די 2016 פרעזידענטליכע פריימעריס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דאנארשטאג יוני 09, 2016 6:09 pm

זאכליך האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:הילערי האט געטוויט פריער א טוויט און עס האט שוין 75 טויזענט לייקס מיט ריטוויטס

די טוויט זאגט פאר טראמפ "delete your account"

טראמפ ענטפערט
How long did it take your staff of 823 people to think that up--and where are your 33,000 emails that you deleted?

כ'פארשטיי נישט,
און טאקע צוליב איר ערפארונג אין דעליטן עקאונטס, איז זי מייעץ טראמפן צו טוהן די זעלבע!

#מויאם לעלע
Definition of perfect: as good as it is possible to be

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג יוני 09, 2016 6:19 pm

איך שטוין וויאזוי אבאמא האט געקענט פארזעהן אזא זאך. האט ער נישט געוויסט פון דעם בילד וואס פאליק האט אפירגעקראצט? וואט עי פלאפ!! ערענסטע בזיונות.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג יוני 09, 2016 6:20 pm

@פערפעקט, די ערשטע העלפט איז יא גוט?

די צווייטע העלפט איז אזוי, דרך אגב אז מ'רעדט שוין דעליטן, ווי זענען דיינע אימעילס וואס די האסט דעליטיד...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דאנארשטאג יוני 09, 2016 6:23 pm

זאכליך האט געשריבן:@פערפעקט, די ערשטע העלפט איז יא גוט?

די צווייטע העלפט איז אזוי, דרך אגב אז מ'רעדט שוין דעליטן, ווי זענען דיינע אימעילס וואס די האסט דעליטיד...

אאיך?? דדדדעליטטעדדד?? :oops:

#כ'כאפ ניש, דו יא?
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יוני 09, 2016 6:27 pm

טראמפס טוויט ווייזט וואסערע שוואכע שאך שפילער ער איז. אז קלינטאן שרייבט א שארפע-צום פוינט- טוויט קום אויף מיט עפעס א גוטס צו ענפערן. קומט ער און שרייבט אפ א גאנצע לאנגע מגילה, דאס רעזינעיט נישט, און פארדעם האלטסטו ביי 50,000 לייקס און קלינטאן ביי כמעט 300,000

#אמעריקאסערענסטעדאגות

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג יוני 09, 2016 6:40 pm

כאפצעם ס'איז 284 ווס 83.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג יוני 09, 2016 6:59 pm

כאפצעם האט געשריבן:קלינטאן שרייבט א שארפע-צום פוינט- טוויט


אמת'דיג? א גאונות פון א טוויט, ניין?
איינער קען מיר מסביר'ן וואס איז אזוי געלונגען מיט איר טוויט?

@כאפצעם פארמעק דיין אקאונט.

יעצט דארפסטו למשל זיין אינגאנצן באפאטשט?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יוני 09, 2016 7:04 pm

זאכליך האט געשריבן:@פערפעקט, די ערשטע העלפט איז יא גוט?

די צווייטע העלפט איז אזוי, דרך אגב אז מ'רעדט שוין דעליטן, ווי זענען דיינע אימעילס וואס די האסט דעליטיד...

דער איז דאך אזוי off his game אז עס איז נישט פאני.

טראמפ האט ארויסגעשיקט זיין טוויט 2:22 נאכמיטאג. קלינטאן האט ארויסגעשיקט איר ענטפער 2:27 נאכמיטאג, דאס איז פינף מינוט נאך טראמפ'ס.
איבער צוויי שעה שפעטער, 4:40, האט ער זיך דערמאנט אז ער דארף ענטפערן, און וואס ענטפערט ער? "How long did it take for your staff of 823 people to think that up". דערנאך שרייבט ער דאס וואס ער האט געדארפט ענטפערן ביז פופצן מינוט שפעטנסט "and where are your 33,000 emails you deleted?"
דו נאר איינער, זי האט גלייך אפגעענפערט דיין אטאקע, צוויי שעה שפעטער דערמאנסטו זיך צו פרעגן פארוואס עס האט איר גענומען אזוי לאנג?

דער איז דאך אזא חוזק אז ריינס פריבוס האט שוין א שעה פארדעם אפגעענטפערט קלינטאן ".@HillaryClinton If anyone knows how to use a delete key, it's you."
צייטליכער, קורצער, און מער צום זאך.

This was definitely not a good day for the Donald.


זאכליך האט געשריבן:אמת'דיג? א גאונות פון א טוויט, ניין?
איינער קען מיר מסביר'ן וואס איז אזוי געלונגען מיט איר טוויט?

@זאכליך אויף טוויטער דארף דאס צו זיין א שטארקע זאך, פרעג מיר נישט פארוואס.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יוני 09, 2016 11:33 pm

שטעלט זיך ארויס אז צווישן טויטע קאמפיינס איז די קעיסיק קאמפיין די ווייניגסטע טויט.
צוגעלייגטע
5759a4b42200002e00f801c3.png
וויפיל שטימען קאנדידאטן האבן באקומען נאכן סוספענדירן זייער קאמפיין.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג יוני 10, 2016 12:23 am

אינטערעסאנט.


