס קאמפיין אבער עס איז נישט קלאר אויב זיי זענען געוועהן ערפאלגרייך

אוועטאר
milech fried
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » דינסטאג יוני 14, 2016 12:31 pm

דעלמאטס פארוואס האבן זיי ארויסגעווארפן די רוסישע העקרס? זיי וואלטן זיי געדארפט לאזן דארט און זיי פיטערן מיט פאלשע אינפארמאציע און קאנטער שפיאנירן........

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג יוני 14, 2016 1:01 pm

א געלונגענע בילד. טראמפ שווימט צום וויסן הויז מיט די אורלענדא שחיטה
צוגעלייגטע
photo_2016-06-14_13-08-02.jpg
Mr President We're tiered of winning so much

אוועטאר
milech fried
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » דינסטאג יוני 14, 2016 1:03 pm

נישט אזוי געלונגען נישט אזוי געלונגען סקוקט אויס וויל ער דערדטרענקט זיך אויפן וועג אהין

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דינסטאג יוני 14, 2016 5:06 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:@פערפעקט, די ערשטע העלפט איז יא גוט?

די צווייטע העלפט איז אזוי, דרך אגב אז מ'רעדט שוין דעליטן, ווי זענען דיינע אימעילס וואס די האסט דעליטיד...

דער איז דאך אזוי off his game אז עס איז נישט פאני.

טראמפ האט ארויסגעשיקט זיין טוויט 2:22 נאכמיטאג. קלינטאן האט ארויסגעשיקט איר ענטפער 2:27 נאכמיטאג, דאס איז פינף מינוט נאך טראמפ'ס.
איבער צוויי שעה שפעטער, 4:40, האט ער זיך דערמאנט אז ער דארף ענטפערן, און וואס ענטפערט ער? "How long did it take for your staff of 823 people to think that up". דערנאך שרייבט ער דאס וואס ער האט געדארפט ענטפערן ביז פופצן מינוט שפעטנסט "and where are your 33,000 emails you deleted?"
דו נאר איינער, זי האט גלייך אפגעענפערט דיין אטאקע, צוויי שעה שפעטער דערמאנסטו זיך צו פרעגן פארוואס עס האט איר גענומען אזוי לאנג?

דער איז דאך אזא חוזק אז ריינס פריבוס האט שוין א שעה פארדעם אפגעענטפערט קלינטאן ".@HillaryClinton If anyone knows how to use a delete key, it's you."
צייטליכער, קורצער, און מער צום זאך.

This was definitely not a good day for the Donald.

זאכליך האט געשריבן:אמת'דיג? א גאונות פון א טוויט, ניין?
איינער קען מיר מסביר'ן וואס איז אזוי געלונגען מיט איר טוויט?

@זאכליך אויף טוויטער דארף דאס צו זיין א שטארקע זאך, פרעג מיר נישט פארוואס.

Trump was accused of destroying email evidence in lawsuit 10 years ago - USA TODAY
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דינסטאג יוני 14, 2016 5:07 pm

Russian hackers stole Dems' Trump files, firm says -
CNN International
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דינסטאג יוני 14, 2016 5:08 pm

Donald Trump says he is "revoking" the Washington Post's press access at his campaign events because the newspaper is "phony and dishonest.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דינסטאג יוני 14, 2016 5:09 pm

Harvard Study Says Media Coverage Built Up Trump, Tore Down Clinton
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג יוני 14, 2016 10:09 pm

קלינטאן האט געוואונען די דיסטריקט אף קאלאמביע.

קלינטאן און סענדערס גייען זיך שפעטער טרעפן. עס איז ערוווארטעט אז סענדערס גייט זיך ארויסציען און אינדאורסן קלינטאן.

ארויסציען האב איך געזאגט?.. מען האט אים ארויסגעשטויסן!

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג יוני 14, 2016 10:24 pm

פון וואנעט נעמסטו דיינע "ערווארטונגען"? גארנישט איז נישט ערווארטעט. קאליפארניע האלט מען נאך פעסט אינמיטן ציילן, און ווי מער מען ציילט ווערט די פארמעסט שמעלער.

עקסטער פלאנט א אינדעפענדענט גרופע אריין צו געבן א קלאגע מיט טענות אז די וואלן זענען געפעלשט געווארן אין אסאך סטעיטס, באזירט אויף די סטאנדארטן וואס די יונייטעד סטעיטס גאווערמענט נוצט צו באשטימען אויב די עלעקשאנס אין אנדערע לענדער זענען געווען גענוג כשר.

און פארשטייט זיך דער עיקר איז, קלינטאן איז נאכנישט פארטיג מיט די עף בי איי, נאר היינט איז געווען אין די נייעס פון וויקי ליקס אז זיי האבן גענוג סחורה צו אינקרימינעיטן קלינטאן. סאו סאנדערס האט מער ווי גענוג סיבות צו פארבלייבן אינעם פארמעסט נאך אפאר וואכן.

איך ווייס נישט וואס עס גייט זיין, ס'איז נאר די 'מידיא נעראטיוו וואס איז כסדר אויבערפלעכליך און ראנג.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג יוני 14, 2016 10:33 pm

מי חכם האט געשריבן:פון וואנעט נעמסטו דיינע "ערווארטונגען"? גארנישט איז נישט ערווארטעט. קאליפארניע האלט מען נאך פעסט אינמיטן ציילן, און ווי מער מען ציילט ווערט די פארמעסט שמעלער.

פון וואו נעמסטו אז מען האלט נאך אינמיטן ציילן אין קאליפאניע, און אז עס ווערט שמעלער?

גוגל פארציילט אז מען האט שוין גענדיגט ציילן און קלינטאן איז פאראויס מיט 4 הונדערט טויזענט און 38 טויזענט שטימען, דאס איז כמעט א האלב מיליאן!

לגבי איר אינדייטן, אויב גייט מען איר טאקע אינדייטן קען סאנדערס אויך זיין אינדרויסן פונעם פארמעסט, מען וועט אים צוריק אריינברענגן.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דינסטאג יוני 14, 2016 10:34 pm

בן נון האט געשריבן:קלינטאן האט געוואונען די דיסטריקט אף קאלאמביע.

קלינטאן און סענדערס גייען זיך שפעטער טרעפן. עס איז ערוווארטעט אז סענדערס גייט זיך ארויסציען און אינדאורסן קלינטאן.

ארויסציען האב איך געזאגט?.. מען האט אים ארויסגעשטויסן!

ווען אימער איינער פארליט א פריימערי הייסט עס ארויסגעשטויסן?!

מען האט ארויסגעשטויסן הילערי אין 08?! מען האט ארויסגעשטויסן טראמפ פון אייוואע?! מען האט ארויסגעשטויסן קרוז פון די פארמעסט?!

בסך הכל האט ער אנגעצויגען היבש מער ווי געראכטן, און יעצט האט ער פארלוירן די לופט פון זיינע רעדער, ער האט זייער זייער שיין אנגעצויגען לויט די ערווארטונגען..

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג יוני 14, 2016 10:36 pm

ער מיינט לכאורה צו זאגן אז די פארטיי שישקעס האבן אים -נאכן נישט אנציען גענונג- אבער נאך אלץ נישט פארשטאנען אז ער דארף גיין- שיינערהייט מסביר געווען אז געווען אז ער זאל גיין.

משא״כ קלינטאן אין 08׳ קרוז 16׳ האבן נישט געווארט אויף די כבוד.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג יוני 14, 2016 11:02 pm

בוידעם האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:פון וואנעט נעמסטו דיינע "ערווארטונגען"? גארנישט איז נישט ערווארטעט. קאליפארניע האלט מען נאך פעסט אינמיטן ציילן, און ווי מער מען ציילט ווערט די פארמעסט שמעלער.

עקסטער פלאנט א אינדעפענדענט גרופע אריין צו געבן א קלאגע מיט טענות אז די וואלן זענען געפעלשט געווארן אין אסאך סטעיטס, באזירט אויף די סטאנדארטן וואס די יונייטעד סטעיטס גאווערמענט נוצט צו באשטימען אויב די עלעקשאנס אין אנדערע לענדער זענען געווען גענוג כשר.

און פארשטייט זיך דער עיקר איז, קלינטאן איז נאכנישט פארטיג מיט די עף בי איי, נאר היינט איז געווען אין די נייעס פון וויקי ליקס אז זיי האבן גענוג סחורה צו אינקרימינעיטן קלינטאן. סאו סאנדערס האט מער ווי גענוג סיבות צו פארבלייבן אינעם פארמעסט נאך אפאר וואכן.

איך ווייס נישט וואס עס גייט זיין, ס'איז נאר די 'מידיא נעראטיוו וואס איז כסדר אויבערפלעכליך און ראנג.

פון וואו נעמסטו אז מען האלט נאך אינמיטן ציילן אין קאליפאניע, און אז עס ווערט שמעלער?

גוגל פארציילט אז מען האט שוין גענדיגט ציילן און קלינטאן איז פאראויס מיט 4 הונדערט טויזענט און 38 טויזענט שטימען, דאס איז כמעט א האלב מיליאן!

לגבי איר אינדייטן, אויב גייט מען איר טאקע אינדייטן קען סאנדערס אויך זיין אינדרויסן פונעם פארמעסט, מען וועט אים צוריק אריינברענגן.

סאנדערס + 'מידיא = טויט.

פאר די 'מידיא איז סאנדערס קיינמאל נישט געווען אינטערעסאנט, און זיי האבן אים קיינמאל נישט גענומען ערנסט, אדער אים באריכטעט נארמאל. וואס פונקטליך איז די סיבה, איז אפן פאר דיסקוסיע, אבער דאס איז דער פאקט געווען במשך דעם גאנצן קאמפיין.

עס איז דערפאר נישט קיין וואונדער אז די זעלבע עי פי וואס האט פלוצלינג א טאג פאר די קאליפארניע פריימערי'ס זיך געכאפט אז זיי קענען פשוט מאכן א סורוועי צווישן די פארבליבענע סופער דעלעגעיטס צו זען אויב זיי שטיצן שוין קלינטאן, האט געקאלט די רעיס אין קאליפארניע מיט מיליאנען שטימען נאכנישט געציילט. עס קען זיין אז זיי זענען באמת אזוי אומקאמפעטענט אז זיי האבן געמיינט אז 100 פראצענט פריסינקט'ס רעפארטינג מיינט אז 100 פראצענט פון אלע וואוטס זענען שוין אין (אין קאליפארניע - לויטן באורד אוו עלעקשאנס קאמישאנער - מיינט דאס אז עס איז שוין דא'עטוואס' רעזולטאטן פון אלע פריסינקט'ס).

צי דער אויסגאנג וועט זיך דראמאטיש טוישן, צו א קאמפלעטע געווינס פאר סאנדערס? לויט א אנאליז פון וואשינגטאן פאוסט, וואס איז באקאנט מיט זייער גרויסע אהבה און שטארקע נייטראליטעט ווען עס קומט צו סאנדערס, וועט זיך עס נישט טוישן אויף אזוי ווייט. אבער איך וועל נישט זיין צו שטארק איבעראשט אויב עס וועט זיך יא טוישן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג יוני 14, 2016 11:35 pm

איז לאמיר פארשטיין, גוגל זאגט אז מען האט שוין גענדיגט ציילן, דאס איז א ליגענט?
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג יוני 14, 2016 11:45 pm

@מי חכם, זייט מיר מוחל, אפילו איר זענט יא (אדער נישט) א סאנדערס שטיצער ברויכט איר נישט נאכנישט נאכבעבלען נערישע קאנספיראציע חלומות (דערמאנט מיך פון די היטלער העראיזום ...תגובה לעצטע וואך)

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג יוני 14, 2016 11:46 pm

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג יוני 14, 2016 11:51 pm

קלינטאן שטייט העכער מיט 12% און מען האלט שוין "א וואך" נאכן שטימן. ווילט איר מיר פארקויפן דעם ברוקלין בריק אז סאנדערס קען נאך געווינען קאליפארניע.....???????

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג יוני 14, 2016 11:55 pm

the official (i.e. AP / Google) results were not updated since last week. no newly counted votes are included
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג יוני 14, 2016 11:59 pm

מי חכם האט געשריבן:the official (i.e. AP / Google) results were not updated since last week. no newly counted votes are included

קום אריין קלארער ביטע.

לויט ווי איך פארשטיי ציילט די סטעיט עלעקשאן אלע שטימן גלייך נאכן ענדיגן ציילן. וואס איז דא געשען? וויפיל שטימן האט מען נישט געציילט? באהאלט די סטעיט? קאנספיראציעס? חלומות?

רעדסט האלבע ווערטער קום אריין קלאר.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג יוני 14, 2016 11:59 pm

@מי חכם, איך קען עס נישט עפענען משומר בלאקט עס.

אבער וויאזוי עס זאל נישט זיין, הילערי קלינטאן האט ברייט געווינען די דעמאקראטישע פרייעמערי, כולל די פאפולערע שטימען, פיר מיליאן מער פון סאנדער׳ס, די דעלעגאט קאונט, 400 פלעדזשט מער פון סאנדער׳ס, די סופער דעלעגאטען, 500 מער, די סטעיט׳ס, 12 מער, און די % פון די פארטיי 13 פונקטן העכער פון סאנדערס. 55% צו 42%

און לאמיר נישט פארגעסן, אבאמא אין 08׳ איז געשטאנען אינטערשטעלונג פון קלינטאן אין די פאפולערע שטימען.

דעריבער זענען אלע רעדערייען בלויז געמאלן וואסער.
----
היימישער האקט.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יוני 15, 2016 12:03 am

ווידער א קלינטאן אינדייטמענט איז יא א זאך וואס איז טעכניש מעגליך, אבער לייגט זיך שווער אויפן שכל מיט וואשינגטאן קארופציע אפילו זי זאל זיין א מיליאן פראצענט שולדיג.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יוני 15, 2016 12:07 am

לאמיר זאגן אז מען גייט איר אנקלאגן, מוז סענדערס טעכניש זיין אינעם פארמעסט איר איבערצונעמען?

זיין זיצן דארט נאכן פארלירן, מאכט אים אויסקוקן ווי א סאוער לוזער.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך יוני 15, 2016 12:14 am

קאליפארניע איז נישט ווינער טעיק אלל, סא יעצט האט קלינטאן 269 איבער 206 פאר סענדערס, לאמיר זאגן אז די ריזאלטס זענען פארקערט און סענדערס האט 63 דעלעגעיטס מער פון קלינטאן האלט ער נאך אלץ ווייט אינטערשטעליג.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יוני 15, 2016 12:23 am

@מי חכם, איך זעה די שאצט אינטער AP'ס שטארקייט אין די וואלן רעזולטאטן.

-זיי ארבייטן דירעקט מיט מוניציפאליטעטן בשעת'ן אפציילן די שטימען.

-זיי האבן א ריזן שטאב וואס לייגט אריין די אינפארמאציע אין זייער קומפיוטער סיסטעם, און זייער קומפיוטער פראגרעם איז זייער פארגעשריטן צו אויפכאפן טעותים אזויווי טייפאוס אדג.

-אלע נייעס אגענטורן נעמען די אינפארמציע פון זיי

-זיי האבן די רעזולטאטן פון די לעצטע צענדליגע יארן און די סדר וויאזוי די רעזולטאטן זענען אריינגעקומען, דאס העלפט זיי פארשאצן די געווינער, און אויך צו פארמיידן טעותים.

-זיי האבן א גיאגראפשע היסטאריע פון יעדע געגענט וויאזוי זיי שטימען , דאס העלפט זיי פארשאצן די געווינער, און אויך צו פארמיידן טעותים.

-אויך נעמען זיי אין חשבון אלע עקסיט פאולס, דאס העלפט זיי פארשאצן די געווינער, און אויך צו פארמיידן טעותים.

אשר על כן,

-איז נעריש צו זאגן אז זיי ווייסן נישט וואס 100% פריסינקט אפגעציילט מיינט, ווייל זיי זענען די וואס גיבן ארויס די נומבערס וויפל פריסינקט ס'איז אפגעציילט.

-אויב AP האט נישט קיין פרישע אפדעיטס, מיינט אז ס'איז נישט דא.

-זיי זענען 99.99% גערעכט ווען זיי call'ן א געווינער, ווייל זייער פארמולע צו אויסרעכענען א געווינער איז א קאמפליצירטע און ס'רעכענט אריין אלע פאקטארן.

גוגל טוהט סתם נעמען דעטע פון AP, אזויווי קאפי פעיסט...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”