ער באקומט מסתם די זעלבע סאך וואו ער האט באקומען פארן סוספענדן זיין קאמפיין...

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג יוני 10, 2016 12:24 am

IMG_20160610_002348.jpg

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יוני 10, 2016 6:59 am

איך הייב אן טראכטן אז די אלע לייקס זענען ראבאטס ווייל ס'גייט ארויף יעדע מינוט מיט די זעלבע צאל לייקס, און ס'גייט שוין אן אזוי 16 שעה.

יעצט האל עס ביי 461,000 אקעגן 211,000!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » פרייטאג יוני 10, 2016 10:52 am

א אפענע בריוו צו אלע טראמפ שטיצער:

אונזער קאנדידאט דער קומענדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן הקיסר הגדול "דאנאלד טראמפ" יר"ה גייען יעצט אדורך אפאר שווערע טעג, מיר האבן צוריק אנגעהויבן צו פאלן אין די אנקעטעס איבערן לאנד און בפרט דא אויף אייוועלט, די פאלשע אוהבי בצע פאליטישענס וואס האט שוין אויסגעקוקט אז זיי מאכען שלום מיט אונזער קאמפיין טוען זיך אפשאקלען פון אונזער קאמפיין, און די מאמענטום ביי די רעפובליקאנער פארטיי ווערט צוקלאפט און די דעמקראטען הייבן זיך די קעפ מיט זייער קרימינאל וואס זיי האבען דערוועלט. דארף מען זיך דערמאנען וואס איז געווען אפאר וואכן צוריק אינגאנצן נאך וויסקאנסין וואס דעמאלטס האט יעדער געשריגען אז טאמער קרוז (איינער געדענקט אים נאך) גייט געווינען גייט מען זיכער האבן א בראוקערד קאנווענשען אין קליוולאנד, עס איז אדורך צוויי וואכען און מען האט אנגעהויבן צו וועלן אין ניו יארק און די רעשט איז היסטאריע, די זעלבע זאך איז יעצט. זיי גייען זיך פאראייניגן אונטער איר און איר פארטידייגן טראץ אירע אלע פאברעכענס און אויך אונזער קאנדידאט וועט זיך נעמען קעמפן מיט אלע כוחות ארויסברענגען די אפטטיטש פון "הילערי קלינטאן " און וואס וועט מיינען פאר אמעריקע טאמער זי דערוועלט און פון די אנדערע זייט ארויסברענגן אויף וואס ער גייט פאקוסן ווען ער וועט זיין פרעזידענט דהיינו דשאבס עקאנאמיע אימיגראציע טעראריזים און אזוי ווייטער, עס וועט זיין א שווערע שמוציגע פארמעסט מיט אסאך פאן ביז די ענדגילטיגע ענדע ווען בעז"ה וועט טראמפ געווינען די וואלן אין נאוועמבער מיט א לענדסלייד

א פרייליכן יו"ט

פאליק

אידישער קארספענדאנט צום טראמפ קאמפיין :lol:
Mr President We're tiered of winning so much

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג יוני 10, 2016 11:04 am

פאליק, לייק!
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2432
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » פרייטאג יוני 10, 2016 11:11 am

כמים קרים על נפש עיפה
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג יוני 10, 2016 11:16 am

@פאליק האסט מיך אויסגעכאפט, כבין אינמיטן שרייבן א מכתב גלוי..

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג יוני 10, 2016 11:16 am

פאליק, א שיינע און גערעכטע תגובה.


ווער געדענקט וויפיל מאל רוביא איז געווען טאויסט פארער האט פארלאזט די קאמפיין?

ווער געדענקט וויפיל מאל עס האט אויסגעזעהן אז קרוז גייט עס מאכן?

ווער געדענקט ווען קריסטי (ווער?) האט געהאט זיינע צוויי טעג אונטער די ספאטלייט.


און פאליטיק קען מען גארנישט פאראויסזאגן.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג יוני 10, 2016 11:17 am

העי, צווייפל. לייג ארויף דיינס!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » פרייטאג יוני 10, 2016 11:18 am

בן נון האט געשריבן:העי, צווייפל. לייג ארויף דיינס!


ג"א מצטרף בבקשה פאר צווייפל

לייג ארויף דיינס
Mr President We're tiered of winning so much

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » פרייטאג יוני 10, 2016 11:20 am

בן נון האט געשריבן:פאליק, א שיינע און גערעכטע תגובה.


ווער געדענקט וויפיל מאל רוביא איז געווען טאויסט פארער האט פארלאזט די קאמפיין?

ווער געדענקט וויפיל מאל עס האט אויסגעזעהן אז קרוז גייט עס מאכן?

ווער געדענקט ווען קריסטי (ווער?) האט געהאט זיינע צוויי טעג אונטער די ספאטלייט.


און פאליטיק קען מען גארנישט פאראויסזאגן.



Politics is unpredictable!

אבער ווי פאריקט טראפט פירט זיך אויף בכל שעה ושעה, פארטרייבט וויילער בידים, זע איך מער און מער אז ער קען פיין פארלירן טראץ הילערי׳ס אלע פראבלעמען. פאראויס זאגן קען מען טאקע גארנישט
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג יוני 10, 2016 11:24 am

געדענקסט נישט מען האט געזאגט די זעלבע נאך די מעקסיקאנער סטעיטמענט? נאך די פרויען סטעיטמענט? נאך די אראבער סטעיטמענט? נאך די שווארצע סטעיטמענט? נאך די קינדער סטעיטמענט?

איין מינוט... ער האט נאכנישט אטאקירט קינדער? אה, ער האט עס מסתם איבערגעלאזט פאר די דשענעראל עלעקשינס...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג יוני 10, 2016 11:26 am

בן נון האט געשריבן:העי, צווייפל. לייג ארויף דיינס!


כהאלט נאך אינמיטן, באלד מאכן אפשר א פאר מינוט און עס צוענדיגן.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » פרייטאג יוני 10, 2016 11:54 am

און אז מען רעדט שוין יא אפען וויל איך אויסשמועסן א נקודה (איך ווייס נישט צו בוידעם גייט דאס אויך לייקן)

טראמפ האט זיכער אויסגעברייטערט די רעפובליקאנער בעיס און איך וועל מסביר זיין: היינט איז ארויסגעקומען א אנקעטע פון survay usa וואו קלינטאן איז פאראויס מיט דריי אבער ווען מען גייט אריין אין דיטעילס זעהט מען אז טראמפ ציהט אן אין אלע גרופעס( אין טראמפ'ס שווערע וואך)
מער ווי ראמני למשל:

ראמני 12'
טראמפ 16'


6% שווארצע
17% שווארצע


27% ספאנישע
29% ספאנישע


26% אזיענע
29% אזיאנע



יעצט וואו טראמפ מוטשעט זיך איז ביי די געהעריגע ווייסע וויילער וואס ראמני האט געוואנען מיט 20% און טראמפ'ס אויבערהאנט איז ביי 6% און דאס האלט איך איז ווייל זיי קענען נאכנישט שלום מאכען יעצט מיט טראמפ אבער עס וועט אדורכגיין אפאר חדשים און טראמפ גייט רעדן פון ריכטיגע אישוס מיט א גוטע וויצע און א גוטע טעים גייען זיי "עפ"י רוב " אריבערקומען
Mr President We're tiered of winning so much

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג יוני 14, 2016 11:46 am

נא צווייפעל! מיר ווארטען נאך אןחף אייער מכתב גלוי! און פארשטייט זיך מיט א אנאליז צו עס איז עפעס נשתנה געווארן זייט די אטאקעס?
Mr President We're tiered of winning so much

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

אפאר קורצע נייעס

תגובהדורך פאליק » דינסטאג יוני 14, 2016 12:04 pm

רעפובליקאנער סענאטאר מארקא רוביא, געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט, זאגט אז די טעראר אטאקע אין פלארידע מאכט אים איבערטראכטן זיין צוקונפט אין פאליטיק. רוביא האט שוין געהאט געזאגט אז ענדע היי יאר וועט ער רעטייערן פון פאליטיק, אבער יעצט זאגט אז ער ס׳איז שטארק מעגליך אז ער וועט יא לויפן פאר סענאט ווידערוויילונג.


אין רעאקציע צו די טעראר אטאקע אין ארלענדא, פלארידע, האט דאנעלד טראמפ נעכטן פארלאנגט אז פרעזידענט אבאמא זאל זאפארט "רעזיגנירן מיט בושה", זאגנדיג אז די אטאקע האט פאסירט אלס דירעקטע רעזולטאט פון אבאמא'ס שריט אפצושוואכן אמעריקע'ס אויסזעהן איבער די וועלט.

דזשוליען אסאנדזש, גרינדער און פירער פון "וויקיליעקס" האט ארויסגעגעבן א ווארענונג אז אין די קומענדיגע געציילטע טעג וועט ער ארויסגעבן פרישע אומצאליגע געהיימע קלינטאן אימעילס, וועלכע וועלן זיין "גענוג און איבריג" צו קענען אנקלאגן הילערי קלינטאן מיט פעדעראלע קרימינאלע קלאגעס.

דער ״וואשינגטאן פּאוסט״ באריכטעט אז רוסישע העקערס האבן באוויזן זיך אריינצוכאפן אינעם קאמפיוטער סיסטעם פון די דעמאקראטישע נאציאנאלע פארטיי הויפטקווארטיר. די העקערס האבן באוויזן צו ליינען אימעילס און האבן גערויבט האקעלע אינפארמאציע וואס דעמאקראטישע סטראטעגיסטן האבן צוזאמגעשטעלט מיט דעטאלן וויאזוי צו באזיגן דאנעלד טראמפ.

(קרעדיט קול העולם)
Mr President We're tiered of winning so much


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט